איך זוך ווערטער פון א ניגון...

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

עולם הניגון

ווען עס פאלט מיר איין די נייע תנועות
ערענדזשמענטס שרייבן אויף דעם גלייך איך טו עס
יסודות פעסטע / שטארקע עקסטער
פון דעם פונדאמענט
גרייטן א פלאץ פאר יעדן אינסטרומענט
די פידעלע שפילט מיט איר זיסן קול
טראמפייטערס יעדער וויאזוי פייפן זאל
די פויקער האקט לויטן טאקט
גיטאר מיט קארדס שטילע
די מוזיק ווערט אביסל פילער

קינדער קליינע / שטימעס פיינע
קלארע ריינע / יעדער איינער
מיט די שיינע הארמאני ער ברומט
קולות נייע / אין די רייע
רייכע קווייער / גיט צו זייער / א מחיה
שוין כמעט עס שטימט

אבער דאס זענען נאר פון די ערשטע שליסלעך
אין נפש טיף א הונגער נאך איך שפיר
די ניגון ווערט נאר שטערקער און שטערקער צוביסלעך
ווען די סאלא פון דעם זינגער קומט אפיר
מיט א רייכע שטומע וואס באהערשט יעדנס געפילן
פיל מיט רגש ווערט דאס הארץ פארכאפט
ריין גאלדענע קלאנגען אין די לופטן טוט עס שפילן
יעצט הונדערט פראצענט קוק שוין עס קלאפט

געשמירט ווי פוטער / שניידן טוט ער
אן קיין ציטער / א קול א גוטער און געזונטער
ברענגט א פארגעניגן
יעדער זינגט / אזוי מ’שפרינגט
צום הארץ עס וואונקט / מיט דארשט מ’טרינקט
איי עס קלינט דעם שיינעם ניגון

אין הימל א קאמפאוזער דער גרעסטע
פארמאגט דאך אזא הערליכע ארקעסטרע
מעכטיג וואויל איז / די שענסטע קולות
צוזאמען בחבורה / ווי זיי זינגען פרק שירה
די פייגלעך קווייער זינגען אן קיין צעטלעך
ביימער פויקן מיט זייערע בלעטלעך
פישן שווימען / און מיטברימען / די ניגריגע פעלער
יעדע חיה אויף זיין שטעלע

אפילו קליינע / הארטע שטיינער / יעדער איינע
לידער שיינע / מיט א ריינע / שטומע צוזאם
אזא קווייער / נאר איין דעה / זיין מחיה
דארט בשמיא / מעולמיא / דער רבון עלם

אבער דער באשעפער איז נאכנישט צופרידן
דאך עס פעלט אויס דעם ספעציעלן גלאנץ
נאר מיטן סאלא’ס פון אונז, טייערע אידן
ווערט די ניגון ערשט בשלימות גאנץ
פון אנהייב וועלט ארום ארום ביז צו איר ענדע
מיט ליבשאפט יעדער לויבט אויף די געשאנק
ס’קומט אבער נישט צו צו די אידישע שטום בענדער
א קינד וואס זיין געטרייע טאטע דאנקט

לויבט מיט א תפילה אזוי הארציג און בא’טעם’ט
דער פארמעסט אוודאי גרינגערהייט געווינט
די תהילים דורכגעווייקט איז, ווען א איד’ל גראמט
יעדע בריה זינגט אינטער אצינד
א נשמת אדער הלל וואס באנעמט הארץ און געפילן
ביים בורא א נחת רוח אין הימל כאפט
ווי שיין די גאנצע בריאה טוט באגלייטן און מיט שפילן
יעצט הונדערט פראצענט קוק שוין עס קלאפט

קאמפאזירן / אראנדזשירן / קווייער’ס פירן
כ’טוה פראבירן / מ’זאל שפירן / א פארגעניגן
אבער אידן פיינע/ מיט הערצער ריינע / סאלאס שיינע
יעדע איינע / לקל יתנו / דעם שיינעם ניגון

COMPOSED BY
DUDI KALISH
LYRICS BY
SHMIEL GREENFELD
חבצלת השרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבצלת השרון »

חבצלת השרון האט געשריבן:די ווערטער וואס יוסף משה כהנא האט געשריבן אויף די ליד פון רבי מאיר שפירא זצ"ל "אנא עבדא דקוב"ה".

Anyone please?
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:עולם הנגינה

ווען עס פאלט מיר איין די נייע תנועות
ערענדזשמענטס שרייבן אויף דעם גלייך איך טו עס
יסודות פעסטע / שטאקן עקסטער
פון דעם פונדאמענט
גרייטן א פלאץ פאר יעדן אינסטרומענט
די פידעלע שפילט מיט איר זיסן קול
טראמפייטערס יעדער וויאזוי פייפן זאל
די פויקער האקט לויטן טאקט
גיטאר מיט קארדס שטילע
די מוזיק ווערט אביסל פילער

קינדער קליינע / שטימעס פיינע
קלארע ריינע / יעדער איינער
מיט די שיינע הארמאני ער ברומט
קולות נייע / אין די רייע
רייכע קווייער / גיט צו זייער / א מחיה
שוין כמעט עס שטימט

אבער דאס זענען נאר פון די ערשטע שליסלעך
אין נפש טיף א הונגער נאך איך שפיר
די ניגון ווערט נאר שטערקער און שטערקער צוביסלעך
ווען די סאלא פון דעם זינגער קומט אפיר
מיט א רייכע שטומע וואס באהערשט יעדנס געפילן
פיל מיט רגש ווערט דאס הארץ פארכאפט
ריין גאלדענע קלאנגען אין די לופטן טוט עס שפילן
יעצט הונדערט פראצענט קוק שוין עס קלאפט

געשמירט ווי פוטער / שניידן טוט ער
אן קיין ציטער / א קול א גוטער און געזונטער
ברענגט א פארגעניגן
יעדער זינגט / אזוי מ’שפרינגט
צום הארץ עס וואונקט / מיט דארשט מ’טרינקט
איי עס קלינט דעם שיינעם ניגון

אין הימל א קאמפאוזער דער גרעסטע
פארמאגט דאך אזא הערליכע ארקעסטרע
מעכטיג וואויל איז / די שענסטע קולות
צוזאמען בחבורה / ווי זיי זינגען פרק שירה
די פייגלעך קווייער זינגען אן קיין צעטלעך
ביימער פויקן מיט זייערע בלעטלעך
פישן שווימען / און מיטברימען / די ניגריגע פעלער
יעדע חיה אויף זיין שטעלע

אפילו קליינע / הארטע שטיינער / יעדער איינע
לידער שיינע / מיט א ריינע / שטומע צוזאם
אזא קווייער / נאר איין דעה / זיין מחיה
דארט בשמיא / מעולמיא / דער רבון עלם

אבער דער באשעפער איז נאכנישט צופרידן
דאך עס פעלט אויס דעם ספעציעלן גלאנץ
נאר מיטן סאלא’ס פון אונז, טייערע אידן
ווערט די ניגון ערשט בשלימות גאנץ
פון אנהייב וועלט ארום ארום ביז צו איר ענדע
מיט ליבשאפט יעדער לויבט אויף די געשאנק
ס’קומט אבער נישט צו צו די אידישע שטום בענדער
א קינד וואס זיין געטרייע טאטע דאנקט

לויבט מיט א תפילה אזוי הארציג און בא’טעם’ט
דער פארמעסט אוודאי גרינגערהייט געווינט
די תהילים דורכגעווייקט איז, ווען א איד’ל גראמט
יעדע בריה זינגט אינטער אצינד
א נשמת אדער הלל וואס באנעמט הארץ און געפילן
ביים בורא א נחת רוח אין הימל כאפט
ווי שיין די גאנצע בריאה טוט באגלייטן און מיט שפילן
יעצט הונדערט פראצענט קוק שוין עס קלאפט

