'ערליכע ניגונים' - ירמי' דמן (ניגוני יו"ט ערליך)

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

קהת, גרייט דיך אן ס'קומט א גוטס...

רבותי כ'האב עטליכע מאל איבערגעהערט דעם אלבום, און... כ'הייב עס אן צו גלייכן, יא איר הערט גוט.

ר' ירמי' הייבט אן צוריק צו קריגען זיין חן... די מוזיק ווערט פריינטליכער, און אזוי ווייטער.

און לאזט מיר איך זאגו עפעס:
דער טעות וואס די ארויסגעבער האבו דא געמאכט איז בעיקר - ווי דער עולם דא האט מעיר געווען - דאס איבערארבעטן די זעלבע ניגונים וואס אנדערע האבן שוין אהערגעשטעלט.

און דא קומט דער באמבע...

וואס עס באדערט דעם צוהערער איז נישט אז דער אלבום איז שוואכער פראדוצירט ווי די אנדערע, ניין נישט דאס איז עס, וואס דען?

עס איז אנדערש.

מערקט אז די וואס זענען אויפגעוואקסן מיט ר' יו"ט, רעדן זיך אפ אויף אברהם'ס אלבום אויך, ווייל ביי זיי האט שוין אברהם געמאכט דעם טויש, פארשטעי?

און בנוגע די עצם ניגונים וועט איר מערקן אז ר' ירמי' זינגט די ניגונים נענטער צום אריגינעל'ן ווי אברעימל, און מסתמא ווייסט איר נישט דערפו און עס באדערט אייך פארוואס ר' ירמי איז גאר משנה...

היוצא לנו מזה, פונעם היינט נאכטיגן פלעי:

גיבט עס א טשאנס.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

נאכן איבערהערן דעם טעיפ עטליכע מאל קען איך נער עגריען מיט שטארק זיך, ווי אויך מיט די אנדערע וואס האלטן אז די פראבלעם איז דאס וואס ער זינגט איבער ניגונין וואס אנדערע האבען שוין געזינגען, וואס דאס איז געווען די חידוש אויף שמעלצערס טעיפ, ס'איז דא אזויפיל שיינע ניגונים און די טעיפס וואס קיינער האט נאך נישט געזונגען, ווי למשל די רננו צדיקים טעיפס, שבחי ירושלים, קול מבשר, און אפי' די, שושנת יעקב, שלא עשני גוי, הערליכע הערליכע ניגונים מלא תוכן און אין א געוויסען זין שענער פון אסאך ניגונים וואס מ'האט שוין איבער געזינגען,
האפענטליך איז דאס א אנהייב פון א נייע עפאכע איבער צוזינגען שיין זיינע ניגונים, און די נעקסטע טעיפ וועט זיין פרישע ווארע
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

עטליכע פון די "פרומע" שינויים אין דעם ניגון "יאקאב":

ר' יו"ט ערליך: איך האב א טאכטער יונג און שיין איך וועל דיר געבן פאר א כלה
ר' ירמי' דמן: איך האב א טאכטער יונג און פיין ס'איז פאר דיר א שיינע שידוך

ערליך: דו קריגסט די שענסטע כלה אויף דער וועלט
דמן: דו טוסט די שענסטע שידוך אויף דער וועלט

ערליך: אנטרינקען מיט אפיום און וויין
דמן: אנטרינקען מיט ברוינפן און וויין

ערליך: מ'פירט שוין די כלה מיט גליק
דמן: מ'גייט שוין צום חופה מיט גליק

ווי זאגט מען? קאמענטארן זענען איבעריג...
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

