די מקור פון די ניגון א גאנץ יאהר פריילעך

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

rabshi
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 02, 2008 4:27 pm

די מקור פון די ניגון א גאנץ יאהר פריילעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rabshi »

איך האב געטראפען לעצטענס א באשרייבונג אינ'ם צייטונג "המבשר" וואס דארטען שטייט פון וואו איז די מקור פון די ניגון א גאנץ יאהר פריילעך. וויל איך אייך פרעגן צו איר ווייסט פון דעם אדער איר ווייסט אן אנדערען מקור.

אין באשרייבונג שטייט אזוי:
חובר על ידי שחקני ה'פורים שפיל' בויז'ניץ בצילו של בעל ה'אמרי חיים' זי"ע במסגרת ההצגה 'לוקסוס שפיל'. בהצגה הוצג 'סדר נאכט' בביתו של היהודי המסתפק במועט לעומת 'סדר נאכט' בביתו של החי חיי מותרות, כשבמהלך תיאור ליל הסדר, זימרו ניגון זה שבמקורו חוברו לו מילים נוספות אודות ליל הסדר.


האט איר אמאל געהערט פון דעם לוקסוס שפיל?
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

פון דעמאלט זי היינט, איז עס פאר איינעם געווארן בייקאנט?
געטראכט
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטראכט »

פאר עטליכע אין צוואנציג יאר ציריק בין איך פורים געווען ביי א טיש ביי איינער פין די אלטע צדיקים לבית טשערנוביל (איך בין בכוונה נישט מפרט), נאכן טיש האט מען איהם באגלייט בשירה ובזמרה אין מען האט אנגעהויבן זינגען דער ניגון, האט דער רבי זיך אויגעדרייט אין שטרענג געזאגט "ווייסט עטס דען נישט דער מקור פין דעם ניגון?" אין מפסיק געווען די זינגען.

בשעתו האב איך פארשטאנען אז דער מקור איז פין ברסלב, אין כידוע איז אין די טשערנובלער קרייזן געווען א שטארקע התנגדות קיין ברסלב, אפשר האב איך א טעות אין ער האט געמיינט עפעס אנדערשט, אבער ווי איך האב פארשטאנען איז עס עכ"פ אן אלטער ניגון.
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

ס'האט גארנישט מיט ברסלב. מ'זינגט עס אפילו היינט נישט דארט
דער רבי האט מסתמא געטראכט אז פון די ווארט פריילעך איז עס ברסלב.

ס'איז א לאנגע ניגון אויף אידיש.
א גאנץ יאר פריילעך לכבוד דעם מיילעך וכו'
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

בראשית ברא האט געשריבן:ס'האט גארנישט מיט ברסלב. מ'זינגט עס אפילו היינט נישט דארט
דער רבי האט מסתמא געטראכט אז פון די ווארט פריילעך איז עס ברסלב.

ס'איז א לאנגע ניגון אויף אידיש.
א גאנץ יאר פריילעך לכבוד דעם מיילעך וכו'

דאס איז אן אלטער ברסלב'ער ניגון.
און מען האט ארויפגעלייגט אויף דעם (אולי בלוקסוס שפיל הנ"ל) א לאנגער ניגון אין אידיש.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: די מקור פון די ניגון א גאנץ יאהר פריילעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

צ/ק

חסידי באבוב קומטס אריין קלאר מיט וואס ס'האט זיך אפגעטוהן ארום דעם ניגון נעכטן ביים שלחן הטהור ביים רב שליט"א

פייער פון די באלאטעס זאל גיין!...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
רבותינו
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 22, 2021 1:00 pm

Re: די מקור פון די ניגון א גאנץ יאהר פריילעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותינו »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:צ/ק

חסידי באבוב קומטס אריין קלאר מיט וואס ס'האט זיך אפגעטוהן ארום דעם ניגון נעכטן ביים שלחן הטהור ביים רב שליט"א

פייער פון די באלאטעס זאל גיין!...

די מאכסט מיר נייגעריג זאג וואס די האסט גהערט
אוועטאר
מַחְכִּימַת פֶּתִי
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm

Re: די מקור פון די ניגון א גאנץ יאהר פריילעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מַחְכִּימַת פֶּתִי »

ביים טיש האט די באבובער רב געשמועסט אז פארגענגענעם שושן פורים האט מען געזינגען דעם ניגון, נישט וויסנדיג פון די ניגון שטאמט, שפעטער האט די רב זיך דערמאנט אז ער נאך געהערט דעם ניגון אלס בחור אין די קאנטרי, ביי שלש סעודות פלעגט הרה"ח ר' דוד קאהן ע"ה מפלאנטש עס זינגען אויף שהשלום שלו, און אז דער ר' דוד האט געזאגט אז דאס האט מען נאך געזינגען אין פלאנטש, שפעטער איז הרה"ח ר' בערל שטייער הי"ו (א דייקן אין נגינה) צוגעקומען פארציילן אז בשם די טשענסקאוויצער רב ז"ל אז די ניגון האט גאר הרה"ק רבי משה מ'ראזאוודאוו זצ"ל פארפאסט איין יאר מוצאי יו"כ ווען מ'האט געענדיגט נעילה אפאר מינוט פרי פאר די זמן. דערויף האט הרה"צ ר' נפתלי חיים וואגשהאל מלאנצהוט שליט"א מגיב געווען אז די מעשה מיטן ניגון ביים ראזאוודווער איז זיכער נישט געווען מיט דעם ניגון.... ווער ס'קען אויסקלארן זאל אריינקומען קלאר.
פיישל
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 1:22 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיישל »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:ס'האט גארנישט מיט ברסלב. מ'זינגט עס אפילו היינט נישט דארט
דער רבי האט מסתמא געטראכט אז פון די ווארט פריילעך איז עס ברסלב.

ס'איז א לאנגע ניגון אויף אידיש.
א גאנץ יאר פריילעך לכבוד דעם מיילעך וכו'

דאס איז אן אלטער ברסלב'ער ניגון.
און מען האט ארויפגעלייגט אויף דעם (אולי בלוקסוס שפיל הנ"ל) א לאנגער ניגון אין אידיש.

וואו און ווען זינגט מען עס דארט
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: די מקור פון די ניגון א גאנץ יאהר פריילעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

איז עס די וועלט'ס ניגון וואס מען זינגט אויף איש חסיד היה?
אוועטאר
מַחְכִּימַת פֶּתִי
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm

Re: די מקור פון די ניגון א גאנץ יאהר פריילעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מַחְכִּימַת פֶּתִי »

גאלדגרוב האט געשריבן:איז עס די וועלט'ס ניגון וואס מען זינגט אויף איש חסיד היה?

יא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: די מקור פון די ניגון א גאנץ יאהר פריילעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

שטייער האט א געמאכט א טעות די ניגון פון וואס ער רעדט איז די ניגון וואס מ׳זינגט אין ראזוואדוב - סטיטשין אויף מלך עליון און איין יאר האט עס ראזוואדובער רב געהייסן זינגן אויף די ווערטער אתה אחד ווען מען האט געענדיגט פרי כנ״ל און עד היום הזה זינגט מען עס אין סטיטשין סוף נעילה מיט די ווערטער אתה אחד.

לגבי דעם אגאנץ יאר פרייליך ניגון דאס האט מען געזינגן אין ראזוואדוב און שפעטער אין פלאנטש (הגם ס׳איז נישט קלאר ווער דער מחבר איז אדער צו עס איז במקור פון דעם חדר בכלל) און מען זינגט עס נאך היינט אין סטיטשין אויף קדיש תתקבל נאך גשם און טל ווי אויך צומאל ביי נעילת החג טאנצט מען דערויף.

אין סאטמאר איז עס באקאנט אויף איש חסיד טאקע אבער דאס פלעגט אויך דער סאטמאר רב זצ״ל זינגן שושן פורים ביינאכט כטוב לבו ביין אנגעלאנט אויף צוויי מענטשן.
דביה תחדי נפשא
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2872
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: די מקור פון די ניגון א גאנץ יאהר פריילעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:צ/ק

חסידי באבוב קומטס אריין קלאר מיט וואס ס'האט זיך אפגעטוהן ארום דעם ניגון נעכטן ביים שלחן הטהור ביים רב שליט"א

פייער פון די באלאטעס זאל גיין!...

די חברה האבן שוין דא מפרט געווען וואס איז פארגעגאנגען.
נאך עטליכע קליינע נקודה'לעך:
דער רב האט זיך דערמאנט פון דעם ניגון אויף שושן פורים ווען ר' בעריש 'פריילעך' איז געקומען צום טיש (און דער רב האט געמאכט א שמועס באריכות וועגן אים), און עס געהייסן זינגען דאן.
נעכטן איז ער נאכאמאל געווען ביים טיש און דער רב האט זיך ווידער דערמאנט פון דעם ניגון און געמאכט די שמועס פון ווי עס קומט.

דער רב האט עס געהערט "אין קאנטרי"...דאס איז געווען אין די באקאנטע 'האניקרעסט' קאלאניע (אויב האב איך גוט פארשטאנען)

מען האט געזונגען נעכטן די ניגון אן קיין ווערטער, לויט ווי כ'האב נאכדעם געהערט האט דער רב עפעס געזאגט אז די ניגון איז משמח אפילו די תנועה אליין
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2036
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: די מקור פון די ניגון א גאנץ יאהר פריילעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

חמרא טבא האט געשריבן:שטייער האט א געמאכט א טעות די ניגון פון וואס ער רעדט איז די ניגון וואס מ׳זינגט אין ראזוואדוב - סטיטשין אויף מלך עליון און איין יאר האט עס ראזוואדובער רב געהייסן זינגן אויף די ווערטער אתה אחד ווען מען האט געענדיגט פרי כנ״ל און עד היום הזה זינגט מען עס אין סטיטשין סוף נעילה מיט די ווערטער אתה אחד.

לגבי דעם אגאנץ יאר פרייליך ניגון דאס האט מען געזינגן אין ראזוואדוב און שפעטער אין פלאנטש (הגם ס׳איז נישט קלאר ווער דער מחבר איז אדער צו עס איז במקור פון דעם חדר בכלל) און מען זינגט עס נאך היינט אין סטיטשין אויף קדיש תתקבל נאך גשם און טל ווי אויך צומאל ביי נעילת החג טאנצט מען דערויף.

אין סאטמאר איז עס באקאנט אויף איש חסיד טאקע אבער דאס פלעגט אויך דער סאטמאר רב זצ״ל זינגן שושן פורים ביינאכט כטוב לבו ביין אנגעלאנט אויף צוויי מענטשן.

פורים ביינאכט
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: די מקור פון די ניגון א גאנץ יאהר פריילעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

די נאכט נאך פורים צו שושן פורים
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: די מקור פון די ניגון א גאנץ יאהר פריילעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

היינט ביי א פאנעל איבער חסידישע נגינה אין בימ״ד סאטמאר 52 אין ב״פ האט הרב דוד מאיר רוס מגלה געווען אז די ניגון שטאמט גאר פון טאלנא
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: די מקור פון די ניגון א גאנץ יאהר פריילעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

חמרא טבא האט געשריבן:היינט ביי א פאנעל איבער חסידישע נגינה אין בימ״ד סאטמאר 52 אין ב״פ האט הרב דוד מאיר רוס מגלה געווען אז די ניגון שטאמט גאר פון טאלנא

אויך האט הרב רוס דארט איבערגעגעבן בשם טשענסקאוויצער רב זצ״ל אז ערט געהערט פון סאטמאר רב זצ״ל אז מהאט געזינגן דעי ניגון אין ראזוואדוב אויף קדיש נאך נעילה.

