ליסטע פון ניגוני ר' משה גאלדמאן ז"ל / חדש: צוטיילט אין סעטס!

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מארטש 17, 2010 11:04 am

פארצייטישע האט געשריבן:עס פאלט מיר איין א געדאנק, אפשר מאכט מען חוהמ"פ א קומזיץ וואו מ'וועט זינגען ר' משה'ס ניגונים.

עס זאל זיין פאר כל הקהל הקודש, נאר אראנדזשירט\ספאנסערט דורך אייוועלט. אזוי וועט נישט זיין קיין פראבלעם פון גילוי, און אויך גיטע פאבליסיטי פאר אייוועלט.

מ'זאל מאכן א אשכול וואו יעדער זאל קענען זאגן זיין מיינונג וועלכע ניגונים מ'זאל זינגען, און די ניגונים וואס באקומען די מערסטע
Votes
וועט מען זינגען.

איך ווייס נישט אויב ר' משה'ס קינדער וועלן להלכה זיך קענען משתתף זיין, אבער אויב יא, זאל מען זיי געבן די כבוד צי זאגן וועלכע פון די ניגונים מ'זאל זינגען ערשט.

שוין, איך שרייב שוין צופיהל ווייל איך גלייב שווער אז ס'וועט עפעס געשעהן פון מיינע חלומות,

מען וועט אויך דארפן אויסלערנען פאר טייל עולם די אויסגעקליבענע ניגונים, ווייל לדאבוני קען איך א מספר מועט פון זיינע יצירות.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מיטוואך מארטש 17, 2010 11:12 am

חושים, אנגעהויבן פון דא.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך מארטש 17, 2010 12:49 pm

מיכאל האט בכלל געהאט א שטארקע ידידות מיט ר' משה'ן, דעם נאמען "מיין קינד טרעף מיך" אויפן לעצטן אלבום זיינער, האט ר' משה געגעבן.
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מיטוואך מארטש 17, 2010 1:10 pm

לעצט פאראכטן דורך 1x1 אום מיטוואך מרץ 17, 2010 3:06 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic
http://www.teoria.com/ Music Theory

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מיטוואך מארטש 17, 2010 1:43 pm

צייטליך האט געשריבן:הערענדיג די א.ד. לינק פון א גרויסער ליקוט פון ר' משה'ס ניגונים הער איך עטליכע אינטערסאנטע זאכן.
איינס. א ניגון וואס איך קען עס שוין יארן אויף 'אני מאמין' און דא הער איך עס דאס ערשטע מאל אויף 'השבת נועם הנשמות' (איי, דער ר' פישל בייגל זינגט דער שבת שבת קודש, נפשי חולת אהבתיך.. אפ! ארויף מיט א טאן. דער פישל בייגל מיט אזא מין מתיקות)

דערנאך הער איך דא א ניגון אויף 'כאיל תערוג' וואס איך קען נאר פון די 'על נהרות בבל' שפיל ווי עס ווערט דארט געזונגען אויף אידישע גראמען.
כ'האב נישט געוויסט אז דאס איז ר' משה'ס ניגון. איינע פון מיינע/זיינע שענסטע ניגונים.

.its not r' moshe's nigun, its r' yossel'eh mandelbaum z"l
you can listen to it
here.

הייליגער שבת פון ח.י. גאלדמאן ב"ר משה

שאץ מאץ האט געשריבן:עס האלט אין זיך אלטע ניגונים, ארויף געלייגט אויף נייע ווערטער, בעיקר ניגונים וואס עס ווערט געזינגען בחצרות באבוב,
צוגעלייגטע
Moshe-Goldman_Heilige-Shabbos.jpg
Moshe-Goldman_Heilige-Shabbos.jpg (21.98 KiB) געזעהן 1870 מאל
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 8:28 am

יישר כח. איינמאל-איינס. יעצט זעה איך אלע ניגונים. אלטע ניגונים אויף פרישע ווערטער. ווי שאץ האט שוין געשריבן. עס קוקט מיר אויס צו זיין א הערליכער אלבום און איך מוז מיר דאס איינהאנדלן.

אינטערסאנט עס שטייט אויפן קאווער "א משה גאלדמאן פראדוקשן" איז דאס די איינציגסטע אלבום (נישט זיינע ניגונים) וואס שטייט אזא זאך?

און ווי קען מען אויסלאזן די מוזיק ארבייט וואס חיים יצחק (חיים איטשע - ווי מאנכע ריפן אום) האט דא אריינגעלייגט. ממש א כל בו. די זינגער'ס, ניגונים, מוזיק אלעס באנאזאם איז דאס א הערליכער אלבום.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 8:44 am

דאכצעך ס'שטייט אויף פישל בייגל'ס שבחין אסדר אויך. דאס הייסט פשוט אז מ' האט עס געמאכט פון קאפ ביז פיס אין ר"מ ז"ל'ס סטודיו.

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

תגובהדורך חושים בן דן » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 8:51 am

וויאזוי הייסט די טעיפ וואס האט פינף ניגונים, שיינע טיפזיניגע ניגונים, געזינגען מער ווייניגער דורך בישל פייגל? איינס פון די ניגונים זענען אויף לא תחמוד פון שבועות. אוי קרוץ מחוו'אוי'אוי'מער מה מה מועילווווו, אוי אוי אוי אוי חומד ומתאוה.... זייער שיין
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 9:01 am

שבחין אסדר. 4 לאנגע ניגונים.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 9:02 am

שוין דא אן אשכול דערוועגן.

"שבחין אסדר" - 4 לאנגע ניגונים
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 9:16 am

לעניית. דאס מיינט אז ר' משה ז"ל האט אויסגעוועלט די ניגונים? ער האט דאס ארויפגעזעצט אויף די אנדערע ווערטער?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 9:24 am

ניין. דאס האט געטהון ר' אברהם אהרון לעזער. אבער ביי דעם אני מאמין וואס ער האט געלייגט אויף השבת נועם הנשמות האט ער געזעצט איין וועג און ר"מ ז"ל'ס א זהון האט זיך א קעגן געשטעלט און דאס געטאשט א ביסל כדי דער ניגון זאל בלייבן אזוי ווי מתחילה.

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

תגובהדורך חושים בן דן » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 9:28 am

א גרויסן ייש"כ לעניית און לייבי
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 2:07 pm

http://www.teoria.com/ Music Theory

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 2:38 pm

אונטער די קוליסין פון צענדליגע ניגונים...

כ'האב מלקט געווען פון אלע 'גאלדמאן אשכולות' צענדליגע מעשיות וויאזוי ס'איז צושטאנד געקומען די אדער יענע ניגון.

קודם לייג איך די רשימה פון ניגונים אויף וואס ס'איז דא צו פארציילען, און נאכדעם די מעשיות.

ווער ס'האט צוצולייגען, איז מכובד, און מ'וועט עס אי"ה צולייגען דא אויך אויף זיין קרעדיט.
----
3- כי נחם
21- כה אמר
25- ועל ידי עבדיך
30- אני מאמין 1
38- הבן יקיר לי
42- כי הוא על ימים
45- מהר יקדמונו רחמיך
47- רבונו של עולם ותמהר
49- אלקי נשמה
93- פנה לעלבון
95- אלקא דמאיר
114- ברוך קל עליון 1
118- פתח לנו שער
120- שתזמין פרנסה
144- ליל שימורים
151- ישלח עזרך
152- אבינו מלכנו החזירנו/שלח רפו"ש
154- ויזעקו אל ה'
173- מן המיצר 1
180- עשה עימי אות לטובה
186- אשרי האיש
188- ה' ישמרך
241- מן המיצר 2
מחנה שלוה 18 - להודיע

***


3- כי נחם - איך דערמאן זיך א מעשה, וואס ר"מ האט אמאל דערציילט, ער איז געווען אויף א ברית ערגעץ וואו, און מ'האט אים מכבד געוועהן צו זינגען די הרחמן'ס, האט ער געזינגען זיין כי ניחם אויף די הרחמן'ס.

נאך דעם קומט צו איינער און פרעגט אים מיט'ן גאנצן תמימות:

"איך פארשטיי אייך נישט, איר האט דאך אזוי פיל ניגונים אייגינע, פארוואס דארפט איר זינגען עפעס א וועלטס-ניגון?"...

(קרעדיט: לעניית דעתי)
----
21- כה אמר - האט ער געמאכט לכבוד די חתונה פון א יתום וואס "די ישיבה האט חתונה געמאכט" איז געווען זיינע ווערטער.

ביי די שבעה רעד איך אזוי מיט א אינגערמאן וואס איז געקומען פון לעיקוואד - זייער א נאנטע מיט ר"מ ז"ל מענין לענין געט ער א זאג - "דו ווייסט, כה אמר האט ר"מ ז"ל געמאכט פאר מיין חתונה"...

(קרעדיט: לעניית דעתי)
----
25- ועל ידי עבדיך - אסאך יארן צוריק איז ר' מ"ג געפארן אויף שבת אין קאנטרי איינשטיין ביי א גוטן פריינד א גאר שטארקע בעל מנגן. ער האט פארשטאנען אז אלץ מתנה וועט זיך דער בעל אכסניא פילן בעסער מיט א נייעם ניגון ווי מיט א נייעם באטל וויין. האט ער פארנדיג אויפ'ן פאלעסעידס פארפאסט דעם ערשטן פאל פון 'ועל ידי' (אויף אם אשכחך טעיפ), גייענדיג צום נעקסטן פאל האט ער פארגעסן דעם ערשטן.

האבנדיג נאך גענוג צייט ביז צום זמן האט ער זיך צוריק געדרייט און געפארן צום פלאץ וואו ער האט פארפאסט דעם ערשטן פאל, און הפלא ופלא, ער האט זיך עס דערמאנט. (ראה מעשה ונזכר הלכה)

זיך געמאכט סימנים דערויף נישט צו פארגעסן. און דערנאך גע'ענדיגט דעם ניגון.

עס זענען דא נאך מעשה'ס ועוד חזון למועד ווי מ'זאגט.

(קרעדיט: לעניית דעתי)
---
ניגון הנ"ל - כ'האב אמאל געהערט די מעשה פון ר' משה, כ'דענק נישט פונקטליך ביי וועלכע ניגון דאס איז געווען. וואס כ'געדענק יא איז ווי ר' משה האט פארציילט וואס ס'האט אים באוואויגען צוריקצופארן, ער האט זיך דערמאנט א מעשה וואס איז פארגעקומען ביי הגה"ק מסקולען זצוק"ל. דער סקולענע רבי האט אמאל געוויילט אויף שבת אין די גאלדעס גרין געגענט דאכצעך (כ'בין געווען א קינד ווען כ'האב עס געהערט פון אים בינעך נישט צו קלאר אין די דעטאלען..) בשעת'ן טיש פרייטאג צונאכט איז פאר'ן רבי'ן איינגעפאלן א לעבעדיגן ניגון, די רבי האט דאס געזינגען און דער עולם האט איבערגעזינגען לעבעדיג און געטאנצט דערויף.. נאך שבת איז די רבי צוגעפארן קיין לאנדאן, און אינמיטן די וואך האט די רבי געפרעגט די מקורבים צו ס'איז דא ווער עס געדענקט דעם ניגון.. קיינער האט זיך נישט געקענט דערמאנען. ס'האט פארן רבי'ן זייער באנג געטאהן, און ער האט געזאגט אז אויף שבת פארן מיר צוריק קיין גאלדעס גרין. וכך הוה, פרייטאג צונאכט בעת עריכת השלחן איז פאר'ן רבי'ן צוריקגעקומען דעם ניגון במחשבה. און די רבי האט געזאגט תורה אויף דעם ענין, ווי א ניגון האט א מקור בשמים, און עס איז באשערט וכו' וכו'.