בנוגע די טוישינגען אויף די יאקאב ניגון.
ער איז נישט דער ערשטער וואס מאכט די טוישינגען, פאר א צוויי יאר צירוק איז ארויסגעקומען א זמירות מיטן נאמען "זמירות יזמרו" עס האט א גאנצע אפטיילונג מיט אלטע אידישע לידער מסודר אויף א הערליכן אופן, (איך האב אינדערהיים און איך זינג דערפון יעדן שבת).
דארט האט ער אויך אריינגעלייגט דעם 'יאקאב' ניגון, האט ער אויך אריינגעלייגט פארשידענע טוישונגען.
סקען טאקע אויסזעהן ווי א פחיתת הכבוד פאר ר' יום טוב ע"ה אז אפשר איז ער נישט געווען גענוג ערלי"ך,
אבער עס מיז נישט זיין אז מהאט עס געטון ווייל 'ער' האלט אז סאיז נישט אויסגעהאלטן, פשוט מיר לעבן היינט אין א וועלט פון משוגעים, און אויב איינער וועט הערן עפעס וואס וועט אים נישט געפעלן וועט ער מארגן ארום לויפן ווארפן פאשקעווילן אז עס איז ארויסגעקומען א טעיפ וואס זינגט פארשידענע מעלאדיעס אויפן טעאטער שטייגער וכו', ער האט זיך פשוט געוואלט באהיטן דערפון.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

שווער צו גלייבן אז מען וואלט געווארפן פאשקעווילן אויף אזא ניגון. קינד און קייט קענען דאך דעם ניגון שוין צענדליגער יארן! (אבער במחשבה שניה, הו נאוס? א סך פון די לעצטיגע רשעות'ן אין נאמען פון "פרומקייט" זענען שווער צו גלייבן...)
אלנפאלס, לענ"ד, אפילו נאר מיט דעם מינדערסטן חשש אז דאס קען מזלזל זיין אין ר' יו"ט, האבן די ארויסגעבער דאס נישט געטארט טאן; אויב זיי האבן מורא געהאט פון פאשקעווילן-ווארפער, האבן זיי געזאלט אויסקלויבן ניגונים וואס וועט זיי נישט ארויסשלעפן פון זייערע נארעס אן משנה זיין.
הענטעלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענטעלעך »

די פרויבלעם איז אז מעוויל הערן די זעלבע זייך נאכאמאל
די סאיז שוין נמאס הערן די זעלבע ברס די זעלבע גיטער און די זעלבע קארד'ס
להוי ידוע אז אסאך חסידישע קינדער קענען נישט לאדן די הברה וואס פריד הויט ממציא געווזען
אין די ראיה אז אין אפאר ת"ת הערן יעדע "ריסערט" די נייע אלבום מיט א חסידישע הרבה אין די אלבום איז געמאכט די מיוזיק פאר דמבינים אין די זינגען פאר דקינדער זאלן הערן יידושע הערליכע ניגונים
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ידיים,

בבקשה, תכתוב בלשה"ק, קשה לנו להבין דבריך כשהם נכתבים בשפה שאינך רגיל בה.

בתודה.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
גאון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאון »

די שינוים



שבת

ר' יו"ט עהרליך האט געשריבן:און א רעצעפט, ס'איז גרינג צו קריגן

ר' ירמי' דמן האט געשריבן:און א רעסעפי, ס'איז גרינג צו קריגן



ר' עקיבא

ר' יו"ט עהרליך האט געשריבן:און די מיידל, פיין און איידל

ר' ירמי' דמן האט געשריבן:און די טאכטער, אויכט ער


ר' יו"ט עהרליך האט געשריבן:און ער געפינט ביים מיידל חן

ר' ירמי' דמן האט געשריבן:א שידוך זייער שיין


ר' יו"ט עהרליך האט געשריבן:און זיין ווייבל, ווי א טייבל

ר' ירמי' דמן האט געשריבן:און זיין בני בית, מלא חיות


ר' יו"ט עהרליך האט געשריבן:האט רבי עקיבא, זיין פרוי דער ליבער

ר' ירמי' דמן האט געשריבן:האט ר' עקיבא, דער ראש ישיבה




די בלעטעלע

ר' יו"ט עהרליך האט געשריבן:דער באשעפער פון די וועלט, האט מיר אזוי באפעלט

ר' ירמי' דמן האט געשריבן:דער באשעפער פון די וועלט, האט מיר אזוי באשערט




יוסף מוקיר שבת

ר' יו"ט עהרליך האט געשריבן:מיט א פלויט, פון שטאל און אייזן

ר' ירמי' דמן האט געשריבן:מיט א גדר, פון שטאל און אייזן


ר' יו"ט עהרליך האט געשריבן:ער האט א קונה געבראכט
און אלעס פארקויפט אינמיטן די נאכט


