עקסקלאסיוו: MBD און שירה, "כיסופים"

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

עקסקלאסיוו: MBD און שירה, "כיסופים"

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך פאברואר 23, 2011 12:58 pm

היכל הנגינה, איי וועלט - ווי מיר דערוויסן זיך ארבייט שוין מרדכי בן דוד ווערדיגער אויף זיין נייע קומזיץ-סטיל אלבום וואס ער וועט ארויסגעבן באנאזאם מיט די באקאנטע "שירה" קווייער.

פאר ווער עס קען זיין "קוזמיץ" אלבום ברויך איך נישט מסביר זיין וואס דאס מיינט, עס איז געווען א הערליכע פראדוקשן (אויך געווען אויף DVD) גאר ווארעם געזונגען הערליכע ניגונים אינאיינעם מיט א געוויסע ישיבה מיט בחורים אין ירושלים עיה"ק. מ'קען עס אסאך איבערהערן און עס איז גאר בא'טעם'ט.


אויף דעם זעלבן שניט גייט לויפן זיין יעצטיגער אלבום. אויך א לייוו זאך (פארשטייט זיך אז עס ליגט אסאך סטודיאו ארבייט דעראין אז עס זאל זיין גאר פראפעסינאל) נאר די קומזיץ וועט זיין מיט די אינגעלייט פון די "שירה" קווייער.


פאלגענד איז די אינפארמאציע וואס מיר ווייסן דערווייל:

ניגונים:
די ניגונים וואס ער גייט דארט זינגען - אנדערש ווי זיין "קומזיץ" אלבום - זענען בעיקר אלטע חסידישע און חב"ד'צקע ניגונים. ער האט אויך ארויפגעלייגט עטליכע ניגונים פונעם הייליגן ריבניצער רבין ז"ל. ניגונים וועלכע זענען נאך קיינמאל נישט ארויסגעקומען אויף די גאס. אויך האט ער עטליכע אייגענע ניגונים וואס מרדכי אליין האט קאמפאזירט. אזוי אויך ניגונים פון ר' שלמה קאליש.


מוזיק:
ווי געשריבן איז דאס א קומזיץ-סטיל אלבום און דעריבער באשטייט די מוזיק בעיקר פון בלויזע פידלעך, גיטאר'ס און פריקאשן. (פאר די נייגעריגע, סינגאלדא איז גיטאר) חוץ ביי לעבעדיגע ניגונים סעקשאן וועלעכע וועט האבן א פולער איזרעלי בענד.


קווייער:
די גאנצע אלבום ווערט באגלייט מיט די טאלאנטפולע "שירה" קווייער וועלעכע ארבייטן אינאיינעם מיט מרדכי אויפן גאנצן אלבום. אויך וועט זיין א קינדער קווייער אויף חלקים פונעם אלבום.


לויטן פלאן ועט ער זיין אינדרויסן אויף יו"ט שביעות, אבער ס'איז נאך צו פרי צו מעלדן, הגם די ארבייט איז שוין אין פולן פראסעס - ווי מ'רופט דאס. מיר האפן אי"ה צו אפדעיטן דעם עולם ווען עס וועט זיין נאך נייעס דערוועגן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » מיטוואך פאברואר 23, 2011 1:56 pm

WOW
דאס איז א ריכטיגער סורפרייז - יישר כח צייטליך

וויפיל גריסן איך האב שוין געהערט במשך די יאהרן אויפן ערשטן קומזיץ אלבום - איז אומשאצבאר, און וויפיל מאל איך האב שוין דעם אלבום איבערגעהערט איז לאין מספר, און אויב די קומענדיגע וועט זיין אזוי גוט, צוזאמענגענומען, זויבער און מוזיקאליש; דאן בינעך שטארק עקסייטעד דערצו.

איך קען קוים ווארטן

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » מיטוואך פאברואר 23, 2011 3:00 pm

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:WOW
דאס איז א ריכטיגער סורפרייז - יישר כח צייטליך

איך קען קוים ווארטן

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20711
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך פאברואר 23, 2011 4:44 pm

טענקס צייטליך פאר די סורפרייזינג נייעס, MBD מיט שירה? וואס קען זיין בעסער? מיר ווארטן און מיר קוקן ארויס דערויף.

טאטי, ווען גייט שוין זיין שבועות???
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

תגובהדורך join us » מיטוואך פאברואר 23, 2011 4:51 pm

קען מען עס מיט האלטן לייוו די ריקארדינג ?
דאכט זיך מיר אז ביי די ערשטע קומזיץ זענען געווען פרעמדע מענטשען פארשטייט זיך מיט פערטעקציא

דאס איז גוטע נייעס

קענט וועיט

אוועטאר
ארט און מוזיק
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 10, 2011 9:28 pm
לאקאציע: טיף אינמיטן די פאטאשאפ קארידארן

תגובהדורך ארט און מוזיק » מיטוואך פאברואר 23, 2011 6:41 pm

wowow יע יע!!!
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך מיין אז גרעפיקס און מוזיק זענען פירסט קאזענס...

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » דאנארשטאג פאברואר 24, 2011 9:32 am

פאר צוויי חדשים צוריק האט @theshirachoir ארויסגעשיקט די בילד אז עפעס קאכט זיך
צוגעלייגטע
MBD%7EShira.jpg
משה לאופער~מבד~שרגא פייבל גאלד
MBD%7EShira.jpg (16.38 KiB) געזעהן 3285 מאל
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » פרייטאג מארטש 04, 2011 1:38 pm

פיינע נייעס דאס!

זיין ערשטע קומזיץ אלבום הער איך כסדר איבער און איבער, מרדכי זינגט עפעס אויסערגעווענליך ווארעם דארט, א שטיק געפיל. מער ווי אויף סיי וועלכע זיינע אלבומים.

(ליבי אומר לי אז דאסמאל גייט עס נישט האבן דעם זעלבן חן ווי יענע. פארוואס? כ'ווייס אויך נישט פונקטליך, יענע קומזיץ איז געווען זייער נאטורליך, געזינגן מיט בחורים בעלי תשובה על גג בית... מיט פיאמענטא'ס פלוט אין די זייט, די גיטאר, ס'איז מלא רגש. הלואי זאל עס יעצט אויך זיין ס'זעלבע.)

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » דאנארשטאג אפריל 14, 2011 10:33 pm

איך האב נעכטן געפרעגט ר' שרגא פייוול ווען עס קומט ארויס זאגט ער מיר האפענטליך גראד נאך שבועות
עס וועט אויכעט האבן א פאר נייע ניגונים
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג יוני 07, 2011 12:14 pm

ליינער האט געשריבן:איך האב נעכטן געפרעגט ר' שרגא פייוול ווען עס קומט ארויס זאגט ער מיר האפענטליך גראד נאך שבועות
עס וועט אויכעט האבן א פאר נייע ניגונים


ס'וועט ערשט זיין נאך תשעה באב.
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
שלומי פריעד
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 7:30 pm
לאקאציע: אין די געגענט

תגובהדורך שלומי פריעד » מאנטאג יוני 27, 2011 7:32 pm

יעצט געהערט אויף "די האט ליין" א אינטרערוויא מיט ר' שרגא ווי ער רעדט דערפון.

212-444-9696 דערנאך 8 1 6#
אני מאמין איך גלייב! אני מאמין איך וויל גלייבן! אני מאמין העלף מיר איך זאל גלייבן!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג יוני 28, 2011 11:34 am

שלומי פריעד האט געשריבן:יעצט געהערט אויף "די האט ליין" א אינטרערוויא מיט ר' שרגא ווי ער רעדט דערפון.

212-444-9696 דערנאך 8 1 6#


און וואס זאגט ער? עפעס אן אפדעיט?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2011 5:40 pm

מרדכי אין סטודיא
צוגעלייגטע
401300169.jpg
http://www.teoria.com/ Music Theory

אשר ווילבער
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 1:24 am

תגובהדורך אשר ווילבער » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 2:55 am

די סידי דארף ארויס צו קומען און די נאנטע שעות/טעג/וואכען,
די סידי גייט הייסען מב"ד מיט שירה, אויפן קאווער גייט זיין א פישקשער פון מרדכי מיט אלע שירה מיט גלידער, ס'איז צום האפען אויף קנאקעדיגע ערווארטונגען, טוט'ס אן די סיט בעלטס ווייל די סידי וועט בלייבען אין דעם סידי פלעיער פאר א לענגערע צייט.
וואס שמחה קען, קען קיינער נאר איינער, ר' שמחה

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 3:07 am

אשר, אויפן בילד גייען די שירה חברה זיין מיט גלידער אדער אן גלידער?

