בלאט 1 פון 179

קורצע נייעס'לעך איבער מוזיק

געשריבן: זונטאג אפריל 25, 2010 2:20 pm
דורך 1x1
קורצע נייעס'לעך איבער מוזיק

איך עפען דא א אשכול איבער אלע לויזע נייעס און ידיעות אינערהאלב נגינה/מוזיק און זינגער'ס.


איך הייב עס יעצט אן:

מאוסטלי מיוזיק האט יעצט א סעיל 'ביי נאו - ליסען לעיטער' ווי זיי רופן עס אן, דאס הייסט אז וויבאלד יעצט קען מען נישט הערן מוזיק צוליב ספירה, מאכן זיי א סעיל אויף א סעלעקשען פון זעקס אלבומ'ס, קאסט יעצט צוויי דאלאר ביליגער.

די סעיל גייט אן ביז דעם דינסטאג (27).

דא קענט איר זען מער דערוועגן.

געשריבן: זונטאג אפריל 25, 2010 3:02 pm
דורך ליינער
א נייע וועבסייט וואס פארקויפט מוזיק סי די'ס טאפ זשואיש מוזיק זיי האבן יעצט א גרענד אפענינג סעיל 15% אראפ חוץ פון זייערע ביליגע און שנעלע/גיטע סערוויס

קליקט דא

געשריבן: מאנטאג אפריל 26, 2010 1:29 pm
דורך 1x1
כ'האב לעצטענס געהערט פון ידידים קווייער, און פון זמירות קווייער, קען מיר אפשר איינער זאגן מער פרטים איבער זיי?

געשריבן: מאנטאג אפריל 26, 2010 1:49 pm
דורך ווילדער קאפ
ידידים -ווערט געפירט דורך ר' יעקב ארלאנסקי וואס איז א שוואגער מיט די באקאנטע בערקא ברידערס, ר' שוע וואס האט לעצטענס אנגעהויבן זינגען אויף חתונות, און ר' אברהם וואס האט לעצטענס אנגעהויבן שפילן "וואן מען בענד" אויף חתונות. ר' אברהם איז אויך באקאנט מיט מאכן קווייער אויף געוויסע ניגונים פאר שלומי גערטנער, ווי אויך מאכט ער יעצט קווייער פאר ליפא'ס נייע אלבום.
זיין היסטערי צוט זיך שוין אפאר יאר נאך זייענדיג אין ארץ ישראל וואו ער פלעגט האבן שטארקע קשר מיט מאנא ראזענבלום'ס קווייער "ידידים".

געשריבן: מאנטאג אפריל 26, 2010 1:53 pm
דורך ווילדער קאפ
זמירות - ווערט געפירט דארך ר' יואל פאלעטשיק - בעל מחבר פון "הרחמן הוא יברך" געזינגען דורך שלומי טויסיג - א היימישע געשמאקע "אומפא" , ווי אויך איז ער א באקאנטע גרעפיק דעזיינער.

געשריבן: דינסטאג אפריל 27, 2010 11:41 am
דורך 1x1
ייש"כ ווילדער קאפ

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 29, 2010 1:09 pm
דורך 1x1
ווילדער קאפ האט געשריבן:זמירות - ווערט געפירט דארך ר' יואל פאלעטשיק - בעל מחבר פון "הרחמן הוא יברך" געזינגען דורך שלומי טויסיג - א היימישע געשמאקע "אומפא", ווי אויך איז ער א באקאנטע גרעפיק דעזיינער.


דא איז א בילד פון זמירות קווייער, קען מיר איינער אויסרעכענען די נעמען פון דעם בילד?

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 29, 2010 2:48 pm
דורך ווילדער קאפ
דער ערשטע צום רעכטס (פירענדיג די קווייער) איז ר' יואל
דער צווייטע איז (שטייצעך) ר' שלמה טויסיג
די אנדערע קען איך נישט

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 29, 2010 2:49 pm
דורך עס עפעס
פון רעכטס צו לינקס. צוויי נעמען ווייס איך נישט
יואלי פאלאטשעק. שלומי טויסיג. _____ _______ חיים בלומענפעלד

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 29, 2010 3:34 pm
דורך קעש פאר קלאנקערס
נאך שלומי טוסיג מיין איך הייסט האלצלער. 

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 29, 2010 4:33 pm
דורך leiby
אין די אנדערע נעבן חיים בלומענפעלד דאכצעכמיר הייסט יודא אשר ראטה.

געשריבן: זונטאג מאי 02, 2010 11:55 am
דורך 1x1

געשריבן: דינסטאג מאי 04, 2010 1:37 pm
דורך 1x1
אינטערוויו מיט אברהם, ער פארציילט וועגן זיין נייע אלבום וואס ער פלאנט ארויסצוגעבן.

מען הערט אים אויך זינגען אלס אינגעל.

געשריבן: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:03 am
דורך 1x1
שלמה טוסיג'ס סידי פארקויפצעך אויף איבעי...

ס'האלט יעצט ביי $19.80

געשריבן: זונטאג מאי 09, 2010 1:36 pm
דורך 1x1
א שבת חזנות מיט כהן, לעממער און צוקער, אין דריי וואכן ארום.

געשריבן: זונטאג מאי 09, 2010 2:06 pm
דורך ווילדער קאפ
קעש פאר קלאנקערס האט געשריבן:נאך שלומי טוסיג מיין איך הייסט האלצלער. 

אויב מיינסטו ברוך יהודא האלצלער (ענדלעך צום בילד) האסטו א טעות.

געשריבן: מאנטאג מאי 10, 2010 7:42 am
דורך לעניית דעתי
ס'קען זיין ער מיינט אבראמי האלצלער פון סקווער.

געשריבן: מאנטאג מאי 10, 2010 10:35 am
דורך למעלה משבעים
יא ס'איז אברמי האלצלער פון סקווער.

געשריבן: מאנטאג מאי 10, 2010 10:43 am
דורך פונקטליך
כ'האב לעצטנס געהערט זמירות קווייער זינגען און זיי האבן געהאט איינעם א אינגל וואס האט הערליך געזינגן, כ'ווייס נישט זיין נאמען

געשריבן: מיטוואך מאי 12, 2010 12:33 pm
דורך 1x1
ווילדער קאפ האט געשריבן:ידידים - ווערט געפירט דורך ר' יעקב ארלאנסקי וואס איז א שוואגער מיט די באקאנטע בערקא ברידערס, ר' שוע וואס האט לעצטענס אנגעהויבן זינגען אויף חתונות, און ר' אברהם וואס האט לעצטענס אנגעהויבן שפילן "וואן מען בענד" אויף חתונות.

ר' אברהם איז אויך באקאנט מיט מאכן קווייער אויף געוויסע ניגונים פאר שלומי גערטנער, ווי אויך מאכט ער יעצט קווייער פאר ליפא'ס נייע אלבום.

זיין היסטערי ציט זיך שוין אפאר יאר נאך זייענדיג אין ארץ ישראל וואו ער פלעגט האבן שטארקע קשר מיט מאנא ראזענבלום'ס קווייער "ידידים".


ס'נאר אינטערסאנט וואס איז פשט פונעם נאמען 'ידידים' פאר קווייער?

די נאמען האט גארנישט מיט מוזיק. (קען זיין אז די טעות נעמצעך פון ונתנו ידידים זמירות שירות ותשבחות, אויב מ'ווייסט נישט די טייטש...)

געשריבן: מיטוואך מאי 12, 2010 12:39 pm
דורך לעניית דעתי
וואס הייסט אויב מ'ווייסט נישט די טייטש? וואס איז די טייטש?

געשריבן: מיטוואך מאי 12, 2010 12:50 pm
דורך 1x1
ידידים גייט אויף ארויף: ונתנו ידידים, זמירות שירות ותשבחות, (פאר וועם?..) למלך קל חי וקים.
און נישט: ונתנו, ידידים זמירות שירות ותשבחות.

כ'מיין צוזאגען, אז מיט דעם וואס 'ידידים' שטייט נעבן זמירות שירות תשבחות, האטעס נאכנישט שייכות מיט מוזיק. (כ'זאג נישט אז זיי האבען געגעבן דעם נאמען וועגן דעם.)

געשריבן: מיטוואך מאי 12, 2010 1:05 pm
דורך לעניית דעתי
נע... ס'איז א דוחק קשיא :smile:

סשטימט זייער גוט.

אויב האסטו אמאל געזעהן ווי זיי זינגען, האבען זיי דארט א גרויסע סיין וואס שטייט נישט מער און נישט ווייניגער "ונתנו ידידים זמירות"...

געשריבן: דאנערשטאג מאי 13, 2010 9:10 am
דורך 1x1
Ultimate Miami: The English Collection

We all grew up on Miami's music and especially its Hashkafah styled English hits. Who can forget such worldwide phenomena as "We Need You", "Mr. Carter", or "Be a Mentch"? Or the heartfelt renditions of "Sunshine", "I Want To Know", and "When"?

Now in a 26 song, 2cd, single priced set, these songs come to life in a NEWLY DIGITALLY REMASTERED FORMAT, as we hear these songs with a whole new fresh sound.

Your family will be shocked how many of these songs you know, and you will be surprised how many they don't!

2 CD SET INCLUDES:

A full color, 40 page beautifully designed booklet with easy to read lyrics and phenomenal never before seen pictures of today's choir. Share with your family, and hear 'for the first time' the English hit songs we all grew up with. World classics of Jewish music, spanning over three decades.

ULTIMATE MIAMI - The English Collection. Priced as a single CD! FOR AGES - 3-103.

געשריבן: דאנערשטאג מאי 13, 2010 8:30 pm
דורך תרנגול
וואס מיינט "רימעסטערד"?