ר' ירמי' דמן האט געשריבן:און א דיל האט ער געמאכט
און אלעס פארקויפט אינמיטן די נאכט




יאקאב

ר' יו"ט עהרליך האט געשריבן:איך האב א טאכטער יונג און שיין, איך וועל דיר געבן פאר א כלה

ר' ירמי' דמן האט געשריבן:איך האב א טאכטער יונג און פיין, ס'איז פאר דיר א שיינע שידוך


ר' יו"ט עהרליך האט געשריבן:דרייסיג בהמות, פופצן אקסן, צוואנציג קליידער, פאר דיין כלה

ר' ירמי' דמן האט געשריבן:דרייסיג בהמות, פופצן אקסן, צוואנציג קליידער, פאר דיין נדן


ר' יו"ט עהרליך האט געשריבן:דו קריגסט די שענסטע כלה, אויף דער וועלט

ר' ירמי' דמן האט געשריבן:דו טוסט די שענסטע שידוך, אויף דער וועלט


ר' יו"ט עהרליך האט געשריבן:מען וועט אים אנטרינקען מיט אפיום, און וויין

ר' ירמי' דמן האט געשריבן:מען וועט אים אנטרינקען מיט ברוינפן, און וויין


ר' יו"ט עהרליך האט געשריבן:מען פירט שוין דער כלה מיט גליק

ר' ירמי' דמן האט געשריבן:מען גייט שוין צום חופה מיט גליק


ר' יו"ט עהרליך האט געשריבן:אויבן אן עס זיצט די כלה ,,, יאקאב

ר' ירמי' דמן האט געשריבן:אויבן אן עס זיצן אלע ,,, יאקאב


ר' יו"ט עהרליך האט געשריבן:און איר פאטער און איר מוטער און די מחותנים אלע

ר' ירמי' דמן האט געשריבן:און דער פאטער מיט דער מוטער און די מחותנים אלע




איך פאר אהיים

ר' יו"ט עהרליך האט געשריבן:עס נאגט די הארץ, עס ברעכט די קאפ

ר' ירמי' דמן האט געשריבן:עס טוט וויי די הארץ, עס ברעכט די קאפ


ר' יו"ט עהרליך האט געשריבן:איך קוק אין רוים, און וועב א טרוים

ר' ירמי' דמן האט געשריבן:אונז קומען באלד שוין אן קיין רוים


ר' יו"ט עהרליך האט געשריבן:און אז מען ווערט קראנק אמאל
שרעקט מען זיך אריינצוגיין אין שפיטאל


ר' ירמי' דמן האט געשריבן:די אראבערס איבעראל
פרנסה שוואך, מ'שטייט דאך דארטן זייער שמאל


נ.ב. דער בוקלעט וואס קומט מיט איז שרעקליך פיל מיט גרייזן
לעצט פארראכטן דורך גאון אום דאנערשטאג מאי 27, 2010 11:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גאון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאון »

גאון האט געשריבן:
ר' יו"ט עהרליך האט געשריבן:און אז מען ווערט קראנק אמאל
שרעקט מען זיך אריינצוגיין אין שפיטאל


ר' ירמי' דמן האט געשריבן:די אראבערס איבעראל
פרנסה שוואך, מ'שטייט דאך דארטן זייער שמאל



לדעתי איז דאס א שרקליכע פגיעה אין ר' יו"ט ערליך
לולי דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז מען טאר דאס נישט אנרופן "ערליכע ניגונים"
והמבין יבין, ודי
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

הענטעלעך האט געשריבן:די פרויבלעם איז אז מעוויל הערן די זעלבע זייך נאכאמאל
די סאיז שוין נמאס הערן די זעלבע ברס די זעלבע גיטער און די זעלבע קארד'ס
להוי ידוע אז אסאך חסידישע קינדער קענען נישט לאדן די הברה וואס פריד הויט ממציא געווזען
אין די ראיה אז אין אפאר ת"ת הערן יעדע "ריסערט" די נייע אלבום מיט א חסידישע הרבה אין די אלבום איז געמאכט די מיוזיק פאר דמבינים אין די זינגען פאר דקינדער זאלן הערן יידושע הערליכע ניגונים


דו ביסט אנגעטרונקען מיט די קאליש פראפאגאנדע (cool Aid)

קיינער וויל נישט הערן די זעלבע ברעס, אבער מיר ווילן הערן נארמאלע מוזיק, יאראן גארשאווסקי קען נאך אזוי גוט מוזיק ווי דיין דוד קאליש... (איך בין ח"ו נישט פוגע בכבודו, דער מענטש איז א מייסטער מוזיקאלישער קאפ. אבער איך וואלט אים געלאזט ביי כאר'ס נישט אין ארענדשן מוזיק, א גוטער אררעזשער דארף וויסן וואס 'נישט' צו לייגן אויך, נישט אריינשיסן וואס עס קומט אים אין קאפ, מיט משונה'דיגע קארדס
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גאון לעבן. ר' יום טוב זאגט קלאר יא א רעסעפי סהאיז גרינג צו קריגן.

ר' ירמיה האט קאמפליטילי פארלוירן זיין רעפוטאציע אין מיינע אויגן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

גאון,
א דאנק פאר דיין שאקירנדע ליסטע.
ס'איז ממש נישטא קיין ווערטער איבער וואספארא קראנקע מוחות עס זענען געבוירן געווארן אין די לעצטע יארן. די פויגלעך אין די קעפ פון די זעלבסט-געקרוינטע אפוטרופוסים פאר'ן דור זענען געוואקסן אזוי גרויס ווי רבה בר בר חנה'ס ציפרא דקאים עד קרצוליה במיא ורישיה ברקיע...
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

גאון, פון די ליסטע זעהט עפעס אויס אז די ארויסגעבער פונעם טעיפ האבן מורא געהאט פאר קריטיק פון פארשידענע קרומע קעפ, וועלכע וואלטן געקרומט אויף די ווערטער "און די מיידל, פיין און איידל".

נו, זעהט אויס יום טוב ערליכ'ס אידישקייט איז פאר אט די נישט גענוג פרום.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
שיך
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2010 11:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיך »

דער ירמיה דמן מיטן טוישן די ווערטער האט ממש אפגעראטעוועט א דור. ווער ווייסט וויפיל טייערע נשמה'לעך וואלטן חלילה קאליע געגאנגען הערנדיג קלאר ווי ער זינגט די אלע אומאיידעלע זאצן, און נאך מיט א צייריי...
ווען איך וואלט געווען אן אייניקל פון יו"ט ערליך וואלט איך אים געקלאגט אין געריכט פאר'ן אפהארגענען מיין זיידענס הערליך שיינע ניגונים. און נישט גענוג וואס ער זינגט עס טרוקן, אן קיין אייגענע געשמאק און טעם, מאכט ער נאך געשפאט פון זיידן און "פאררעכט" זיינע ניגונים.
ר' ירמיה, איך וויל אייך נישט וויי טון, אבער איר קענט ר' יו"ט ערליכ'ס ניגונים נישט "פאררעכטן" און איר זענט פון אים נישט ערליכער. און אגב, ר' ירמיה, איך גלייך זייער ווען איר זינגט שיין און הארציג, איר האט באמת א טאלאנט. אבער יעדער מענטש דארף וויסן די גרעניצן.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

איך וויל ווידערהוילן מיין פאזיציע,

ר' ירמי' זינגט בכלל נישט אזוי שלעכט, הערט עס איבער אפאר מאל און איר וועט קומען צום טעם.

איבער'ן טוישן די ווערטער:
טיילמאל זעה איך נישט דער אויפטוה פונעם טויש אפי' לשיטתיה אז מען דארף טוישן, למשל ביי 'איך האב געווארט' לייגט ער עפעס צו אייגענע ווערטער סתם פאר שוואוילטאג...

אבער ביי געוויסע פלעצער האט מען מעגליך נישט אזוי שלעכט געטוהן, נאר צופעליג וואלט ער עס געקענט שענער מסדר זיין.

נישט אז איך האלט אז ער האט געזאלט טוישן, נאר מ'קען אים פארשטיין.

שיך, איך וועל אויפטרעטן צום פראדוצירערס דעפענס אין געריכט...
...
און קאפויער זאגט ריכטיג: קריכט אראפ פון דמן'נען.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
imzist
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך imzist »

דער פאקט איז אז זינט אונזערע עלטערן האבן זיך באזעצט אין וויליאמסבורג און ק"י, ריין חסידישע געגנטער, איז אונזער שפראך, אזוי צו זאגן, געווארן מער איידעלער.

דאס איז חוץ דעם ספעציעלן היתר וואס אינזערע זיידעס און באבעס האבן צו רעדן צו פרעמדע מענער/פרויען ווי גוטע פריינט. א זאך וואס מיר פארמאגן שוין נישט היינט.
רעיא מהימנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעיא מהימנא »

זייער א שיינע טעיף, וואס כ'האב געקויפט -אין כ'האב נישט חרטה..
ר' יו"ט עהרליך'ס ניגינים זענען געניג שיין אין רייך אז ס'האט א טעם אין יעדעם מינע וועג וואס מען זינגט.
וועגען טוישען ווערטער זעה איך ניש וואס די פראבלאם איז?? מ'מעג נישט זיין עהליכער אין פרימער?? יא טאקע ר' יום טוב האט נישט מקפיד געוועהן אבער אינז ווילמער יא מקפיד זיין! אין אזויווי די פריערדיגע תגיבה שרייבט, אין וועט מען טאקע זאגען אז מען זאל יעצט יא רעדען צי פרויען ווייל אינזערע זיידעס אין באבעס רעדען געהעריג צי אנדערע באקאנטע מענער אין פרויען?? ב"ה אז אינז שטייג מיר!!
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3092
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

לויט ווי איך דענק איז דא א ניגון ווי ר' יו"ט רעדט פון פלארידא, אויך היבש ברייט, דענק איך נאר ווי מיין מאמע האט עס אוועקגעמישט ווען איך האב אלץ בחור געהערט.

נישט דא וואס צו רעדן אז די היינטיגע קינדער, וואס זענען מחנך געווארן אין די היגע מוסדות, רעדן מער אן איידעלער יודיש, און עס ווערט צו גראטולירן.

און כלפי רעדן צו נשים, בין איך זיכער אז אונזער זיידעס, האבן געוויסט בעסער ווי מען סטאפט ביים סטאפ סיין, און נישט איבערציען די שטריק, משא"כ אונז.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

פריילאך,
דער פסוק זאגט אין משלי "מים גנובים ימתקו, ולחם סתרים ינעם." די טבע פון א מענטש איז צו גלוסטן נאך זאכן וואס מען לאזט נישט טאן און וואס מען באהאלט. פאר א איד פון פאריגן דור איז בכלל נישט בייגעפאלן אז רעדן מיט א פרוי איז אן אישו, עס איז נישט געווען קיין "מים גנובים ולחם סתרים", דעריבער איז עס אויך נישט געווען "ימתקו".
אין אונזער דור, וואס די א.ג. "עסקנים" ליגן ראשם ורובם אין עניני ניוול והשחתה, און לייגן באגרעניצונגען אויף יעדער פשוט'ער זאך וואס איז אלעמאל געווען אנגענומען אלס א חלק פון דעם נארמאלן לעבנסשטייגער, ברענגען זיי אז אפילו אזא פשוט'ע זאך ווי רעדן צו א פרוי זאל ווערן אן אישו פון "ימתקו". ואכמ"ל.
הנוגע לענינינו, מיט יעדער פרישער משוגעת, מיט יעדער פרישער באגרעניצונג אויף דעם נארמאלן לעבנסשטייגער, לייגן די זעלבסטגעקרוינטע אפוטרופוסים אריין נאך און נאך זאכן אין דער קאטאגאריע פון "מים גנובים". אין דעם פאל, וועט נישט נעמען קיין סך צייט ביז הערן די אריגינעלע טעיפס פון הצדיק ר' יו"ט ערליך וועלן באמת ווערן א דבר שבערוה פאר די "אויסגעאיידלטע" מוחות פון אונזערע קינדער, און בחורים וואס וועלן זיך פאסמאקעווען מיט די קאסעטעס ווען דער משגיח זעט נישט וועלן זיך שוין נישט קענען ארויסזען פון באמת אריינפאלן אין די מ"ט שערי טומאה.
גאון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאון »

בנוגע די טוישונגען איז דאס מער ווייניגער נאריש, ווייל וואס איז אום איידל מיט די ווארט כלה, וכדו', עס איז אפשר טאקע דא ווערטער וואס מען האט געמעגט טוישן, אבער למעשה וועם גייט אן אז ער האט געטוישט.



אבער בנוגע די טויש:

ר' יו"ט עהרליך האט געשריבן:און אז מען ווערט קראנק אמאל
שרעקט מען זיך אריינצוגיין אין שפיטאל


ר' ירמי' דמן האט געשריבן:די אראבערס איבעראל
פרנסה שוואך, מ'שטייט דאך דארטן זייער שמאל


איז נישט דא וואס צו רעדן אז די עוולה איז אין לשער, ווייל ר' יו"ט האט דא געוואלט ארויסברענגן זיין צער אויף ניתוחי מתים, און מען פארדרייט דאס, אז די ווילסט נישט רעדן אויף די ציונים, זינג נישט דעם ניגון, קיינער האט דיר נישט געהייסן אריינלייגן די ניגון אינעם טעיפ, אבער גיין און זינגען זיין ניגון און טוישן די תוכן וואס ער האט געוואלט ארויסברענגן, עס איז א מורא'דיגער ווייטאג.


עס וואלט כדי געווען מעתיק צו זיין די ווערטער וואס ר' יו"ט זאגט אויפן טעיפ נאך דעם ניגון:

ר' יו"ט עהרליך האט געשריבן:אבער ווי אזוי פרעגט מיין פריינד, קאן דער ערגסטער איד פערליידן, נפטרים צו שניידן, הערט זאג איך וואס חכמים זאגן וועגן היינטיגע צייטן, דער אבן שלמה ברענגט אראפ פון תיקוני זוהר, אז פאר ביאת הגואל, וועלן די מנהיגים ביי אידן זיין פסולת פון ערב רב, עשיו און ישמעאל, און זיי זענען דאס די וואס ווערן פאר גארנישט נתפעל, זיי פירן עס מיט אלעס אן, און זיי לאזן נישט די מיליאנען אומשילדיגע פארפירטע שעפעלעך תשובה טאן.

זיי האבן געהאט א פלאן קלאר, אין משך פון פיפציג יאר, ארויסרייסן די אמונה פון אלע אידן פון דור, פון די אני מאמין'ס אנגעפאנגען, און כסדר געגאנגען, ווען די מדינה איז אויפגעקומען, האט מען דעם אני מאמין אין משיח'ן אראפגענומען, אצינד האט מען זיך צום לעצט גענומען, צו תחיית המתים, און נאך דעם, קומט שוין לישועתך קיותי השם.

און דער מהרי"ל האט אפען גערעדט וועגן דעם, אז פאר ביאת הגואל וועט זיין ביי אידן א מלוכה פון דער קליפה ס"מ, רחמנה ליצלן, און מען דארף נישט נתפעל ווערן פאר דעם, וואס זיי זענען שטארק און גרויס, דאס איז אלץ צוליב די ערליכע אידן בלויז, זיי זענען ווי דערנער וועלכע באשיצן דעם רויז, וואס פיינער די רויז אלץ שטערקער די דערנער, און שפעטער ווערט עס צובלאזן ווי די שטרוי ווען עס ווערן רייף די קערנער.