(קרעדיט: ישראל הלוי)
----
30- אני מאמין 1 - איך האב געהערט פון א אינגערמאן וואס ר"מ ז"ל האט אים דערציילט אז דער ניגון אני מאמין פון אם אשכחך טעיפ האט ער געמאכט נאך א לאנגע פארצווייגטע שלום בית קעיס פון א נאנטער וואס האט זיך נישט אויס געארבעט.

(קרעדיט: לעניית דעתי)
----
38- הבן יקיר לי - אין אן ארטיקל איבער אים האב איך געליינט אז הבן יקיר לי אפרים האט ער אמאל פארפאסט זייענדיג סטאק אין אן עירפארט איבער נאכט צוליב א דילעיד-פלייט, דאכצעך ס'איז געווען תשעה באב ביינאכט.

(קרעדיט: לעווי)
---
42- כי הוא על ימים - צי נעמט אזא הארציגן ניגון ווי "כי הוא על ימים יסדה, ועל נהרות יכוננה" וואס ר' משה האט אמאל פארטרויעט פאר זיינ'ס א ידיד, אז דעם ניגון האט ער מחבר געווען בשעת תשליך.

(קרעדיט: 1X1; דער בלאט)
----
45- מהר יקדמונו רחמיך - איז פארפאסט געווארן ווען ער האט געהערט אינדערפרי אז מ'האט געשאסן ר' יחזקאל שמש. ער איז זייער איבער גענומען געווארן דעמאלטס. און פארענדיג אויפ'ן הייוועי האט ער דאס געמאכט. עס איז געווען א דאנערשטאג. דער ניגון איז מורא'דיג הארציג.

[אסאך זאפטיגע ניגונים זענען צושטאנד געקומען אויפ'ן הייוועי. ער איז אלס געפארן מיט'ן פאלאסעידס ווייל ער האט ליב געהאט די רוהיגקייט פון די ביימער ארום...]
(קרעדיט: לעניית דעתי)
---
47- רבונו של עולם - אז מ'רעדט שוין פון חזק טעיפ וועל איך פארציילן וועגן דעם ריבונו של עולם ניגון.
ר"מ אין די ערשטע יארן האט געהאט א גרויסע פלאסטיק פאבריק און געמאכט שיין פרנסה.
יארן שפעהטער צוליב געוויסע קאמפאניס אין china איז ער אבער געצווינגען געווען דאס צו צומאכן.
דעמאטלס זייענדיג אין א גרויסע קלעם פון דעם מצב האט ער מיט א צובראכן פארווייטאגט הארץ מחבר געוועהן דעם ניגון.
ותמהר ותחיש לגאלינו.... אוי ס'טייטשט אזוי גוט די ווערטער.

(ביי די שבעה האט א נאנטער ידיד פון ר"מ ז"ל געזאגט אז נישט דעם
ניגון האט ער דעמאלטס געמאכט נאר 33- המצא לנו. והדבר צריך עיון.)

(קרעדיט: לעניית דעתי)
----
49- אלקי נשמה - כ'האב געזען אז קיינער האט נאכנישט ערווענט וואס רבי משה גאלדמאן דערציילט, אז ווען ביים 'מיקסן' דעם ניגון 'אלקי נשמה' האט דער גוי וואס האט געארבעט אינעם סטודיאו זיך צעוויינט, ער האט געזאגט "איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס איר זינגט, אבער עס בארירט מיר דאס הארץ...".

(קרעדיט: חומר למחשבה)
----
93- פנה לעלבון - אַ גוטער ביישפּיל איז די רירנדע מעלאָדיע וואָס איז אַזוי באַרימט געוואָרן אין זיינע לעצטערע יאָרן, אויפ'ן פּיוט פון ליל יום הקדוש "פּנה לעלבון וכו' קולי שמע וראה דמע עיני. ר' משה האָט דערציילט, אַז דער ניגון איז אים איינגעפאַלן איין יום הקדוש ביינאַכט אין גרויסן באָבובער בית המדרש. יענעם ערב יום הקדוש איז ער אַ גאַנצן טאָג אַרומגעלאָפן פאַרסאָפּעט, שלאָגן כפּרות, אַרומגייענדיג ווינטשן אַ גוט יאָר און גמר חתימה טובה פאַר זיינע עלטערן, זיינע שוויגער עלטערן אא"וו, מקוה, סעודות אא"וו.

ווען ער האָט זיך ענדליך אַראָפּגעזעצט אין ביהמ"ד ליל כל נדרי איז אים, ווי פאַר אַלע אידן, באַפאַלן דער ערנסטער פאָרכטיגער געפיל פון חשבון הנפש. האָט ער דערציילט: "ווען מ'איז אָנגעקומען צו די פּיוטים נאָך מעריב, איך ווייס אַליין נישט פאַרוואָס, האָבן די ווערטער "פּנה לעלבון" ווי גערעדט צו מיר. עס האָט מיך אַ כאַפּ געטאָן, באַרירט דאָס האַרץ, און געשאָקלט די סטרונעס פון די נשמה. די ווערטער ווי מען בעט זיך ביי השי"ת 'קולי שמע וראה דמע – הער אונזער קול, זע אונזערע טרערן' האָבן ווי געמאָנט און געעפנט די קוועלער פון געפילן. און פּלוצים האָב איך געהאַט אַ ניגון".

(קרעדיט: צייטליך; דער בלאט)
---
ניגון הנ"ל - פנה לעלבון איז טאקע געמאכט געווארן יום קדוש ביינאכט אבער וואס ער שרייבט נישט איז אז עס איז אויך געוועהן א תוצאה פון א שוערן הארץ פון א שלום בית קעיס יענעם טאג.

(קרעדיט: לעניית דעתי)
----
ניגון הנ"ל - אין א אינטערוויאו האט ער אמאל פארציילט אז דעם ניגון האט ער געמאכט יום כיפור ביינאכט, נאכן האבן א געפערליך-אנגעשטרענגטן ערב יו"כ, און ער איז געווען צובראכן ווייל ער האט געטון אין א שווערן שלום בית קעיס. נאכדעם איז מען ארום געלאפן זיך בענטשן ביי די עלטערן וכו' וכו',

אזוי ארום, ווען ס'איז געקומען יו"כ ביינאכט, מ'זיצט שוין ענדליך רואיג, און מ'זאגט די פיוטים, איז דער מאמענט זייער א הייליגער-רואיגער-געפיהלישער מאמענט.

