ניגוני באבוב

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

ניגוני באבוב

תגובהדורך יהיה כן » פרייטאג אפריל 01, 2011 6:03 pm

פאר יארן צוריק בחייו פון אדמו״ר מהר״ש מבאבוב זצ״ל האט באבוב (יוחנן פאלמאן) ארויס געגעבן פיר דיסקס פון ניגונים געזוונגען בשולחנותיו הטהורים ווייסט איינער וואו מען קען דאס היינט באקומען, קויפן, אדער דאונלאודען
כ׳דארף דייקא יענץ נישט סתם ניגוני באבוב
וייש״כ למפרע

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מוצ"ש אפריל 02, 2011 9:45 pm

קענסט פראבירן גמ"ח קנאפפלער (איך ווייס נישט צו זיי וועלן אפיציעל זאגן אז זיי האבן יוחנן'ס סחורה).

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מוצ"ש אפריל 02, 2011 11:04 pm

ווער איז דאס גמח קנאפלער?

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » זונטאג אפריל 03, 2011 12:01 am

זיי זענען די וואס געבן ארויס אלע טעיפס און סידיס פון באבוב 45 (אזויווי יוחנן פאלמאן אויף 48)

rabshi
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 02, 2008 4:27 pm

תגובהדורך rabshi » זונטאג אפריל 03, 2011 7:38 am

איך האב עס. פארבינד זיך מיט מיר דורך די פרייוועט מעסעזעס.

rabshi
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 02, 2008 4:27 pm

תגובהדורך rabshi » מאנטאג אפריל 04, 2011 2:29 am

rabshi האט געשריבן:איך האב עס. פארבינד זיך מיט מיר דורך די פרייוועט מעסעזעס.


פאר אלע וואס האבען זיך פארבינדען מיט מיר אין אישי: איך בין נישט מצליח צוריק צו שיקען צו ענק א מעסעדש. פארוואס?

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג יולי 26, 2012 3:47 pm

איך האב יעצט געהערט אויף קול באבוב א הייליג ניגון "טרם יפשט בגדי זהב וכו'"

איך וויל זייער וויסן אביסל וועגן דעם ווער עס האט געמאכט די ניגון

ווי אויך הערט מען נישט די גאנצע ניגון דארט נאר עס געבט זיך א בלענד אריין מיט א ניגון "ינחנו במעגלי צדק"

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » דאנארשטאג יולי 26, 2012 4:01 pm

צים פינטעל האט געשריבן:איך האב יעצט געהערט אויף קול באבוב א הייליג ניגון "טרם יפשט בגדי זהב וכו'"

איך וויל זייער וויסן אביסל וועגן דעם ווער עס האט געמאכט די ניגון

ווי אויך הערט מען נישט די גאנצע ניגון דארט נאר עס געבט זיך א בלענד אריין מיט א ניגון "ינחנו במעגלי צדק"


מ'זינגט עס ביים אונטוהן דעם קיטעל פארן חתן פאר די חופה

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג יולי 26, 2012 4:23 pm

יישר כח יצמח
ווייסט אפשר אויך ווער האט מחבר געווען די ניגון
און ווי קען איך עס הערן די גאנצע

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » דאנארשטאג יולי 26, 2012 4:26 pm

מ'זינגט עס אויך אין באבוב ביים פידעל שפילן באושפיזא דאהרן (עכ"פ איך האב עס דארט געהערט צום ערשטן מאל).

צום פינטל, אפשר קענסטו זיך איינהאנדלן די סידי פון די חוה"מ טישן.
אגב, וואס זענען די נומערן צו דעם ניגון?

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דאנארשטאג יולי 26, 2012 6:13 pm

איך ווייס נישט קיין נומערן

איך קען עס פון קול באבוב דורך איי טאנס

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11848
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג יולי 26, 2012 7:53 pm

קול באבוב אויף אייטונס?

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג יולי 26, 2012 7:59 pm

יא, ס'איז אזא בחינה ווי מאסטלי מוזיק, קול באבוב איז עס מסביר אין א צווייטע אשכול.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

rabshi
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 02, 2008 4:27 pm

תגובהדורך rabshi » פרייטאג יולי 27, 2012 2:09 am

leiby האט געשריבן:יא, ס'איז אזא בחינה ווי מאסטלי מוזיק, קול באבוב איז עס מסביר אין א צווייטע אשכול.


אפשר קענט איר לייגען א לינק צו דעם אשכול וואו קול באבוב איז עס מסביר.

