די מקור פון די ניגון א גאנץ יאהר פריילעך

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

rabshi
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 02, 2008 4:27 pm

די מקור פון די ניגון א גאנץ יאהר פריילעך

תגובהדורך rabshi » מיטוואך פאברואר 16, 2011 2:58 am

איך האב געטראפען לעצטענס א באשרייבונג אינ'ם צייטונג "המבשר" וואס דארטען שטייט פון וואו איז די מקור פון די ניגון א גאנץ יאהר פריילעך. וויל איך אייך פרעגן צו איר ווייסט פון דעם אדער איר ווייסט אן אנדערען מקור.

אין באשרייבונג שטייט אזוי:
חובר על ידי שחקני ה'פורים שפיל' בויז'ניץ בצילו של בעל ה'אמרי חיים' זי"ע במסגרת ההצגה 'לוקסוס שפיל'. בהצגה הוצג 'סדר נאכט' בביתו של היהודי המסתפק במועט לעומת 'סדר נאכט' בביתו של החי חיי מותרות, כשבמהלך תיאור ליל הסדר, זימרו ניגון זה שבמקורו חוברו לו מילים נוספות אודות ליל הסדר.


האט איר אמאל געהערט פון דעם לוקסוס שפיל?

קאנטרי מאוד
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

תגובהדורך קאנטרי מאוד » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 8:04 am

פון דעמאלט זי היינט, איז עס פאר איינעם געווארן בייקאנט?
קאנטרי וואו ביסטו ! קאנטרי איך ווארט אזוי לאנג אויף דיר! קאנטרי קום צי מיר, אוי קאנטרי!

געטראכט
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

תגובהדורך געטראכט » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 8:41 am

פאר עטליכע אין צוואנציג יאר ציריק בין איך פורים געווען ביי א טיש ביי איינער פין די אלטע צדיקים לבית טשערנוביל (איך בין בכוונה נישט מפרט), נאכן טיש האט מען איהם באגלייט בשירה ובזמרה אין מען האט אנגעהויבן זינגען דער ניגון, האט דער רבי זיך אויגעדרייט אין שטרענג געזאגט "ווייסט עטס דען נישט דער מקור פין דעם ניגון?" אין מפסיק געווען די זינגען.

בשעתו האב איך פארשטאנען אז דער מקור איז פין ברסלב, אין כידוע איז אין די טשערנובלער קרייזן געווען א שטארקע התנגדות קיין ברסלב, אפשר האב איך א טעות אין ער האט געמיינט עפעס אנדערשט, אבער ווי איך האב פארשטאנען איז עס עכ"פ אן אלטער ניגון.

בראשית ברא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 9:48 am

ס'האט גארנישט מיט ברסלב. מ'זינגט עס אפילו היינט נישט דארט
דער רבי האט מסתמא געטראכט אז פון די ווארט פריילעך איז עס ברסלב.

ס'איז א לאנגע ניגון אויף אידיש.
א גאנץ יאר פריילעך לכבוד דעם מיילעך וכו'


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Chairlift און 18 געסט