און מען דארף אכטונג געבן נישט קריגן קיין חסרון, מען זאל אליין חלילה נישט ווערן קיין דארן, און זיך אפשיידן פון זיי כסדר, דער עיקר מיט די שפראך און מיט די נעמען, מיט די קליידער, און די קינדער אין אמונה חיזוק געבן אז ס'איז אמת אז באלד וועט קומען משיח און די מתים וועלן צוריק לעבן

(דערנאך קומט א ניגון אויף תחית המתים)


פירושים זענען איבריג
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

קארל,

דו קענסט אפשר קלאר אראפשטעלן א הגדרה, ווען עס הייסט א 'סיג' און ווען ימתקו?

מען קען זאגן פיל סברות פארוואס מען האט אוועקגעשטעלט דעם חינוך ביי אונז אז מען לייגט מער א דגוש אויף דעם אל תרבה שיחה.

איין סיבה קען זיין ווייל עס איז ליידער א דור פרוץ, די פרוי איז ליידער נישט די זעלבע אשה צנועה 'ודי'.

מען קען פארשטיין נאך סיבות אויך, דאס נאר איינע פון זיי.

און א ניס-שאלאכץ:
עס קוקט נישט אויס ווי חז"ל האבן אזוי געציטערט פאר דעם ימתקו.

און נאכאמאל די טוישונגן פון דעם סידי נעמען בכלל נישט אן קיין פרומער כאראקטער, און סשלאיז ניטאמאל פראפעסיאנאל אהערגעשטעלט, טא, לאזט אפ דו פרומע.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

פאר דער טובה פון דעם אשכול וועל איך מיר האלטן צום "ואכמ"ל".
טעלעפאן
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 11:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעלעפאן »

איז דא אן אשכול אויף די "פרומע" נושא?

איך וואלט געגלייכט עס צו זעהן דוסקוסירט. אפשר טאקע דא אין היכל הנגינה - וויבאלד דאס איז איינע פון די אזוי גערופענע גדרים

איך האב אסאך צו שרייבן אויף דעם ענין..

איך וואלט אויפגענומען "שטארק זיך" פאר א לענגערע ארטיקל איבער דעם נושא.

און אפשר (זיכער) וואלט קארל געהאט אסאך צו זאגן אין דעם לויט ווי איך זעה
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ס'שיינט ווי מענטשן ניצן דעם אשכול אויסצופויקן זייערע בויך דרייעניש אלס אונטערן שלייער פון ארונטערייסן דמן'ן....

ס'קען זיין אז דמן האט געטון א פעלער מיטן טוישן ווערטער, אבער דאכט זיך אז אביסל קען מען אום פארשטיין לויט די מצב פונעם היינטיגן דור קען מען נישט רעדן וואו אמאל...
אוועטאר
וואלדעק
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 5:20 pm
לאקאציע: דא ערגעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלדעק »

אויב מעג איך וויל איך אויך אריינווארפן מיינע צוויי סענט און דעם ענין.
איך האב נאכנישט געהערט די טעיפ פון דמן, אבער דורך ליינענדיג דעם גאנצן אשכול ביז אהער איז די רעדע צו ער האט געמעגט משנה זיין פון יו"ט ערליך, און צו ער מיינט מיט דעם זיין פרומער.
לדעתי מיינט ער נישט קיין שום פרומקייטן דערמיט, רוב שינייום וואס גאון האט געברענגט זעה איך אז ער האט איבערגעארבעט די ווערטער אז עס זאל שטימען לויט די היינטיגע אידיש.
יו"ט ערליך האט גערעדט און געזינגען אויפן אלטן אידיש. לדוגמא, יו"ט ערליך זאגט "פרוי" און דמן זאגט "ווייב", ווען די רעדטסט מיט דיין חבר וועגן דיין ווייב וועסטו זאגן "מיין ווייב וויל נישט". אז די וועסט הערן א 70 יעריגן איד רעדן וועגן זיין ווייב וועט ער זאגן "מיין פרוי וויל נישט".
די זעלבע איז מיט "כלה" און "שידוך", היינט איז די אויסדרוק "ער האט געטראפן א גוטע שידוך" משא"כ די אמאליגע אידישע אויסדרוק. ודוק כי קצרתי.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”