די שפיל "די לעצטע געדאנק"

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

תגובהדורך שטייסטענישט » מיטוואך פאברואר 15, 2012 12:41 pm

leiby האט געשריבן:קען איינער שאפן א בילד פון אים? איז ער נאך בחייו?

ער לעבט אין בארא פארק
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך פאברואר 15, 2012 2:37 pm

זעמל מיין געטרייע משרת
ער העלפט מיר אויס אין אלע מיינע צרות

א גרויסע חכם איז ער נישט
זיין מח איז נעבעך אביסעל צומישט

אבער איך קען מיך אויף איהם פארלאזען...
(ב"פ)

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מיטוואך פאברואר 15, 2012 2:43 pm

.
לעצט פאראכטן דורך תרנגול אום מיטוואך פאברואר 15, 2012 3:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך פאברואר 15, 2012 3:04 pm

תרנגול האט געשריבן:קאפי עלבויגן-בעריש לעמאן גענעראל פלעמינג-דוד זינגער זעמעל- ישעיה גוביטש


שלום עליכם יונה...

שלמה -
עזריה -
דער קעניג -
דער קאמענדאנט פון קעניגשטיין -

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך פאברואר 15, 2012 3:14 pm

דא האט איהר א לינק, איהר האט צייט דאס צו דאוןלאודען ביז FEB. 29
א גרויסע ייש"כ פאר די אלע וואס האבען מיר ארויס געהאלפען.




ארויפלייגן א לינק צו דאונלאודן מוזיק איז קעגן געזעץ, הלכה, און זיכער נישט מענטשליך...

אידישע וועלט

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך פאברואר 15, 2012 3:18 pm

איינער באישי האט מיר אויפמערקזאם געמאכט אז איך מיז צולייגען:
דאס דאון לאודען איז אויף די אייגענע אחריות, עס קען זיין פארבינדען מיט א שאלה אין הלכה, יעדער זאל אנפרעגען ביי זיין מורה הוראה, אויב גיבט ער א היתר דעמאלס זכו לו, טאמער נישט קען עס אריין גיין בשאלה פון גניבה גזילה חמס וכו' וכו'.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך פאברואר 15, 2012 3:25 pm

איז דאס די זעלבע ווי די פון לחיים?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך פאברואר 15, 2012 3:38 pm

גענעראל פלעמינג איז דער גענעראל
קיינער זאל מיר נישט אנדערש איינרעדן
מ'האט מיר מחנך געווען פון אלס קינד ווען מען רעדט פון א גענעראל איז דאס נישט קיין אנדערער ווי גענעראל פלעמינג.....

אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

תגובהדורך snax » מיטוואך פאברואר 15, 2012 4:36 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:איז דאס די זעלבע ווי די פון לחיים?

מען דארף וויסען צו וועם צו באצאלען

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך פאברואר 15, 2012 4:37 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:איז דאס די זעלבע ווי די פון לחיים?

יא
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך פאברואר 15, 2012 4:38 pm

snax האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:איז דאס די זעלבע ווי די פון לחיים?

מען דארף וויסען צו וועם צו באצאלען

ווי געשריבן אויבן, לחיים'ס האב איך געקויפט, ממילא האב איך געוואלט וויסן צו עס איז אינטרעסאנט פארמיר.
---
מאנ-יימר
א דאנק.

אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

תגובהדורך snax » מיטוואך פאברואר 15, 2012 11:06 pm

איך האב דאך אבער עס נישט געקויפט

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך פאברואר 15, 2012 11:09 pm

אויב דאונלאדט איר עס פון די נעט, צאלט פאר לחיים (דער מפיץ) דעם סכום וואס קאסט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך פאברואר 15, 2012 11:50 pm

אויף דעם 'לחיים' איז דא אכט שפיל'ן, דער סעריע קאסט $20, נו רעכען אויס וויפיל דער איין שפיל קאסט. אדער קען זיין אז אליינס וואלטן זיי דאס פארקויפט פאר $15 וכדומה. פרעגט אייך נאך.
איינער האט אנגעוויזען אז דאר שטייט פון הינטען "אין לשכפל ו/או להעתיק מתקליטורים אלה בשום אופן".

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6110
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: וואו דער מח איז

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך פאברואר 15, 2012 11:51 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:אויף דעם 'לחיים' איז דא אכט שפיל'ן, דער סעריע קאסט $20, נו רעכען אויס וויפיל דער איין שפיל קאסט. אדער קען זיין אז אליינס וואלטן זיי דאס פארקויפט פאר $15 וכדומה. פרעגט אייך נאך.
איינער האט אנגעוויזען אז דאר שטייט פון הינטען "אין לשכפל ו/או להעתיק מתקליטורים אלה בשום אופן".