למעשה איז עס נישט אינגאנצן קלאר ווייל אין סטיטשין איז נישטא די ניגון מקובל פון ראזוואדוב נאר די קאהן ברודער רבי דוד הנ״ל און זיין ברודער רבי משה פלעגן עס זינגן און דער סטיטשינער רב רבי יודעלע זצ״ל פלעגט זיי מכבד זיין צו זינגן ״די פלאנטשע ניגונ׳דל״.
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
מַחְכִּימַת פֶּתִי
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm

Re: די מקור פון די ניגון א גאנץ יאהר פריילעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מַחְכִּימַת פֶּתִי »

חמרא טבא האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:היינט ביי א פאנעל איבער חסידישע נגינה אין בימ״ד סאטמאר 52 אין ב״פ האט הרב דוד מאיר רוס מגלה געווען אז די ניגון שטאמט גאר פון טאלנא

אויך האט הרב רוס דארט איבערגעגעבן בשם טשענסקאוויצער רב זצ״ל אז ערט געהערט פון סאטמאר רב זצ״ל אז מהאט געזינגן דעי ניגון אין ראזוואדוב אויף קדיש נאך נעילה.

למעשה איז עס נישט אינגאנצן קלאר ווייל אין סטיטשין איז נישטא די ניגון מקובל פון ראזוואדוב נאר די קאהן ברודער רבי דוד הנ״ל און זיין ברודער רבי משה פלעגן עס זינגן און דער סטיטשינער רב רבי יודעלע זצ״ל פלעגט זיי מכבד זיין צו זינגן ״די פלאנטשע ניגונ׳דל״.

כ"ק באבובער רב שליט"א האט נעכטן נאכט אינמיטן נעילת החג נאכמאל ארומגערעדט וועגן דעם ניגון, און צוגעלייגט אז הרה"ג ר' מענדל טייטעלבוים אב"ד טשענסקאוויץ שליט"א האט מוסיף געווען אז זיין פאטער האט עס געהערט די סיפור מיט דעם ניגון פונעם סאטמאר רבי מרן הדברי יואל זי"ע בשם חותנו מפלאנטש
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: די מקור פון די ניגון א גאנץ יאהר פריילעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

וועלכע סיפור?

אויב רעדסטע פונעם מעשה מיטן ענדיגן פרי יוה״ק מאכסטע א טעות. ר׳ בערל שטייער האט שוין מודה געווען אז ערט געמאכט א טעות און געמישט צויי מעשיות. סך הכל וואס טשענסקאוויצער רב האט נאכגעזאגט פון סאטמאר רב בנוגע דעם ניגון איז אז מהאט עס געזינגן אין ראזוואדוב אויף קדיש נאך נעילה וכאמור אידאס די איינציגסטע מקור מען זאל עס האבן געזינגן אין ראזוואדוב ואם קבלה הוא נקבל.
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע: גנזו לצדיקים

Re: די מקור פון די ניגון א גאנץ יאהר פריילעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

חמרא טבא האט געשריבן:
וועלכע סיפור?

אויב רעדסטע פונעם מעשה מיטן ענדיגן פרי יוה״ק מאכסטע א טעות. ר׳ בערל שטייער האט שוין מודה געווען אז ערט געמאכט א טעות און געמישט צויי מעשיות. סך הכל וואס טשענסקאוויצער רב האט נאכגעזאגט פון סאטמאר רב בנוגע דעם ניגון איז אז מהאט עס געזינגן אין ראזוואדוב אויף קדיש נאך נעילה וכאמור אידאס די איינציגסטע מקור מען זאל עס האבן געזינגן אין ראזוואדוב ואם קבלה הוא נקבל.
להד"ם. גערעדט מיט ר' בערל שטייער, און נישט נאר ער ציעט נישט צוריק, נאר ער האט אנגעקלינגען ר' מענדל ב"ר שמואל טייטלבוים אב"ד טשענסקאוויץ, און אויך ער האט צוגעשטימט. דער ניגון איז ר' משה'לע ראזוואדאווער'ס, וואס ער האט עס געמאכט מוצאי יוה"ק ווען מען האט געענדיגט נעילה פאר'ן זמן כאמור.

