איך זוך א ניגון

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » דינסטאג מארטש 12, 2019 6:40 pm

איצל פיצל האט געשריבן:עס איז דא א שטייטע ניגון ויבא עמלק וואס חיליק פראנק זינגט אראפ, איך מיין אויף פורים אין ירושלים 2 קען עס איינער ברענגען אויף דראפבאקס אדער דרייוו? ישר כח.

די ניגון ויבא עמלק איז א טיפישע ברעסלעווע ניגון, ס'איז איין שטיק השתפכות הנפש.

דא האסטו פון אברהם לייב בורשטיינ'ס סידי "ניגוני ברסלב - חנוכה ופורים", ס'איז טאקע נישט אזוי פראפעסיאנאל, אבער ער זינגט עס מיט אלע ברעסלאווע תנועות.

דאס איז פון אברהם בלטי, זייער פראפעסיאנאל אראפגעשפילט.

דאס איז פון חיליק פראנק'ס סידי "פורים בירושלים ".

"לחן נשמתי מרטיט על המילים ויבא עמלק, חסידי ברסלב פירשו את זה על מלחמת יצר הרע. מתחיל עם המילים ביידיש: "און דא", כלומר "כאן", והיו מצביעים על העיניים האוזניים והפה, שהיצר מנסה להשתלט על התנהגות האדם, הניגון עוזר לחסיד להתפלל שינצל ממנו."

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » דינסטאג מארטש 12, 2019 7:26 pm

חלב ישראל האט געשריבן:
איצל פיצל האט געשריבן:עס איז דא א שטייטע ניגון ויבא עמלק וואס חיליק פראנק זינגט אראפ, איך מיין אויף פורים אין ירושלים 2 קען עס איינער ברענגען אויף דראפבאקס אדער דרייוו? ישר כח.

די ניגון ויבא עמלק איז א טיפישע ברעסלעווע ניגון, ס'איז איין שטיק השתפכות הנפש.

דא האסטו פון אברהם לייב בורשטיינ'ס סידי "ניגוני ברסלב - חנוכה ופורים", ס'איז טאקע נישט אזוי פראפעסיאנאל, אבער ער זינגט עס מיט אלע ברעסלאווע תנועות.

דאס איז פון אברהם בלטי, זייער פראפעסיאנאל אראפגעשפילט.

דאס איז פון חיליק פראנק'ס סידי "פורים בירושלים ".

"לחן נשמתי מרטיט על המילים ויבא עמלק, חסידי ברסלב פירשו את זה על מלחמת יצר הרע. מתחיל עם המילים ביידיש: "און דא", כלומר "כאן", והיו מצביעים על העיניים האוזניים והפה, שהיצר מנסה להשתלט על התנהגות האדם, הניגון עוזר לחסיד להתפלל שינצל ממנו."

א גרויסן ישר כח. האסט א גוט הארץ.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך מארטש 13, 2019 5:22 pm

איינער ווייסט ווי איך קען טרעפן דעם ניגון דעם ניגון יש בורא עולם יש יש - אין עוד מלבדו?

איך זוך עס פראפעסיאנאל אראפגעשפילט און געזונגן.

(אויסער שמועלי אונגארס נייע סידי)
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

בטיש בטישין
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובהדורך בטיש בטישין » מיטוואך מארטש 13, 2019 5:46 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איינער ווייסט ווי איך קען טרעפן דעם ניגון דעם ניגון יש בורא עולם יש יש - אין עוד מלבדו?

איך זוך עס פראפעסיאנאל אראפגעשפילט און געזונגן.

(אויסער שמועלי אונגארס נייע סידי)

מלא שמחה 2

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מיטוואך מארטש 13, 2019 7:13 pm

די נאמען פון דעם ניגון איז "misirlou", ס'מיינט "מצרישע מיידל" אין אראביש.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך מארטש 13, 2019 9:53 pm

חלב ישראל האט געשריבן:די נאמען פון דעם ניגון איז "misirlou", ס'מיינט "מצרישע מיידל" אין אראביש.

אינטערעסאנט, וואס נאך ווייסטו איבער די ניגון און איר מקור? ווער האט דאס אריינגעברענגט?

אגב, ותוסף אסתר ותדבר / קלי קלי למה עזבתנו איז אויך במקורו אן אראבישע ניגון מיט ווערטער איבער א גע'גנבט'ער שיך. כך שמעתי מהרה''צ רי''מ שעכטער שליט''א.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מיטוואך מארטש 13, 2019 10:16 pm

איך ווייס נישט פונקטליך די מקור, אבער וויקיפעדיע האט א בלאט איבער דעם ניגון עיין שם, און א שנעלע גוגל זוך האט מיך ארויפגעברענגט דעם ניגון רעקארדירט אין לבנון אום 1948.

די ניגון - ווי אויך נאך אסאך אנדערע ניגונים - האבן די אראבער פון ארץ ישראל אריינגעברענגט ביי אונז, זיי פלעגן אלץ קומען שפילן ביי די אידן און צווישן אנדערן פלעגן זיי זינגען זייערע ניגונים אויך, אויף די אלטע בילדער פון ל"ג בעומר אין מירון קען מען זיי זען דארט שפילן און זיך מיטפרייען.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך מארטש 13, 2019 10:50 pm

דאנקע שעהן.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

קיסריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

*נייע* שושנת יעקב פון ר׳ משה דוד מאנדלבוים

תגובהדורך קיסריה » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:00 pm

עפעס א נייע רעקארדינג גייט ארום פון עפעס א מאסיווע שושנת יעקב, קאמפאזירט דורך ר׳ משה דוד מאנדלבוים ז״ל - און אראנזשירן דורך מונא ראזנבלום.

ביטע נישט פארמישן מיט די מערערע באקאנטע שושנת יעקב געזונגען בחצר באבוב.

ווער קען ביטע ארויפשטעלן א לינק.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:01 pm

דאכט זיך מיר אז מען פלעגט אלעמאל טאנצן אויף די ניגון ביי חתונות, מען פלעגט עס זינגן אן ווערטער, מען האט דאס גערופן ''דעבקא'' לעצטענס האט מען צוגעלייגט ווערטער, בין איך גערעכט?
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:05 pm

יא. דעקבע און הארא זענען בערך די זעלבע זאך.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3377
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך מארטש 13, 2019 11:12 pm

קיסריה האט געשריבן:עפעס א נייע רעקארדינג גייט ארום פון עפעס א מאסיווע שושנת יעקב, קאמפאזירט דורך ר׳ משה דוד מאנדלבוים ז״ל - און אראנזשירן דורך מונא ראזנבלום.

ביטע נישט פארמישן מיט די מערערע באקאנטע שושנת יעקב געזונגען בחצר באבוב.

ווער קען ביטע ארויפשטעלן א לינק.


viewtopic.php?p=1886358#p1886358

קנאק יאנקעל
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2016 4:04 pm

שושנת יעקב, קאמפאזירט דורך ר׳ משה דוד מאנדלבוים ז״ל

תגובהדורך קנאק יאנקעל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 11:13 pm


קנאק יאנקעל
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2016 4:04 pm

pdf פון דעם מייסטערהאפטן שושנת יעקב

תגובהדורך קנאק יאנקעל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 11:37 pm


אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » זונטאג מארטש 24, 2019 12:34 pm

איז פארהאן א ריקארדינג פון טאטע לעבן - מה נשתנה וואז מ'לערנט אויס די קליינווארג?
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

חוות דעת
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2019 10:15 am

תגובהדורך חוות דעת » דינסטאג מארטש 26, 2019 2:41 am

א גראם מיט טעם האט געשריבן:איז פארהאן א ריקארדינג פון טאטע לעבן - מה נשתנה וואז מ'לערנט אויס די קליינווארג?

לחיים קינדערגארטן פסח

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דינסטאג מארטש 26, 2019 3:09 pm

איך זוך די פרי סינגל פון אברהם פריד ריבון העולמים

א דאנק אויף צוריקציוועגס

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דינסטאג מארטש 26, 2019 3:18 pm

שוין געטראפן

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
א גוטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » מיטוואך מארטש 27, 2019 12:34 am

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:די נאמען פון דעם ניגון איז "misirlou", ס'מיינט "מצרישע מיידל" אין אראביש.


אגב, ותוסף אסתר ותדבר / קלי קלי למה עזבתנו איז אויך במקורו אן אראבישע ניגון מיט ווערטער איבער א גע'גנבט'ער שיך. כך שמעתי מהרה''צ רי''מ שעכטער שליט''א.

די ניגון ותוסף אסתר איז א חלק פון די ניגון יקום פורקן די ווערטער ״וחיי אריכי ומזוני רויחי וסיעתא דשמיא״ און האט מיט אראבערס גארנישט!
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

אוועטאר
א גוטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » מיטוואך מארטש 27, 2019 12:40 am

איך בין געווען לעצטענס אין סטיטשין, זיי זענען געטאנצן אויף אלטע הערליכע לעבעדיגע ניגונים רוב זענען נישט באקאנט, און איך וואלט זייער שטארק געוואלט זיך אויסלערנען די נגינים, ווייסט איינער ווי איך קען עס טרעפן?
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מיטוואך מארטש 27, 2019 6:51 am

אויב רעדסטו פון ר' מאטל זילבער, זיי זינגען אסאך באבובע און פרחי ניגונים, מן הסתם רעדסטו פון דעם.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3377
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג אפריל 07, 2019 3:51 pm

קוימען קערער האט געשריבן:
קוימען קערער האט געשריבן:איך זיך דעם וויזניצן יום ליבשה, וואו קען מען עס הערן?


אפשר קען מיר איינער העלפן?


עמיצער קען ביטע אהערלייגן די וויזניצע יום ליבשה

יישר כח

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

ימים על ימי מלך תוסיף

תגובהדורך להודות ולהלל » מיטוואך אפריל 10, 2019 5:19 pm

קען איינער ארויף ברענגען דעם ניגון "ימים על ימי מלך תוסיף"?
א דאנק!
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך אפריל 10, 2019 5:47 pm

קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

תגובהדורך להודות ולהלל » מיטוואך אפריל 10, 2019 5:54 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/59qd41t653mjg72/21%20-%2021%20-%20Yomim%20Al%20Yemi%20Malach.mp3?dl=0


יישר כח גדול.
האט איר אפשר אויך כי אורך ימים?
א גרויסן דאנק!
לעצט פאראכטן דורך להודות ולהלל אום מיטוואך אפריל 10, 2019 5:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט