[נגינה] חתונה בבית מו"ה מיכאל שניצלער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 29, 2010 9:39 am
(שוין געווען געדריקט אויף הייד פארק און איך לייג עס דא איבער)
מאנטאג נאכט איז פארגעקומען די געהויבענע חתונה בבית שניצלער-קאהן, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן כמר זושא'לע שניצלער א זון פון איינע פון די באקאנטסטע זינגער אין די היימישע וועלט מו"ה מיכאל שניצלער הי"ו.
די חתונה איז פארגעקומען אין די זאלן פון "עטרת טשארנא" מיט די באטייליגונג פון א ריזן מאסע מענטשן. היכל הנגינה שע"י היימישע קרעטשמע (איי וועלט האט נישט געקענט..) האט געהאט דארט עטליכע פארשטייער ביי דעם חתונה ווי עס האבן זיך אנגעזעהן פולע זינגער, שפילער און בדחנים פון גרעיטער ניו יארק. מיכאל האט יעדעם אויפגענומען מיט א זעלטענעם אהבת הנפש.. און כמים פנים על פנים האבן די ... וואטעווער.
מיכאל שניצלער האט מיסתמא א רעקארד פון זינגען אויף די מערסטע חתונות ביין היימישען ציבור. ער איז געוען דער סאמער ערשטער אויף די מארקעט פון זינגען ביי חתינות. אנגעהויבן האט ער עס וואוינענדיג אין קרית יואל ווי ער פלעגט דארט זינגען ביי שמחת בית השואיבה אין רבישע חתנות.
צווישן די זינגער'ס וואס האבן דארט געזינגען ביים חתונה האט זיך/איך אנגעזעהן בנימין לעווי, ליפא שמעלצער, שימעי ענגעל, לוי יצחק פאלקאוויטש און נאך עטליכע. (נישט יעדעם קען איך ביים נאמען) די מוזיק איז געווארן אנגעפירט דורך דעם טאלאנטפולער איין-מאן-באנד מושי קעסטענביום און באגלייט דורך יענקי קטינא, יואלי בראך, מושי פריעד און יוסי פארקאש.
דער עולם איז געווען אין די לופטן און זיך משמח געווען ביז אין דער נאכט אריין. און מיר ווילן טאקע דא וואונטשן פאר מיכאל'ן א הערצליכן מזל טוב! זאל ער זעהן בלויז שמחה און נחת פון זיינע קינדער און אייניקלעך און ווייטער קענען משמח זיין אידן עד ביאת הגואל.
וויכי. וואס האב איך פארגעסן?