ווען ער איז אנגעקומען צו דעם פיוט, איז ער געווען אין א מורא'דיגע התרגשות, ער האט אריין געקוקט אין מחזור, און געזעהן די ווערטער, און ער זאגט "די ווערטער האבן זיך ממש געבעטן צו מיר איך זאל מאכן א ניגון אויף זיי".

דאן איז אים בייגעפאלן דעם ניגון, וואס ברענגט ארויס אזא געוואלדיגע ווארימע אויסדרוק אויף די ווערטער, אין פארעם פון א ניגון.

(קרעדיט: שמערי בערי)
------
95- אלקא דמאיר - נישט צופיל אַנדערש איז צושטאַנד געקומען זיין באַקאַנטער ניגון "אלקא דמאיר עננו". ר' משה ע"ה איז געווען דבוק במדתו של אהרן הכהן, אוהב שלום ורודף שלום ומביא שלום בין אדם לחבירו ובין איש לאשתו. פילע פּאָרפאָלקן פלעגן אַרויפקומען צו אים זיך דורכרעדן איבער שלום בית און אַנדערע פּראָבלעמען. ביי איין פאַל איז צו אים אַרויפגעקומען אַ פּאָרפאָלק מיט זייער שווערע פּראָבלעמען וועלכע האָבן שטאַרק באַרירט דאָס "גאָלדן" האַרץ פון דעם "גאָלדענעם מאַן".

דאָס איז געווען אַ פרייטאָג נאָכמיטאָג, און ווען דאָס פּאָרפאָלק האָט פאַרלאָזט זיין הויז איז ר' משה געווען זייער צעטראָגן, מיטפילענדיג זייער צער. פאַר ליכט בענטשן, ווען די נשים צדקניות לייגן געווענליך אַריין צדקה אין די פּושקעס, האָט ר' משה באַשלאָסן אויך אַריינצואוואַרפן אַ נדבה אין רבי מאיר בעל הנס פּושקע און בעטן פאַר דעם פּאָרפאָלק. יענעם מאָמענט איז אים איינגעפאַלן דאָס לידל איבער דעם "הייליגען רבי מאיר פון די גמרא".

(קרעדיט: צייטליך; דער בלאט)
----
114- ברוך קל עליון 1 - ר' משה:עס איז אביסל א אינטערעסאנטע מעשה איבער דעם באקאנטן ניגון 'ברוך ק-ל עליון', איר וועט הנאה האבן דאס צו הערן, אינאמתן איז דאס געווען ווען איך בין שוין געווען עלטער, אבער נאך פאר די חתונה.

מיר האבן דאן געוואוינט אין ארץ ישראל, איך בין שוין געווען א בחור אין די יארן פון שידוכים, איין שיינעם טאג, ווען די באשערטע מינוט איז אנגעקומען האבן מיר זיך ארויסגעלאזט –איך מיט מיין טאטע- קיין חוץ לארץ צו פארענדיגן דעם שידוך. נאכן ברעכן טעלער איז מיין משפחה צוריק אהיימגעפארן, איבערלאזנדיג מיר אין חוץ לארץ אז איך זאל מיר צוגרייטן צו די חתונה.

די ערשטע שבת איז א שטיקל מנהג אז מען שיקט מתנות צו די כלה, איך אבער, זייענדיג א ארץ ישראל'דיג בחור'ל, האב נישט פארמאגט אויף מיר קיין איבריגע פעני, און איך בין געווען אין א פארגלעגנהייט וואס איך זאל שיקן אויף שבת, האב איך דאן באשלאסן אז כ'וועל שיקן א זאך וואס ווייניג מענטשן קענען שיקן, נעמליך, א ניגון... דאן האב איך פארפאסט דעם ניגון ברוך ק-ל עליון, כ'האב דאס אריינגעזינגען אין א טעים און אפגעשיקט צום מיין מחותן, מיט דרייסיג יאר שפעטער האב איך דאס ארויפגעלייגט אויף א טעיפ און דער ניגון איז היינט צושפרייט בכל תפוצות ישראל אויף א זעלטענעם אופן, איך בין געווען אין דער שווייץ אויף א שבת, עס זענען דארטן געווען אלע סארטן אידן, פרומע, פרייע, קליינע געשטריקטע קאפעלעך, אלע אויפאמאל האבן זיי געזינגען ביי די סעודה מיין ברוך ק-ל עליון, מיט א שטיקל צייט שפעטער בין אין געווען אין אר"י אויף שבת, איך בין איינגעשטאנען אין רמות, שבת נאכמיטאג זאגט מיר מיין גאסט געבער "קום ר' משה איך ווייל דיר ווייזן א אינטערעסאנטע זאך", אקעגן איבער זיין הויז איז געווען א ישיבה פון תימנ'ער בחורים, ער האט מיר אהינגענומען, און מיר האבן געהערט ווי זיי זינגען מיטן תימנ'עם אקצענט מיין ברוך ק-ל עליון.

(קרעדיט: עס עפעס; אינטערוויו אין צייטשריפט)
----
118- פתח לנו שער - דעם ניגון "פתח לנו שער" האב איך נאכגעהערט פון זיינע קינדער אז ער האט עס געמאכט אין חלום איין יאר ליל יום הקדוש. כ'געדענק נישט פונקליך דער מעשה, עפעס האט ער געהאט א חלום ווי ער וויל אריינגיין ערגעץ וואו, און לויפענדיג צום טיר האט זיך עס אנגעהויבן פארמאכן, האט ער אנגעהויבן זינגען מיט בעטענדיגע תחנונים "פתח לנו שער בעת נעילת שער". ויקץ. ער איז ארויס פון זיין שלאף צימער און געטראפן איינער פון זיינע קינדער דארט, האט ער עס אים אויסגעלערנט.
ע"כ המעשה, כ'ווייס נישט וויפיל דערפון איז למעשה געשען, אדער צי ס'בכלל געשען. אויב איינער האט מער אינפערמאציע זייט אונז מזכה ביטע.

(קרעדיט: האניג)
----
120- שתזמין פרנסה - די פרנסה ניגון איז אויך מורא'דיג, איינער האט מיר געזאגט אז ער האט געפרעגט אייזיק האניג פארוואס עס איז אזוי הארציג, האט ער אים געזאגט אז ווען ער האט געזינגען דעם ניגון האט ער אינזינען געהאט פירוש המילות און אפילו געלאזט א טרער.

(קרעדיט: דארפסמאן)
----
144- ליל שימורים - "כאשר יצא לאור השיר 'ליל שימורים', שאלתיו מה ראה לחבר שיר על פירוש
רש"י, שלא כדרך המחברים. ענה לי ואמר: 'כאשר למדתי דברי רש"י הללו נתרגשתי
מאד, הנה הקב"ה בעצמו שומר ומצפה לגאלנו, ועומד ומחכה כביכול שיוכל לקיים
הבטחתו לאבות הקדושים. כמה בטחון ותקוה נוסכים מלים אלו בלב יהודי. תוך
כדי מחשבתי נחה עלי רוח השיר, ויצאו תנועות הללו'. - האם זה פלא איפוא
שכאשר מנגנים את זה אצל הסדר מרגישים הרגש נפלא שלא ניתן לתיאור כלל".

מאת: ר' בן ציון גאלדמאן (אחיו של ר' משה ע"ה).

(קרעדיט: לעניית דעתי)
----
151- ישלח עזרך איך בין געווען דערביי בשעת מעשה ווען ער האט פארפאסט א ניגון אויף די ווערטער ישלח עזרך מקודש ומציון יסעדך.

געווען איז עס ביי די קידוש צום געבורט פון די טאכטער פון הגאון הצדיק רבי חיים יהושע האלבערשטאם שליט"א פון סאטמאר מאנסי חתן הברך משה זצ"ל. (די ערשטע וואך איז געוען א קידוש אין וויליאמסבורג) די צווייטע וואך איז געווען א גרויסע קידוש אין בית המדרש בית חיים יהושע אין בארא פארק וואו רבי משה איז א מתפלל קבוע. בשעת די קידוש איז ר' משה געזעצן מיט אפאר מנגנים (דאכצעך אז רבי שלום קעסלער איז דארט געווען) ער האט געהייסן ברענגען א סידור, און ער האט דעמאלטס פארפאסט דעם ניגון. קודם האט ער געזינגען איין פאל און איבער געזינגען אפאר מאל, דערנאך די נעקסטע און אזוי ווייטער.

(קרעדיט: לעווי)
----
152- אבינו מלכנו החזירנו/שלח רפו"ש - דער ניגון אבינו מלכינו החזרינו/שלח רפואה פון ודבריו - האט ער געמאכט בתוך ימי השבע ברכות פון איינער פון זיינע קינדער ווען ער איז געוואר געווארן אז די דאקטורים האבן "דייעגנאזט" א טאכטער פון זיינס א נאנטע מיט א ערנסטע שווערע מחלה ל"ע.

מ'קען הערן אז דער ניגון האט א שטארקע ערנסטקייט אין זיך.

דאס האט ער געמאכט אסאך פאר דעם ודבריו טעיפ. ס'נאר דעמאלטס ארויף מן הסתם פשוט ווייל עס איז געווען באלד נאך זיין אייגענער מעשה.

(קרעדיט: לעניית דעתי)
----
154- ויזעקו אל ה' - ער האָט דערציילט אַז ווען ער דעמאָלט געלעגן אויפ'ן אַפּעראַציע טיש, האָט ער מחדש געווען אַ ניגון אין זיין מח. ער האָט דעמאָלט נישט געקענט זינגען מיט'ן מויל, און דאָס ניגון איז געזונגען געוואָרן בלויז מיט'ן האַרץ.

שפּעטער האָט ער דערציילט: עס האָט גענומען צוויי גאַנצע חדשים ביז איך האָב געקענט אַרויסזינגען דעם ניגון מיט'ן מויל אויף די ווערטער "ויזעקו אל ה' בצר להם", וואָס איז שפּעטער געזונגען געוואָרן אויף איינע פון זיינע קאַסעטעס. "דער פאַקט אַז איך האָב געקענט מחדש זיין אַ ניגון אין אַזעלכע שווערע מאָמענטן, האָט מיר באַשיינפּערליך געוויזן אַז השי"ת דער חונן לאדם דעת איז דער וואָס שיקט אַריין דעם כח הנגינה אינעם מענטש".

(קרעדיט: צייטליך; דער בלאט)
---
ניגון הנ"ל - דער ניגון 'ויזעקו אל ה' בצר' וועלכע האט אויף זיך די ווערטער 'א שבח והודאה וויל איך געבן', וואס דער ניגון האב איך פארפאסט מיט געפילן פון דאנקבארקייט צום באשעפער אז ער האט מיר געזונט געמאכט נאכדעם וואס איך בין געלעגן א לענגערע צייט אין שפיטאל.

(קרעדיט: עס עפעס; אינטערוויו אין צייטשריפט)
----
173- מן המיצר 1 - ר"מ האט בשותפות גאמאכט דעם "מן המיצר" אויף להודיע טעיפ - מיט ר' יוסף צבי ברייער ביי ר' אביש בראדט אין דער היים. - דארט האט ר"מ געמאכט דעם צווייטן פאל.

אן אויסנאם הארציגע שטיקעל.

