החזן חיים אדלער סליחות

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

החזן חיים אדלער סליחות

תגובהדורך טאבאקא » זונטאג סעפטעמבער 05, 2010 4:04 am

זיך גרייטנדיג צו סליחות מיטן הערן די ווארימע שטיקלעך פון די פריערדיג חזנים, צב"ש צדיק ה', לכו נרננה, רצה עתירתם, מתרצה ברחמים, פון יאסעלע. הנשמה לך פון קווארטין. הלבן חטאינו פון הערשמאן. עננו, רחמנא דעני, פון קאסעוויצקי. מרן דבשמיא פון וויגאדא. און אזוי ווייטער.
האט מיר א פריינט מיינער אריינגעשיקט א פאר קליפס פון סליחות פון ר' חיים אדלער חזן אין תל אביב זייער שיין. (איך געדענק כ'האב אמאל געזעהן פון אים ווי ער זאגט "רצה עתירתם" פון יאסעלע ביים עמוד (כ'מיין צו זאגן באלעמער...) אבער כ'קען עס נישט טרעפן אויפן מאמענט.
http://www.mahnishmah.com/system/script ... all_inside
http://www.mahnishmah.com/system/script ... all_inside
http://www.mahnishmah.com/system/script ... all_inside

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » דאנארשטאג סעפטעמבער 16, 2010 10:40 am

זייער שיין.
איך האב שוין אויך געזעהן די קליפ פון "רצה עתירתם" פון וואס איר רעדט, כאטש ער פארדרייט אביסל דעם שטיקל, איז עס אבער נאכאלץ הערליך.
דרך אגב, האב איך שוין אויך געזעהן פון 'משה שטערן' לייף סליחות, טאקע אומגעפער אויפן זעלבן אופן, ער שטייט ביים באלעמער מיט די טלית אויף די פלייצע, און פון פארנט א חזנ'ישן כאר מיט א דירעגירער.
אבער איך גלייך מער חיים אדלער'ס שטימע.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 5:30 am

דו רעדסט פון דעי ווי ער דרייט זיך אויס ביי "תעלם ניסיך" צום עולם, און ווייזט מיט די הענט מ'זאל מיטזינגען?

צו פארגלייכן "משה שטערן" צו חיים אדלער", איז ווי פארגלייכן א עלפאנט צו א פליג.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 7:41 pm

טאבאקא האט געשריבן:דו רעדסט פון דעי ווי ער דרייט זיך אויס ביי "תעלם ניסיך" צום עולם, און ווייזט מיט די הענט מ'זאל מיטזינגען?

יא, כ'האב עס אראפגעלאודט אויף מיין קאמפיוטער, און איך קוק עס אסאך מאל איבער. ס'איז זייער שיין.

טאבאקא האט געשריבן:צו פארגלייכן "משה שטערן" צו חיים אדלער", איז ווי פארגלייכן א עלפאנט צו א פליג.


מעגליך פון חזנישן שטאנדפונקט. אבער איך גלייך זייער ר' חיים אדלער'ן. ער שרייט נישט און פארפירט נישט צופיל, ער האט א געשמאקע, שיינע און הערליכע שטימע, און נישט קיין שלעכטן קאלאראטור. לדעתי איז ער היינט די "וועלטס חזן".
(איך האב אמאל געגעבן צו הערן פאר איינעם דעם סידי "בקול", וואס איר האט שוין ערגעץ וואו דערמאנט, און יענער האט עס געהערט מסיח לפי תומו - אן צו וויסן ווער ס'זינגט וואס. און ער האט געזאגט אז חיים אדלער שטארט פון אלע איבריגע).
און אויף דעם איז געזאגט געווארן, על טעם וריח אין להתוכיח. יעדער פארמאגט זיך זיין טעם און געשמאק.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » מיטוואך סעפטעמבער 22, 2010 4:56 am

לאמיר א טראפעלע צונעמען די זאך.
די וואס ליגן אין חזנות האבן צוויי הויפט טענות אויף אים, ער פארדרייט שטיקלעך, און אז ער זינגט היפש שווער און שטייט, ובלשונם "קריכעדיג און שלעפעדיג".
איז אזוי, די ערשטע איז נישט קיין טענה, ווייל אז מ'ווייסט ווי אזוי איז קיין עוולה צוצולייגן אפאר קוועטשעס דא און דארט, א שטיקל איז נישט הלכה למשה מסיני. למשל האב איך פון אים א טעיפ ווי ער זינגט הערליך אראפ דעם באקאנטן "רזא דשבת", און ער לייגט צו דערצו אפאר זייער שיינע קוועטשעס. (אויפן פארדרייען שטיקלעך האב איך א טענה אויף אנדערע, איבערהויפט אויפן אזויגערופענעם "חזן העולמי" איטשע מאיר, וואס כאטש ער פארשטייט נישט צו א שטיקל, און ווייסט בכלל נישט ווי אזוי עס צו פארדרייען, דאך פארדרייט ער רעכטס און לינקס. איך וועל געבן נאר א קליינע דוגמא פון יאסעל'ס שטיקל "אנת הוא שליט" ווי יאסעלע זינגט "יהא רעוא קדמך, קדמך יהא רעוא", זינגט דער גערער ביידע מאל "יהא רעוא קדמך", ס'איז דאך א הימל געשריי! דאס נעמט דאך אוועק דאס גאנצע שיינקייט פונעם שטיקל!, חוץ וואס בעצם זינגט ער דאס שטיקל זייער שלעכט, און ס'שטייט אים זייער נישט גוט כאטש ער ציהט ארויף אויף א העכערן טאן ווי יאסעלע).
און די צווייטע טענה איז גראדע אמת, ווי אויך האט ער נישט אזא גוטן קאלאראטור, אבער דאס איז נישט אזוי געפערליך. ער איז נאכאלץ זייער שיין און הארציג. אבער "וועלטס חזן" קען מען אים נישט אנרופן. (א שטיק צייט האב איך געהאלטן אז "בנימין מילער" איז דער היינטיגער וועלטס חזן, אבער כ'האב שוין צוריק געצויגן דערפון, און געקומען צו די מסקנא אז ס'איז נישטא היינט, ביז דערווייל איז נאך נישט אויפגעקומען אזעלכע גוטע און מעכטיגע חזנים ווי אמאל, וואס די סיבה איז?, וועלן מיר אי"ה שרייבן ביי א צווייטע געלעגנהייט בל"נ).

געלינקטער
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 12, 2010 9:08 am

תגובהדורך געלינקטער » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 9:08 pm


שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 11:31 pm

טאבאקא האט געשריבן:ביז דערווייל איז נאך נישט אויפגעקומען אזעלכע גוטע און מעכטיגע חזנים ווי אמאל, וואס די סיבה איז?, וועלן מיר אי"ה שרייבן ביי א צווייטע געלעגנהייט בל"נ.

מיר ווארטען.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט