איך זוך ווערטער פון א ניגון...

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידענע בעקיטשע »

די ווערטער פין די ניגון פין גראמען וואס הייבט זיך אן :
לאמיר לויבן קל אדון על כל, לית מחשבה תפיסא ביה כלל.

וואס אויב איך האב נישט קיין טעות ווערט עס געזינגן אויף אידיש קלאסיק חלק א
איך מיין אז די גראמען איז פין ר' שלום קעסלער.

ווער קען דאס ברענגען.

א גרויסן יישר כח
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש
סופר ומונה
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:25 pm
לאקאציע: ביים שרייב טיש מיטן פעדער אין האנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופר ומונה »

איך זוך די ווערטער פון דער ניגון "רצון" וואס איז אויף די טעיפ "דאס אידישע הארץ", וואס איז ארויס געקומען אפאר יאר צוריק דורך ר' יוסף משה כהנא שליט"א. אבער דא עקא אז אין דער ביכל וואס איז געקומען מיטן טעיפ (אוי, ענטשולדיגט מיר CD, איך בין נאך אביסל פונעם אלט'ן דור.) איז נישטא די ווערטער מאיזה סיבה. ווער עס האט די ווערטער זאל עס ביטע ארויפלייגן דא, ותודה מראש.
זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידענע בעקיטשע »

סאיז דא א מארעדיגע ניגון פין איינע פין די פריעדיגע צדיקים. מיט ווערטער: האט די טאטע געפרעגט פארן מאמען פארוואזשע וויינסטו?

ווער קען דאס דא אראפ שרייבן?

א דאנק פין פארהויס.
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

זיידענע בעקיטשע האט געשריבן:סאיז דא א מארעדיגע ניגון פין איינע פין די פריעדיגע צדיקים. מיט ווערטער: האט די טאטע געפרעגט פארן מאמען פארוואזשע וויינסטו?

ווער קען דאס דא אראפ שרייבן?

א דאנק פין פארהויס.


איר מיינט געוויס דעם ניגון דא: http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 5&start=50
זעה 'למעלה'ס תגובה

מיין טאטע זז"ג פלעגט עס אמאל זינגען אין די הייליגע טעג, אזא הערליכע הארצרייסענדע תנועה'לע, כ'געדענק עס נישט גענוי ווי זוי גוט דעם ניגון, אויב איינער ווייסט וואו מען זינגט עס זאל מודיע זיין
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

האט דער טאטע מיר אמאל פארציילט,
האט מיין טאטע מיר אמאל פארציילט.

אז ס'איז געווען אמאל א אידענע, א אידענע, וואס האט זייער ביטערליך געוויינט.

האט דער טאטע געפרעגט פון די מאמע,
פארוואזשע וויינסטו,
פארוואזשע וויינסטו.

האט דער מאמע געענטפערט ווייל מיין קאפ טוט מיר זייער וויי, זייער וויי, זייער וויי.

האט דער טאטע געפרעגט פון די מאמע,
פארוואזשע וויינסטו,
פארוואזשע וויינסטו,
אז די וועסט וויינען וועט דיין קאפ נאך סאך מער וויי טון, נאך מער וויי טון, נאך מער וויי טון.

האט די מאמע געפרעגט פון טאטן,
ווי אזוי זאל איך נישט וויינען,
ווי אזוי זאל איך נישט וויינען,
אז איך ווייס עס קומט אזא פארכטיגע יום הדין, א יום הדין, א יום הדין,
און איך האב אזא טייער קינד, מיין טייער קינד, ווער ווייסט צו ער וועט זוכה בדין זיין.

האט דער טאטע געזאגט צו די מאמע,
נאר נישט וויינען,
נאר נישט וויינען,
ווייל די ווייסט דאך אז די האסט אזא טייער קינד, אזא טייער קינד, ער וועט זיכער זוכה בדין זיין.

שטייט הבן יקיר לי אפרים, אם ילד שעשועים.

---
ליפא זינגט די ניגון אויף לעילא ולעילא, טרעק 07-פארוואס וויינסטו.
=======
די מקור פארדעם זע דא viewtopic.php?p=361270#p361270
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

דער ניגון "פארוואזשע וויינסטו" איז פון הרה"ק רבי מאיר זי"ע א זוהן פונעם הייליגן קדושת לוי זי"ע.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידענע בעקיטשע »

יישר כח פארן ניגון און אויפן מקורות.
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

Lyrics אברהם פריעד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

איינער האט די ווערטער פין די ניגון 'נישט גע'דאגה'ט אידן עס וועט שוין באלד קיין חלום מער נישט זיין' ?
אייוועלט ארכיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארכיוו »

א שיינעם חלום האב איך געזען
אין ביהמ"ק בין איך געווען
כהנים זענען מקריב קרבנות
לויים זינגען שיר המעלות
משה רבינו האט געלערנט מיט די אבות
אין סנהדרין זיצט און הערט א דין תורה
אהרן הכהן צינדט אן די מנורה
און אט זעה איך א הערליכען געזיכט
עס שיינט זיין פנים מיט א ג-ט'ליכן ליכט
אויף זיין קאפ א גאלדענעם קרוין
איך דערקען עם שוין
דאס איז דער מלך המשיח
ער אליין
דער גאנצער עולם שטייט מיט מורא
ער איז מגלה סודות התורה
און פון שלאף האב איך זיך אויפגעכאפט...

פזמון:
נישט געדאגה'עט אידן
עס וועט שוין באלד קיין חלום מער נישט זיין
א מינוט'קעלע געבליבען
משיח'ן מקבל פנים זיין
שיכור מיט פרייד געזונטערהייט
גייען מיר אלע אהיים
צוריק אין חדר גיין
מיט משה'ן אליין
אמן ואמן
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

צווייטע חלק.

א שיינער חלום האב איך געזעהן
אין ירושלים אנגעקומען
זי זאגט מיט פרייד ברוכים הבאים
דערלעבט צו זעהן דיין ליכטיגן פנים
כ'האב געהאט אזויפיל צער גידול בנים
כאטש דו האסט געוואנדערט טויזענטער יארן
ביזטו מיין טייער קינד נאכ שענער געווארן

און אט זעה איך מלאכים גיין
זיי פירן מיט א ניגון דעם באשעפער אליין
געקומען אויף דער וועלט
א חופה האט מען געשטעלט
זיין ליבע כלה
אידן אלע מקדש זיין
צדיקים טאנצן מיט'ן חתן
עס איז שוין גרייט דער סעודת לויתן
און פון שלאף האב איך זיך אויפגעכאפט

פזמון.
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
rabshi
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 02, 2008 4:27 pm

עד מתי (טרעק 15 פון חיים ביים סדר)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rabshi »

איך זיך די ווערטער פון דעם ניגון עד מתי (טרעק 15) פון דעם אויסערגעווענליכער דיסק "חיים ביים סדר". איך וויל עס זינגען מיט די קינדער פאר שפוך חמתך.

יישר כח למפרע!!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

עד מתי ווי לאנג נאך, ווי לאנג נאך
וועלן מיר זיין אין דעם גלות א בראך
די טויערן צו אויפשליסן, דיין צארן אויסגיסן
אויף די גוים די שלעכטע אויף זיי.

עד מתי ווי לאנג נאך, ווי לאנג נאך
וועלן מיר זיין אין דעם גלות א בראך
די פעלקער טוען פלאגן
זיי הרג'נען און שלאגן
אוי עד אוי עד מתי.

אוי, עד מתי, וועלן די גוים אונז וועלן פארלענדן, עד מתי
נאר צו דיר השי"ת קענען מיר זיך ווענדן, עד מתי
עד מתי, וועסטו נישט רחמנות האבן אויף דיין קינד ישראל
לייז אונז אויס איינמאל פאר אלעמאל.

עד מתי, וועלן מיר ווארטן אויף די גוים זאלסטו גיסן דיין צארן, עד מתי
וועלן מיר ווארטן מ'זאל שוין בלאזן מיטן שופר מיטן הארן, עד מתי
ווען וועסטו שוין נעמען די בלוט פון צווישן דעם דארן, עד מתי

עד מתי עד מתי עד מתי
תרדוף באף ותשמידם מתחת שמי.
rabshi
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 02, 2008 4:27 pm

עד מתי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rabshi »

טייערער זיידע (למעלה משבעים...)! א גרויסן יישר כח. איך זיך עס שוין אזוי פיל צייט! וואו האסטו דאס געטראפען?
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

rabshi האט געשריבן:טייערער זיידע (למעלה משבעים...)! א גרויסן יישר כח. איך זיך עס שוין אזוי פיל צייט! וואו האסטו דאס געטראפען?

למעלה איז ריזיג זאג נאר א די ווארט "אידישע ניגון" און ער האט די ווערטער...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

א דאנק אייך פארן קאמפלימענט...
---
געווענליך ווען מען בעט ווערטער פון א ניגון הער איך אויס דעם ניגון און טייפ אפ די ווערטער, גראדע פון די סידי האב איך די ביכל דערפון, האב איך איבערגעקוקט צו איך שרייב גוט.
rabshi
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 02, 2008 4:27 pm

נשמה ניגון פון "גוטע מדות אין מידסאלענד".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rabshi »

איך זיך די ווערטער פון די נשמה ניגון וואס איז דא אויף דעם קינדער דיסק "גוטע מדות אין מידסאלענד".

יישר כח למפרע!
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

rabshi האט געשריבן:איך זיך די ווערטער פון די נשמה ניגון וואס איז דא אויף דעם קינדער דיסק "גוטע מדות אין מידסאלענד".

יישר כח למפרע!

וועסטו מוזן ווארטן ידידנו ר'למעלה משבעים זאל אויפשטיין וועסטו האבען די ווערטער...
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

ווי שטייט די ווערטער פון יואלי גרינפעלדס סידי תזכנו? און אויך על כל נשימה?
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

פער בריסטאו האט געשריבן:ווי שטייט די ווערטער פון יואלי גרינפעלדס סידי תזכנו?
תפילה להדלקת נר חנוכה
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

תְּזַכֵּנוּ לְנַצֵּחַ אֶת אוֹיְבֵינוּ וּלְנַצֵּחַ עַל מְלֶאכֶת בֵּית יְיָ, וְגַלֵּה כְּבוֹד מַלְכוּתְךָ עָלֵינוּ מְהֵרָה וְלֹא יָמוּשׁ הַתּוֹרָה מִפִּינוּ וּמִפִּי זַרְעֵינוּ וּמִפִּי זֶרַע זַרְעֵינוּ מֵעַתָּה וְעַד עוֹלָם, וְנִזְכֶּה לְבָנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים
נישט, איז נישט קיין אפציע...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

rabshi האט געשריבן:איך זיך די ווערטער פון די נשמה ניגון וואס איז דא אויף דעם קינדער דיסק "גוטע מדות אין מידסאלענד".

יישר כח למפרע!

די נשמה מיט מצוות באצירט,
צום בית דין של מעלה אין הימל שפאצירט.
און געווארט, אויף זיינע זכותים צו ווערן באלוינט.
אבער א שרעק, געפינען א פלעק,
מיט גאוה געפירט, די נשמה פארשמירט.
ער האט אמאל, א חתן פארשעמט, טאנצן נישט געוואלט.

די מקטריגים קומען צו לויפן,
זיי ברענגען נאך ראיות א גאנצן הויפן.
די נשמה פון ר' שמואל פאלט אוועק,
עס העלפט אים נישט קיין וויינען און בעטן,
אין עולם האמת שוין צו שפעט זיך צו רעטן.
ער שטייט אזוי און ווארט אויף זיין פסק מיט שרעק.

וויי דער צער, ס'איז אין לשער,
פאר זיין תורה ומצוות, פיל דערפאר.
ער האט דאך אזוי געהאפט, אויף זיין שכר.
אבער אין הימל, מען טוט זיך אננעמען,
פאר א אידיש קינד וואס מען טוט פארשעמען.
פאררעכטן דו מוזט דיין זינד, מיין טייער קינד.

פלוצלונג מען הערט א קול מעכטיג און גרויס,
די פסק גייט קלאר ארויס.
מגולגל ווערן זאל ער אין א בער,
און טאנצן ער וועט וואס מער און מער.
ליידן פיל יסורים צער און פיין,
אזוי זיין נשמה צו מאכן ריין.

האט דער בית דין באשלאסן אזוי זאל זיין.

יודעלע טייערע א מוסר טו דערפון נעמען,
קיינמאל קיין שום איד נישט פארשעמען.
דער אב הרחמן האט יעדן ליב ווי א בן יחיד,
זיי אים מכבד ווייל ער איז א איד.

יודעלע טייערע א מוסר טו דערפון נעמען,
קיינמאל קיין שום איד נישט פארשעמען.
דער אב הרחמן האט יעדן ליב ווי א בן יחיד,
זיי אים מכבד ווייל ער איז א איד.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

פער בריסטאו האט געשריבן:ווי שטייט די ווערטער פון יואלי גרינפעלדס סידי על כל נשימה?

ס'איז א מדרש רבה (בראשית יד ט).
rabshi
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 02, 2008 4:27 pm

נשמה ניגון פון "גוטע מדות אין מידסאלענד"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rabshi »

למעלה משבעים: איך בין נבהל ונשתומם פון דיינע טאלאנטן!!!

א גרויסן יישר כח!
rabshi
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 02, 2008 4:27 pm

ר' שמעון (מירון) געזינגען דורך אייזיק האניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rabshi »

איך זיך די ניגון ר' שמעון וואס ווערט געזינגען דרוך ר' אייזיק האניג אויף "היימישע אוצרות".

יישר כח למפרע!!!
ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ohrchodosh »

איך זיך די ווערטער פון די ניגון אויף יונתן שווארץ ספירה טעיפ חזק טרעק 3
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”