עתיקא קדישא 3 - רעוא דרעוין

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

לחיים מוזיק
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2009 3:53 pm

עתיקא קדישא 3 - רעוא דרעוין

תגובהדורך לחיים מוזיק » דינסטאג נובעמבער 09, 2010 4:43 pm

מיט ר' ירמי' דמן
צוגעלייגטע
עתיקא A4 (1).jpg

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג נובעמבער 09, 2010 5:20 pm

מיר ליגט נאך אין די ביינער די ערשטע צוויי פון די 'עתיקא קדישא' סעריע. עס איז פון די שענסטע און ווארימסטע אלבום'ס.

לאמיר האפן אז עס קומט נאך איינס דאס גלייכן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דינסטאג נובעמבער 09, 2010 6:02 pm

אה!! ווארעם איז נישט דאס ווארט!! אוי ווער זינגט נישט די רבון כל עולמים פון פרייטאג צונאכטס... אזוי שיין...

גיימיר עס קויפען.
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג נובעמבער 09, 2010 7:05 pm

שוין דא אין די געשעפטן ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » מיטוואך נובעמבער 10, 2010 9:18 am

בס"ד,

שיין איז נישט דאס ווארט!

אויסער די הערליכע ניגונים וואס זעטיגט די נפש ונשמה, ווערט מען געוואויר אויף די טעיפס אינטערעסאנטע ידיעות.

למשל, די לעבעדיגע ניגון וואס מ'זינגט אין סאטמאר אויף קדיש נאך מוסף (און נעילה) אין די הייליגע טעג, איז א ראפשיצער ניגון אויף משוך חסדך ליודעיך (עתיקא קדישא נומער 1).

ועוד ועוד

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך נובעמבער 10, 2010 12:08 pm

איך קען שוין קוים ווארטן אויף די סי די וואס קומט ארויס (חנוכה) (קרעדיט: פראמא קליפ-מיכאל'ס סידי).

ווען וועט עס זיין?

איז דאס א לחיים פראדאקשאן? אדער נאר דיסטריביטעט?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

matovu
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 26, 2007 12:08 pm

תגובהדורך matovu » מיטוואך נובעמבער 10, 2010 12:39 pm

PREVIEW PLEASE

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך נובעמבער 10, 2010 1:00 pm

דער רבון כל העולמים איז געווען א אויסנאם, אין די נומער 2 איז נישט געווען אזא טרעק (אינקלודעד די טרעק פונעם זוה"ק).

דער רבון כל העולמים האט געהאט א מעלה ווייל עס איז כמעט נישטא קיין גראדער נוסח אויף דעם, דעריבער איז געווען זייער אינטערסאנט צו הערן די אלע פרישע תנועות אויף דעם.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מיטוואך נובעמבער 10, 2010 3:46 pm

און די מוזיק? איז דאס מאל ווייטער שוואכע וואן מען בענד ווי די פריערדיגע?
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מיטוואך נובעמבער 10, 2010 4:08 pm

די פריעדעגע האט זיין זוהן משה יוסף געשפילט נאטינג מעידזער אבער ביליג איז עס זיכער
Normal is just a setting on the washing machine

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

תגובהדורך לב טוב » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 2:29 pm

איך בין זיך אויך מחי' מיט זיינע טעיפס, עס האט נאר איין פראבלעם א שיינע פאֲר ניגונים זענען היבש פארדרייט, איך ווייס נישט אויב דורך ר' ירמי' אדער זיין טאטע-זיידע אבער עס לאזט טיילמאל א שלעכטע נאך-טעם
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?

matovu
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 26, 2007 12:08 pm

תגובהדורך matovu » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 2:34 pm

Vos geit zan mit a Preview ?

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 8:50 pm

די ערשטע ניגון אויף די יוסי גיל שאו איז געוועהן א ניגון פין די נייע סידי
דא קענט איר דאונלאודן די שאו.
ברינה יגילו דארנעשטיג פרשת ויצא
https://www.yousendit.com/download/dkly ... c0t4dnc9PQ

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 9:30 am

קהת האט געשריבן:די פריעדעגע האט זיין זוהן משה יוסף געשפילט נאטינג מעידזער אבער ביליג איז עס זיכער



אויפן בעק פונעם קאווער: עיבוד ותמזור משה. י. דמן
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5040
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג נובעמבער 14, 2010 2:01 am

לב טוב האט געשריבן:איך בין זיך אויך מחי' מיט זיינע טעיפס, עס האט נאר איין פראבלעם א שיינע פאֲר ניגונים זענען היבש פארדרייט, איך ווייס נישט אויב דורך ר' ירמי' אדער זיין טאטע-זיידע אבער עס לאזט טיילמאל א שלעכטע נאך-טעם


דארפסטו קודם זיכער מאכן צו ווי ער זינגט איז פארדרייט, אדער דעם ווערסיע וואס דו קענסט איז פארדרייט.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » זונטאג נובעמבער 14, 2010 11:01 am

שוין דא אויף קול מבשר.

דריקט איינס און דערנאך זעקס.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » זונטאג נובעמבער 14, 2010 4:33 pm

וואס זענען די ווערטער וואס ער זאגט ביי דרור יקרא.