עניוועי, איך בין זייער עקסייטעד איבער דעם נייעם אלבום, בפרט ווען עס ווערט געמאכט אינאיינעם מיט מיין ידיד ר' שרגא פייוול, און מרדכי איז דאך אפגערעדט, ער איז (לדעתי העשירה) דער טאפ זינגער היינט (א טיי מיט ירמי' דאמען, אבער מרדכי זינגט אביסל מער מיט געפיהל) און אויך דער ווארימסטער. איך האב נאר קיינמאל נישט געהערט זיין פריערדיקן קומזיץ אלבום, וויזוי הייסט דאס, און ווי קען מען זעהן חלקים דערפון?
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אשר ווילבער
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 1:24 am

תגובהדורך אשר ווילבער » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 3:20 am

די סידי הייסט קומזיץ, כשמו כן היא, און אויב האסטעס נאך נישט געהערט און געזעהן, זאלסטע שוין אהיים גיין און ברענגען א צעטעל פון דיי טאטע אז איך ווייסט נישט וואס, די ביסט א מרדכי פען און די האסט נאך נישט געהערט די סידי,
נו, קענסטע שוין צו לייגען נאך אן על חטא צו די אבינו מלכנו'ס,

וועגען, זעהן, בינעך נישט זיכער, אבער איך מיין אז די סידי זעלבס האט אויך זעדיגע חלקים,
וואס שמחה קען, קען קיינער נאר איינער, ר' שמחה

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2011 5:19 pm

טהור-עיניים האט געשריבן: און מרדכי איז דאך אפגערעדט, ער איז (לדעתי העשירה) דער טאפ זינגער היינט (א טיי מיט ירמי' דאמען, אבער מרדכי זינגט אביסל מער מיט געפיהל) און אויך דער ווארימסטער.


ירמי' דמן א טיי מיט מרדכי ורדיגר??? פליעזזזז א העט ווייטער וועג צו גיין.

איך ווייס אז ס'דא פילע שטארקע אנהענגער פון הרב דמן, אבער אפשר איז ער 'טאפ' אין די חסידישע וועלט וואס זינגט לויטער חסידיש.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2011 6:00 pm

אךשמח האט געשריבן:
טהור-עיניים האט געשריבן: און מרדכי איז דאך אפגערעדט, ער איז (לדעתי העשירה) דער טאפ זינגער היינט (א טיי מיט ירמי' דאמען, אבער מרדכי זינגט אביסל מער מיט געפיהל) און אויך דער ווארימסטער.


ירמי' דמן א טיי מיט מרדכי ורדיגר??? פליעזזזז א העט ווייטער וועג צו גיין.

איך ווייס אז ס'דא פילע שטארקע אנהענגער פון הרב דמן, אבער אפשר איז ער 'טאפ' אין די חסידישע וועלט וואס זינגט לויטער חסידיש.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 4:36 pm

די קאווער.
אין געשעפטן אי"ה עשי"ת.
צוגעלייגטע
Final-MBD-500x800.jpg
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 4:54 pm

מער בילדער

http://shlager.net/article/3175/מוזיקה/shlager/אלבום-הכיסופים-של-מב-ד-נחשף.html


איז דאס שירה אויפן קאווער אדער מיאמי באויס?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 5:36 pm

איך ציטער!

איך ציטער אז דאס איז ס'לעצטע אלבום וואס מ.ב.ד. גיבט ארויס. כ'האףףף אז נישט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6428
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 5:46 pm

איך קען קוים ווארטן, און אזוי ווי צייטי האט געזאגט, איך האף אז עס איז נישט די לעצט אלבום פון מ.ב.ד.

מרדכי ביטע לאז אינטץ נישט אויפן וואסער אליינס, מעני מאר טאו קאום
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 5:47 pm

ער האט דאך שוין ביי "כולם" אויך אזוי געזאגט?!
ס'איז א חלק פון די פראפאגאנדע.... מער וועלן עס קויפן.. :smile:
איך האב נאך היינט עמיצן געזעהן קויפן א "כולם אהובים" ?????? ""א סידי?????""
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 21, 2010 12:59 pm

תגובהדורך משה פאלאפל » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 6:02 pm

וואס איז טאקע פשט פון דעם פיינעל?

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4003
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

ישראל גרין

תגובהדורך dovidal » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 8:52 pm

אויפן דעקל קען מען - צווישן אנדערע דערענען דעם פריש - אויפגייענדע שטערן אינעם עולם הנגינה, ישראלי גרין, א נעפיו פון ליפא שמעלצער


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אט אזוי און 21 געסט