"ברח דודי", (אפגעטיילט פון אן אנדער אשכול)

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

"ברח דודי", (אפגעטיילט פון אן אנדער אשכול)

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג ינואר 22, 2007 10:50 pm

נאטורליך האט געשריבן:האט איינער געהערט דער נייער טעיפ/סידי "ברח דודי" איך האב עס געקויפט און עס געפעלט מיר זייער.


נאטורליך: איך האב געהערט דעם "ברח דודי". פאר די וואס האבן ליב די אלטע לאנגע ניגונים, איז עס זייער גוט, אבער פאר רוב פון היינטיגן דור זעה איך נישט פארוואס ס'זאל זיין אינטערעסאנט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דינסטאג ינואר 23, 2007 9:56 am

עס האט א חן, איך האב עס אנגעצינדען פאר די קינדער ביי מיר אין שטוב ווי עס גייען כמעט נאר קינדער טעיפ'ס און זיי האבען עס געגליכען. מיין קליינער האט זיך אויסגעלערענט דעם ערשטען ניגון דארט. אפשר וועל איך עס ארויף לייגען אויף עפעס א זמירות שבת.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג ינואר 23, 2007 10:11 am

מיינע קינדער האבן עס אויך גראדע געגליכן, ווייל זיי זענען רגיל צו הערן די סארט ניגונים פון מיר און פון אנדערע ענליכע טעיפס. אבער אין א גענעראציע ווי "יאסעלע פליעט" דאמינירט דעם מארקעט, איז שווער צו טרעפן צופיל אזעלכע קינדער.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דינסטאג ינואר 23, 2007 11:14 am

אלזא אונז ביידע האבען מיר ספעציעלע קינדער. just kidding

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג ינואר 23, 2007 11:21 am

ס'האט נישט מיט די קינדער, ס'האט מיט די עלטערן. אזוי ווי מ'איז זיי מחנך, אזוי וואקסן זיי אויף.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג ינואר 25, 2007 1:56 pm

נאטורליך האט געשריבן:האט איינער געהערט דער נייער טעיפ/סידי "ברח דודי" איך האב עס געקויפט און עס געפעלט מיר זייער.

איך האב היינט איבערגעהערט דעם טעיפ נאכאמאל, און איך פארשטיי שוין פארוואס מ'האט א נאמען געגעבן דערפאר "ברח דודי".
די מעשה איז געווען אזוי: ווען די גאנצע פאסטען משפחה האט געענדיגט רעקארדירן דעם טעיפ, האבן די נעפיוס געזאגט פאר'ן פעטער: "ברח דודי". פעטער, אנטלויף פון דא. גיי קיין שווייץ... אדער קיין ווייסעך וואו... די היינטיגע יוגנט וועט דיך צערייסן פאר'ן ארויסגעבן אזא אלט-מאדישע טעיפ אינעם 21'סטן יאר-הונדערט...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
גאליציאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2007 1:05 pm
לאקאציע: אין גאליציא

תגובהדורך גאליציאנער » דאנארשטאג ינואר 25, 2007 2:54 pm

יא איך העב עס געהערט עס איז זייער שיין אין עס האט נאך אביסעל פינעם אלטען טעם א יודישען געשמאק
אין קאנטראסט מיט אסאך היינטיגע טעיפס וואס איז נישט אין מויל אריינצינעמען
יא אין ניין ס'ווענד זיך

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » דאנארשטאג מאי 13, 2010 10:00 pm

איך בין נישט אזוי באהאוונט אין די טעיפס און סי.די. מארקעט. אבער אז מ'רעדט פון אלטע ניגונים האב איך אינטערעס. קען מיר איינער ערקלערן וואס טוט זיך אין דעם טעיפ און ווער איז דער מו"ל. א דאנק
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

אוועטאר
פיניע חזן
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

תגובהדורך פיניע חזן » פרייטאג מאי 14, 2010 1:44 pm

איך האב דאס אויך געקויפט און געהערט און הנאה געהאט, און ווען עס איז ארויס די צווייטע פון זיינע ניגונים מיט'ן נאמען צור משלו האב איך אויך צוגעלייגט צו מיין אוצר
פארשטייט זיך אז ס'איז נישט פאר צופיל מענטשן פון היינטיגען דור, אבער ווער עס האט ליעב איז דאס מחיה נפשות

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » פרייטאג מאי 14, 2010 5:08 pm

איך האב דעם ניגון וואו דער זיידע זייערע ר' חיים יושע פשעמיש זינגט דאס מיט אזא מין מתיקות מיטן גאליציאנע הרבה.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג דעצמבער 07, 2010 1:03 pm

מאשקע האט געשריבן:ס'האט נישט מיט די קינדער, ס'האט מיט די עלטערן. אזוי ווי מ'איז זיי מחנך, אזוי וואקסן זיי אויף.


מאשקע, גאר גוט געזאגט. ווען א קינד ווערט געבוירן האט ער נישט "נאטורליך" ליב א ליפא אדער א מרדכי וכו' וגו'. דאס וואס מען לייגט אין אים אריין, דאס פיקט ער אויף. מיינע קינדער קענען זיך נישט אוועק רירן פון ר' יו"ט ערליך, ר' לייבל וויינשטאק און אפילו ברוך אתה. אבער אפילו ביי קינדער טעיפס, קומט נישט אריין ביי מיר אין שטוב קיין יאסעלע פליט ודומיהן. יא, עוד יוסף חי, רץ כצבי, לכל זמן. דאס שוין יא.

עכ"פ, פארוואס ברענג איך יעצט ארויף אזאן אלטן אשכול. איז די מעשה אזוי.

אפאר חדשים צוריק, האט מיין אידענע'ס א חבר'טע איר אוועק געגעבן עפעס א זאפאס פון טעיפס וועלכע זענען 'נישט איר טעיסט', איך האב קיינמאל נישט צופיל געקוקט וואס דארט איז דא, אבער נעכטן האב איך געדארפט ערגעץ פארן א שטיקל וועג, האב איך א קוק געטאן צווישן יענע טעיפס וואס דארט געפונט זיך, און איך האב געזען דעם ברח דודי טעיפ, איך האב עס שוין אסאך מאל געזען אין ספרים געשעפט, אבער קיינמאל נישט געהערט.

האב איך עס אלזא יעצט אפיר גענומען, און מיטגענומען אין קאר. איך האב עס אריינגעלייגט אין דעם פלעיער, און וואס זאל איך אייך זאגן, איך בין פלעין ארויס פון די כלים.

איך האב שוין אסאך געהערט פון ר' חיים יהושע פשעמיש ז"ל, א פארצייטישער חסיד'ישער איד, וועלכער איז געווען אינדערהיים א קאלאשיצ'ער חסיד, און דאהי אין אמעריקא האט ער מקבל מרות געווען פון מהרי"י מ'סקווירא (דאס ווייזט אויך אויף זיין זיין א פארצייטישער חסיד'ישער איד, היינט פאסירט נישט אזאנס) איך האב יארן צוריק זיך געקענט מיט זיינס א זון וואס האט דעמאלס געוואוינט אין קראון הייטס, (אבער דאס גייט שוין צוריק איבער צוואנציג יאר, און איך האב נישט קיין השגה וואס דער זון טוט היינט), און דאס אז ער איז געווען א געוואלדיגער טרעזשור טרואוו (אוצר בלע"ז) פון פארצייטישע ניגונים, דאס גייט שוין צוזאמען מיט זיין נאמען. אבער איך האב קיימאלנישט געוואוסט אז דער טעיפ איז ניגונים וואס ער פלעגט זינגען.

אבער אצינד האב איך דאס געהערט, און איך בין מורא'דיג נתפעל געווארן דערפון. ממש אלע ניגונים, איינס ביי איינס, זענען ווערד געלט. טו בעד, ניגונים פונעם אלטן היים האט אן אנדערן טעם, און היינט קען מען דאס נישט נאכמאכן. זעעט אויס אז א מויל וואס עסט אמעריקאנער טשיקן מיט סטעיק (א"י'דיגע איז די זעלבע זאך פאר כמעט אלל טינגס קאנסערנד) פאבריצירט נישט אזעלכע סארט ניגונים.

אגב, דער לעממער וועלכער זינגט דארט זינגט גאר שיין, און האט א וואונדערבארן קול.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1163
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 1:39 pm

ווייסט איינער וויאזוי אויפצוזיכן דעם קאסעט אויף דזואיש מיוזיק פם??
. . . . . . .

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 2:28 pm

נאדיר
נו גוט נו שוין האט געשריבן:ווייסט איינער וויאזוי אויפצוזיכן דעם קאסעט אויף דזואיש מיוזיק פם??


דער עיקר וויסט עס הערן יא? איז ME אויך גוט?
הוי מחשב...

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1163
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 10:55 pm

צוגעטראפן!

יישר כח!
. . . . . . .


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט