אהרן הלוי האט געשריבן:מחשב האט געשריבן:אהרן הלוי האט געשריבן:מחשב האט געשריבן:אהרן הלוי האט געשריבן:אוודאי איז דאס סקולען
ניין, דאס איז בעלזא אדער וויזניץ, פון מושי קרויס אידיש נחתשבת נחת
עס איז נישט בעלז, עס הערט זיך לענ"ד זייער סקולעניש, אפשר האט עס וויזניץ אדאפטירט? (אזויווי דער שטייטע ניגון ''איי די די די דיי, די די די דיי דא דא טירארא - - - אוי שבת שבת קודש")
אין מיינע קליינע אויגן איז דאס בכלל נישט סקולעניש.
דאס איז די סקולענע
די שטאטע ניגון האב איך נישט געכאפט פון וואס דו רעדסט, מיינסט הייליגער שבת?
איך בין מודה אז איך בין נישט קיין גרויסע מבין... נאר וויבאלד עמיצער האט געשריבן אז עס איז סקולען אדער בעלז, און וויסנעדיג אז דאס איז נישט בעלז, האב איך מיך ארויפגעכאפט דערויף, זינט דער פאל פון 'ביני ובין בני ישראל, אוי ביני ובין בני ישראל' האט אן ענליכקייט צו געוויסע סקולענע ניגונים, אבער אפשר דמיון איך נאר...
דער שטייטע ניגון מיין איך טאקע 'אוי שאאבעעס שאאבעעס קודש, שאאבעעס שאאבעסס קודש, שבת, שבת, הייליגע שבת - - -"
אין סקולעני זינגט מען דאס אינגאנצן אנדערש ווי אין וויזניץ, שווער צו זאגן אז דאס איז ממקורו א סקולענער ניגון. אפשר שטאמט דאס פון רוזשין, ווי אסאך ניגונים וואס מ'זינגט אין סקולען.
(איך רעד פון די שטייטע ניגון וואס דו האסט דערמאנט, אין ושמרו זע איך נישט קיין משהו סקולען).