ביי די שטיקל דרוך פורה בתוך בצרה, אנשטאט וגם בבל אשר גברה זאגט ער עפעס מיט ישמעאל און אדום, איינער קען ארויפלייגן די פונקטליכע ראפשיצער נוסח ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » זונטאג נובעמבער 14, 2010 4:52 pm

איך מיין ער זאגט וגם אדום אשר גברה, עס זענען דא עטליכע מקומות וואס זאגן דעם נוסח.

זעה איבער דעם א שמועס אין קובץ בית אהרן וישראל אז אריגינאל איז געשטאנען אדום נאר מפני הצענזור האט מען געטוישט
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 15&hilite=

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » זונטאג נובעמבער 14, 2010 5:23 pm

די נוסח איז אזוי דרוך פורה בתוך בצרה וישמעאל וגם אדום רשעתם גברה נתוץ צרינו באף ועברה שמע קולינו ביום נקרא
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » זונטאג נובעמבער 14, 2010 5:47 pm

איז אן עולה ארויסצוגעבן א טעיפ מיט ניגוני ראפשיץ, און עס זינגען נוסח בעלזא ?

דוגמא א', וישמעאל וגם אדום רשעתם גברה, וואס דאס איז א נוסח וואס מען זאגט אין בעלזא די לעצטיגע יארן

דוגמא ב', עיר המשובחה

דוגמא ג', נישט אויף די איצטיגע קאסעטע, אבער אויף די ערשטע ווי ער זינגט דעם רבון העולמים לאזט ער אויס מלך צח ואדום.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » זונטאג נובעמבער 14, 2010 5:53 pm

ער זינגט נישט קיין ראפשיצער ניגונים ער זינגט ראפשיצער טיונס אויף בעלזער ווערטער, וואסי די פראבלעים??? און צווייטענס ער שרייבט קלאר אז ער זינגט די ניגונים פון זיין טאטע סאיז נישט אייגענס,האסט טענות אויף זיין טאטע? איך מיין ער ליגט און הר המנוחות.
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » זונטאג נובעמבער 14, 2010 5:55 pm

זיין טאטע האט נישט געזונגען די ווערטער ישמעאל וגם אדום....

עס איז די לעצטע צען יאר וואס מען זינגט ישמעאל...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 9:22 am

רבותי, זאגט מיר קלאר אויב בעלזא האט טאקע געטוישט צו ישמעאל די לעצטע פאר יאר - אויב דאס איז אמת, וועל איך בל"נ נישט קויפן דעם טעיפ.

אגב, וועגן עיר המשובחה, דאס איז אין ברוך קל עליון נישט אין דרור יקרא, און עס האט גארנישט מיט בעלזא. ביי אונז אין משפחה זינגט מען אזוי דורי דורות.

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 12:56 pm

איין רגע לאמיר פארשטיין אויב לאמיר זאגען מיכאל שניצלער וויל זינגען א ניגון פון די פיוטים פון הייליגע טעג וואס און גור זאגט מען עס נישט מעג ער נישט זינגען א גערע טיון אויף די ווערטער וואס זיי זאגען נישט???????

ביטע זייט מסביר...
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דינסטאג נובעמבער 16, 2010 1:05 am

זיכענדיג פערצופאל אונעם חנוכה טעיפ אשכול, זעה איך אז וויכי האט עס שוין פאראויסגעזאגט

viewtopic.php?p=169786#p169786
וויכטיג מאכער האט געשריבן:נעכטן נאכט האבעך אריינשפאצירט אין מיין באליבטן געשעפט, לי עוו. פאוטאו, כאמעך אביסעלע אומגעקוקט אויף די נו ריליס סעקשן, זיכענדיג פאר עפעס ניי, שפאצירצעך אריין ר' לאנגזאם פון לחיים דיסטריביוטער, און ער באמערקט מיך, ער ווייסט אז איך וויל הערן וואס ער האט צו זאגן, גייטער גראד צו צום פאונט, (איין מינוט כ'גיי ריפרעשן..........נאכאלץ נישט) וויכי, ס'קומט א גוטס! וואס? אייזיק האניג האט א נייע יודעלע טעיפ, פרעגעך? זאגטער ניין! שוועקי האט א נייע רחם? ניין! מרדכי בן... ניין! אברהם... ניין! ס'קומט א גוטס! זעהענדיג אז כ'בין שוין זייער נייגעריג זאגטער גראד ווייטער, וויכי, געדענקסט א טעיפ "עתיקא קדישא"? יא, זאגעכעם, ס'קומט ארויס נאך א חלק פון שאלעשידעס? זאגטער ניין, אבער ס'קומט ארויס אזא מין (סטייל, בלע"ז) סי די אויף חנוכה, ס'הייסט? זייער פשוט, ס'קומט ארויס אין די נעקסטע פאר וואכן א סי די אויף חנוכה געזינגען דורך "ירמיה דמן" אויף די סטייל פון "עתיקא קדישא", ער פירט אויס מיט פאטאס (וועא"מ) "יעדער וועט קענען זיצן ביי די חנוכה לעכטעלעך מיט ירמיה דמן".
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 27 געסט