די שפיל "די לעצטע געדאנק"

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

תגובהדורך גארגארפיק » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 4:04 pm


אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2897
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך אפריל 18, 2018 2:05 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:דער קאפל עלנבויגען איז די מערסטע טאלאנטפולע שפילער, ער פארמאגט א געוואלד מיט פראפעשעניליזם אין זיך, א שטארקע תוכן'דיגע מענטש, זייער א רייכע שטימע, א הארציגע מענטש, דאס אלעס צוזאמען ברענגט ארויס א געוואלד מיט כשרונות וואס איין מענטש באזיצט, כמעט קיינמאהל ווערט ער זיך 'פארלירען' אינמיטן א שפיל, אויב מאכט זיך א טעות ביי א צווייטע שפילער (דהיינע יענער פארגעסט וואס צו זאגען) וועט ער מיט גרויס מומחה זיך אנרופען וכדומה, אז קיינער פין די אודיענץ וועט עפעס באמערקן וואס דא איז געשעהן.

אסאך שפילערס זיין יענער באקאנטע "די לעצטע געדאנק" זענען געקומען אין געגאנגען, אבער קיינער האט נאך נישט באוויסען צו צוקומען נאהנט צו ר' קאפי עלנבויגען. ווי האט יענער געזאגט אין דער קרעטשמע פון "ביים סליחות נאכט אין קיעוו", "ס'נאר דא איין COPY, נישט דא נאך א קאפי", לשון נופל על לשון, אוי ווי גערעכט איז יענער געוועהן.


אה ! אונז גיי מיר פאר קאפי ! ממש מורא'דיג, דא האט איר א דוגמא פון איין הארציגער ניגון, געזונגען ביי 'על נהרות בבל' פלעי


אלקא דיליה יקר ורבותא, באתי לעמוד ולהתחנן לפניך,
איך בין טאקע באפרייט פון תפיסה, אבער וואס וועט זיין עם שארית עמך,
עס כאפט מיר אן א פחד און א ציטער, ווען איך נעם נאר אויפן זינען,
אז פאר כלל ישראל איז ליידער די גורל ביטער, ווער ווייסט צו איך וועל זיי נאך אין שטאט געפונען.

אנא השם אנא השם הושיעה, אז עס ווערט ליידער מקוים מיין נבואה,
רומה אלקים מושפלת עד שאול תחתיה, על אלה אני בוכיה,
עד הנה עד הנה עזרוני, העלף אונז ווייטער אויך אין זכות פון אברהם אבינו,
און האב שוין רחמנות אויף כל הקהל ועדה, אין זכות פון יצחק ביי די עקדה.

רבון העולמים טאטע זיסע לעמך ישראל סלח, איך קען נישט אויפהערן צו קלאגן,
ווייל כלל ישראל די עם הנבחר איז ליידער זייער שוואך, אזא שווערן גלות איבערצוטראגן.

הייליגע אבות שטייט אויף פון אייערע קברים, און גייט איינרייסן ביי דעם שוכן מרום,
ווייל עס ליגט אצינד אויף ענק א גרויסע התחייבות, ווייל בניכם גלו ובתיהם חריבות,
און איך וועל מיך יעצט טאקע מיט אלע מיינע כוחות באמיעהן, און איך וועל שוין גייען צו די מקומות הקדושים ווי די אבות רוען,
און פון דארט וועל איך מיך נישט אוועקטרעטן, ביז איך וועל ביים באשעפער פאר די יודעלעך אויסבעטן.

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מיטוואך אפריל 18, 2018 3:02 pm

זעמיל...
rps20180418_150122.jpg
rps20180418_150122.jpg (79.8 KiB) געזעהן 3417 מאל

צימישט
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 7:52 pm

תגובהדורך צימישט » מיטוואך אפריל 18, 2018 9:49 pm

elmonsey האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:די אויסנאם פון דעם שפיל איז, אז אויסער דעם וואס מ'האלט זיך ביי די זייטען אין דאס איז בעיקר א דאנק דעם חיים (משה) שטינקאוויטש/זעמעל.


נאך מער פון דעם, אנדערש ווי ביי יעדער אנדערע שפיל וואס דער וויצען מאכער איז א איבעריגע מענטש נאר געשטעלט אויף צו מאכען וויצען, ליגט באהאלטן א טיפע פיקחות...


זייער גוט ארויסגעברענגט
איך למשל האב אויפגעכאפט וועם ער מיינט "די מכשיפה פון ארץ ישראל" איך האב געפרעגט אסאך מענטשען צי זיי ווייסן וועם ער מיינט אין קיינער האט נישט געוויסט.
עס איז דא נאך אבער מיין פארקער פען ארבעט נישט

געמיינט האט ער ציזאגען , גאלדא מאיר , איז דענמאלס געווען פריי מיניסטאר ,אין מדינת ישראל, עס איז געווען מלחמת יום הכיפורים צייטען ,

אגב ביי אינז אין שטיב איז שליש שליש א נארמאלע מימרא.

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » מיטוואך אפריל 18, 2018 10:19 pm

Naftule האט געשריבן:זעמיל...
rps20180418_150122.jpg

שכח
איך וויל אים שוין זעהן יארן
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 12:28 am

אדער יא האט געשריבן:
אה ! אונז גיי מיר פאר קאפי ! ממש מורא'דיג, דא האט איר א דוגמא פון איין הארציגער ניגון, געזונגען ביי 'על נהרות בבל' פלעי


אלקא דיליה יקר ורבותא, באתי לעמוד ולהתחנן לפניך,
איך בין טאקע באפרייט פון תפיסה, אבער וואס וועט זיין עם שארית עמך,
עס כאפט מיר אן א פחד און א ציטער, ווען איך נעם נאר אויפן זינען,
אז פאר כלל ישראל איז ליידער די גורל ביטער, ווער ווייסט צו איך וועל זיי נאך אין שטאט געפונען.

אנא השם אנא השם הושיעה, אז עס ווערט ליידער מקוים מיין נבואה,
ועיר האלקים מושפלת עד שאול תחתיה, על אלה אני בוכיה,
עד הנה עד הנה עזרוני, העלף אונז ווייטער אויך אין זכות פון אברהם אבינו,
און האב שוין רחמנות אויף כל הקהל ועדה, אין זכות פון יצחק ביי די עקדה.

רבון העולמים טאטע זיסע לעמך ישראל סלח, איך קען נישט אויפהערן צו קלאגן,
ווייל כלל ישראל די עם הנבחר איז ליידער זייער שוואך, אזא שווערן גלות איבערצוטראגן.

הייליגע אבות שטייט אויף פון אייערע קברים, און גייט איינרייסן ביי דעם שוכן מרום,
ווייל עס ליגט אצינד אויף ענק א גרויסע התחייבות, ווייל בניכם גלו ובתיהם חריבות,
און איך וועל מיך יעצט טאקע מיט אלע מיינע כוחות באמיעהן, און איך וועל שוין גייען צו די מקומות הקדושים ווי די אבות רוען,
און פון דארט וועל איך מיך נישט אוועקטרעטן, ביז איך וועל ביים באשעפער פאר די יודעלעך אויסבעטן.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4899
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 1:05 am

ישלהוסיף האט געשריבן:
געשמאקער האט געשריבן:יא מיין פעיוואריד פלעי, כ'האב שוין נישט וואס ציצולייגען דער עולם האט שוין מער ווייניגער אלעס געשריבען,

אבער איך ווינדער מיך פארוואס קיינער שרייבט נישט פון די שפאנישע אינקוויזיצע, דארט איז זעמעל אויך מעכטיג, טאקע נישט ווי די לעצטע געדאנק, אבער מקען זיך אויך האלטען ביי די זייטען,

ער עסט טשיס קרעפלעך אשטאטס ציילען ספירה
קל מלא רחמים פאר באבע צירל און זיידי יאנטשי
אנגארישע הארץ קלאפט טי-קא-דא-דא

ועוד ועוד......


"דער סיבה דער צו איז גאנץ א פשוטע" (- קאמענדאנט צו מיניסטער בעריש)

געווענדליך א שפיל צו פארשטיין אין הנאה האבען פון א שפיל, מיז מען דאס קענען זעהן, ווייל עפ"י רוב טוהן די אקטערס פארשידינע זאכן אן גארנישט זאגען, און אויב זעהט מען נישט עט מען נישט פארשטיין. נאך מער פון דעם מ'קען זיין ביים שפיל זעלבסט אין נאך אלץ נישט אזוי גוט פארשטיין וואס גייט פאר, אבער ווען מ'עט דאס זעהן אויף דער ווידיא-סידי עט מען דאס דער בעסטער פארשטיין ווייל זיי קאנצעטריען זיך אויף יענע חלק פון דער סטעידש וואס מ'דארף וויסען להבנת הענין.

אבער אנדערש איז "דער לעצטע געדאנק" וואס דער סקריפט איז אזוי גוט אראפגעלייגט אז מ'דארף גארנישט זעהן צו פארשטיין פונקטליך דער גאנצער מעשה. זיי לייגען דאס אראפ זייער גוט, כמעט אלעס גייט מיטן דיבור, לנוסיף צום אקט'ין. "דער שפאניע אינקוועזיציע" וה"ה "די פעסטע שטעלונג", אפילו דער זעמל איז דער זעלבע זעמל, אבער לא כן דער עצם שפיל, די מעשה איז שוין אסאך שווערע מיט צו האלטן אויף א טעיפ, דער זעמל אליין פארמאגט נישט זיין
אויווען-אן חלק, ער איז נישט מער (ווי געשריבען בתגובה אחרת) ווי א דזשאקער ער האט שוין נישט זיין סטאטוס אלץ א מעין-אקטער.

די דקות'דיגע חילוקים מאכט א גרויסע נפק"מ, אין דאס איז דער גורם אז דער לעצטע געדאנק גייט נאך אן, ווען בעת אנדערע שפילן זענען שוין לאנג פארגעסן געווארען.

המשך יבא

זייער ריכטיג. כאב באמערקט טאקע אז אויף די געציילטע ערטער וואו די דיבור איז תלוי אין א אקט, כאפט מען נישט. למשל, ווען זעמל קומט אריין פרעגט ער בעריש "וואס זאגט איר צו מיין קעדילעק? מיין שאפער האט נישט געקענט קומען היינט, האב איך געמוזט אליין דרייוון." און דער עולם רייסט זיך פאר געלעכטער. מעלם לא הבנתי וואס גייט פאר, ביז איינער האט מיר מסביר געווען אז די 'קעדילעק' איז אזא געלע וועגעלע וואס מען נוצט צו מאפן די פלאר... ער איז אריינגעקומען פארנדיג דערויף ווי אויף א סקוטער, איין פיס אויפ'ן וועגעלע און מיט די אנדערע האט ער עס 'געדרייווט'...

וכן ביי די חלק ווי ער שרייט צום שפיגל, איז אויך שווער צו כאפן וואס גייט פאר - ביז זיין הויזן פאלט אויך אראפ...

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2505
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 4:06 am

ישלהוסיף האט געשריבן:צובאקומען אין אייכלערס, ביי מאסטלי מיוזיק, אין די סעריא 'לחיים' סי. די.
נאר דער שפיל איז בערך $20,
סאנדעלס האט אפגעקויפט דער מכירה רעכט אויף דעם טעיפ פון ר' שעיע קופיץ (זעמעל אין דער שפיל) פאר $400, די רעכטען האט באלאנגט פאר ר' יהושע ווי באלד ער האט דאס געשריבען, אען אויס געשטעלט וכו', די רעכטן האט ער פארקויפט ערך א איאר נאך דער שפיל, נישט וואוסענדיק אז דרייסיג יאר שפעטער וועט דאס נאך זיין די מערסטע אויסגעהערטע אין פארקויפטע 'שפיל', סאנדעל האט באלד פארשטאנען וואס דאס איז האט דאס אפגעקויפט.

דער שפיל איז איינגעטיילט אין צוויי חלקים, דער ערשטע צוויי צענעס דער עירפארט אין ביים דאקטער, איז געשפילט געווארען קודם אין קעמפ אין דער זוממער, אין דערנאך פורים. שפעטער האט מען דאס מקשר געוועהן אלץ דער הקדמה מיט די עצם שפיל מיט גענעראל פלעמינג (ר' דוד זינגער פון FOCUS) אין מיניסטער בעריש לעימאן (המנגן הידוע והמפורסם ר' קאפי עלענבויגען).

דער קאפל עלנבויגען איז די מערסטע טאלאנטפולע שפילער, ער פארמאגט א געוואלד מיט פראפעשעניליזם אין זיך, א שטארקע תוכן'דיגע מענטש, זייער א רייכע שטימע, א הארציגע מענטש, דאס אלעס צוזאמען ברענגט ארויס א געוואלד מיט כשרונות וואס איין מענטש באזיצט, כמעט קיינמאהל ווערט ער זיך 'פארלירען' אינמיטן א שפיל, אויב מאכט זיך א טעות ביי א צווייטע שפילער (דהיינע יענער פארגעסט וואס צו זאגען) וועט ער מיט גרויס מומחה זיך אנרופען וכדומה, אז קיינער פין די אודיענץ וועט עפעס באמערקן וואס דא איז געשעהן.

אסאך שפילערס זיין יענער באקאנטע "די לעצטע געדאנק" זענען געקומען אין געגאנגען, אבער קיינער האט נאך נישט באוויסען צו צוקומען נאהנט צו ר' קאפי עלנבויגען. ווי האט יענער געזאגט אין דער קרעטשמע פון "ביים סליחות נאכט אין קיעוו", "ס'נאר דא איין COPY, נישט דא נאך א קאפי", לשון נופל על לשון, אוי ווי גערעכט איז יענער געוועהן.

סאנדעל יעדער שטיק צייט לייגט ער ארויס אין די מארקעט נאך א הונדערט שטיק, וואס יעדער פארקויפט ער פאר $15, אין די געשעפטן קאסט עס בערך ציווישען $17-20.

פארוואס טאקע עקט נישט קאפי אויף "א סליחות נאכט אין קיעוו"?

אוועטאר
ישראלי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

תגובהדורך ישראלי » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 9:33 am

Naftule האט געשריבן:זעמיל...
rps20180418_150122.jpg

וואו!! דאס איז עס, זעהט אויס איינמאל ג'אוקר אייביג ג'אוקר, קוקטס אן זיינע שמייכלדיגע אויגן, אה, איך געדענק גוט די טעיפ, מיין טאטע האט עס געקויפט פאר יארן יארן לאנג אין 'ארץ החלומות' אמעריקע, איך געדענק אלטס קינד איך פלעג לאכן אפילו אז די גוטע ג'אוקס אנהייב שפיל איז געווען אויף ענגליש, א שפראך וואס איך האב דעמאלטס נישט געקענט.
ווער געדענק? ביים עיר פארט זיינע זאקן שטינקן און ער פרעגט ווען האסטו געוואשט דיינע זאקן, און ער זאגט עים פון תשעה באב, און ער 'זעצט' "פרום די דיסטראקשן אויף די טמפל"
When was this destruction you were talking about? 2000 years ago... You can earn on this a lot of money
אדער 'זאג עים אז איך פיר טיש, 'אי איז קעבי'ס טעיבל'ס', 'סו אי איז א פורניטשער'....
גוט געלאכט, נאך מער ווען איך האב שוין אלעס פארשטאנען....
אגב, ער זאגט נישט ינאי המלך, נאר 'ים המלח', זיי ניצן דאס אין נאך א שפיל, 'משפיל גאים'...
ארץ הצבי מה צבי זה אין עורו מחזיק את בשרו אף ארץ ישראל בזמן שיושבין עליה רווחא ובזמן שאין יושבין עליה גמדא..
מיט א תפילה צום באשעפער - אנא, השב שכינתך לציון עירך...

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2897
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