תודה למפרע.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » פרייטאג יולי 27, 2012 2:47 am

אויף קול באבוב.קאם ביי די העלפ איז ער עס מסביר

אוועטאר
יהושע
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 06, 2012 2:55 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך יהושע » פרייטאג יולי 27, 2012 2:52 am

יהיה כן האט געשריבן:פאר יארן צוריק בחייו פון אדמו״ר מהר״ש מבאבוב זצ״ל האט באבוב (יוחנן פאלמאן) ארויס געגעבן פיר דיסקס פון ניגונים געזוונגען בשולחנותיו הטהורים ווייסט איינער וואו מען קען דאס היינט באקומען, קויפן, אדער דאונלאודען
כ׳דארף דייקא יענץ נישט סתם ניגוני באבוב
וייש״כ למפרע

מיינטס דאס

האט איר נאך נישט דראפ באקס? דאן סיינט אייך אויף דא

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » פרייטאג יולי 27, 2012 10:14 am

צים פינטעל האט געשריבן:יישר כח יצמח
ווייסט אפשר אויך ווער האט מחבר געווען די ניגון


קדושת ציון זצוק"ל הי"ד

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

תגובהדורך לב טוב » פרייטאג יולי 27, 2012 10:46 am

rabshi האט געשריבן:
leiby האט געשריבן:יא, ס'איז אזא בחינה ווי מאסטלי מוזיק, קול באבוב איז עס מסביר אין א צווייטע אשכול.


אפשר קענט איר לייגען א לינק צו דעם אשכול וואו קול באבוב איז עס מסביר.

תודה למפרע.

לכאורה דאס
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » פרייטאג יולי 27, 2012 11:04 am

לעניית דעתי האט געשריבן:
צים פינטעל האט געשריבן:יישר כח יצמח
ווייסט אפשר אויך ווער האט מחבר געווען די ניגון


קדושת ציון זצוק"ל הי"ד


די ניגון גייט אזוי ?

עס ענדיגט זיך ופרו הי' עומד וכו' און עס געט זיך א Fade אריין מיט ינחנו במעגלי צדק

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » פרייטאג יולי 27, 2012 11:12 am

טרם יפשוט איז איין ניגון ינחנו איז אן אנדערס.
ינחנו - וואס איז א חלק פון דעם מזמור לדוד ניגון - האט געמאכט בנו כ"ק אדמו"ר מהר"ש זצוק"ל

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » פרייטאג יולי 27, 2012 11:20 am

נו פארוואס ענדיגט מען נישט די גאנצע ניגון און מען הייבט אן ינחנו

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » פרייטאג יולי 27, 2012 11:27 am

איך שטעל מיר פאר אז וואס די הערסט דארט איז אפשר פון א חתונה מעגליך? אזוי זינגט מען עס אין באבוב ביי אן טהון דעם קיטל פאר די חופה.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » פרייטאג יולי 27, 2012 11:31 am

איז דא נאך ערגעץ ווי איך קען מיר אויסלערנען די גאנצע ניגון

עס איז א שטארקע התעוררות ניגון און איך וויל עס קענען

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » פרייטאג יולי 27, 2012 1:40 pm

צים פינטעל האט געשריבן:איז דא נאך ערגעץ ווי איך קען מיר אויסלערנען די גאנצע ניגון

עס איז א שטארקע התעוררות ניגון און איך וויל עס קענען

האביך דאך שוין געשריבן אויבן אז דו קענסט פרובירן צו פארשאפן די סידי'ס פון די חוה"מ טישן.
כ'האב אמאל געהאט א סידי דערפון, געדענק שוין נישט פון וועם (כ'וועל בל"נ זיך משתדל זיין עס אפירצוברענגן).
אגב, ביי די חוה"מ טישן זינגט מען עס אן די ווערטער.

Good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

תגובהדורך Good » מאנטאג יולי 30, 2012 10:31 am

יהושע האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:פאר יארן צוריק בחייו פון אדמו״ר מהר״ש מבאבוב זצ״ל האט באבוב (יוחנן פאלמאן) ארויס געגעבן פיר דיסקס פון ניגונים געזוונגען בשולחנותיו הטהורים ווייסט איינער וואו מען קען דאס היינט באקומען, קויפן, אדער דאונלאודען
כ׳דארף דייקא יענץ נישט סתם ניגוני באבוב
וייש״כ למפרע

מיינטס דאס

האט איר נאך נישט דראפ באקס? דאן סיינט אייך אויף דא


The compressed (zipped) folder is invalid or corrupted
נא גוט...


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אליעזר מארקס און 16 געסט