בלאט 1 פון 5

וועלכע חזן גלייכט איר די מערסטע

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 12:43 pm
דורך טאבאקא
איך מאך דירעקט נישט קיין אנקעטע, ווייל כ'וויל הערן וואס דער עולם האט צו זאגן, (און ווער ס'זאגט עס...)

באמת דארף מען ווען אפטיילן די אלטע. ווי יאסעלע, הערשמאן, קווארטין, רויטמאן, פינטשיק, קאסעוויצקי אא"וו, און עקסטער די היינטיגע ווי משה שטערן, ב"צ מילער, בנימין מילער, חיים אדלער, לעמער, משה לוי ברוין, העלפגוט אא"וו

וויכי'ס מיינונג ווייס איך שוין, ער האלט שטארק פון יענקי לעמער.

רופט ענק אן ווארעם רבותי!

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 12:52 pm
דורך פאקטיש
חזן שטארק ירום הודו

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 12:54 pm
דורך פידעלע
פון די היינטיגע, איז משה שטערן...

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 12:56 pm
דורך leiby
איך האב מער ליב דעם ניגון ווי די חזן אליין, אין כ'האב ליב אפאר ניגונים, פארשטייצעך אז יעדער חזן לייגט די בעסטע אראפ די אייגענע קאמפאזיציעס.

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 1:03 pm
דורך זארג_נישט
פון די היינטיגע חזנים איז יואל בן ר אבא בערקאוויטש האלט איך אז ער איז די בעסטע  

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 1:42 pm
דורך פידעלע
leiby האט געשריבן:איך האב מער ליב דעם ניגון ווי די חזן אליין, אין כ'האב ליב אפאר ניגונים, פארשטייצעך אז יעדער חזן לייגט די בעסטע אראפ די אייגענע קאמפאזיציעס.

פון וועלכען ניגון רעדסטו??

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 1:48 pm
דורך leiby
בכלליות

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 1:52 pm
דורך וויכטיג מאכער
טאבאקא, געשאסן א סטעיטמענט! איך האלט וועלטן פון חזן שטארק! איך האלט אז ראזענפעלד איז גאר אינטערעסאנט... וואטעווער.

יא, איך גלייך אויך זייער חזן לעממער.

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:04 pm
דורך האניג
כ'בין כלל קיין חזן הערער, אדרבה יוסל'ע איז פאר מיינע אויערן קיין תענוג כלל, און טאקע דערפאר גלייך איך שטארק (נישט דער חזן...) חזן העלפגאט. מאנכע וואס גלייכן חזנות גלייכן נישט העלפגאט צוליב וואס זיי טענה'ן אז ער איז קיין חזן נישט, און טאקע דערפאר גלייך איך אים גאר שטארק. בפרטיות בין איך גאר אנציטק ווי ער לייגט אראפ "קנה לעירך" אויף תו השמיני!

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:11 pm
דורך פידעלע
מיינסט מסתם, קנא לשמך...

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:16 pm
דורך האניג
מסתם. דאבל טעות... שכוח!

געשריבן: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:17 pm
דורך ווינקל
איך העט ווען געוואלט הערן טאבאקא דאווענען!

געשריבן: דינסטאג פאברואר 01, 2011 1:52 am
דורך שוטה
פון די אלטע קען איך נישט זאגן, יעדער האט זיך זיין ענין אין וואס ער איז דער בעסטער.

פון די היינטיגע איז עס לעמער - פון די אנדערע האב איך נאכנישט זוכה געווען צו הערן א גראד ווארט [חוץ משה שטערן וועם איך האב - איך ווייס אליין נישט פארוואס - כמעט נישט געהערט, אויך ברוין האב איך נאכנישט געהערט].

געשריבן: דינסטאג פאברואר 01, 2011 9:31 am
דורך יודל מענדלזאהן
טאבאקא האט געשריבן:איך מאך דירעקט נישט קיין אנקעטע, ווייל כ'וויל הערן וואס דער עולם האט צו זאגן, (און ווער ס'זאגט עס...)

באמת דארף מען ווען אפטיילן די אלטע. ווי יאסעלע, הערשמאן, קווארטין, רויטמאן, פינטשיק, קאסעוויצקי אא"וו, און עקסטער די היינטיגע ווי משה שטערן, ב"צ מילער, בנימין מילער, חיים אדלער, לעמער, משה לוי ברוין, העלפגוט אא"וו
!


גערעכט ביזטו אז מ'מוז אפטיילן פון די אמאליגע חזנים ביז די היינטיגע. אבער מ'קען אפשר אפטיילן נאך ווייטער און פרעגן אזוי: וועלכע חזן גלייכסטו די מערסטע אויסצוהערן:

1. אויף א סי.די\MP3 פלעיער
2. לייוו קאנצערט
3. לייוו דאווענען

פארשטייט זיך אז כמעט קיינער פון אונז האבן נאכנישט געהערט אלע חזנים אויף די דריי אופנים, און פון הערן ביי א קאנצערט קען מען בכלל נישט דן זיין אויף דאווענען, דאך וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן די מיינונגען פון עולם.

לפענ"ד,
חזנים פון אמאל: וואס וואלט איך דען נישט געצאלט צו הערן א לעבעדיגע תפלה פון אן אמאליגער חזן? וועמען איך וואלט ענדערש געוואלט הערן, דאס קען איך נישט באשליסן.
אויסצוהערן זייערע שטימעס דורך מיינע הויך-הילכער אדער אינערהאלב-די-אויערן-קלינגער איז יאסעלע מיר ליבערשט פון אלע אנדערע. אים קען איך אויסהערן שעה'ן נאכאנאנד און נישט מיד ווערן. פארקערט גאר, איך קען חלילה אריינפאלן אין א היפנאזיע צושטאנד, אזוי אז עס איז ממש בגדר סכנה זיך אריינצולאזן אין דעם אקטיוויטעט בשעת'ן אפערירן שווערע מאשינעריי... מאכט נישט קיין אירטוהם, איך האב אויך גאר שטארק ליב אויסצוהערן קווארטין'ס קרעכצן, קאסאוויצקי'ס (אלע ברודער) הימלישע טענער, גלאנץ'נס מערקווערדיגע און קאבאליסטישע אויפטוען, וואלדמאן'ס ווארימקייט, מאלאווסקי'ס געזאגעכצער, בערעלע חגי'ס קאפ-שטימע'ס, ווידער'ס נעימות'ער, אא"וו. אבער יאסעלע רעדט דירעקט צו מיין נשמה און ברענגט אין מיר ארויס געפיהלן וואס איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז איך פארמאג. אונז פארשטייען זיך גאר גוט. דאס איז ווייל ער רעדט דעם שפראך פונעם הארץ, דער אינטערנאציאנאלער שפראך וועלכער נויטיגט זיך קיינמאל אין קיין דאלמעטשער.

היינטיגע חזנים, איך קען אויסהערן אלע אויף סי.די. און איך האב נישט כמעט קיין נויגונג צום קיינעם מער פונעם צווייטן.
קאנצערט: יעקב יוסף שטארק, איטשע מאיר העלפגוט, דודו פישער, צדוק גרינוואלד און לעמער.
דאווענען: יעקב יצחק ראזענפעלד, יעקב מוצען.

ס'וואלט מיר געווען אינטערסאנט צו הערן פונעם עולם לויט די זעלבע אויבענדערמאנטע קאטעגאריעס.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 01, 2011 9:44 am
דורך דזשעב 012
איך גלייך צו הערן ר' מאיר ברוך קאהן דאווענען, און היינטיגע חזנים גלייך איך נישט אויף סידי, במילא וועל איך אנצינדען א סי.די. פון יאסעלע (צו קאנצערטס גיי איך נישט, במילא גייט עס אריין אין קאטעגאריע פון סי.די.)

געשריבן: דינסטאג פאברואר 01, 2011 12:06 pm
דורך יודל מענדלזאהן
דזשעב 012 האט געשריבן:איך גלייך צו הערן ר' מאיר ברוך קאהן דאווענען, און היינטיגע חזנים גלייך איך נישט אויף סידי, במילא וועל איך אנצינדען א סי.די. פון יאסעלע (צו קאנצערטס גיי איך נישט, במילא גייט עס אריין אין קאטעגאריע פון סי.די.)


און צו הערן אלע היינטיגע חזנים דאווענען האסטו דען יא א געלעגענהייט? כ'רעד דאך וועמען עס וואלט דיר געווען אינטערסאנט צו הערן\זעהן ביי א קאנצערט!
כ'פארשטיי קענסט זאגן העטעך פעטעך, אבער פון דיין ענטפער וועט דער עולם בעסער פארשטיין דיין געשמאק (טעיסט בלע"ז) אין חזנות.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 01, 2011 12:14 pm
דורך פידעלע
ווען מען רעד פון היינטיגע איז דא 2 וועגן ווי אזוי מען קען גיין, די וואס לעבן, אדער וואס זענען אקטיוו, אויב גייט מען מיט די וואס זענען נאך דא מיט אונץ לאורך ימים, איז נישט דא קיין דעבאטע, בלי שום ספק משה שטערן,
ס'וועט'ר יעדער חזן ס'מודה זיין...

געשריבן: דינסטאג פאברואר 01, 2011 1:25 pm
דורך דזשעב 012
יודל מענדלזאהן האט געשריבן:
דזשעב 012 האט געשריבן:איך גלייך צו הערן ר' מאיר ברוך קאהן דאווענען, און היינטיגע חזנים גלייך איך נישט אויף סידי, במילא וועל איך אנצינדען א סי.די. פון יאסעלע (צו קאנצערטס גיי איך נישט, במילא גייט עס אריין אין קאטעגאריע פון סי.די.)


און צו הערן אלע היינטיגע חזנים דאווענען האסטו דען יא א געלעגענהייט? כ'רעד דאך וועמען עס וואלט דיר געווען אינטערסאנט צו הערן\זעהן ביי א קאנצערט!
כ'פארשטיי קענסט זאגן העטעך פעטעך, אבער פון דיין ענטפער וועט דער עולם בעסער פארשטיין דיין געשמאק (טעיסט בלע"ז) אין חזנות.

וואס זאל איך זאגן? העטעך פעטעך? נע..
איך האלט מיר נישט פאר קיין מבין אויף חזנות, אינגאנצן נישט, אבער איך בין א מבין אויף מיין געפיל. איך האב שוין געהערט דאווענען מאיר ברוך, שטארק, לעמער און העלפגוט, די מערסטע וואס האט מיר געצויגן איז מאיר ברוך.
לגבי א קאנצערט קען איך נישט ענטפערן ווילאנג איך בין נאכנישט געווען, איך דארף דאך וויסן וויאזוי יענער זינגט ביי א קאנצערט צו וויסן אז אז גלייך אים ביי א קאנצערט...
(מסתם וואלט איך געגליכן חזן שטארק)

געשריבן: דינסטאג פאברואר 01, 2011 3:14 pm
דורך salads
דער בא'טעם'סטער זינגער, וואס זינגט דו באוועמסטע,און האלט באקוועים צוהערער, לויט מיינע געפוהל שטריכן, איז יעקב לעממער.

ס'מיינט:
אויף צו הערן איינמאל א שטיקל ס'זאל מיר איבערדרייען דו קישקעס, איז העלפגוט און שטארק.

אבער אויף זיך צו לאזן אינטערטעינען אויף א לענגערע וויילע, ווי דארכן ארבייטס טאג, אדער ביי א לאנגן טריפ, צו ביים רילעקסן ביי לאנטש, איז לעממער. ער זאגט זייער גוט און מאכט באקוועים דעם צוהערער.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 01, 2011 3:46 pm
דורך שוטה
חזן דוב הלר פון ארץ ישראל איז אויך נישט אוועקצומאכן [הגם לפע"ד ער קען זיך נאך צולערנען אין געוויסע נקודות].

איך ווייס נישט פארוואס דא הערט מען נישט פון איהם, מאכט'ס א סוירטש אין יוא טוב "דוב הלר תקע בשופר", חובבי קווארטין וועלן שטארק הנאה האבן.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 01, 2011 11:02 pm
דורך פארשריבן
אינטרעסאנט אז קיינער האט נישט דערמאנט חיים אדלער.

פון די היינטיגע גלייך איך אים די בעסטע צו הערן.

דא האט טאבאקא אביסל אויסגעשמועסט זיינע מעלות און חסרונות: viewtopic.php?f=18&t=12119.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 02, 2011 8:55 am
דורך טאבאקא
פידעלע האט געשריבן:ווען מען רעד פון היינטיגע איז דא 2 וועגן ווי אזוי מען קען גיין, די וואס לעבן, אדער וואס זענען אקטיוו, אויב גייט מען מיט די וואס זענען נאך דא מיט אונץ לאורך ימים, איז נישט דא קיין דעבאטע, בלי שום ספק משה שטערן,
ס'וועט'ר יעדער חזן ס'מודה זיין...

יעדער חזן מודה זיין? נישט ממש.

לאמיר פרובירן צו גיין לויט די קאטעגאריעס פון יודל:

לייוו קאנצערט:
איז הכל מודים אז ער איז געווען געוואלדיג.

לייוו דאווענען:
איז אויך אפגערעדט אז ס'איז געווען וואס צו הערן. בעיקר ווייל ער געהערט נאך צום פריערדיגן דור, און ער האט נאך געהערט א שיינע פאר פון די "עכטע" חזנים. (ווי אויך האט ער קאמפאוזט א היבשע פאר גוטע שטיקלעך)
אפשר איז כדאי צו מאכן נאך א קאטעגאריע "מבינות אין חזנות", וואס מועטים בדור הזה וועלן געווינען דעם טעסט, ליידער.

סי די\טעיפ\ עםפיטרי פלעיעיר:
ווענדט זיך וועמען די פרעגסט. נישט יעדער גלייכט אים אזוי שטארק. אבער על טעם וריח וכו'
און בפשטות האט דאס מיט זיין טויש אין די שטימע, וואס יונגערהייט איז דאס געווען זיסער.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 12:46 pm
דורך שלעפשיץ
איך זיך אן אשכול/תגובה וואס זאל מסביר זיין וואס איז דאס חזנות?
וואס איז די חילוק פון א חזן - בעל תפילה - זינגער?

Anybody home?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 1:06 pm
דורך ניק ניק
יוסעלע יוסלעלע ווייסטע וואס?? ר' יוסל

שטארקע שטימע, שיינע קול, הארציג ביז גאר, רייכע ניגונים, תוכנ'דיגע קוועטשעס, קאמפלעצירטע געדרייעכטעסער, יעדער חזן איז אויסגעצייענט אין איינס פון די אויבן דערמאנטע אבער אונזער יוסעלע אדער ר' יוסל האט פון אלעם. כל בו.

פון די היינטיגע גלייך איך חזן שטארק, פאר זיין שטארקע און שיינע שטומע.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 09, 2012 1:16 pm
דורך שטייסטענישט
איך גלייך חזן בריסק