ר' נפתלי חיים וואגשאל האט זיך צומישט, כך שמעתי.
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
פייער פון די באלאטעס זאל גיין!...
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: די מקור פון די ניגון א גאנץ יאהר פריילעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אור כי טוב האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
וועלכע סיפור?

אויב רעדסטע פונעם מעשה מיטן ענדיגן פרי יוה״ק מאכסטע א טעות. ר׳ בערל שטייער האט שוין מודה געווען אז ערט געמאכט א טעות און געמישט צויי מעשיות. סך הכל וואס טשענסקאוויצער רב האט נאכגעזאגט פון סאטמאר רב בנוגע דעם ניגון איז אז מהאט עס געזינגן אין ראזוואדוב אויף קדיש נאך נעילה וכאמור אידאס די איינציגסטע מקור מען זאל עס האבן געזינגן אין ראזוואדוב ואם קבלה הוא נקבל.
להד"ם. גערעדט מיט ר' בערל שטייער, און נישט נאר ער ציעט נישט צוריק, נאר ער האט אנגעקלינגען ר' מענדל ב"ר שמואל טייטלבוים אב"ד טשענסקאוויץ, און אויך ער האט צוגעשטימט. דער ניגון איז ר' משה'לע ראזוואדאווער'ס, וואס ער האט עס געמאכט מוצאי יוה"ק ווען מען האט געענדיגט נעילה פאר'ן זמן כאמור.

ר' נפתלי חיים וואגשאל האט זיך צומישט, כך שמעתי.
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
פייער פון די באלאטעס זאל גיין!...
שוין העכסט צייט אראפצוקריכן פון בוים, דאס איז נישט קיין ראזוואדאווע ניגון במקור, און דאס האט מען נישט געזינגען נאך נעילה. דער ניגון איז שטארק מוסמך א טאלנע ניגון פון ר' יוסל טאלנער און די ניגון נאך נעילה אין ראזוואדאוו איז קלאר בלי ספק די אתה אחד ניגון אזוי ווי ס'געבליבן די מנהג צו זינגען אין סטוטשין עד היום. פשוט וברור אז סאטמארע רב האט נישט משלב געווען דעם ניגון צים מעשה פון נעילה, מאקסימום האט ער געזאגט אז מ'האט עס געזינגען אין ראזוואדאוו אויף קדיש [און דאס אליינס איז אויכט נישט קלאר ווייל אין די ערשטע ווערסיעס פון טשענסקאוויצע רב זצ"ל האט מען נישט געהערט דעם פרט]
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:
ס'האט גארנישט מיט ברסלב. מ'זינגט עס אפילו היינט נישט דארט
דער רבי האט מסתמא געטראכט אז פון די ווארט פריילעך איז עס ברסלב.

ס'איז א לאנגע ניגון אויף אידיש.
א גאנץ יאר פריילעך לכבוד דעם מיילעך וכו'
דאס איז אן אלטער ברסלב'ער ניגון.
און מען האט ארויפגעלייגט אויף דעם (אולי בלוקסוס שפיל הנ"ל) א לאנגער ניגון אין אידיש.
שוין גארנישט קיין 'לאנגע' ניגון
אין די אלטע 'אידיש קלעסיק' טעיפ"ס, (אדער אפשר אין 'זמירות ישראל' קאסעטע) זינגן זיי עס מיט די פאלגענדע גראמען:

די נאכט פונם סדר - און א גאנץ יאר כסדר,
וועלן מיר לויבן - דעם פון אויבן.
א שבח והודי'ה - למי שאמר והיה,
פאר דעם בורא כל העולמים.

ובשירי דוד המלך - וועלן מיר זיין פרייליך,
פרייליך פרייליך, פרייליך וועלן מיר זיין.
א גאנץ יאר פרייליך - לכבוד דעם מיילעך [=מלך],
לכבוד דעם מלך מלכי המלכים.


פון וואו קומט דאס ???
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: די מקור פון די ניגון א גאנץ יאהר פריילעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”