קאמפאזירן / אראנדזשירן / קווייער’ס פירן
כ’טוה פראבירן / מ’זאל שפירן / א פארגעניגן
אבער אידן פיינע/ מיט הערצער ריינע / סאלאס שיינע
יעדע איינע / לקל יתנו / דעם שיינעם ניגון

COMPOSED BY
DUDI KALISH
LYRICS BY
SHMIEL GREENFELD

שכח שכח שכח!! תזכו למצות!
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

א פיינע מענטש האט געשריבן:איך זיך די ווערטער פון א ניגון
"סאיז נישט דא נאך אזא מתנה ווי שבת קודש " וכו' לויט די סדר הא' ב'
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

די ווערטער פון ליפא שמע "שמע ישראל ה' אלקינו ה'איין גאט אחד
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
עפץ
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפץ »

ריטער טויערדאנק האט געשריבן:די ווערטער פון ליפא שמע "שמע ישראל ה' אלקינו ה'איין גאט אחד

http://www.zingalyrics.com/lyrics/lipa- ... zer-shema/
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

שמע הער צו
ביינאכט און דערפרי
פּעמים באהבה
די העכסטע תפילה
יו”כ ביי נעילה
מ’שרייט די לעצטע שעה

די נאכט פון ברית
פאר דעם קינד א זכות
מ’געט דאס קיינמאל אויף
דעם פּסוק באנייען
ווייל דאס וועט ער שרייען
ביז ער גייט אין גן עדן ארויף

שמע ישרא-ל ה’ אלקינו, ה’ איין גאט, אחד
שמע ישרא-ל ה’ אלקינו, ה’ איין גאט, אחד
איין גאט הער שוין צו, שמע

אין אייזערנע שטאנגן
אין לייבן גרוב געפאנגן
ער גייט אויף קידוש השם
ער גיבט א געשריי
איך בלייב צו דיר געטריי
מיין הייליג נשמה נעם

געבויגן צום ערד
ביים האלדז מיט א שווערד
אויף קידוש ה’ ער גייט
אין קייטלען געבינדן
אין פייער אנגעצונדן
זיין לעצט ווערטער ער שרייט

אוי שמע ישרא-ל ה’ אלקינו ה’ איין גאט, אחד
שמע ישרא-ל ה’ אלקינו ה’ איין גאט, אחד
איין גאט הער שוין צו, שמע
שמע ישרא-ל ה’ אלקינו ה’ אלקינו ה’ אחד

יודעלע געדענק
אין גלות ווען ס’איז ענג
צו שרייען צו גאט אחד
שמע ישראל ה’ אלקינו, ה’ איין גאט אחד
שמע ישרא-ל ה’ אלקינו ה’ איין גאט אחד
איין גאט אחד, איין גאט הער שוין צו, שמע
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

איינער זאל טאקע לייגן די ווערטער פון נישט געדאגהט יודן
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

עפץ האט געשריבן:
ריטער טויערדאנק האט געשריבן:די ווערטער פון ליפא שמע "שמע ישראל ה' אלקינו ה'איין גאט אחד

http://www.zingalyrics.com/lyrics/lipa- ... zer-shema/

שכח דיר
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
ריכטיק
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2013 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריכטיק »

ווער קען די ווערטער פון דעם ניגון?????????.....
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

א מזל ער רעדט אזוי שנעל.. ודי
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

ווער קען ברענגען די ווערטער פון דעי ניגון?
https://copy.com/UgjE9hulOg7qrOvx
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

וואס א חילוק האט געשריבן:א מזל ער רעדט אזוי שנעל.. ודי

מאך עס אויף פלעי סלאו וועסטו הערן די ווערטער נאך דעם וועט אלעס שטימען
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:ווער קען ברענגען די ווערטער פון דעי ניגון?
https://copy.com/UgjE9hulOg7qrOvx

האסט פרובירט ביים גוגלער?
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

ריטער טויערדאנק האט געשריבן:איינער זאל טאקע לייגן די ווערטער פון נישט געדאגהט יודן

נו איינער קען עס ארלעדיגן?
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

ריטער טויערדאנק האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:ווער קען ברענגען די ווערטער פון דעי ניגון?
https://copy.com/UgjE9hulOg7qrOvx

האסט פרובירט ביים גוגלער?

Im sory but didn't understood
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

איז שוין ערגען פאראן דא די ווערטער פון ליפא אויף "משה רבינו"
קאמפאוזט ביי מונה
לעצטנס געזונגען דורך שמילי אונגאר
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:איז שוין ערגען פאראן דא די ווערטער פון ליפא אויף "משה רבינו"
קאמפאוזט ביי מונה
לעצטנס געזונגען דורך שמילי אונגאר

viewtopic.php?p=1120760#p1120760
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

ריטער טויערדאנק האט געשריבן:
ריטער טויערדאנק האט געשריבן:איינער זאל טאקע לייגן די ווערטער פון נישט געדאגהט יודן

נו איינער קען עס ארלעדיגן?

א שיינעם חלום האב איך געזען
אין בית המקדש בין איך געווען
כהנים זענען מקריב קרבנות
לויים זינגען שיר המעלות
משה רבינו לערנט מיט די אבות
די סנהדרין זיצן און הערט א דין תורה
אהרן הכהן צינדט אן די מנורה

און אט זע איך א הערליכן געזיכט
עס שיינט זיין פנים מיט א ג-ט’ליכן ליכט
אויף זיין קאפ א גאלדענעם קרוין
איך דערקען אים שוין
דאס איז דער מלך המשיח ער אליין
דער גאנצער עולם שטייט מיט מורא
ער איז מגלה סודות התורה
און פון שלאף האב איך זיך אויפגעכאפט
…און פון שלאף האב איך זיך אויפגעכאפט

נישט גע’דאגה’ט אידן
עס וועט שוין באלד קיין חלום מער נישט זיין
א מינוט’קעלע געבליבן
משיח’ן מקבל פנים זיין
שיכור מיט פרייד געזונטערהייט
גייען מיר אלע אהיים
צוריק אין חדר גיין
מיט משה’ן אליין
אמן ואמן

אין ירושלים אנגעקומען
זי זאגט מיט פרייד ברוכים הבאים
דערלעבט צו זען דיין ליכטיגען פנים
איך האב געהאט אזויפיל צער גידול בנים
כאטש דו האסט געוואנדערט טויזענטער יארן
היינט ביסטו מיין טייער קינד נאך שענער געווארן

און אט זע איך מלאכים גיין
זיי פירן מיט א ניגון דעם באשעפער אליין
געקומען אויף דער וועלט
א חופּה אויפגעשטעלט
זיין ליבע כּלה, אידן אלע, מקדש זיין
צדיקים טאנצן מיט’ן חתן
עס איז שוין גרייט סעודת לויתן
…און פון שלאף האב איך זיך אויפגעכאפּט

איי…. נישט גע’דאגה’ט אידן
עס וועט שוין בּאלד קיין חלום מער נישט זיין

שיכור מיט פרייד אבער געזונטערהייט
גייען מיר אלע אהיים
צוריק אין חדר גיין
מיט משה’ן אליין
אמן ואמן

COMPOSED BY
YOSSI GREEN
LYRICS BY
AVRAHAM FRIED
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

איך האב פארשטאנען פון א שמועס, אז די ניגון איז א אלטע ניגון פון זמירת שבת וואס איז געזינגען געווארן דורך אברהם פריעד(מאן)'ס זיידע. און מען האט נאר ארויפגעלייגט די ווערטער.

