איך זוך ווערטער פון א ניגון...

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

זיידענע בעקיטשע האט געשריבן:די ניגון 'די כח פון אחדות' פין יוסף צבי ברייער.

האט איינער די ווערטער פון דעם ניגון?

א גרויסער יישר כח

וועלכע סידי ווערט די ניגון געזונגען?
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ווען אידישע קינדער זיצן צוזאמען, ביי די שיינע לעכטעלעך דאס הארץ זיך אנווארעמען.
יעדע נשמה וועקט זיך אויף, הבל פיהם זייער שירה גייט צוזאמען ארויף.

מלאכים ושרפים קוקן מיט קנאה, זייערע פנימ'ער לייכטן מזיו השכינה.
בני היכלא דכסיפין וואס גליסטן זיי, צו דינען צו לויבן לקל חי.

--
מען קען זיך נישט געזעגענען מען וויל נאך און נאך, מ'דארף האבן כח אויף א גאנצע וואך.
כח צו לערנען נישט ווערן מיד, כח צו דאווענען א טובה טון א איד.

אוי הייליגער באשפער מיין הארץ מאך ריין, די שוועריגקייטן העלף מיר אריבערצוגיין.
ווען מען שטייט ביים ארבעט אדער אין גאס מען גייט, דער ניגון פון שבת דעם איד באגלייט.

**
ווען אידן טאנצן א רקידה'לע צוזאמען, מען הייבט זיך א טפח פון ערד מיט פנימ'ער עס פלאמען.
די הענט אינאיינעם די מח איז פארקלערט, ביזן כסא הכבוד איין האנט עס ווערט.

יעדער איינער טראכט פון זיינע בקשות, ס'איז דא צווישן עולם צובראכענע נפשות.
איינער פרנסה און איינער געזונט, ער וויל זען נחת פון זיין קינד.

--
מיטן כח פון אחדות פועל'ט מען אויס, מ'ווייסט נישט אין וועמענס זכות מ'גייט ארויס.
שווערע גזירות ווערן איבערגעקערט, אפי' חלילה אויב איינער איז נישט ווערט.

דער באשעפער זייער תפלה איז נישט מסרב, אז מען האלט זיך אינאיינעם איז ער זיך מצרף.
פון איין שורש מיר אלע שטאמען, מ'דארף זיך נאר האלטן צוזאמען.

מ'דארף זיך נאר האלטן צוזאמען.

==
די טעיפ האב איך אויף לחיים האוצר, > בעלזא ב > ויזכו > 04 - די כח פון אחדות.
זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידענע בעקיטשע »

א גרויס'ן יישר כח

זאלסט האבן השפעות אסאך מער און העכער פון זיבעציג.

האסט מיר זייער געהאלפן.
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

איך זיך די ווערטער פין (איך מיין) אברהם פריעד "א טאטע ביסטי גאָר א געטרייע" ישר כוח למפרע
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איינער ווייסט וועלכע סידי עס איז?
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

ביי מיר שטייט די נאמען פונעם אלבום "Forever one" און אויפן קאווער שטייט "תנו שבח".

ווייס איך נישט צו ס'איז איין זאך אדער ס'איז צאמגעמישט.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

א טאטע ביסטו גאר א געטרייער,
דיין ליעבשאפט צו אונז איז דאך איין לשער,
און נאך מער פון דעם, זאגט דער הייליגער בעל שם,
אז יעדער איז איז ביי דיר ווי א בן יחיד.

ווייטער געדענק איך נישט פונקטליך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אקעי דא האסטו:

טאטע ביסטו גאר א געטרייער
דיין ליבשאפט צו אונז איז דאך אין לשער
און נאך מער פון דעם זאגט דער הייליקער בעל שם
אז יעדער איד איז ביי דיר א בן יחיד

געזעסן זיינען מיר אין איינעם ביי דיין טיש
פארשיקט זיינען מיר אין גלות אין א וויסטעניש
קומען מיר דיינע קינדערלעך בעטן ביי דיר

(Chorus:)

אבינו אב הרחמן רחם עלינו
דיין בן יחיד בענקט נאך דיר געוואלד טאטעניו
אוי ווי ליכטיק אוי ווי הייליק עס איז דאן געווען
ווי דערלעבט מען נאכאמאל דיך זען

ותחזינה עינינו בשובך לציון
ווען וועט שוין אונזער גואל אנטאן זיין קרוין
בכל יום אחכה לו מיר ווערן גארנישט מיד
ברענג אונז משיח בן דוד

און טאקע באלד וועלן אידן קומען אין בית מקדשך
יעדן שבת און ראש חודש להשתחוות לפניך
ס'וועט זיין ונגלה כבוד השם
אלע וועלן דינען אים

(Chorus:)

מיט ליבשאפט וועסטו נעמען יעדן אידן פארן האנט
מיט ניסים וועט צוריק פירן אין אונזער הייליג לאנד
א גאנצער פאלק גרויס און קליין
קיינער וועט פארלארן גיין

צוזאמען קומען וועלן מיר זיך ברידער לאנג צו שייד
מיט אהבת אחים אין ירושלים מיט שמחה און מיט פרייד
און וויסען וועט די וועלט גענוי אז אין עוד מלבדו
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

דא האסטו אויך:
viewtopic.php?p=313670#p313670
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

א גרויסע שכוח
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
געב מיר א מניטקעלע
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 2:34 am

איך זיך די ווערטער פין א ניגן.…

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געב מיר א מניטקעלע »

גרוישן אין הימל ס׳טיט זיך א טומל פין מ. ב. ד. דאנקע
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

געב מיר א מניטקעלע האט געשריבן:גרוישן אין הימל ס׳טיט זיך א טומל פין מ. ב. ד. דאנקע

מי כעמך ישראל
גערוישן אין הימל
עס טוט זיך א טומעל
מלאכים מיט קנאה
זיי ווילן פארשטיין
ווי אזוי פלייש און ביין
האט דערגרייכט אזא בחינה
זיי פרעגן ביים בורא ווי קען דען דאס זיין
אז אדם דער מענטש האט ביי דיר אזוי חן
וואס פאר א זכותים
פאר אזאלעכע ניסים
נו זאג אונז אליין
קומט'ס און זעט'ס אליין
די שבחים פון מיין ליבע קינד
תינוקות של בית רבן
הייליג ליכטיג אן א זינד
און קוקט'ס א אידעלע דארט לויפט
נאך א מצוה'לע ער קויפט
יהא שמיה רבא
הערט'ס ווי שיין
זיי שרייען נאך אמן
דורות שיינע אורות
זיי באלייכטען דאך מיין וועלט
שמחה קדושה מיט טהרה
דאס וואס מיר געפעלט
אני מאמין מיט א ברען
זינגט מען אויף קידוש ה'
דער הסתר פנים אזוי גרויס
ווי האלטן זיי דאס אויס

מיין קינד אוי ס'איז שווער
עס פאלט דיר א טרער
מאך אויף דיינע אויגעלעך און זעה
כ'האב דיך ליב אן א מאס
אן א שיעור אן א צאל
ווייל דו ביסט דאך מיין קינד
מיין ליבער פאלק ישראל
קום נענטער צו מיר
ס'איז אפן מיין טיר
איך ווייס ווי דיין הארץ אוי עס בענקט
שוין טויזענטער יאר
איך ביי מיר בענקט זיך גאר
אחותי רעיתי מיין אייביגער פאר
אידן דעות פיל
פארשידען יעדן זיין דערהער
און איינעם דינען זיי מיך
אך א שיינע מיליטער
נו מלאכים זינגט ברינה
גענוג שוין צער השכינה
עס איז געקומען יעצט דער צייט
משיח איז שוין גרייט
גערוישען אין הימעל
עס טוט זיך א טומעל
מלאכים זינגען שירה
זיי טאקע פארשטיין
ווי פלייש און ביין
האט דערגרייכט דורך זיין בחירה
גערעכט איז דער בורא
זיי האבן ערליך פארדינט
זיי היטן די תורה
ריין אן א זינד
אזא הייליג פאלק
מיר זיינען נתפעל
מי כעמך ישראל!
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

געב מיר א מניטקעלע האט געשריבן:גרוישן אין הימל ס׳טיט זיך א טומל פין מ. ב. ד. דאנקע