קאפי - על נהרות בבל

תגובהדורך אדער יא » זונטאג אפריל 22, 2018 12:52 pm

ביי קבר רחל
מאמע מאמע נפשי בשאלתי, לבקש רחמים על בניך באתי,
זייערע צרות וויל איך דיר דא אנטפלעקן, אז דיין רחמנות געפיל זאל זיך יעצט ערוועקן,
מאמע זאל חלילה פאר דיר נישט זיין קיין בזיון, אז איך גיי נישט אריין אין דיין אהל ווייל איך בין דאך א כהן,
און א כהן טאר זיך נישט אין א אהל זיין מטמא, בעהט איך דיר זיי מיר מוחל אויף דעם טייערע מאמע,
דו ווייסט דאך אז כהנים זענען שלוחא דרחמנא, קום איך מעורר זיין די זכות פאר דיינע קינדער וואס שטייען אין א סכנה,
מען האט פארטריבען אין גלות דיינע קינדערלעך די זיסע, עס איז נעבעך אויך שכינתא בגלותא,
מאמע, ווי קענסטע צוקוקען די רציחות און מערדרייען, צו הערסטע דען נישט דיינע קינדערלעך ווייגעשרייען,
דיינע קינדערלעך ווערן געפייניגט און געשלאגן, און די גרויסע יסורים קענען זיי נישט איבערטראגן,
ווייסטו דען נישט פארוואס מען האט דיר דא באגראבן מחוץ לעיר, ווייל עס וועט קומען א צייט די אידען וועלן וויינען דא ביי דיר,
(מאמע) יעצט איז דער צייט וואס דיינע קינדערלעך ליידן, זיי זענען געווארן פארטריבן דורך דעם רשע נבוזראדן,
שטיי אויף שטיי אויף מאמע רחל, גיי רייס איין ביים כביכול, קום פון דיין קבר יעצט ארויס, זעסטו דען נישט אז איך האלט עס מער נישט אויס,
(מאמע) דו ווייסט דאך אודאי וואס דו האסט יעצט צו טאהן, פאר דיינע קינדערלעך'ס כבוד גיי און נעם דיך אן, מען טרייבט זיי פון איין עק צום צווייטן מעבר הים לעבר, ווייל באלד וועלן זיי אריבערגיין דיין הייליגע קבר,

מיט ברוך בן נריה (אייזיק האניג)
ברוכ'ל ס'איז גאר נישט דא קיין שיעור, צו אונזער גרויסע אהבה, ווען עס ווענד זיך ווען בלויז אין מיר, בלייב איך דא בחדוה ורעוא,
דיין ווייטאג פארשטיי איך, אבער צו טאהן איז גארנישט שייך, קעגן די גזירה פון דער רעיא,
רצונו יתברך קל קיין ארץ ישראל מוז איך צוריק גיין, און איך מוז ענק ליידער לאזן דא אליין,
אבער מאך נישט קיין טעות, מפי עליון לא תצא הרעות, דער אייבירשטער אליין ווייסט פארוואס,
עס וועט אמאל יעדער זעהן, אז אלעס וואס איז געשעהן, איז נאר לטובה געווען.

סוף פלעי
אנת הוא דשליט על כולא, כאטש כבושא בגולה, ובכל זאת שמך לא שכחנו,
פארוואגלט פארטריבן, די אמונה דאך געבליבן, כי בשם קדשך בטחנו,
טאטע וואס פארדינסטו דען דערפון, אז דו האלסט אן די חומר הדין, פאריאגט און פארפלאגט צווישן די פעלקער ארום,
אור חדש על ציון זיי מחדש, וועט דאך דיין הייליגע נאמען ווערן נתקדש, ווייל יעדער וועט שרייען ה' הוא אלקים,
טוה די גאולה מער נישט אפשטויסן, הייליגע באשעפער תתקבל צלותהון, צלותהון ובעותהון, שוין גענוג געשמוסן, מאך שוין א סוף צו אונזערע צרות, און הייל שוין אויס די לבבות נשברות,
בזכות די אמונה פון די שעפעלעך געטרייע, ואע"פ שיתמהמה, עכ"ז אחכה, אז בקרוב טאקע, גאר שנעל און גיעך, וועסטו אונז שיקן דעם מלך המשיח.

מיט געבינדענע הענט
אוי וויי אבי אבי, פארנעם דאס געבעט פון דיין נביא, צר לי מאד, יעצט אין מיין נויט, בצר לי לך אקרא,
הצילני מטיט ורפש, און האב רחמנות אויף מיין נפש, א איד גלייבט דאך אלץ, אפילו די שווערד ליגט ביים האלדז, אוי וויי ראטעווע מיך פון דא,
איך זאל חלילה נישט ווערן דא באגראבן, די בלאטע זאל אויף מיר קיין שליטה נישט האבן, לא אמית כי אחיה ואצפה, קוק צו מיין צער און זיי מיר מכפר, שמע ה' וחננו ה' היה עוזר לי,
און נאך א בקשה טאטע, בעט איך בהאי שעתא, הער צו מיין תפלה, וואס איך בעהט פארן עם סגולה, רחם על שארית עמך,
גלוי וידוע לפניך, כי חפיצים לעשות רצונך, בעהט איך דיר ברענג נישט קיין שטראף אויף דיין צובראכענע שאף, אויף דעם חטא וואס זיי האבן געטוהן דאס מאל, אוי וויי פארוואס ווילן זיי אז איך זאל ווערן נעקר, נאר ווייל זיי האלטן אז איך בין א נביא שקר, אוי זיי קענען נישט גלייבן אז דיין רחמנות האט אויסגעקליבן, אז זיי זאלן נעבעך ווערן פארוואגלט און פארטריבן,
השיבנו ה' אליך אנא עשה למען שמך, השיבנו ה' אליך אנא עשה למען שמך.
לעצט פאראכטן דורך אדער יא אום זונטאג אפריל 22, 2018 12:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2897
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

קאפי - יוסף שפיל

תגובהדורך אדער יא » זונטאג אפריל 22, 2018 12:53 pm

עס איז אצינד קלאר ביי מיר, אז מיר האבן דעם עונש פארדינט, איך האב ענק געבעטן אן א שיעור, זונדיגט נישט מיט דעם קינד,
שולדיג זענען מיר אלע גלייכן, אוי געוואלד השם חטאנו לך, (חסר ?)

מתודה אני לפניך מיט א צובראכן הארץ בין איך מתריע איך בעט דיר טאטע אל תעלם אזניך הער צו וואס איך בעט דיר, מיר האבן נישט געהאט רחמנות אויפן טאטנ'ס א קינד ווי זונדיג איז אונזער נשמה, ראה עניינו און פארגעב אונזער זינד מיר זאלן דערלעבן די גרויסע נחמה.


22.png
22.png (590.83 KiB) געזעהן 2822 מאל

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2310
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » זונטאג אפריל 22, 2018 1:17 pm

Think and Thank האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
געשמאקער האט געשריבן:יא מיין פעיוואריד פלעי, כ'האב שוין נישט וואס ציצולייגען דער עולם האט שוין מער ווייניגער אלעס געשריבען,

אבער איך ווינדער מיך פארוואס קיינער שרייבט נישט פון די שפאנישע אינקוויזיצע, דארט איז זעמעל אויך מעכטיג, טאקע נישט ווי די לעצטע געדאנק, אבער מקען זיך אויך האלטען ביי די זייטען,

ער עסט טשיס קרעפלעך אשטאטס ציילען ספירה
קל מלא רחמים פאר באבע צירל און זיידי יאנטשי
אנגארישע הארץ קלאפט טי-קא-דא-דא

ועוד ועוד......


"דער סיבה דער צו איז גאנץ א פשוטע" (- קאמענדאנט צו מיניסטער בעריש)

געווענדליך א שפיל צו פארשטיין אין הנאה האבען פון א שפיל, מיז מען דאס קענען זעהן, ווייל עפ"י רוב טוהן די אקטערס פארשידינע זאכן אן גארנישט זאגען, און אויב זעהט מען נישט עט מען נישט פארשטיין. נאך מער פון דעם מ'קען זיין ביים שפיל זעלבסט אין נאך אלץ נישט אזוי גוט פארשטיין וואס גייט פאר, אבער ווען מ'עט דאס זעהן אויף דער ווידיא-סידי עט מען דאס דער בעסטער פארשטיין ווייל זיי קאנצעטריען זיך אויף יענע חלק פון דער סטעידש וואס מ'דארף וויסען להבנת הענין.

אבער אנדערש איז "דער לעצטע געדאנק" וואס דער סקריפט איז אזוי גוט אראפגעלייגט אז מ'דארף גארנישט זעהן צו פארשטיין פונקטליך דער גאנצער מעשה. זיי לייגען דאס אראפ זייער גוט, כמעט אלעס גייט מיטן דיבור, לנוסיף צום אקט'ין. "דער שפאניע אינקוועזיציע" וה"ה "די פעסטע שטעלונג", אפילו דער זעמל איז דער זעלבע זעמל, אבער לא כן דער עצם שפיל, די מעשה איז שוין אסאך שווערע מיט צו האלטן אויף א טעיפ, דער זעמל אליין פארמאגט נישט זיין
אויווען-אן חלק, ער איז נישט מער (ווי געשריבען בתגובה אחרת) ווי א דזשאקער ער האט שוין נישט זיין סטאטוס אלץ א מעין-אקטער.

די דקות'דיגע חילוקים מאכט א גרויסע נפק"מ, אין דאס איז דער גורם אז דער לעצטע געדאנק גייט נאך אן, ווען בעת אנדערע שפילן זענען שוין לאנג פארגעסן געווארען.

המשך יבא

זייער ריכטיג. כאב באמערקט טאקע אז אויף די געציילטע ערטער וואו די דיבור איז תלוי אין א אקט, כאפט מען נישט. למשל, ווען זעמל קומט אריין פרעגט ער בעריש "וואס זאגט איר צו מיין קעדילעק? מיין שאפער האט נישט געקענט קומען היינט, האב איך געמוזט אליין דרייוון." און דער עולם רייסט זיך פאר געלעכטער. מעלם לא הבנתי וואס גייט פאר, ביז איינער האט מיר מסביר געווען אז די 'קעדילעק' איז אזא געלע וועגעלע וואס מען נוצט צו מאפן די פלאר... ער איז אריינגעקומען פארנדיג דערויף ווי אויף א סקוטער, איין פיס אויפ'ן וועגעלע און מיט די אנדערע האט ער עס 'געדרייווט'...

וכן ביי די חלק ווי ער שרייט צום שפיגל, איז אויך שווער צו כאפן וואס גייט פאר - ביז זיין הויזן פאלט אויך אראפ...

אדער ביים דאקטער ווען ער פרעגט וויפיל אזייגער איז,
וואס שרייט איר אזוי? איר האט צו טוהן מיט די נערוון??..
נאך דעם זאגט ער; "עR איז נאס.."
איז לכאורה געווען אז ער האט געהאט א גלאז וואסער און קוקנדיג אויפן האנט זייגער אזייגער האט זיך אויסגעגאסן די וואסער.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » זונטאג אפריל 22, 2018 3:37 pm

אה זעמל, עס איז זיכער אז ער האט עפעס א גרויסע זכיה אז אזויפיל יארן שפעטער, זענען זיינע בדיחות נאך אלץ אויף די ליפן פון אידישע קינדער. העי זעמל, באהאלט זיך נישט, קום אמאל ארויס אוי'פן עפנטליכקייט, דער עולם וועט זיכער הנאה האבן דערפון, שאץ זיך נישט אונטער.
כ'האב הנאה פאר'ן ערקערלונג אויף די "ער איז נאס" הלצה, עס באמת קיינמאל נישט פארשטאנען
איי זעמל זעמל, אזא אויסגעארבעטער איד, אפילו בעפאר'ן טויט, אינזינען געהאט צוריקצולייגן דעם מילך אין פרידזשירעיטער עס זאל נישט פארדארבן ווערן.
לויט ווי איך הער איז דער עולם ביים פלעי געווען אמת'דיג צובראכן נאכדעם וואס ער איז אזוי אומשולדיג אומגעקומען אין קעניג-שטיין.
זעמל. הער זיך אויף באהאלטן.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג אפריל 22, 2018 3:44 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:אה זעמל, עס איז זיכער אז ער האט עפעס א גרויסע זכיה אז אזויפיל יארן שפעטער, זענען זיינע בדיחות נאך אלץ אויף די ליפן פון אידישע קינדער. העי זעמל, באהאלט זיך נישט, קום אמאל ארויס אוי'פן עפנטליכקייט, דער עולם וועט זיכער הנאה האבן דערפון, שאץ זיך נישט אונטער.
כ'האב הנאה פאר'ן ערקערלונג אויף די "ער איז נאס" הלצה, עס באמת קיינמאל נישט פארשטאנען
איי זעמל זעמל, אזא אויסגעארבעטער איד, אפילו בעפאר'ן טויט, אינזינען געהאט צוריקצולייגן דעם מילך אין פרידזשירעיטער עס זאל נישט פארדארבן ווערן.
לויט ווי איך הער איז דער עולם ביים פלעי געווען אמת'דיג צובראכן נאכדעם וואס ער איז אזוי אומשולדיג אומגעקומען אין קעניג-שטיין.
זעמל. הער זיך אויף באהאלטן.

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=2170

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2897
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » זונטאג אפריל 22, 2018 3:49 pm

געשמאקער האט געשריבן:
Naftule האט געשריבן:זעמיל...
rps20180418_150122.jpg

שכח
איך וויל אים שוין זעהן יארן

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=49569#p49569

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג אפריל 22, 2018 3:56 pm

שמעתי אז עס איז פארהאן א פריוואטע ווידיא פונעם פלעי.

אדער יא, אדער נישט.

עוד שמעתי (נאך אלץ אינגע בחור, ווען יעדע דריטע שמועס האט זיך געדרייט ארום "די לעצטע געדאנק") אז מרת זעמל'טע איז נמאס געווארן פון די טאג טעגליך פידבעק איבער זיינע קאמישע שטיקעס, און זי האט באשלאסן אז זי לאזט אים מער נישט פערפארמען אן סטעידזש.

פזמון

אוועטאר
ישראלי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

תגובהדורך ישראלי » מאנטאג אפריל 23, 2018 10:26 am

אדער יא האט געשריבן:עס איז אצינד קלאר ביי מיר, אז מיר האבן דעם עונש פארדינט, איך האב ענק געבעטן אן א שיעור, זונדיגט נישט מיט דעם קינד,
שולדיג זענען מיר אלע גלייכן, אוי געוואלד השם חטאנו לך, (חסר ?) אנה אלך מרוחך ואנה מפניך אברח...

מתודה אני לפניך מיט א צובראכן הארץ בין איך מתריע ובנמיכת רוח איך בעט דיר טאטע אל תעלם אזניך הער צו וואס איך בעט דיר, מיר האבן נישט געהאט רחמנות אויפן טאטנ'ס א קינד ווי זונדיג איז אונזער נשמה, ראה עניינו און פארגעב אונזער זינד מיר זאלן דערלעבן די גרויסע נחמה.


22.png
ארץ הצבי מה צבי זה אין עורו מחזיק את בשרו אף ארץ ישראל בזמן שיושבין עליה רווחא ובזמן שאין יושבין עליה גמדא..
מיט א תפילה צום באשעפער - אנא, השב שכינתך לציון עירך...

אוועטאר
ישראלי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

תגובהדורך ישראלי » מאנטאג אפריל 23, 2018 10:36 am

אדער יא, די געדענקסט גראמענ'ס אויסנוויניג? ס'איז דא אויך צום ברוך נאך די נבואה...
ארץ הצבי מה צבי זה אין עורו מחזיק את בשרו אף ארץ ישראל בזמן שיושבין עליה רווחא ובזמן שאין יושבין עליה גמדא..
מיט א תפילה צום באשעפער - אנא, השב שכינתך לציון עירך...

אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 10:04 am

תגובהדורך dont care » מיטוואך פאברואר 12, 2020 12:51 am

מומחה עצום האט געשריבן:^^ איר גלייבט נישט? יע, כ'האב עס יעצט געקויפט...

הייסט שבת 4 עקעדיג אין אינדערוואכען רינדעכיג
אפילו וועלוועל פעלדמאן קען אז אזאנס נישט אויפטרעפען
פאר א פריי סטאק דריק דעם לינק https://join.robinhood.com/josephr7439

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג פאברואר 17, 2020 12:54 pm

מומחה עצום האט געשריבן:זעמל'ס זון שלמה'לע איז דאכט זיך מיר שלמה פערל


הער איך אז זעמל'ס זוהן 'שלמה' - ר' דוד ראזען ע"ה איז נפטר געווארן פארגאנגענע וואך פרשת יתרו
(יתכן ער האט מורא געהאט פון די משפטים סדרה...)

איינער געדענק זיינע שורות פונעם שפיל?

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מאנטאג פאברואר 17, 2020 1:23 pm

זיין היים ארבעט צו שרייבן "איך וועל מער ניט לאכן אין קלאס"

ליינען די תורה היינט איז דינסטאג היינט ליינט מען, ניין היינט איז מיטוואך- מיטוואך ללינט מען אויך "ok"

ביים הארגענען זעמיל זאגט ער "נעמט מיר איך בין נאך אינג" (ענפערט די טאטע דאס איז ניט א שלעכטע פלאן)

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1337
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג פאברואר 17, 2020 1:42 pm

נו וואדע

ער האט דאך אראפגעשלינגן דעם פארקער פעדער

אויך איז ער דער מענטש וואס האט צוטוהן מיט די נערוון ווען זעמל גייט צום דאקטאר
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בית המשתה און 7 געסט