ווייסעך נישט ווי יוסי גרין קומט אריין פונקטליך, אדרבה, אויב איינער ווייסט די פרטים.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:איז שוין ערגען פאראן דא די ווערטער פון ליפא אויף "משה רבינו"
קאמפאוזט ביי מונה
לעצטנס געזונגען דורך שמילי אונגאר

viewtopic.php?p=1120760#p1120760

יישר כח
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:איך האב פארשטאנען פון א שמועס, אז די ניגון איז א אלטע ניגון פון זמירת שבת וואס איז געזינגען געווארן דורך אברהם פריעד(מאן)'ס זיידע. און מען האט נאר ארויפגעלייגט די ווערטער.

ווייסעך נישט ווי יוסי גרין קומט אריין פונקטליך, אדרבה, אויב איינער ווייסט די פרטים.

אביסל תנועות אנפאנג ניגון זענען פונעם זיידע.
כמעט אלעס איז פון יוסי
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

איינער האט די ווערטער פון די צווייטע ניגון פון לחיים ברודער, יודע בגויים "טאטע מיר וועלן נקמה נעמען פאר דיר וכו',..
ישר כוח למעלה משבעים פארן ארויסהעלפן ביז יעצט.
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

מכטי1 האט געשריבן:איינער האט די ווערטער פון די צווייטע ניגון פון לחיים ברודער, יודע בגויים "טאטע מיר וועלן נקמה נעמען פאר דיר וכו',..
ישר כוח למעלה משבעים פארן ארויסהעלפן ביז יעצט.

געשריבן פון זכרון
אפשר נישט אזוי פונקטליך

אין א קליין הייזקע אינמיטן די נאכט
די פענסטער פארקלאפט אלע טירן פארמאכט
זיצט א איד נעבן וויגל פון זיין קינד
הייסע טרערן פון אויגן עס רינט
אינדרויסן איז קיינער נישט זעכער
ס'פאלן באמבעס אויף אלע דעכער
ס'רעגנט אין גאס די שטאט איז ארומגענומען
דער דייטש דער רשע איז נעכטן אריינגעקומען
יעדנס הארץ איז אזוי פארקלעמט
קיינער ווייסט נישט ווען זיי מ'נעמט
וויאהין איז אויכעט נישט קלאר
דאס גאנצע לעבן הענגט אויף א האר
ער נעמט אפעדער מיט א שטיקל פאפיר
א בריוועלע גיי איך שרייבן צו דיר
גלייך אינדערפרי דיך באהאלטן ביי די שכנים
איידער מ'פירט אונז אוועק אלע אינאיינעם
כ'האב אסאך געטראכט ווען דו זאלסט וויסן
ווי מיין הארץ איז שוין אינגאנצן צוריסן
אפשר אמאל ווען דו וועסט דעם בריוו ליינען
וועסטו זען אז דיין טובה האב איך געטון מיינען
מיין קינד מיין קינד מיןן קינד
בלייבזשע מיר געזונד
א פחד א שרעק
מ'נעמט אונז אוועק
מ'טוט אלע יודן פארטרייבן
בני בני בני
צו דיין טאטן הער זיך צו
ניין מיין זון
איך נעם דיך נישט אהין
כאטש איינער פון אונז זאל בלייבן
איך וויס נישט וואס וועט געשען
ווער וויסט צו מיר וועלן זיך נאך זען
איין בקשה האב איך אצינד
פארגעס נישט אז ביסט א אידיש קינד
ס'וועט נאך קומען שווערע צייטן
דו קענסט מיינען אז דו האסט נישט קיין טאטן
וויסן זאלסטו םון דעם שומר ישראל
דער טאטע וואס לעבט אלעמאל
אוי רבונו רבונו של עולם...
דאס בריוועלע אין העמד פון קינד פארנייט
צום באשעפער זיין הארץ אוי אוי עס שרייט
דו ביסט דאך דער טאטע דער שומרישראל
שמור שארית ישראל
יארן זענען אדורךגעלאפן
קיין זכר פון אמאל האט דאס קינד נישט געטראפן
ער קומט אין שול נישט דא דארט קיינער
אויפן פלאץ פון ארון הקדש געבליבן אפאר שטיינער