''גערוישן אין הימל
עס טוט זיך א טומעל
מלאכים מיט קנאה

זיי ווילן פארשטיין
ווי אזוי פלייש און ביין
האט דערגרייכט אזא בחינה

זיי פרעגן ביים בורא ווי קען דען דאס זיין
אז אדם דער מענטש האט בא דיר אזוי חן
וואס פאר א זכותים
פאר אזאלעכע ניסים
נו זאג אונז אליין

קומט'ס און זעט'ס אליין
די שבחים פון מיין ליבע קינד
תינוקות של בית רבן
הייליג ליכטיג אן א זינד

און קוקט'ס א יידעלע דארט לויפט
נאך א מצווהלה ער קויפט
יהא שמיה רבא
הערט'ס ווי שיין
זיי שרייען נאך אמן

דורות שיינע אורות
זיי באלייכטען דאך מיין וועלט
שמחה קדושה מיט טהרה
דאס וואס מיר געפעלט

אני מאמין מיט א ברען
זינגט מען אויף קידוש ה'
ער הסתר פנים אזוי גרויס
וויהאלטן זיי דאס אויס

מיין קינד, אוי, ס'איז שווער
עס פאלט דיר א טרער
מאך אויף דיינע אויגעלעך און זע

כ'האב דיך ליב אן א מאס
אן א שיעור, אן א צאל
ווייל דו ביסט דאך מיין קינד
מיין ליבער פאלק ישראל

קום נענטער צו מיר
ס'איז אפן מיין טיר
איך ווייס ווי דיין הארץ אוי עס בענקט
שוין טויזענטער יאר
איך ביי מיר בענקט זיך גאר
אחותי רעיתי מיין אייביגער פאר

יידן דעות פיל
פארשידען, ייעדן זיין דערהער
און איינעם דינען זיי מיך
אך, א שיינע מיליטער

נו מלאכים זינגט ברינה
גענוג שוין צער השכינה
עס איז געקומען יעצט דער צייט
משיח איז שוין גרייט

גערוישען אין הימעל
עס טוט זיך א טומעל
מלאכים זינגען שירה

זיי טאקע פארשטיין
ווי פלייש און ביין
האט דערגרייכט דורך זיין בחירה

גערעכט איז דער בורא,
ז'האבן ערליך פארדינט
זיי היטן די תורה
ריין אן א זינד

אזא הייליג פאלק
מיר זיינען נתפעל
מי כעמך ישראל!''
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אופס....
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

ווערטער פון אסאך ניגונים פון מ.ב.ד.


http://frummusic.net/media/creation/MbdLyrics.pdf
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

א דאנק אייך פארן מיר אויסכאפן...
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

למעלה משבעים האט געשריבן:א דאנק אייך פארן מיר אויסכאפן...

וואס רעדט איר נארישקייטן. מיר האבן דאס געטראפן כשלחן ערוך. ווען כבודך שטעלט צו איז עס דאך שווערע ארבייט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
rabshi
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 02, 2008 4:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rabshi »

איך זוך די ווערטער פון א לעבעדיגע ניגון וואס האט די ווערטער:
טאנצט טאנצט אידן מיר דארפן זיין צופרידן ... תורה ... בורא ...

און אין וועלכע דיסק קען מען דאס הערן?
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

מיינסט מסתם די ניגון פון ר' יו"ט עהרליך "שבת אין פעלד" וואס מ.ב.ד. זינגט אויף זיין אלבום "איך האב געווארט"

https://copy.com/bp0TXv3PGqr8Wlsh

הערט אויס ליבע אידן
וואס איך וועל אייך דערצעהלן
און איר וועט זיין צופרידן
זייער שטארק פון דעם

די מעשה האט געטראפן
איך וועל אייך זאגן אפן
מען זאגט אז ביים אריז"ל
מען זאגט אז ביים בעל שם
זכרונם לברכה
מיר ווייסן להלכה
אז אט די מלאכה
האבן זיי ביידע גוט געקענט

די שטיינער מאכן זינגען
די וואסער מאכן קלינגען
די ביימער מאכן שפרינגען
און פאטשן מיט די הענט

פרייליך אידן
מיר דארפן זיין צופרידן
מיט אונזער בורא
מיט זיין תורה
גליקליך זיין אסאך
און מיר גלויבן
אז דער פון אויבן
האט געגעבן כח אויך צו די צדיקים'לאך

אוי אוי אוי אוי אוי
דער צדיק איז אמאל
געגאנגען בארג און טאהל
מיט חסידים מיט תלמידים א באשטימטע צאל

אוי הוי אוי אוי אוי
עס קומט שבת אויפן וועלט
און אינמיטן פעלד
מקבל זיין דעם ליבן שבת האט ער זיך געשטעלט

בואי כלה
דער שבת איז פאר אלע
נישטא קיין שוהל נישטא קיין עמוד קיין זאך איז נישטא
קומט קומט אלע
עס ווארטן אויף דיר אלע
די שעפסעלעך בהמה'לעך פני שבת נקבלה

דער צדיק זינגט א ניגון
ס'איז א פארגעניגן
ס'קומען צו די ציגן
זיי האבן נישט קיין רוה
די קעלבעלעך די קליינע
די שעפסעלעך די שיינע
איינע גלייך נאך איינע
רוקן זיי זיך צו

געקומען זענען אלע
מען הערט עפעס א כלה
מען זעהט דעם צדיק טאנצן
מען הערט אויס זיין געזאנג
עפעס נעמט זיי ציהען
עפעס נעמט זיי בריען
עפעס נעמט זיי גליען
אין קעפל א געדאנק

בואי כלה
דער שבת איז פאר אלע
די שעפסעלעך די ציגעלעך מען קומט פון אומעטום
און זיי בליקן
און זיי קוקן
און פון גרויסן פארגעניגן רינגעלט מען ארום

אוי אוי אוי אוי אוי
עפעס האט דערשפירט
דער ווערימעל וואס קריכט
די פייגעלעך די הייזעלעך די הערצעלעך גערירט
אוי הוי אוי אוי אוי
א טומל א געלויף
די קעפלעך אויף ארויף
און צוביסלעך
אויף די פיסלעך
הייבן זיי זיך אויף

טאנצט טאנצט אידן
א פארגעניגן
אויף די פוס די הונטערשטע ווי שיין עס איז צו זעהן
שאף און רינדער
ווי די קליינע קינדער
אלע זינגען
אלע שפרינגען
יעדער ווי ער קען

אוי אוי אוי אוי אוי
קוקט נאר אין דער הויעך
די שטערן טוען מיר נאך
און זיי טאנצן
און זיי גלאנצן
אויף א ווייסן רויעך

אוי הוי אוי אוי אוי
זעהט נאר ווער ס'פליעט
די פליגלעך אויסגעצירט
מלאכים קומען צו דעם צדיק און זיי טאנצן מיט

קומט קומט אלע
דער שבת איז פאר אלע
ווער ס'פלעגט (?) דעם שבת איז דער שבת פאר אים דא
קומט קומט אלע
עס ווארטן אויף דיר אלע
בואי כלה בואי כלה
פני שבת נקבלה


---
למעלה איך ווייס נישט וויאזוי דו מאכסט עס אזוי שנעל.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

יישר כח מאן יימער.

איך האב יעצט אויסגעהערט דעם ניגון כ'הער נישט די לעצטע שורה..
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

מעגליך אז דיין פילטער בלאקט עס.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
געב מיר א מניטקעלע
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 2:34 am

איך זיך די ווערטער פין א ניגן....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געב מיר א מניטקעלע »

די פעקעלע ניגן פין מיכאל שניצלער.
שכויעך פאר גרוישן אין הימל פין מ. ב. ד.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

זיצט דער צדיק דער רבי, רבי איציקל פארשפארט,
א פארווייטאגטע מאמע זיצט אינדרויסן און ווארט.
ענדליך קומט זי צום גרויסן צדיק אריין,
עס הערט זיך באלד פון איר א יאמערליך געוויין.
--
אוי רבי דאס הארץ איז מיר זייער פארקלעמט,
אזויפיל געטליכע כוחות פון ווי מ'נעמט.
אוי רבי הייבט אן די צובראכענע מאמע זאגן,
איך קען אזא פעקל צרות מער נישט פארטראגן.

**
די רבי זאגט איר קומט נאך מיר,
די צדיק עפנט אויף א טיר.
אין א שטוב פון פעקלעך נעמט ער איר אריין,
--
דא זענען די צרות פון די וועלט,
נעם דיר דאס פעקל וואס דיר געפעלט,
ווייל איין פעקעלע מוז דאך זיין דיין.
--
אוי הייליגע רבי עס כאפט א שרעק,
אזויפיל צרות גרויסע זעק.
פלוצלונג דערזעט זי א פעקעלע אונטער די טיר,
--
אוי הייליגע רבי איך קען נישט מער,
דאס קליין פעקעלע געב מיר אהער.
זאגט איר די רבי דאס קליין פעקעלע דאס איז געווען ביי דיר.

***
אוי הייליגע רבי איך בעט ביי דיר פון הארצן טיפן,
טו שוין יעצט צום באשעפער פאר מיר א תפלה רופן.
רבי בעט ס'זאל שוין נעמען א עק,
די זעקעלעך צרות זאל ער נעמען אוועק.
די באשעפער וועט אוודאי הערן דעם צדיק'ס געוויין,
--
די רבי זאל בעטן רבונו של עולם זע דיינע קינדערלעך'ס צער,
גענוג שוין געליטען אזויפל יסורים פתח לנו שער.
טויזענטער יארן אין גלות געווען,
מיר ווילן שוין אלע די גאולה זען.
משיח צדקינו במהרה אמן.

===
דאס מזל ביי יעדן עס גלאנץ דאך פון טאג צו טאג,
נאר ביי מיר איז אלעס פארמוטשעט מיט גרויס פלאג.
אזעלכע קינדער האט יענער זוכה געווען,
הלוואי וואלט איך אזא מין נחת געזען.
--
אזויפיל בעסער ביי יענעם דאס גאנצע לעבן,
פארוואס האט מען מיר נישט אפילו אביסעלע געגעבן.
די דאגות די צרות זיי קומען יעדן טאג ארויס,
אוי הייליגער באשעפער קוק שוין ווי האלטן מיר דאס אויס.

**
רבי איציקל נעשכיזער איז דאך גערעכט,
מען מיינט אז נאר ביי זיך איז שלעכט.
און ביי יעדעם איינעם גייט עס גאר אזוי גוט,
--
מיר דארפן געדענקן די גאנצע צייט,
אז אין גלות פארטריבן זענען מיר ווייט.
ליידער ליידער מאכן אידן אזוי סאך צרות מיט.
--
טאטע אין הימל צו דיר מען שרייט,
אזויפיל מחלות זענען פארשפרייט.
הייסע טרערע גיסט זיך ממש אן א שיעור,
--
שוין גאנצע טייכן פארגאסן,
די טויערן נאך אלץ פארשלאסן.
הער שוין דיינע שעפעלעך בעטן זיך ביי דיר.

***
אוי אוי טייערער אידן טוען אלע צום באשפער רופן,
מיט א תפלה אלע אינאיינם פון הארצן טיפן.
מיר בעטן אז ס'זאל שוין נעמען אן עק,
די זעקלעך צרות זאל ער נעמען אוועק.
די באשעפער וועט זיכער צו הערן אונזער געוויין,
--
מיר אידן בעטן רבונו של עולם זע דיינע קינדערלעך'ס צער,
גענוג שוין געליטן אזויפיל יסורים פתח לנו שער.
טויזענטער יארן אין גלות געווען,
מיר ווילן שוין אלע די גאולה זען.
משיח צדקינו במהרה אמן.

==
דאס האב איך אויף לחיים האוצר, יידיש > די אידישע קרוין > 08 - פעקלך צרות.
rabshi
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 02, 2008 4:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rabshi »

מאנ-יימער האט געשריבן:מיינסט מסתם די ניגון פון ר' יו"ט עהרליך "שבת אין פעלד" וואס מ.ב.ד. זינגט אויף זיין אלבום "איך האב געווארט"

https://copy.com/bp0TXv3PGqr8Wlsh



"מאנ-יימער" יישר כחכם! אין עליך! פונקט דאס האב איך געמיינט.

אפשר ווייסט איינער אויב די ניגון ווערט אויך געזונגען דורך איינע פון די היימישע זינגערס?
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”