ליסטע פון ניגוני ר' משה גאלדמאן ז"ל / חדש: צוטיילט אין סעטס!

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

ליסטע פון ניגוני ר' משה גאלדמאן ז"ל / חדש: צוטיילט אין סעטס!

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג מארטש 16, 2010 9:13 am

ליסטע פון אלע ניגוני הרה"ח ר' משה גאלדמאן ז"ל

צוגעלייגט: צוטיילט אין קאטאגאריעס: viewtopic.php?p=420692#p420692

אויף זיינע אייגענע אלבום'ס:

מחנה שלוה אלבום'ס:

מחנה שלוה 1 - על הר גבוה
מוזיק ארעינדזשמענטס: ישראל לאם
קווייער ארעינדזשמענטס: ישראל לאם

1- על הר גבוה
2- עומדות היו
3- כי נחם 3/4
4- זה שיר שבח
5- רחם בחסדך
*עוד ישמע - הולחן ע"י ר' משה קעסלער הי"ו
6- צדיק ד'
7- זכור ד' חבת 3/4
8-התנערי
9- מתי תמלוך
10- יברכך ד' מציון

מחנה שלוה 2 - הריעו לה'
מוזיק ארעינדזשמענטס: ישראל לאם
קווייער ארעינדזשמענטס: ישראל לאם

11- שבענו
12- מנוחה ושמחה 3/4
13- תנה לנו
14- הגלה נא 4/4
15- קול דודי
16- לא תבושי - Instrumental
17- אור חדש 4/4
18- הריעו מארש
19- שובו נפשי 4/4
20- ראשון לציון
21- כה אמר 3/4

מחנה שלוה 3 - אם אשכחך
מוזיק ארעינדזשמענטס: משה לאופער
קווייער ארעינדזשמענטס: יענקי גאלדמאן

22- אליהו הנביא
23- כי לקח 3/4
24- שאלו שלום ירושלים מארש
25- ועל ידי עבדיך
26- אמר ה' ליעקב וואלץ
27- אם אשכחך
28- כאיל תערוג 1 3/4
29- הוא יפתח לבנו
30- אני מאמין 1 4/4
31- וואלץ/לא תחמוד - Instrumental וואלץ

*מחנה שלוה 4 – קלאסיק - Instrumental
מוזיק ארעינדזשמענטס: ישראל לאם

על הר גבוה
אור חדש/שובי נפשי
קול דודי
כי נחם
עומדות היו/צדיק ה'/התנערי
הריעו לה'
הגלה נא
תנה לנו/ראשון לציון/שבענו
כה אמר

מחנה שלוה 5 - אשירה לה'
מוזיק ארעינדזשמענטס: משה לאופער
קווייער ארעינדזשמענטס: יענקי גאלדמאן

32- ואני בחסדך
33- המצא לנו 4/4
34- עוזר דלים
35- לדור ודור 4/4
36- מארש - Instrumental מארש
37- הנה אנכי
38- הבן יקיר לי 4/4
39- סימן טוב 1
40- וואלץ - Instrumental וואלץ

מחנה שלוה 6 - חזק
מוזיק ארעינדזשמענטס: משה לאופער
קווייער ארעינדזשמענטס: יענקי גאלדמאן

41- חזק ימלא
42- כי הוא על ימים 4/4
43- צור כל העולמים
44- לב טהור ברא לי
45- מהר יקדמונו רחמיך 3/4
46- ענבי הגפן
47- רבונו של עולם ותמהר 3/4
48- ה' עוז לעמו יתן
49- אלקי נשמה 3/4
50- אחת שאלתי 4/4
51- ניגון הארא - Instrumental הארא

מחנה שלוה 7 - שבת
מוזיק ארעינדזשמענטס: משה לאופער
קווייער ארעינדזשמענטס: יענקי גאלדמאן

52- בואו ונצא וואלץ
53- צדיק כתמר 3/4
54- מזמור שיר ליום שבת
55- אלקא די ליה 3/4
56- ושמרו 3/4
57- לפניו נעבוד
58- מקדש מלך 4/4
59- בואי בשלום
60- קל ההודאות 3/4
61- וואלץ וואלץ
62- ואנפהא נהירין 3/4

מחנה שלוה 8 - על ישראל שלום
מוזיק ארעינדזשמענטס: בַּאבּ סמיט
קווייער ארעינדזשמענטס: חיים יצחק גאלדמאן

63- אילן
64- מה יקר
65- ויזכו לראות בנים
66- קלי למה עזבתני 3/4
67- סימן טוב 2
68- שבת ליד
69- יוסף ה' עליכם
70- הרחמן הוא יזכנו 3/4
71- לולא האמנתי
72- ואהבתך 3/4
73- כיצד מרקדין הארא
74- והשיב לב אבות

מחנה שלוה 9 - מלך עליון
מוזיק ארעינדזשמענטס: בַּאבּ סמיט
קווייער ארעינדזשמענטס: חיים יצחק גאלדמאן

75- קל הורית לנו
76- מכניסי רחמים 3/4
77- ונאמר והיה ד' 4/4
78- ותמלוך אתה הוא 3/4
79- פארו עלי ופארי עליו
80- מארש מארש
81- לא אמות
82- מלך עליון וואלץ
83- שומר ישראל 4/4
84- והיה ביום ההוא יתקע 3/4

מחנה שלוה 10 - שמחתי
מוזיק ארעינדזשמענטס: משה לאופער
קווייער ארעינדזשמענטס: חיים יצחק גאלדמאן