פזמון...
טאטע איך וועל נקמה נעמען פאר דיר
אוי טאטע איך וועל צוריק אויפבויען ווי פריער
מיטן גאנצן הארץ זאג איך צו איך וועל מיך נישט בייגן
א שטיין נאך א שטיין וועל איך צוריקלייגן

ומלכות הרשעה מהרה תעקר
אבער נצח ישראל לא ישקר
קהלות הקדש חרוב געמאכט און פארברענט
אבער פארלעשן דאס פונק האבן זיי נישט געקענט

טאטע...
טאטע...
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
info seeker
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 8:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך info seeker »

ריטער טויערדאנק האט געשריבן:
ריטער טויערדאנק האט געשריבן:
ריטער טויערדאנק האט געשריבן:איינער זאל טאקע לייגן די ווערטער פון נישט געדאגהט יודן

נו איינער קען עס ארלעדיגן?

א שיינעם חלום האב איך געזען
אין בית המקדש בין איך געווען
כהנים זענען מקריב קרבנות
לויים זינגען שיר המעלות
משה רבינו לערנט מיט די אבות
די סנהדרין זיצן און הערט א דין תורה
אהרן הכהן צינדט אן די מנורה

און אט זע איך א הערליכן געזיכט
עס שיינט זיין פנים מיט א ג-ט’ליכן ליכט
אויף זיין קאפ א גאלדענעם קרוין
איך דערקען אים שוין
דאס איז דער מלך המשיח ער אליין
דער גאנצער עולם שטייט מיט מורא
ער איז מגלה סודות התורה
און פון שלאף האב איך זיך אויפגעכאפט
…און פון שלאף האב איך זיך אויפגעכאפט

נישט גע’דאגה’ט אידן
עס וועט שוין באלד קיין חלום מער נישט זיין
א מינוט’קעלע געבליבן
משיח’ן מקבל פנים זיין
שיכור מיט פרייד געזונטערהייט
גייען מיר אלע אהיים
צוריק אין חדר גיין
מיט משה’ן אליין
אמן ואמן
נישט גע’דאגה’ט אידן
עס וועט שוין באלד קיין חלום מער נישט זיין
א מינוט’קעלע געבליבן
משיח’ן מקבל פנים זיין
שיכור מיט פרייד געזונטערהייט
גייען מיר אלע אהיים
צוריק אין חדר גיין
מיט משה’ן אליין
אמן ואמן

א שיינעם חלום האב איך געזען
אין ירושלים אנגעקומען
זי זאגט מיט פרייד ברוכים הבאים
דערלעבט צו זען דיין ליכטיגען פנים
איך האב געהאט אזויפיל צער גידול בנים
כאטש דו האסט געוואנדערט טויזענטער יארן
היינט ביסטו מיין טייער קינד נאך שענער געווארן

און אט זע איך מלאכים גיין
זיי פירן מיט א ניגון דעם באשעפער אליין
געקומען אויף דער וועלט
א חופּה אויפגעשטעלט
זיין ליבע כּלה, אידן אלע, מקדש זיין
צדיקים טאנצן מיט’ן חתן
עס איז שוין גרייט סעודת לויתן
…און פון שלאף האב איך זיך אויפגעכאפּט

איי…. נישט גע’דאגה’ט אידן
עס וועט שוין בּאלד קיין חלום מער נישט זיין
א מינוט’קעלע געבליבן
משיח’ן מקבל פנים זיין
שיכור מיט פרייד געזונטערהייט
גייען מיר אלע אהיים
צוריק אין חדר גיין
מיט משה’ן אליין
אמן ואמן
נישט גע’דאגה’ט אידן
עס וועט שוין באלד קיין חלום מער נישט זיין
א מינוט’קעלע געבליבן
משיח’ן מקבל פנים זיין
שיכור מיט פרייד אבער געזונטערהייט
גייען מיר אלע אהיים
צוריק אין חדר גיין
מיט משה’ן אליין
אמן ואמן

COMPOSED BY
YOSSI GREEN
LYRICS BY
AVRAHAM FRIED

thanks
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”