ס׳איז מיר א חידוש אויף אייך יש להוסיף, איר האט ביז היינט געמיינט אז די פירמעס לאזן קאפירן, כ׳מיין אויף וועלכן פלאנעט לעבט איר?
זאג מיר: סי-נארמאל!? (בנעימת מונח רביע, באקצענט ירושלמי)

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 12:38 am

שטארק זיך האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:אויף דעם 'לחיים' איז דא אכט שפיל'ן, דער סעריע קאסט $20, נו רעכען אויס וויפיל דער איין שפיל קאסט. אדער קען זיין אז אליינס וואלטן זיי דאס פארקויפט פאר $15 וכדומה. פרעגט אייך נאך.
איינער האט אנגעוויזען אז דאר שטייט פון הינטען "אין לשכפל ו/או להעתיק מתקליטורים אלה בשום אופן".

ס׳איז מיר א חידוש אויף אייך יש להוסיף, איר האט ביז היינט געמיינט אז די פירמעס לאזן קאפירן, כ׳מיין אויף וועלכן פלאנעט לעבט איר?


איהר זענט הונדרעט פערצענט גערעכט,
אין דער האלבע שעה פון דאס ארויפלייגען האב איך מיך גלייך געכאפט, האב עך תיכף ומיד געשיקט באישי עטליכע בקשות צו די אחראים ומנהלים מ'זאל דאס אראפ נעמען, אין כ'האב הנאה זיי האבען דאס אראפ אויס געמעקט.

איך האב אבער א פרישע פראבלעם א פארפלייצונג פון אישי'ס וואס בעטן כ'זאל זיין שיקען דעם לינק, נו מעג איך אדער טאר נישט?

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 12:39 am

יושר איז עס זיכער נישט

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 12:45 am

קאמעדאנט: ...ער וועט אוודאי שרייען, אבער הער נישט אויס. דער קעניג. אינטער געזיגעלט פון דער קעניג
זעמל: הער נישט אויס דער קעניג.

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1439
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 1:19 am

יא מיין פעיוואריד פלעי, כ'האב שוין נישט וואס ציצולייגען דער עולם האט שוין מער ווייניגער אלעס געשריבען,

אבער איך ווינדער מיך פארוואס קיינער שרייבט נישט פון די שפאנישע אינקוויזיצע, דארט איז זעמעל אויך מעכטיג, טאקע נישט ווי די לעצטע געדאנק, אבער מקען זיך אויך האלטען ביי די זייטען,

ער עסט טשיס קרעפלעך אשטאטס ציילען ספירה
קל מלא רחמים פאר באבע צירל און זיידי יאנטשי
אנגארישע הארץ קלאפט טי-קא-דא-דא

ועוד ועוד......
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 3:45 am

געשמאקער האט געשריבן:יא מיין פעיוואריד פלעי, כ'האב שוין נישט וואס ציצולייגען דער עולם האט שוין מער ווייניגער אלעס געשריבען,

אבער איך ווינדער מיך פארוואס קיינער שרייבט נישט פון די שפאנישע אינקוויזיצע, דארט איז זעמעל אויך מעכטיג, טאקע נישט ווי די לעצטע געדאנק, אבער מקען זיך אויך האלטען ביי די זייטען,

ער עסט טשיס קרעפלעך אשטאטס ציילען ספירה
קל מלא רחמים פאר באבע צירל און זיידי יאנטשי
אנגארישע הארץ קלאפט טי-קא-דא-דא

ועוד ועוד......

ס'איז זייער גוט (כבודו במקומו מונח) אבער קעגן לעצטע געדאנק איז ממש גארנישט...

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1439
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:07 am

כהאב מיר נאר געווינדערט אז מרעדט פריער פון די פעסטע שטעלונג וואס דארט איז ער עפעס זייער בעיביש און פון שפאנישע אונקוויזוציע דערמאנט מען נישט
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מוצ"ש פאברואר 18, 2012 8:56 pm

געשמאקער האט געשריבן:יא מיין פעיוואריד פלעי, כ'האב שוין נישט וואס ציצולייגען דער עולם האט שוין מער ווייניגער אלעס געשריבען,

אבער איך ווינדער מיך פארוואס קיינער שרייבט נישט פון די שפאנישע אינקוויזיצע, דארט איז זעמעל אויך מעכטיג, טאקע נישט ווי די לעצטע געדאנק, אבער מקען זיך אויך האלטען ביי די זייטען,

ער עסט טשיס קרעפלעך אשטאטס ציילען ספירה
קל מלא רחמים פאר באבע צירל און זיידי יאנטשי
אנגארישע הארץ קלאפט טי-קא-דא-דא

ועוד ועוד......