(קרעדיט: לעניית דעתי)
---
ניגון הנ"ל - עס איז געווען א פארברענג לכבוד ר' יוסף צבי דאהי אין ניו יארק, ביי וועלכען ר' משה איז מיטגעווען, די באטייליגטע האבן אנגעהויבן צו מוטשען די צוויי וועלטס-קאמפאזיטארן זיי זאלן אינאיינעם פארפאסן א ניגון, זיי האבן אנהויב ביידע מסרב געווען, ביז ר' יוסף צבי האט ענדליך נאכגעגעבן צו פארפאסן דעם ערשטן פאל, בתנאי ר' משה פארפאסט דעם צווייטן פאל, נו, ר' יוסף צבי האט אנגעהויבן דעם ערשטן פאל אויף די ווערטער מן המיצר... און ווי ר' משה האט דאס געזאגט: "האב איך נישט געהאט קיין ברירה און צוגעלייגט דעם צווייטן פאל 'קולי שמעת'..."

(קרעדיט: שטארק זיך)
-----
180- עשה עימי אות לטובה - א איד איז א מאל געקומען צו ר"מ אז היות א גרופע מענטשען האבן אים שטארק וויי געטוהן און געווען כפוי טובה, זאל ר"מ פאר אים מאכן א ניגון אויף די ווערטער עשה עמי אות לטובה ויראו שונאי ויבושי. און דאס וועט פאר אים זיין א טרייסט.

האט ר"מ געמאכט דעם ניגון עשה עמי וגו' און דאס וועט זיין אויף מ.ש. 19 כנ"ל.

אינטערסאנט איז אז דער ניגון האט נישט אין זיך קיין שום תערובות פון נקמה וכדומה - ס'איז א שיינע ריינע ניגון וואס טייטשט די ווערטער און איז פיל מיט געבעהט.

(קרעדיט: לעניית דעתי)
-----
186- אשרי האיש - צייט פאר נאך א מעשה וואס איך האב געהערט נישט לאנג צוריק.

אזוי ווי דערמאנט האט ר"מ געהאט א גרויסע פאבריק פון פלעסטיק.

איין טאג אינדערפרי איז ער געגאנגען זיך טרעפן מיט דעם בעל הבית פון א גאר גרויסע קאמפאני וואס מאכט פראדאקטן פאר artists. און ר"מ וועט מאכן די פלעסטיק האלטערס פאר דעם.

זיצענדיג דארט און ווארטנדיג אויף דעם בעל הבית באמערקט ער ווי די גויאישע ארבייטערס קומען אן צום ארבייט איינער נאך דעם צווייטן און יעדער האלט א גלאז קאווע אין איין האנד און א Times אין דעם צווייטן האנד און אזוי הייבט מען אן דעם טאג.

האט ער געקלערט, ווי שיין און אנדערש איז אבער דעם התחלת היום ביי א איד. און האט תיכף דארט אויפ'ן פלאץ געמאכט א ניגון אויף די ווערטער אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים ובדרך חטאים לא עמד... כי אם בתורת השם חפצו...

(קרעדיט: לעניית דעתי)
----
188- ה' ישמרך - עס וועט זיין א ניגון - א מארש - אויף די ווערטער השם ישמרך מכל רע וכו'

דאס האט ר"מ געמאכט פארנדיג צום עירפארט ווען ער האט אפגעשיקט איינער פון די זוהן קיין ארץ ישראל לערנען.

(קרעדיט: לעניית דעתי)
----
241- מן המיצר 2 - כ'האב אמאל געהערט אז די ניגון מן המצר קראתי י-ה (וואס אייזיק האניג זינט אויף 'שמח' - א אלבום וואס אלע ניגונים זענען פארפאסט געווארן דורך ר' משה גאלדמאן) האט ער פארפאסט ווען ער האט צוגעשפארט זיין געשעפט (די וויין/ליקער סטאר) צוליב די שוואכע איינקנופטען, אויפן וועג ארויס פון די געשעפט דאס לעצטע מאל האט ער פארפאסט די ניגון.

(מפי השמועה - איך נעם נישט קיין אחריות - קרעדיט: לעווי)
---
מחנה שלוה 18 - להודיע - ר' משה: איך קען אייך פארציילן א מעשה, וועלכע איז נאך פריש, עס האט פאסירט מיט עטליכע וואכן צוריק.

ווי באקאנט בין איך ארויסגעקומען מיט עטליכע וואכן צוריק מיט א נייעם טעיפ מיטן נאמען 'להודיע', איז אזוי, בערך צוויי וואכן נאכדעם וואס דער טעיפ האט ערשיינט בין איך געזיצן שבת נאכמיטאג אויף פופצנטע עווניו אויף א באנק און זיך אפגערוהט, זיצנדיג אזוי קומט צו מיר צו א איד און פארציילט מיר דאס פאלגנדע:

מיינס א חבר האט א בחור וואס האט ליידער געגליטשט פון אידישן וועג, ער האט אויפגעהערט צו לייגן תפילין און זיך געדרייט אין די גאסן, דער איד האט שוין פרובירט צו גיין מיטן זון מיט גוטן און שלעכטן, עס האט אבער גארנישט געהאלפן. אין די טעג ווען עס איז ארויסגעקומען דיין נייעם טעיפ להודיע, און דער איד האט דאס אויסגעהערט האט ער געשפירט דערין געוואלדיגע ווארימע אידישע געפילן און ער האט זייער געוואלט אז זיין זון זאל דאס אויסהערן, ער האט אים געזאגט אז ער גיבט אים הונדערט דאלער אויב זעצט ער זיך אויסהערן דעם טעיפ זעקס מאל, דער בחור האט טאקע אזוי געטון, דעם אנדערן צופרי איז געווען דאס ערשטע מאל אין אכט חדשים וואס דער בחור האט געלייגט תפילין... ביז דא האט מיר דער איד פארציילט.

יא, דער כח פון נגינה איז געוואלדיג גרויס.

(קרעדיט: עס עפעס; אינטערוויו אין צייטשריפט)

***
לעצט פאראכטן דורך 1x1 אום דאנארשטאג אפריל 08, 2010 9:47 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 2:42 pm

א מייסטערהאפטיגע ארבעט, ייש"כ איינמאל איינס.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 2:57 pm

א ריזיגען יישר כח איינמאל איינס, שוין צום וויפילטן מאל פאר די הערליכער ארבייט וואס די האסט דא אהערגעשטעלט.

מיר האבן זייער הנאה געהאט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 3:03 pm

א הערליכע ארבייט!!!

