התעוררי קאסאן התעוררי, קנקן חדש מלא ישן

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

מידד
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2010 6:14 pm

התעוררי קאסאן התעוררי, קנקן חדש מלא ישן

תגובהדורך מידד » זונטאג פאברואר 06, 2011 6:52 am

א נייע דיסק וואס גייט היינט אריין און מארק און ארץ ישראל, און האפינטליך און די נאנטע טעג אויך און אמעריקע.

דא איז א באשרייבונג מיט אלע פרטים פון די דיסק.

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=24240
החכם לא יחליט מה שלא יוכיח.

מידד
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2010 6:14 pm

תגובהדורך מידד » זונטאג פאברואר 06, 2011 10:40 am

חסידיניוז איז אויך מפרסם, און לייגט ארויף א אנדערע ניגון פון דעם דיסק.

http://www.chasidinews.com/4867/%d7%94% ... d7%95.html

אגב, ס'איז שוין דא צו באקומען און גל פז.
החכם לא יחליט מה שלא יוכיח.

מיניסטער לעהמאן
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 9:56 pm

תגובהדורך מיניסטער לעהמאן » זונטאג פאברואר 06, 2011 3:01 pm

הערליך שיין

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » זונטאג פאברואר 06, 2011 8:37 pm

די אודיאו ליגט שוין ביי מיר

שרייטס נישט אז איך האב עס נישט געקויפט מיין ברידער הא מיר עס געשיקט ווייל מייין נעפיו זינגט אויף דעם

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג פאברואר 07, 2011 12:59 am

פששששש....
קאסאן'ע ניגונים!!!, שוין יארן וואס איך גיי אויס פאר זייערע ניגונים, ס'איז אזעלכע ווארמע טיפע ניגונים, גראדע אסאך ניגונים וואס מקורם איז פון קאסאן זינגט מען איבער די גאנצע וועלט, איך האב שטארק הנאה אז איינער האט אביסל מלקט געוועהן ניגונים,
מיין פראגע איז נאר וווער איז דער כ"ק אדמו"ר שליט"א וואס האט מחבר געוועהן איין ניגון?, וואס איז דער פולער נאמען פון דעם אדמו"ר און זיין שייכות מיט קאסאן?

דער לכה דודי ניגון וואס ווערט דא געזינגען פלעגט מען זינגען ביים טיש יעדע וואך ביי כ"ק אדמו"ר מ'טאהש שליט"א, אה ס'דערמאנט מיך גוטע צייטן...

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5056
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג פאברואר 07, 2011 4:07 am

שאץ'ל, דער פולער נאמען פון אדמור שליטא איז צבי אלימלך פנט (פאנעט) וועלכער איז א קאסאן'ער אייניקל דורך זיין מאמע, און ער רופט זיך אדמור מקוסון. לויט דעם בילד אויפן דעקל איז דאס ער. אנדערש ווי אנדערע קאסאנ'ער אייניקלעך האט ער יא געוויסט וויזוי דאס אויסצונוצן. מער אין אישי.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

איטשע
שר האלף
תגובות: 1902
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

כן יברך אותנו

תגובהדורך איטשע » מאנטאג פאברואר 07, 2011 5:16 am

קען מיר איינער אפשר לאזן וויסען דער מחבר פונעם ניגון "כן יברך אותנו", דאס איז עפעס אן אלטע ניגון, מען זינגט עס אסאך אין באבוב...

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5056
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג פאברואר 07, 2011 9:37 pm

דערווייל האב איך געהערט נאר דעם לכה דודי ניגון (די ניגון אויף בחדרי קען איך עפעס נישט אויפשפילן, איך ווייס נישט פארוואס) און עס דערמאנט מיך טאקע פון די גוטע צייטן אין טאש, ווייל דארט האט מען אויך אזוי געכיפערט דעם ניגון.

אויב די גאנצע אלבום איז ווי דער ניגון, האב איך מורא ס'יז א שאד ס'געלט. דער ניגון קומט שטייט, אבער שטייט (נישט ווי אין טאש) און דא זינגט ער דאס שנעל עס נעמט אוועק דאס גאנצע געשמאק.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

מידד
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2010 6:14 pm

תגובהדורך מידד » דינסטאג פאברואר 08, 2011 1:33 am

פרוביר צו עפענען דעם לינק פון בחדרי חרדים מיט א אנדערע Explorer. איך מיין אז דעם ניגון האסטו נישט גיהערט און טאהש.

לכה דודי זינגט ער טאקע נישט אזוי שטייט ווי פרייטאג צונאכטס און ביהמ"ד, אבער ס'איז א גוזמא עס צוצישטעלן צו די האחשתרנים בני הרמכים אין טאהש ביים טיש.

נ.ב. איך ווייס נישט וויפיל ס'איז אמת אדער נישט אבער איך האב אמאל גיהערט אז דאס זינגען אזוי שנעל און אהן א טעם אין טאהש קומט דוקא פון רבי'ן שליט"א, ווען מ'האט עהם גיפרעגט דערויף האט ער גיזאגט אז דאס איז קעגן א עיה"ר.

אויב עמעצער האט גיהערט פון דעם מער קראנט ביטע מעיר זיין.
החכם לא יחליט מה שלא יוכיח.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג פאברואר 08, 2011 4:54 am

איך געדענק בשנים קדמניות ווען מ'האט נאך געזינגען אלע ניגונים אין טאהש עטוואס שטאטער, ברוב הימים זענען אלע ניגונים געווארן שנעל, איך געדעק ווען כל מקדש מיט אהבה רבה האט מען געזינגען עכט שיין שטאט, איך רעד בערך 20 יאר צוריק, נישט ווי לעצטנס ווען מ'פליט מיט א דשעט ביי יעדן ניגון,

קיצור דער קאסאן'ע רבי איז הרב פאנעט שליט"א דער מחבר פון די נייע אויפלאגע פון בני יששכר,
אויב דער טעיפ איז אזוי געלונגען ווי בני יששכר מיט אגרא דכלה איז עס זייער גוט.....

דעם ברכו נפשי ניגון וואס מ'זינגט בחצרות ספינקא איז אויך א קאסאן'ער ניגון,
איך בין היינט געוועהן ביי גל-פז ב"פ זיי האבן נישט געהאט דעם סי די,

הרב טהור שלא מן הענין, אזוי גייט עס היינטיגע צייטן, די נעמען מיט די רבי'ס איז נישט אייביג אייניג,
קאסאן איז פאנעט נישט ראטנבערג,
גארליץ איז יונגרייז נישט האלבערשטאם...
באבוב איז אונגאר....
ועוד ועדו....

מידד
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2010 6:14 pm

תגובהדורך מידד » דינסטאג פאברואר 08, 2011 8:52 am

שאץ מאץ, ס'איז מיר גיפעלן דיין ענטפער.

נאר אפאר נקודות
א, קאסאן איז ראטטענבערג
"פאנעט" איז דעעש.
"קוסון" איז "פנט" ודו"ק. :wink:

ב, דער ברכי נפשי ניגון פון ספינקא געפונט זיך אויך אויף דעם דיסק אלס א "קל אדון" ניגון, אזוי ווי די רבי'ס און קאסאן האבען עס געזונגען.

ג, איך האב גיהערט אמאל פון א קלוגן איד, ווען דער באיאנער רבי שליט"א איז גיווארין רבי, האט ער גיזאגט, "משיח האט זיך געביטען די משפחה נאמען פון פרידמאן אויף ברייער".

ד, עס קען נאך נישט זיין אין גל פז ב"פ ווייל הערשט זונטיג נאכמיטאג איז עס אהנגעקומען און גל פז ירושלים. ס'מוז דארען אפאר טאג לכאורה ביז ס'וועט אהנקומען דארט, אבער ס'איז גוט אז מ'בעהט עס, יאגין זיי אונטער אז מ'זאל עס זיי שיקען.
החכם לא יחליט מה שלא יוכיח.

rabshi
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 02, 2008 4:27 pm

תגובהדורך rabshi » פרייטאג פאברואר 11, 2011 2:28 am

דא קענט איר זעהן די קאווער.
צוגעלייגטע
התעוררי.jpg

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג פאברואר 11, 2011 8:51 am

אז איך זעה דעם נאמען "משולם גרינבערגער" האב איך שוין נאך א סיבה עס צו קויפן.

זיין "בתפארתו" טעיפ גייט נישט אראפ פון מיין טיש.

מידד
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2010 6:14 pm

תגובהדורך מידד » מוצ"ש פאברואר 12, 2011 2:27 pm

אינם אשכול "ברינה יגילו" איז די לעצטע דריי וואכן דא ניגונים פון דעם דיסק.

פ' משפטים איז דער לעצטער ניגון "השבת" דער לעצטער פארן סוף.
פ' תרומה הייבט זיך אהן מיט "לכה דודי".
פ' תצוה הייבט זיך אהן מיט "קל אדון".

דער קל אדון איז באקאנט אלס קאסאניער ניגון, דער השבת זינגט טאהשער רבי שליט"א אלס קאסאניער ניגון ולדעתי איז דאס דער געלאנגינסטער ניגון פונם דיסק.

נ.ב. השבת זינגט משולם גרינבערגער.
החכם לא יחליט מה שלא יוכיח.

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » מוצ"ש פאברואר 12, 2011 7:15 pm

אויך אינעם אשכול פין פסק זמן איז אויך געוועהן ניגונים איך געדענק נאר נישט ווי

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5056
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג פאברואר 13, 2011 4:56 am

מידד האט געשריבן:שאץ מאץ, ס'איז מיר גיפעלן דיין ענטפער.

נאר אפאר נקודות
א, קאסאן איז ראטטענבערג
"פאנעט" איז דעעש.
"קוסון" איז "פנט" ודו"ק. :wink:

.


מידד, האסט מיר געקאסט א געזונטן לאך ;l;p-
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5056
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג פאברואר 13, 2011 4:59 am

שאץ מאץ האט געשריבן:איך געדענק בשנים קדמניות ווען מ'האט נאך געזינגען אלע ניגונים אין טאהש עטוואס שטאטער, ברוב הימים זענען אלע ניגונים געווארן שנעל, איך געדעק ווען כל מקדש מיט אהבה רבה האט מען געזינגען עכט שיין שטאט, איך רעד בערך 20 יאר צוריק, נישט ווי לעצטנס ווען מ'פליט מיט א דשעט ביי יעדן ניגון,


שאץ איך געדענקט שוין ב"ה טאש אסאך לענגער ווי צוואנציג יאר, און מען האט אלעמאל געזונגען שנעל ניגונים וועלכע קומען שטייט

ד"א, איך האב אויסגעפרעגט א קאסאנ'ער אייניקל אביסל וועגן דעם נייעם אלבום, זאגט ער מיר אז דער ראזלא'ער רבי פון ירושלים הרב ישעי' פייש ראטטענבערג שליט"א, (זון פון ר' ישראל'טשע זצ"ל), האט בעצם געמאכט דעם גאנצן פראיעקט, נאר דעם קוסון'ער רבי פון ב"ב הרב פנט האט עס פינאנצירט, וממילא נקראת על שמו
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 21, 2010 12:59 pm

תגובהדורך משה פאלאפל » זונטאג פאברואר 13, 2011 12:19 pm

טאבאקא האט געשריבן:אז איך זעה דעם נאמען "משולם גרינבערגער" האב איך שוין נאך א סיבה עס צו קויפן.

זיין "בתפארתו" טעיפ גייט נישט אראפ פון מיין טיש.


טאבאקא דו האסט ליב זיין שטימע, אדער זיינע קאמפאזיציעס?

מידד
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2010 6:14 pm

תגובהדורך מידד » מאנטאג פאברואר 14, 2011 2:38 am

טהור-עיניים האט געשריבן:
מידד האט געשריבן:שאץ מאץ, ס'איז מיר גיפעלן דיין ענטפער.

נאר אפאר נקודות
א, קאסאן איז ראטטענבערג
"פאנעט" איז דעעש.
"קוסון" איז "פנט" ודו"ק. :wink:

.


מידד, האסט מיר געקאסט א געזונטן לאך ;l;p-

נו א לאך נאך ווען ס'איז געזונט איז אלעמאל א גוטע זאך, ובפרט און חודש אדר.
החכם לא יחליט מה שלא יוכיח.

מידד
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2010 6:14 pm

תגובהדורך מידד » מאנטאג פאברואר 14, 2011 2:42 am

טהור-עיניים האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:ד"א, איך האב אויסגעפרעגט א קאסאנ'ער אייניקל אביסל וועגן דעם נייעם אלבום, זאגט ער מיר אז דער ראזלא'ער רבי פון ירושלים הרב ישעי' פייש ראטטענבערג שליט"א, (זון פון ר' ישראל'טשע זצ"ל), האט בעצם געמאכט דעם גאנצן פראיעקט, נאר דעם קוסון'ער רבי פון ב"ב הרב פנט האט עס פינאנצירט, וממילא נקראת על שמו
צוגעלייגטע
התעוררי 03.jpg
החכם לא יחליט מה שלא יוכיח.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג פאברואר 14, 2011 4:17 am

מידד!
אפשר לינקסטו אהער פון דעם ברנה יגילו די דריי ניגונים וואס דו שרייבסט אז מ'זינגט דארט,

מידד
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2010 6:14 pm

תגובהדורך מידד » מאנטאג פאברואר 14, 2011 4:57 am

כ'בין א מן הארץ אין קאמפיוטערס, איך ווייס נישט ווי אזוי מ'שנייד ארויס א ניגון פון א גאנצען קובץ, פארדעם האב איך צוגעצייכנט און וועלכע וואכן ס'איז דא און ווי מ'זאל קענען עס לייכט טרעפען דארט, גיי אריין און דעם אשכול "ברינה יגילו" די לעצטע דריי הודעות זענען די לעצטע דריי וואכין און וועסט עס לייכט טרעפן.
החכם לא יחליט מה שלא יוכיח.

מידד
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2010 6:14 pm

תגובהדורך מידד » מאנטאג פאברואר 21, 2011 1:43 pm

און ברינה יגילו די וואך איז דא נאך א ניגון "אשת חיל", שוין כמעט א האלבע דיסק אויסגעשפילט און די לעצטע וואכן.
החכם לא יחליט מה שלא יוכיח.

מידד
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 15, 2010 6:14 pm

תגובהדורך מידד » דינסטאג מארטש 01, 2011 3:49 pm

יעצט באקומען אינפארמאציע, אז ס'איז שוין דא צו באקומען די נייע דיסק ביי נפתלי גרינפלד (ספרים געשעפט ומתנות) איך ווייס נישט קיין אדרעס, אויב איינער ווייסט זאל ער ביטע אריינשרייבן לטובת המעונינים.
החכם לא יחליט מה שלא יוכיח.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17597
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג פאברואר 03, 2020 3:15 pm

מענין לענין געטראפן אין די ארכיוון קאסאנע ניגונים


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דובי'ס א פען, טשיפקא און 14 געסט