"דער סיבה דער צו איז גאנץ א פשוטע" (- קאמענדאנט צו מיניסטער בעריש)

געווענדליך א שפיל צו פארשטיין אין הנאה האבען פון א שפיל, מיז מען דאס קענען זעהן, ווייל עפ"י רוב טוהן די אקטערס פארשידינע זאכן אן גארנישט זאגען, און אויב זעהט מען נישט עט מען נישט פארשטיין. נאך מער פון דעם מ'קען זיין ביים שפיל זעלבסט אין נאך אלץ נישט אזוי גוט פארשטיין וואס גייט פאר, אבער ווען מ'עט דאס זעהן אויף דער ווידיא-סידי עט מען דאס דער בעסטער פארשטיין ווייל זיי קאנצעטריען זיך אויף יענע חלק פון דער סטעידש וואס מ'דארף וויסען להבנת הענין.

אבער אנדערש איז "דער לעצטע געדאנק" וואס דער סקריפט איז אזוי גוט אראפגעלייגט אז מ'דארף גארנישט זעהן צו פארשטיין פונקטליך דער גאנצער מעשה. זיי לייגען דאס אראפ זייער גוט, כמעט אלעס גייט מיטן דיבור, לנוסיף צום אקט'ין. "דער שפאניע אינקוועזיציע" וה"ה "די פעסטע שטעלונג", אפילו דער זעמל איז דער זעלבע זעמל, אבער לא כן דער עצם שפיל, די מעשה איז שוין אסאך שווערע מיט צו האלטן אויף א טעיפ, דער זעמל אליין פארמאגט נישט זיין
אויווען-אן חלק, ער איז נישט מער (ווי געשריבען בתגובה אחרת) ווי א דזשאקער ער האט שוין נישט זיין סטאטוס אלץ א מעין-אקטער.

די דקות'דיגע חילוקים מאכט א גרויסע נפק"מ, אין דאס איז דער גורם אז דער לעצטע געדאנק גייט נאך אן, ווען בעת אנדערע שפילן זענען שוין לאנג פארגעסן געווארען.

המשך יבא

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג אוקטובער 16, 2012 5:23 pm

געהערט נעכטן אז די מעיזשער מדריכים שפיל אין מחנה שלוה ד'באבוב (48) איז געוועהן "דער לעצטע געדאנק", ווארט נאך ווארט, אפילו געשפילט די ערשטע דריי סצענעס (עירפארט, ווארט צימער, מר. גאלדבערג), וואס האט נישט קיין שייכות מיטן מעשה.
כ'האף זיי האבען דערמאנט דער ארגינעלע תשל"ט שפיל אין געגעבען דעם פארדינטער קרעדיט.

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » מאנטאג אפריל 04, 2016 2:28 pm

איז דא א dvd פון די לעצטע געדאנק ?

איך האב עס געהערט ארום 20 יאר צוריק, און ס'איז דיי איינציגעסטע פלעי וואס ליגט מיר אין די ביינער,

וואס איז טאקע פשט אז די היינטיגע חברה קענען דאס נישט נאכמאכן ? דאס ליצנות וואס מ'האט דארט אריינגעלייגט איז געווען געאייגענט פאר יעדע יארגאנג
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מאנטאג אפריל 04, 2016 2:37 pm

סמארט גאי האט געשריבן:איז דא א dvd פון די לעצטע געדאנק ?

איך האב עס געהערט ארום 20 יאר צוריק, און ס'איז דיי איינציגעסטע פלעי וואס ליגט מיר אין די ביינער,

וואס איז טאקע פשט אז די היינטיגע חברה קענען דאס נישט נאכמאכן ? דאס ליצנות וואס מ'האט דארט אריינגעלייגט איז געווען געאייגענט פאר יעדע יארגאנג

געווען אמאל אויף ק"מ א אינטערוויא מיט קאפל עלנבויגן איבער די לעצטע געדאנק שפיל, כ'דענק אז מ'פרעגט איהם דארט די פראגע, דענק איך אבער נישט וואס ער האט געענפערט...
הנותן לשכוי בינה...


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גוט זאגער, שלא נבוש און 15 געסט