איך וואלט גענומען די גאנצע שמועס דא, ובפרט די הערליכע ליקוט פון "איינס ביי איינס", און ארויסגעגעבן א חיבור: "אז ישיר משה".

זאל די זכות ביישטיין פאר אים בעולם העליון.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

תגובהדורך חושים בן דן » דאנארשטאג מארטש 18, 2010 10:25 pm

א דשאמבא ייש"כ איקוואלס 1 אזאנס גייט אריין אין דזורנאל...
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » פרייטאג מארטש 19, 2010 6:46 am

47- רבונו של עולם - אז מ' רעדט שוין פון חזק טעיפ וועל איך פארציילן וועגן דעם ריבונו של עולם ניגון.
ר"מ אין די ערשטע יארן האט געהאט א גרויסע פלאסטיק פאבריק און געמאכט שיין פרנסה.
יארן שפעהטער צוליב געוויסע קאמפאניס אין china איז ער אבער געצווינגן געוועהן דאס צו צומאכן.
דעמאטלס זייענדיג אין א גרויסע קלעם פון דעם מצב האט ער מיט א צובראכן פארווייטאגט הארץ מחבר געוועהן דעם ניגון.


ביי די שבעה האט א נאנטער ידיד פון ר"מ ז"ל געזאגט אז נישט דעם ניגון האט ער דאנמאלס געמאכט נאר המצא לנו.
והדבר צריך עיון.

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » פרייטאג מארטש 19, 2010 6:59 am

נאך א מעשה.

דער ניגון אבינו מלכינו החזרינו/שלח רפואה פון ודבריו - האט ער געמאכט בתוך ימי השבע ברכות פון איינער פון זיינע קינדער ווען ער איז געוואר געווארן אז די דאקטורים האבן "דיייעגנאזט" א טאכטער פון זיינס א נאנטע מיט א ערענסטע שווערע מחלה ל"ע.

מ' קען הערן אז דער ניגון האט א שטארקע ערענסט קייט אין זיך.

דאס האט ער געמאכט אסאך פאר דעם ודבריו טעיפ. ס'נאר דענמאלס ארויף מן הסתם פשוט ווייל עס איז געווען באלד נאך זיין אייגענער מעשה.

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » פרייטאג מארטש 19, 2010 7:06 am

כה אמר - האט ער געמאכט לכבוד די חתונה פון א יתום וואס "די ישיבה האט חתונה געמאכט" איז געוועהן זיינע ווערטער.

ביי די שבעה רעד איך אזוי מיט א אינגערמאן וואס איז געקומען פון לעיקוואד - זייער א נאנטע מיט ר"מ ז"ל מענין לענין געט ער א זאג - "די ווייסט, כה אמר האט ר"מ ז"ל געמאכט פאר מיין חתונה" ...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24150
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מארטש 19, 2010 8:22 am

1X1 דיינע תגובות זענען איין'ס ביי איין'ס מעכטיג... טענקס!

שמערי, מיכאל האט ביי יעדן אלבוים געפרעגט ר' משה וועלעכע נאמען צו געבן.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » פרייטאג מארטש 19, 2010 8:32 am

און דער לעצטע אויך? אינטערעסאנט ווייל ר"מ ז"ל האט אלס געהאלטן פון קורצע נעהמען.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » פרייטאג מארטש 19, 2010 11:09 am

---


---
(די תגובה איז אנדער קאנסטראקשן..)

***מארש***

18- הריעו (Dm)
24- שאלו שלום ירושלים (Dm)
36- מארש (אשירה לה') (Am)
80- מארש (מלך עליון) (A)
89- הפכת מספדי (A)
101- אם תחנה (Bbm)
116- מארש (כנשר) (A)
129- קה קלי (Cm)
151- ישלח עזרך (Am)
164- צור ישראל (Dm/D)
188- ה' ישמרך (Am)
217- על זאת
225- שושנת יעקב (A)
200- שעשה נסים

***וואלץ***

26- אמר ה' ליעקב (Dm)
31- וואלץ/לא תחמוד (D)
40- וואלץ (אשירה לה') (Cm)
52- בואו ונצא (A)
61- וואלץ (שבת) (Dm)
82- מלך עליון (Bm)
92- אדיר איום ונורא (Dm)
94- וייתי לנא (Bm)
103- וואלץ (אליך אזמרה) (Am)
114- ברוך קל עליון 1 (כנשר) (Em)
121- ברוך קל עליון 2 (פרנסה) (B)
131- קל אדון (C)
158- המבדיל (Dm)
167- ואל תאמר (C)
198- אשר ברא (Gm)
220- תנה עזך לעבדך (Gm)
236- שבת שלום ומבורך (D)
258- הטוב כי לא כלו (Dm)

***הארא וכדומה***

סימן טוב (Em)
ניגון הארא (חזק)
כיצד מרקדין (Gm)
שמחתי (Dm)
הנה לא ינום (Am)
אמר ר' שמעון/שלום צווישן אידן (Am)
הרחמן הוא ישלח לנו (F#m)
לא ימיש ספר התורה (Am)
ניגון מזל טוב (קץ הפלאות)
אתה חונן (Cm)
הזורעים בדמעה (Fm)
יהודה בן תימא (Dm)
יהא שלמא (Gm)
אמר רבי עקיבא/ואהבת (Dm)
הוא יגאל אותנו (Fm)

***אאמפא וכדומה***

כי אלקים יושיע ציון (Gm)
ה' אורי וישעי (Am)
ניגון ריקוד (זכור) (E/Em)
וישמיענו ברחמיו (Am)
שומרים (Dm)
לוח ליד
ניגון בר מצוה (בכל העולמות) (Em)
חנוכה ליד (Em)
אלה מועדי (Em)
ה' מלך
מימיני מיכאל