85- אהבת עולם
86- אודה 3/4
87- כי אלקים יושיע ציון
88- לולי תורתך 4/4
89- הפכת מספדי מארש
90- שמחתי הארא
91- הדור נאה 3/4
92- אדיר איום ונורא וואלץ
93- פנה לעלבון 3/4
94- וייתי לנא וואלץ
95- אלקא דמאיר 4/4

מחנה שלוה 11 - אליך אזמרה
מוזיק ארעינדזשמענטס: משה לאופער
קווייער ארעינדזשמענטס: חיים יצחק גאלדמאן

96- אשרי איש
97- כאיל תערוג 2 3/4
98- הנה מה טוב
99- יהי רצון מלפניך שומע 3/4
100- הנה לא ינום הארא
101- אם תחנה מארש
102- כי תקדמנו 3/4
103- וואלץ וואלץ
104- שמע קולנו 3/4
105- ואני אשיר
106- אל תעזבנו 3/4

מחנה שלוה 12 - כנשר
מוזיק ארעינדזשמענטס: משה לאופער
קווייער ארעינדזשמענטס: חיים יצחק גאלדמאן

107- ונראהו
108- וכשם/כנשר
109- על נהרות 4/4
110- אמר ר' שמעון/שלום הארא
111- זכרנו לחיים 4/4
112- תשמענו
113- א נשמה
114- ברוך קל עליון 1 וואלץ
115- ועתה שמע אלקנו 4/4
116- מארש מארש

מחנה שלוה 13 - פרנסה
מוזיק ארעינדזשמענטס: משה לאופער
קווייער ארעינדזשמענטס: חיים יצחק גאלדמאן

117- תשלח רוחך יבראון
118- פתח לנו שער 3/4
119- יהי החודש הזה
120- שתזמין פרנסה 4/4
121- ברוך קל עליון 2 וואלץ
122- ידיד נפש
123- ה' אורי וישעי
124- כי הם חיינו 1
125- הרחמן הוא ישלח הארא
126- יהא רעותך 3/4

מחנה שלוה 14 - זכור
מוזיק ארעינדזשמענטס: משה לאופער
קווייער ארעינדזשמענטס: חיים יצחק גאלדמאן

127- קול רנה
128- עבדיך ימצאו 4/4
129- קה קלי
130- רחם על ציון 3/4
131- קל אדון וואלץ
132- מי האיש החפץ חיים 3/4
133- רבונו של עולם כ'בעט דיר זייער 3/4 מוזיק: חיים יצחק גאלדמאן
134- לא ימיש ספר התורה הארא
135- עננו ד' כי טוב חסדיך 3/4
136- ניגון ריקוד
137- זכור שנים עשר שבטים 4/4

מחנה שלוה 15 - קץ הפלאות
מוזיק ארעינדזשמענטס: משה לאופער
קווייער ארעינדזשמענטס: חיים יצחק גאלדמאן

138- מלך אלקים
139- יודע בגוים
140- שנשמע ונתבשר
141- הבט ימין וראה
142- אחינו כל בית ישראל 3/4
143- כי לא יטוש
144- ליל שימורים
145- וישמיענו ברחמיו
146- קץ הפלאות 3/4
147- ניגון מזל טוב הארא

מחנה שלוה 16 - ודבריו
מוזיק ארעינדזשמענטס: משה לאופער
קווייער ארעינדזשמענטס: חיים יצחק גאלדמאן

148- אהבה רבה 3/4
149- אני מאמין 2
150- מודה אני 3/4
151- ישלח עזרך מארש
152- אבינו מלכנו החזירנו/שלח רפו"ש 4/4
153- ודבריו
154- ויזעקו אל ה'
155- גומל חסדים טובים
156- ורחמיך ה' אלקינו 4/4
157- אתה חונן הארא
158- המבדיל וואלץ

מחנה שלוה 17 - שומרים
מוזיק ארעינדזשמענטס: משה לאופער
קווייער ארעינדזשמענטס: חיים יצחק גאלדמאן

159- שומרים
160/161- עוד יזכור/באין מליץ 3/4
162- ויבטחו בך
163- אדיר במרום
164- צור ישראל מארש
165- רננו צדיקים
166- ובנוחה יאמר 3/4
167- ואל תאמר וואלץ
168- סגולתי 3/4
169- הזורעים בדמעה הארא

מחנה שלוה 18 - להודיע
מוזיק ארעינדזשמענטס: משה לאופער
קווייער ארעינדזשמענטס: חיים יצחק גאלדמאן

170- להודיע
171- תפילה לעני 3/4
172- לוח ליד
173- מן המיצר 1 3/4
174- יהודה בן תימא הארא
175- גמול על עבדך 3/4
176- ברוך הבא
177- בלעטעלע ליד 3/4
178- ויקבלו עול מלכותך
179- אתה ה' לא תכלא 3/4

מחנה שלוה 19 - חומת אש
מוזיק ארעינדזשמענטס: ישראל לאם
קווייער ארעינדזשמענטס: חיים יצחק גאלדמאן

180- עשה עימי אות לטובה
181- וידע כל פעול
182- ובדברי קדשך
183- קנא לעירך 3/4
184- כבודו מלא עולם
185- והיו למשסה 3/4
186- אשרי האיש
187- ותראה לפניך עקידה
188- ה' ישמרך מארש
189- יהא שלמא הארא

מחנה שלוה 20 - בכל העולמות
מוזיק ארעינדזשמענטס: ישראל לאם
קווייער ארעינדזשמענטס: ישראל לאם

190- בכל העולמות
191- יהי חסדך 3/4
192- אשא עיני
193- מה אהבתי
194- אשירה לד'
195- ולירושלים עירך 3/4
196- ומרדכי יצא
197- השכיבנו
198- אשר ברא וואלץ
199- ניגון בר מצוה

