אייער מיינונג: דער קאליר יסוד און כוח, פון היינטיגע נגינה!

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
נישט קיין רעדנער
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 9:25 pm

תגובהדורך נישט קיין רעדנער » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 7:54 pm

קודם ברוך שהחינו וקימנו והגיענו לזמן הזה אז מען האט ברוך השם אנגעהויבן צו דיקוסירן אזא וויכטיגע און הקל'ע נושא א גרויסן יישר כח פאר די אלע וואס האבן געשריבן ביז יעצט
עס וואלט געווען כדי אויך צו רעדן פון די היינטיגע מוזיק ווער עס געדענקט האט אפאר יאר צוריק זיך ארום געדרייט א ריקארדינג פון הר"ר ר' הלל יואל קעפעטש שליט"א ווי ער מאכט חוזק פון די היינטיגע נגינה, לעצטנס האב איך געהערט אז ער זאגט דרשות ווי ער ברענגט ארויס די נידריגקייט פון די היינטיגע מוזיק און נגינה איינע פון די זאכן וואס איך האב נאכגעהערט האט ער געוויזן אז איינער פון די שטיק'ס וואס שפילערס מאכן צווישן איין פאל אין צווייטן אדער פארן אנהייבן די ניגון איז נאכגעמאכט א מאשין גאן ר"ל האט ער ארויס געברענגט אז אין די היינטיגע מוזיק ליגט זייער אסאך אזעלעכע זאכן, וואס ברענגן אריין אין די מענטש וואס הערט עס, ספעציעל די אינגווארג, פארשידענע נישט גוטע און איידעלע געפילן, ווי למשל דאס, וואס דאס ברענגט אריין א געוויסע געפיל פון רציחה
מען קען באמערקן זייער אסאך מאל ווען די בחורים טאנצן אויף די היינטיגע ווילדע ניגונים און מוזיק מאכט זיך זייער אסאך מאל וואס וויבאלד מען טאנצט אזוי ווילד האקט מען אריין אין מענטשן און אסאך מאל עלטערע מענטשן, און עס פאלט ניטאמאל ביי זיך אפצושטעלן און יענעם העלפן זיך אויפשטעלן אדער זיך אנטשולדיגן
איך האב געהאט א קורצע שמועס מיט ר' אייזיק האניג הי"ו וועגן די היינטיגע נגינה, האבן מיר דארט ארום גערעדט אז עס האלט אזוי ווייט אז דו זאלסט זינגען א שיינע לעבעדיגע אדער ווארימע סקולענע ניגון וועט ער עס נישט קענען הערן, ווייל איינער וואס ליגט אין די היינטיגע פאלטשע נגינה קען נישט הערן א אמת'ע געשמאקע ווארימע אדער לעבעדיגע ניגון
אויך האבן מיר ארום גערעדט איך וועל נאר שרייבן א קליין ביסל און איך וואלט געקענט באשטיין אז עמיצער זאל שרייבן מער דערוועגן וועגן די אידישע ניגונים וואס מען רעדט פון נשמה'ס פון צדיקים ר' ישעי' בן ר' משה האט ער געזאגט אז ער קען נישט זינגען אזעלעכע ניגונים האט ער געפרעגט צו און פארנט פון דיין רבי וואלסטו געזינגען אזא ניגון מיט דיין רבי'ס נאמען,
צום שלוס וויל איך ברענגן א מעשה וואס הרה"ג ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א האט דערציילט ביי די שירים ושיעורים די פארגאנגענע חול המועד פסח וואס איז געווען א דורכבראך ביי כלל ישראל האט ער דערציילט אז ער האט אמאל גערעדט צו זיין כיתה אין ישיבה וועגן די היינטיגע נגינה און מוזיק נאך די שמועס האט אים א בחור געזאגט, מגיד שיעור זיי אפדעטעט יא זיי נישט אזוי אלט מאדיש, האט אים ר' אברהם מרדכי געענטפערט איך בין מער אפדעטעט פון דיר איך מאך שוין חוזק פון די ניגונים וואס דו גייסט חוזק מאכן און צוויי יאר ארום, און ער האט געוויזן פארן עולם דארט אז מען זינגט דארט אלטע פארצייטישע ניגונים און יעדער זינגט מיט מיט אזא ברען בשעת א היינטיגע ניגון פון א יאר צוריק ברעכט מען שוין און מען קען עס ניטאמאל הערן,
נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר ברוך השם פארן עפענען אזא מורא'דיגע אשכול מען קען זאגן ברוך השם פארדעם און פאר חיים של פרנסה וואס האט אזוי שיין געשריבן און ארויסגעברענגט דעם ענין
לא איש דברים אנכי, ווער בין איך צו רעדן? אבער אפילו ווען איך האב געזאגט פארן מחותן אז איך גיי רעדן, האט ער אויך געפרעגט ווער ביסטו צו רעדן?! (מדברי הרב לאנגסאם אין תפיסה)

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » פרייטאג נובעמבער 22, 2019 2:06 am

שכויעח פאר אלע, חיים של פרנסה? חיים של יראת שמים!.... מורא'דיג גוט ארויסגעברענגט.

כ'וויל נאר צולייגן איין נקודה. ס'איז ארויס א סידי לעצטע וואך פונעם ליטווישן זינגער אלי הרצליך. כ'האב עס געהערט. איך האב זיך געשעמט פאר מיר אליין... ס'רעדט'צעך פון א ליטווישער זינגער, די סידי איז על טהרת הליטוויש, און דאך איז עס אסאך מער חסידיש און תוכנ'דיג פון די היינטיגע אזוי גערופענע חסידישע זינגער'ס... כ'רעד נישט פון די אפגעפרעגטע, כ'רעד פון די באוואוסטע וואס האבן פארברענטע חסידים דא אויפן אייוועלט. פארוואס דער ליטווישער האט געקענט בלייבן מיטן אמאליגן ליטוישן חן?, וואס ער האט יא געטאשט איז, אז ער זינגט עטליכע ניגונים אויף די חסידישע הברה......

אשאד!!!!!!!!!! (כ'אניש קיין בעסערע ווארט).


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שווערע שטופער און 17 געסט