***שטייטע 4/4***

הגלה נא (Em)
אור חדש (Em)
שובי נפשי (Dm)
אני מאמין (Em)
המצא לנו (Dm)
לדור ודור (Cm)
הבן יקיר לי (Gm)
כי הוא על ימים (Dm)
אחת שאלתי (Am)
מקדש מלך
ונאמר והיה ד' (A)
שומר ישראל (Cm)
לולי תורתך (Bm)
אלקא דמאיר (Am)
על נהרות (Dm)
זכרנו לחיים (Dm)
ועתה שמע אלוקינו (Gm)
שתזמין פרנסה (Cm)
כי הם חיינו (Cm)
עבדיך ימצאו (Am)
זכור שנים עשר שבטים (F#m)
אבינו מלכנו החזירנו/שלח רפו"ש (Cm)
ורחמיך ד' אלוקינו (Em)
בנה ביתך (Fm)
רבי יעקב אומר (Cm)
אם אמרתי (מ. שניצלער) (Am)
בעלי תשובה (מ. שניצלער)

***שטייטע 3/4***

כי נחם (Dm)
זכור ד' חבת (Dm)
מנוחה ושמחה (Dm)
כה אמר (Am)
כי לקח טוב (Gm)
כאיל תערוג 1 (Cm)
מהר יקדמונו רחמיך (Dm)
רבונו של עולם ותמהר (Bm)
אלקי נשמה (Fm)
צדיק כתמר (Bm)
אלקא די ליה (Dm)
ושמרו (Dm)
קל ההודאות (Bm)
ואנפהא נהירין (Cm)
קלי למה עזבתני (Gm)
הרחמן הוא יזכנו (Cm)
ואהבתך (Gm)
מכניסי רחמים (Gm)
ותמלוך אתה הוא
והיה ביום ההוא יתקע
אודה ד' (Cm)
הדור נאה (Gm)
פנה לעלבון (Am)
כאיל תערוג 2 (Gm)
יהי רצון מלפניך (Cm)
כי תקדמנו (Dm)
שמע קולינו (Bm)
אל תעזבנו (Bm)
פתח לנו שער (Cm)
יהא רעותך (Cm)
רחם על ציון (Cm)
מי האיש (Gm)
רבונו של עולם כ'בעט דיר (Dm)
עננו ד' (Abm)
אחינו כל בית ישראל (Gm)
קץ הפלאות (Gm)
אהבה רבה (Dm)
מודה אני (Am)
עוד יזכור (Dm)
באין מליץ (D#m)
ובנוחה יאמר (Em)
סגולתי (Dm)
תפילה לעני (Ebm)
מן המיצר 1 (Abm)
גמול על עבדך (Am)
בלעטעלע ליד (Bm)
אתה ה' לא תכלא (Dm)
קנא לעירך
והיו למשיסה (Am)
יהי חסדך (Dm)
מה אהבתי (F#m)
ולירושלים עירך (Dm)
איש חסיד ליד
ותיק יהמו נא
כל עצמותי/אידיש
ירצה צום עמך
אבינו מלכנו פתח
את צמח
ובשירי
מן המיצר 2 (Am)
משכיל לדוד (Am)
מלך שוכן עד (Am)
המלאך הגואל (Gm)
פדנו מעושק אדם
מכלכל חיים
אנעים זמירות

*** Mixed ***

רחם בחסדך (C#m)
מתי תמלוך בציון
ועל ידי עבדיך (C#m)
לב טהור (F/Dm)
לפניו נעבוד
מה יקר
שבת ליד (C#m)
לא אמות
וכשם/כנשר (Bm)
א נשמה (Cm)
ידיד נפש (Cm)
יודע בגוים (Bbm)
הבט ימין וראה (Abm)
ליל שמורים (Cm)
ויזעקו אל ה' (Dm)
אדיר במרום (Bm)
וידע כל פעול (C#m)
ותראה לפניך עקידה (Dm)
השכיבנו (Cm)
זכר חסדו
מעוז צור
אנא בכוח
אלוקים יסעדנו
מזמור שיר חנוכת
וגם את נח
אכן שמע אלוקים
ביה אנא רחיץ

*** לעבעדיג ***

על הר גבוה
עומדות היו
זה שיר שבח
צדיק ד'
התנערי
יברכך ד' מציון
שבענו
תנה לנו
קול דודי
לא תבושי - Instrumental
ראשון לציון
אליהו הנביא
אם אשכחך
הוא יפתח לבנו
ואני בחסדך
עוזר דלים
הנה אנכי
חזק ימלא
צור כל העולמים
ענבי הגפן
ה' עוז לעמו יתן
מזמור שיר ליום שבת
בואי בשלום
אילן במה אברכך
ויזכו לראות בנים
סימן טוב 2
יוסף ה' עליכם
לולא האמנתי
והשיב לב אבות
קל הורית לנו
פארו עלי ופארי עליו
אהבת עולם
אשרי איש
הנה מה טוב
ואני אשיר
ונראהו
תשמענו
תשלח רוחך
יהי החודש הזה
קול רינה
מלך אלוקים
שנשמע ונתבשר
כי לא יטוש
אני מאמין 2
ודבריו
גומל חסדים טובים
ויבטחו בך
רננו צדיקים
להודיע
ברוך הבא
ויקבלו עול מלכותך
עשה עימי אות לטובה
ובדברי קדשך
כבודו מלא עולם
אשרי האיש
בכל העולמות
אשע עיני
אשירה לד'
ומרדכי יצא
ולך עשית
במוצאי יום מנוחה
פצחו הרים רנה
אך טוב וחסד
קול צהלה
עת דודים
והביאותים
שומע קול תרועת
שישו ושמחו
מודה אני
כבד את אביך
כי הם חיינו 2
דוד המלך
גדול יהיה
ישיש עליך
שוש תשיש
ויהי בישורין
שמח תשמח
אשר ברא
ושאבתם
שמח נפש
לכל זמן
וכל החיים (לטב ולחיין)
לעצט פאראכטן דורך 1x1 אום דינסטאג מאי 10, 2011 11:26 am, פאראכטן געווארן 11 מאל סך הכל.
http://www.teoria.com/ Music Theory


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: pianist, בא שבת בא מנוחה, מי הוא זה, שׁעמעדיגער און 28 געסט