חגים וזמנים 1 - שעשה נסים
מוזיק ארעינדזשמענטס: חיים יצחק גאלדמאן
קווייער ארעינדזשמענטס: חיים יצחק גאלדמאן

200/201- שעשה נסים/יונים נקבצו/החלק הראשון של ומנותר הולחן ע"י מהר"ש מבאבוב
202- שהחיינו
*הנרות הללו - הולחן ע"י ר' בנימין גאלדמאן ז"ל וואלץ
203- ולך עשית
204- חנוכה ליד
205- זכר חסדו
206- מעוז צור

חגים וזמנים 2 - מלוה מלכה
מוזיק ארעינדזשמענטס: חיים יצחק גאלדמאן
קווייער ארעינדזשמענטס: חיים יצחק גאלדמאן

207- במוצאי יום מנוחה
208- איש חסיד ליד 3/4
209- פצחו הרים רנה
210- ותיק יהמו נא רחמיך 3/4
211- אך טוב וחסד
212- אנא בכח
213- קול צהלה
214- אלוקים יסעדנו
215- עת דודים

חגים וזמנים 3 - אלה מועדי
מוזיק ארעינדזשמענטס: חיים יצחק גאלדמאן
קווייער ארעינדזשמענטס: חיים יצחק גאלדמאן

216- אלה מועדי
217- על זאת
218- כל עצמותי/אידיש 3/4
219- והביאותים
220- תנה עזך לעבדך וואלץ
221- שומע קול תרועת
222- ירצה צום עמך 3/4
223- שישו ושמחו
224- מזמור שיר חנוכת
225- שושנת יעקב מארש

שירי חינוך 1 - מזל טוב
מוזיק ארעינדזשמענטס: חיים יצחק גאלדמאן
קווייער ארעינדזשמענטס: חיים יצחק גאלדמאן

226- מודה אני
*מזל טוב (46- ענבי הגפן)
227- ה' מלך
228- כבד את אביך
229- מימיני מיכאל
*חנוכה ליד (92-אדיר איום)

שירי חינוך 2 - ואהבת לרעך כמוך
מוזיק ארעינדזשמענטס: חיים יצחק גאלדמאן
קווייער ארעינדזשמענטס: חיים יצחק גאלדמאן

230- אמר רבי עקיבא-ואהבת לרעך כמוך הארא
231- איך דאנק
*חברים כל ישראל (23- אליהו הנביא)
232- אבינו מלכנו 3/4
233- כי הם חיינו 2
234- בראשית נח
235- השקיפה
236- שבת שלום ומבורך וואלץ
237- דוד מלך ישראל


'גדול יהיה'-עם מקהלת המזמרים:
מוזיק ארעינדזשמענטס: חיים יצחק גאלדמאן
קווייער ארעינדזשמענטס: חיים יצחק גאלדמאן

238- גדול יהיה

*וואלץ סעט:

וואלץ-אשירה
וואלץ-אליך אזמרה
וואלץ-שבת
בואי ונצא

*מארש סעט:

מארש-אשירה
הריעו לה'
מארש-כנשר
הפכת מספדי
אם תחנה


*אליהו הנביא
אשר ברא
239- ישיש עליך
לכל זמן
240- שוש תשיש
241- ויהי בישורין
חזק
אם אשכחך
ענבי הגפן
שמח תשמח
שמח נפש
אהבת עולם
יוסף ה' עליכם
ויזכו
ונראהו
תשמענו

*'ששון ושמחה' – Instrumental
מוזיק ארעינדזשמענטס: חיים יצחק גאלדמאן

ענבי הגפן מדלי
אמר ה' ליעקב מדלי
אם אשכחך מדלי
כי לקח מדלי


אויף אנדערע אלבום'ס:

אויף אייזיק האניג'ס אלבום'ס:

אויף 'שמח':
מוזיק ארעינדזשמענטס: משה לאופער
קווייער ארעינדזשמענטס:

242- שמח תשמח
243- וגם את נח
244- אשר ברא
245- את צמח 3/4
246- ושאבתם
247- שמח נפש
248- ובשירי 3/4
249- לכל זמן
250- בנה ביתך 4/4
251- מן המיצר 2 3/4

252- משכיל לדוד (אדון הכל) 3/4
253- מלך שוכן עד (בהר המוריה) 3/4

אויף מתיקות/לחיים אלבום'ס:

254- המלאך הגואל (יברך) 3/4
255- פדנו מעושק אדם (נודה לך) 3/4
256- רבי יעקב אומר (נודה לך) 4/4
257- אכן שמע אלוקים (אליו)
258- הטוב כי לא כלו (אליו) וואלץ
259- הוא יגאל אותנו (לבי) הארא
260- מכלכל חיים (לבי) 3/4

261- הצלה (דאס אידישע הארץ)
--
262- אם אמרתי (מיכאל שניצלער/א אידישע שמחה) 4/4
263- בעלי תשובה (די נשמה פלאם 1/מיכאל שניצלער) 4/4
*ר' יעקב'ס פאלאץ (די נשמה פלאם 1/מיכאל שניצלער/158- המבדיל) וואלץ

264- וכל החיים (לטב ולחיין/סאטמאר)
265- אנעים זמירות (לטב ולחיין/סאטמאר)

266- ביה אנא רחיץ (אברכים/ר' אליעזר מרדכי שווארץ)

267- לא תבושי [עוד ישמע] (חברים 1/מנדל ווערדיגער)
צוגעלייגטע
orig_1FC201864FFD4514B934EC87802C6AA5.jpg
orig_1FC201864FFD4514B934EC87802C6AA5.jpg (27.5 KiB) געזעהן 8033 מאל
לעצט פאראכטן דורך 1x1 אום דינסטאג מאי 10, 2011 12:27 pm, פאראכטן געווארן 10 מאל סך הכל.
http://www.teoria.com/ Music Theory

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג מארטש 16, 2010 9:14 am

אונטער די קוליסין פון צענדליגע ניגונים...

כ'האב מלקט געווען פון אלע 'גאלדמאן אשכולות' צענדליגע מעשיות וויאזוי ס'איז צושטאנד געקומען די אדער יענע ניגון.

קודם לייג איך די רשימה פון ניגונים אויף וואס ס'איז דא צו פארציילען, און נאכדעם די מעשיות.

ווער ס'האט צוצולייגען, איז מכובד, און מ'וועט עס אי"ה צולייגען דא אויך אויף זיין קרעדיט.
----
3- כי נחם
21- כה אמר
25- ועל ידי עבדיך
30- אני מאמין 1
31- וואלץ/לא תחמוד
38- הבן יקיר לי
42- כי הוא על ימים
45- מהר יקדמונו רחמיך
47- רבונו של עולם ותמהר
49- אלקי נשמה
93- פנה לעלבון
95- אלקא דמאיר
114- ברוך קל עליון 1
118- פתח לנו שער
120- שתזמין פרנסה
144- ליל שימורים
151- ישלח עזרך
152- אבינו מלכנו החזירנו/שלח רפו"ש
154- ויזעקו אל ה'
173- מן המיצר 1
180- עשה עימי אות לטובה
186- אשרי האיש
188- ה' ישמרך
241- מן המיצר 2
מחנה שלוה 18 - להודיע

***


3- כי נחם - איך דערמאן זיך א מעשה, וואס ר"מ האט אמאל דערציילט, ער איז געווען אויף א ברית ערגעץ וואו, און מ'האט אים מכבד געוועהן צו זינגען די הרחמן'ס, האט ער געזינגען זיין כי ניחם אויף די הרחמן'ס.

נאך דעם קומט צו איינער און פרעגט אים מיט'ן גאנצן תמימות:

"איך פארשטיי אייך נישט, איר האט דאך אזוי פיל ניגונים אייגינע, פארוואס דארפט איר זינגען עפעס א וועלטס-ניגון?"...

(קרעדיט: לעניית דעתי)
----
21- כה אמר - האט ער געמאכט לכבוד די חתונה פון א יתום וואס "די ישיבה האט חתונה געמאכט" איז געווען זיינע ווערטער.

ביי די שבעה רעד איך אזוי מיט א אינגערמאן וואס איז געקומען פון לעיקוואד - זייער א נאנטע מיט ר"מ ז"ל מענין לענין געט ער א זאג - "דו ווייסט, כה אמר האט ר"מ ז"ל געמאכט פאר מיין חתונה"...

(קרעדיט: לעניית דעתי)
----
25- ועל ידי עבדיך - אסאך יארן צוריק איז ר' מ"ג געפארן אויף שבת אין קאנטרי איינשטיין ביי א גוטן פריינד א גאר שטארקע בעל מנגן. ער האט פארשטאנען אז אלץ מתנה וועט זיך דער בעל אכסניא פילן בעסער מיט א נייעם ניגון ווי מיט א נייעם באטל וויין. האט ער פארנדיג אויפ'ן פאלעסעידס פארפאסט דעם ערשטן פאל פון 'ועל ידי' (אויף אם אשכחך טעיפ), גייענדיג צום נעקסטן פאל האט ער פארגעסן דעם ערשטן.

האבנדיג נאך גענוג צייט ביז צום זמן האט ער זיך צוריק געדרייט און געפארן צום פלאץ וואו ער האט פארפאסט דעם ערשטן פאל, און הפלא ופלא, ער האט זיך עס דערמאנט. (ראה מעשה ונזכר הלכה)

זיך געמאכט סימנים דערויף נישט צו פארגעסן. און דערנאך גע'ענדיגט דעם ניגון.

עס זענען דא נאך מעשה'ס ועוד חזון למועד ווי מ'זאגט.

(קרעדיט: לעניית דעתי)
---
ניגון הנ"ל - כ'האב אמאל געהערט די מעשה פון ר' משה, כ'דענק נישט פונקטליך ביי וועלכע ניגון דאס איז געווען. וואס כ'געדענק יא איז ווי ר' משה האט פארציילט וואס ס'האט אים באוואויגען צוריקצופארן, ער האט זיך דערמאנט א מעשה וואס איז פארגעקומען ביי הגה"ק מסקולען זצוק"ל. דער סקולענע רבי האט אמאל געוויילט אויף שבת אין די גאלדעס גרין געגענט דאכצעך (כ'בין געווען א קינד ווען כ'האב עס געהערט פון אים בינעך נישט צו קלאר אין די דעטאלען..) בשעת'ן טיש פרייטאג צונאכט איז פאר'ן רבי'ן איינגעפאלן א לעבעדיגן ניגון, די רבי האט דאס געזינגען און דער עולם האט איבערגעזינגען לעבעדיג און געטאנצט דערויף.. נאך שבת איז די רבי צוגעפארן קיין לאנדאן, און אינמיטן די וואך האט די רבי געפרעגט די מקורבים צו ס'איז דא ווער עס געדענקט דעם ניגון.. קיינער האט זיך נישט געקענט דערמאנען. ס'האט פארן רבי'ן זייער באנג געטאהן, און ער האט געזאגט אז אויף שבת פארן מיר צוריק קיין גאלדעס גרין. וכך הוה, פרייטאג צונאכט בעת עריכת השלחן איז פאר'ן רבי'ן צוריקגעקומען דעם ניגון במחשבה. און די רבי האט געזאגט תורה אויף דעם ענין, ווי א ניגון האט א מקור בשמים, און עס איז באשערט וכו' וכו'.

(קרעדיט: ישראל הלוי)
----
30- אני מאמין 1 - איך האב געהערט פון א אינגערמאן וואס ר"מ ז"ל האט אים דערציילט אז דער ניגון אני מאמין פון אם אשכחך טעיפ האט ער געמאכט נאך א לאנגע פארצווייגטע שלום בית קעיס פון א נאנטער וואס האט זיך נישט אויס געארבעט.

(קרעדיט: לעניית דעתי)
----
31- וואלץ/לא תחמוד - Instrumental - (אן אלטער וואלץ פון ר' משה גאלדמאן ז"ל ארויפגעלייגט אויף לא תחמוד פונעם צווייטן טאג שבועות. צום סוף איז עס לעבעדיג. עס איז נישט "ארויפגעלייגט" נאר ר"מ האט דאס מתחילה געמאכט אויף די ווערטער.
אויף אם אשכחך טעיפ האט ער דאס געלייגט אן ווערטער.
עס איז הערליך דארט.)

- מען פארציילט אז ווען די סאלא פידעלע האט געשפילט דעם קרוץ מחומר פאל אין ארץ ישראל דארט אויף דעם 'אם אשכחך' טעיפ, איז ער אזוי נתרגש געווארן און געזאגט פאר לויפער:

"מער זאלסטו מיר נישט געהבן אזעלכע שטיקלעך צו שפילן - עס דערמאנט מיך אז איך בין א איד!" (נעבעך)

(קרעדיט: לעניית דעתי)
----
38- הבן יקיר לי - אין אן ארטיקל איבער אים האב איך געליינט אז הבן יקיר לי אפרים האט ער אמאל פארפאסט זייענדיג סטאק אין אן עירפארט איבער נאכט צוליב א דילעיד-פלייט, דאכצעך ס'איז געווען תשעה באב ביינאכט.

(קרעדיט: לעווי)
---
42- כי הוא על ימים - צי נעמט אזא הארציגן ניגון ווי "כי הוא על ימים יסדה, ועל נהרות יכוננה" וואס ר' משה האט אמאל פארטרויעט פאר זיינ'ס א ידיד, אז דעם ניגון האט ער מחבר געווען בשעת תשליך.

(קרעדיט: 1X1; דער בלאט)
----
45- מהר יקדמונו רחמיך - איז פארפאסט געווארן ווען ער האט געהערט אינדערפרי אז מ'האט געשאסן יחזקאל שמש. ער איז זייער איבער גענומען געווארן דעמאלטס. און פארענדיג אויפ'ן הייוועי האט ער דאס געמאכט. עס איז געווען א דאנערשטאג. דער ניגון איז מורא'דיג הארציג.

[אסאך זאפטיגע ניגונים זענען צושטאנד געקומען אויפ'ן הייוועי. ער איז אלס געפארן מיט'ן פאלאסעידס ווייל ער האט ליב געהאט די רוהיגקייט פון די ביימער ארום...]
(קרעדיט: לעניית דעתי)
---
47- רבונו של עולם - אז מ'רעדט שוין פון חזק טעיפ וועל איך פארציילן וועגן דעם ריבונו של עולם ניגון.
ר"מ אין די ערשטע יארן האט געהאט א גרויסע פלאסטיק פאבריק און געמאכט שיין פרנסה.
יארן שפעהטער צוליב געוויסע קאמפאניס אין china איז ער אבער געצווינגען געווען דאס צו צומאכן.
דעמאטלס זייענדיג אין א גרויסע קלעם פון דעם מצב האט ער מיט א צובראכן פארווייטאגט הארץ מחבר געוועהן דעם ניגון.
ותמהר ותחיש לגאלינו.... אוי ס'טייטשט אזוי גוט די ווערטער.

(ביי די שבעה האט א נאנטער ידיד פון ר"מ ז"ל געזאגט אז נישט דעם
ניגון האט ער דעמאלטס געמאכט נאר 33- המצא לנו. והדבר צריך עיון.)

(קרעדיט: לעניית דעתי)
----
49- אלקי נשמה - כ'האב געזען אז קיינער האט נאכנישט ערווענט וואס רבי משה גאלדמאן דערציילט, אז ווען ביים 'מיקסן' דעם ניגון 'אלקי נשמה' האט דער גוי וואס האט געארבעט אינעם סטודיאו זיך צעוויינט, ער האט געזאגט "איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס איר זינגט, אבער עס בארירט מיר דאס הארץ...".

(קרעדיט: חומר למחשבה)
----
93- פנה לעלבון - אַ גוטער ביישפּיל איז די רירנדע מעלאָדיע וואָס איז אַזוי באַרימט געוואָרן אין זיינע לעצטערע יאָרן, אויפ'ן פּיוט פון ליל יום הקדוש "פּנה לעלבון וכו' קולי שמע וראה דמע עיני. ר' משה האָט דערציילט, אַז דער ניגון איז אים איינגעפאַלן איין יום הקדוש ביינאַכט אין גרויסן באָבובער בית המדרש. יענעם ערב יום הקדוש איז ער אַ גאַנצן טאָג אַרומגעלאָפן פאַרסאָפּעט, שלאָגן כפּרות, אַרומגייענדיג ווינטשן אַ גוט יאָר און גמר חתימה טובה פאַר זיינע עלטערן, זיינע שוויגער עלטערן אא"וו, מקוה, סעודות אא"וו.

ווען ער האָט זיך ענדליך אַראָפּגעזעצט אין ביהמ"ד ליל כל נדרי איז אים, ווי פאַר אַלע אידן, באַפאַלן דער ערנסטער פאָרכטיגער געפיל פון חשבון הנפש. האָט ער דערציילט: "ווען מ'איז אָנגעקומען צו די פּיוטים נאָך מעריב, איך ווייס אַליין נישט פאַרוואָס, האָבן די ווערטער "פּנה לעלבון" ווי גערעדט צו מיר. עס האָט מיך אַ כאַפּ געטאָן, באַרירט דאָס האַרץ, און געשאָקלט די סטרונעס פון די נשמה. די ווערטער ווי מען בעט זיך ביי השי"ת 'קולי שמע וראה דמע – הער אונזער קול, זע אונזערע טרערן' האָבן ווי געמאָנט און געעפנט די קוועלער פון געפילן. און פּלוצים האָב איך געהאַט אַ ניגון".

(קרעדיט: צייטליך; דער בלאט)
---
ניגון הנ"ל - פנה לעלבון איז טאקע געמאכט געווארן יום קדוש ביינאכט אבער וואס ער שרייבט נישט איז אז עס איז אויך געוועהן א תוצאה פון א שוערן הארץ פון א שלום בית קעיס יענעם טאג.

(קרעדיט: לעניית דעתי)
----
ניגון הנ"ל - אין א אינטערוויאו האט ער אמאל פארציילט אז דעם ניגון האט ער געמאכט יום כיפור ביינאכט, נאכן האבן א געפערליך-אנגעשטרענגטן ערב יו"כ, און ער איז געווען צובראכן ווייל ער האט געטון אין א שווערן שלום בית קעיס. נאכדעם איז מען ארום געלאפן זיך בענטשן ביי די עלטערן וכו' וכו',

אזוי ארום, ווען ס'איז געקומען יו"כ ביינאכט, מ'זיצט שוין ענדליך רואיג, און מ'זאגט די פיוטים, איז דער מאמענט זייער א הייליגער-רואיגער-געפיהלישער מאמענט.

ווען ער איז אנגעקומען צו דעם פיוט, איז ער געווען אין א מורא'דיגע התרגשות, ער האט אריין געקוקט אין מחזור, און געזעהן די ווערטער, און ער זאגט "די ווערטער האבן זיך ממש געבעטן צו מיר איך זאל מאכן א ניגון אויף זיי".

דאן איז אים בייגעפאלן דעם ניגון, וואס ברענגט ארויס אזא געוואלדיגע ווארימע אויסדרוק אויף די ווערטער, אין פארעם פון א ניגון.

(קרעדיט: שמערי בערי)
------
95- אלקא דמאיר - נישט צופיל אַנדערש איז צושטאַנד געקומען זיין באַקאַנטער ניגון "אלקא דמאיר עננו". ר' משה ע"ה איז געווען דבוק במדתו של אהרן הכהן, אוהב שלום ורודף שלום ומביא שלום בין אדם לחבירו ובין איש לאשתו. פילע פּאָרפאָלקן פלעגן אַרויפקומען צו אים זיך דורכרעדן איבער שלום בית און אַנדערע פּראָבלעמען. ביי איין פאַל איז צו אים אַרויפגעקומען אַ פּאָרפאָלק מיט זייער שווערע פּראָבלעמען וועלכע האָבן שטאַרק באַרירט דאָס "גאָלדן" האַרץ פון דעם "גאָלדענעם מאַן".

דאָס איז געווען אַ פרייטאָג נאָכמיטאָג, און ווען דאָס פּאָרפאָלק האָט פאַרלאָזט זיין הויז איז ר' משה געווען זייער צעטראָגן, מיטפילענדיג זייער צער. פאַר ליכט בענטשן, ווען די נשים צדקניות לייגן געווענליך אַריין צדקה אין די פּושקעס, האָט ר' משה באַשלאָסן אויך אַריינצואוואַרפן אַ נדבה אין רבי מאיר בעל הנס פּושקע און בעטן פאַר דעם פּאָרפאָלק. יענעם מאָמענט איז אים איינגעפאַלן דאָס לידל איבער דעם "הייליגען רבי מאיר פון די גמרא".

(קרעדיט: צייטליך; דער בלאט)
----
114- ברוך קל עליון 1 - ר' משה:עס איז אביסל א אינטערעסאנטע מעשה איבער דעם באקאנטן ניגון 'ברוך ק-ל עליון', איר וועט הנאה האבן דאס צו הערן, אינאמתן איז דאס געווען ווען איך בין שוין געווען עלטער, אבער נאך פאר די חתונה.

מיר האבן דאן געוואוינט אין ארץ ישראל, איך בין שוין געווען א בחור אין די יארן פון שידוכים, איין שיינעם טאג, ווען די באשערטע מינוט איז אנגעקומען האבן מיר זיך ארויסגעלאזט –איך מיט מיין טאטע- קיין חוץ לארץ צו פארענדיגן דעם שידוך. נאכן ברעכן טעלער איז מיין משפחה צוריק אהיימגעפארן, איבערלאזנדיג מיר אין חוץ לארץ אז איך זאל מיר צוגרייטן צו די חתונה.

די ערשטע שבת איז א שטיקל מנהג אז מען שיקט מתנות צו די כלה, איך אבער, זייענדיג א ארץ ישראל'דיג בחור'ל, האב נישט פארמאגט אויף מיר קיין איבריגע פעני, און איך בין געווען אין א פארגלעגנהייט וואס איך זאל שיקן אויף שבת, האב איך דאן באשלאסן אז כ'וועל שיקן א זאך וואס ווייניג מענטשן קענען שיקן, נעמליך, א ניגון... דאן האב איך פארפאסט דעם ניגון ברוך ק-ל עליון, כ'האב דאס אריינגעזינגען אין א טעים און אפגעשיקט צום מיין מחותן, מיט דרייסיג יאר שפעטער האב איך דאס ארויפגעלייגט אויף א טעיפ און דער ניגון איז היינט צושפרייט בכל תפוצות ישראל אויף א זעלטענעם אופן, איך בין געווען אין דער שווייץ אויף א שבת, עס זענען דארטן געווען אלע סארטן אידן, פרומע, פרייע, קליינע געשטריקטע קאפעלעך, אלע אויפאמאל האבן זיי געזינגען ביי די סעודה מיין ברוך ק-ל עליון, מיט א שטיקל צייט שפעטער בין אין געווען אין אר"י אויף שבת, איך בין איינגעשטאנען אין רמות, שבת נאכמיטאג זאגט מיר מיין גאסט געבער "קום ר' משה איך ווייל דיר ווייזן א אינטערעסאנטע זאך", אקעגן איבער זיין הויז איז געווען א ישיבה פון תימנ'ער בחורים, ער האט מיר אהינגענומען, און מיר האבן געהערט ווי זיי זינגען מיטן תימנ'עם אקצענט מיין ברוך ק-ל עליון.

(קרעדיט: עס עפעס; אינטערוויו אין צייטשריפט)
----
118- פתח לנו שער - דעם ניגון "פתח לנו שער" האב איך נאכגעהערט פון זיינע קינדער אז ער האט עס געמאכט אין חלום איין יאר ליל יום הקדוש. כ'געדענק נישט פונקליך דער מעשה, עפעס האט ער געהאט א חלום ווי ער וויל אריינגיין ערגעץ וואו, און לויפענדיג צום טיר האט זיך עס אנגעהויבן פארמאכן, האט ער אנגעהויבן זינגען מיט בעטענדיגע תחנונים "פתח לנו שער בעת נעילת שער". ויקץ. ער איז ארויס פון זיין שלאף צימער און געטראפן איינער פון זיינע קינדער דארט, האט ער עס אים אויסגעלערנט.
ע"כ המעשה, כ'ווייס נישט וויפיל דערפון איז למעשה געשען, אדער צי ס'בכלל געשען. אויב איינער האט מער אינפערמאציע זייט אונז מזכה ביטע.

(קרעדיט: האניג)
----
120- שתזמין פרנסה - די פרנסה ניגון איז אויך מורא'דיג, איינער האט מיר געזאגט אז ער האט געפרעגט אייזיק האניג פארוואס עס איז אזוי הארציג, האט ער אים געזאגט אז ווען ער האט געזינגען דעם ניגון האט ער אינזינען געהאט פירוש המילות און אפילו געלאזט א טרער.

(קרעדיט: דארפסמאן)
----
144- ליל שימורים - "כאשר יצא לאור השיר 'ליל שימורים', שאלתיו מה ראה לחבר שיר על פירוש
רש"י, שלא כדרך המחברים. ענה לי ואמר: 'כאשר למדתי דברי רש"י הללו נתרגשתי
מאד, הנה הקב"ה בעצמו שומר ומצפה לגאלנו, ועומד ומחכה כביכול שיוכל לקיים
הבטחתו לאבות הקדושים. כמה בטחון ותקוה נוסכים מלים אלו בלב יהודי. תוך
כדי מחשבתי נחה עלי רוח השיר, ויצאו תנועות הללו'. - האם זה פלא איפוא
שכאשר מנגנים את זה אצל הסדר מרגישים הרגש נפלא שלא ניתן לתיאור כלל".

מאת: ר' בן ציון גאלדמאן (אחיו של ר' משה ע"ה).

(קרעדיט: לעניית דעתי)
----
151- ישלח עזרך - איך בין געווען דערביי בשעת מעשה ווען ער האט פארפאסט א ניגון אויף די ווערטער ישלח עזרך מקודש ומציון יסעדך.

געווען איז עס ביי די קידוש צום געבורט פון די טאכטער פון הגאון הצדיק רבי חיים יהושע האלבערשטאם שליט"א פון סאטמאר מאנסי חתן הברך משה זצ"ל. (די ערשטע וואך איז געוען א קידוש אין וויליאמסבורג) די צווייטע וואך איז געווען א גרויסע קידוש אין בית המדרש בית חיים יהושע אין בארא פארק וואו רבי משה איז א מתפלל קבוע. בשעת די קידוש איז ר' משה געזעצן מיט אפאר מנגנים (דאכצעך אז רבי שלום קעסלער איז דארט געווען) ער האט געהייסן ברענגען א סידור, און ער האט דעמאלטס פארפאסט דעם ניגון. קודם האט ער געזינגען איין פאל און איבער געזינגען אפאר מאל, דערנאך די נעקסטע און אזוי ווייטער.

(קרעדיט: לעווי)
----
152- אבינו מלכנו החזירנו/שלח רפו"ש - דער ניגון אבינו מלכינו החזרינו/שלח רפואה פון ודבריו - האט ער געמאכט בתוך ימי השבע ברכות פון איינער פון זיינע קינדער ווען ער איז געוואר געווארן אז די דאקטורים האבן "דייעגנאזט" א טאכטער פון זיינס א נאנטע מיט א ערנסטע שווערע מחלה ל"ע.

מ'קען הערן אז דער ניגון האט א שטארקע ערנסטקייט אין זיך.

דאס האט ער געמאכט אסאך פאר דעם ודבריו טעיפ. ס'נאר דעמאלטס ארויף מן הסתם פשוט ווייל עס איז געווען באלד נאך זיין אייגענער מעשה.

(קרעדיט: לעניית דעתי)
----
154- ויזעקו אל ה' - ער האָט דערציילט אַז ווען ער דעמאָלט געלעגן אויפ'ן אַפּעראַציע טיש, האָט ער מחדש געווען אַ ניגון אין זיין מח. ער האָט דעמאָלט נישט געקענט זינגען מיט'ן מויל, און דאָס ניגון איז געזונגען געוואָרן בלויז מיט'ן האַרץ.

שפּעטער האָט ער דערציילט: עס האָט גענומען צוויי גאַנצע חדשים ביז איך האָב געקענט אַרויסזינגען דעם ניגון מיט'ן מויל אויף די ווערטער "ויזעקו אל ה' בצר להם", וואָס איז שפּעטער געזונגען געוואָרן אויף איינע פון זיינע קאַסעטעס. "דער פאַקט אַז איך האָב געקענט מחדש זיין אַ ניגון אין אַזעלכע שווערע מאָמענטן, האָט מיר באַשיינפּערליך געוויזן אַז השי"ת דער חונן לאדם דעת איז דער וואָס שיקט אַריין דעם כח הנגינה אינעם מענטש".

(קרעדיט: צייטליך; דער בלאט)
---
ניגון הנ"ל - דער ניגון 'ויזעקו אל ה' בצר' וועלכע האט אויף זיך די ווערטער 'א שבח והודאה וויל איך געבן', וואס דער ניגון האב איך פארפאסט מיט געפילן פון דאנקבארקייט צום באשעפער אז ער האט מיר געזונט געמאכט נאכדעם וואס איך בין געלעגן א לענגערע צייט אין שפיטאל.

(קרעדיט: עס עפעס; אינטערוויו אין צייטשריפט)
----
173- מן המיצר 1 - ר"מ האט בשותפות גאמאכט דעם "מן המיצר" אויף להודיע טעיפ - מיט ר' יוסף צבי ברייער ביי ר' אביש בראדט אין דער היים. - דארט האט ר"מ געמאכט דעם צווייטן פאל.

אן אויסנאם הארציגע שטיקעל.

(קרעדיט: לעניית דעתי)
---
ניגון הנ"ל - עס איז געווען א פארברענג לכבוד ר' יוסף צבי דאהי אין ניו יארק, ביי וועלכען ר' משה איז מיטגעווען, די באטייליגטע האבן אנגעהויבן צו מוטשען די צוויי וועלטס-קאמפאזיטארן זיי זאלן אינאיינעם פארפאסן א ניגון, זיי האבן אנהויב ביידע מסרב געווען, ביז ר' יוסף צבי האט ענדליך נאכגעגעבן צו פארפאסן דעם ערשטן פאל, בתנאי ר' משה פארפאסט דעם צווייטן פאל, נו, ר' יוסף צבי האט אנגעהויבן דעם ערשטן פאל אויף די ווערטער מן המיצר... און ווי ר' משה האט דאס געזאגט: "האב איך נישט געהאט קיין ברירה און צוגעלייגט דעם צווייטן פאל 'קולי שמעת'..."

(קרעדיט: שטארק זיך)
-----
180- עשה עימי אות לטובה - א איד איז א מאל געקומען צו ר"מ אז היות א גרופע מענטשען האבן אים שטארק וויי געטוהן און געווען כפוי טובה, זאל ר"מ פאר אים מאכן א ניגון אויף די ווערטער עשה עמי אות לטובה ויראו שונאי ויבושי. און דאס וועט פאר אים זיין א טרייסט.

האט ר"מ געמאכט דעם ניגון עשה עמי וגו' און דאס וועט זיין אויף מ.ש. 19 כנ"ל.

אינטערסאנט איז אז דער ניגון האט נישט אין זיך קיין שום תערובות פון נקמה וכדומה - ס'איז א שיינע ריינע ניגון וואס טייטשט די ווערטער און איז פיל מיט געבעהט.

(קרעדיט: לעניית דעתי)
-----
186- אשרי האיש - צייט פאר נאך א מעשה וואס איך האב געהערט נישט לאנג צוריק.

אזוי ווי דערמאנט האט ר"מ געהאט א גרויסע פאבריק פון פלעסטיק.

איין טאג אינדערפרי איז ער געגאנגען זיך טרעפן מיט דעם בעל הבית פון א גאר גרויסע קאמפאני וואס מאכט פראדאקטן פאר artists. און ר"מ וועט מאכן די פלעסטיק האלטערס פאר דעם.

זיצענדיג דארט און ווארטנדיג אויף דעם בעל הבית באמערקט ער ווי די גויאישע ארבייטערס קומען אן צום ארבייט איינער נאך דעם צווייטן און יעדער האלט א גלאז קאווע אין איין האנד און א Times אין דעם צווייטן האנד און אזוי הייבט מען אן דעם טאג.

האט ער געקלערט, ווי שיין און אנדערש איז אבער דעם התחלת היום ביי א איד. און האט תיכף דארט אויפ'ן פלאץ געמאכט א ניגון אויף די ווערטער אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים ובדרך חטאים לא עמד... כי אם בתורת השם חפצו...

(קרעדיט: לעניית דעתי)
----
188- ה' ישמרך - עס וועט זיין א ניגון - א מארש - אויף די ווערטער השם ישמרך מכל רע וכו'

דאס האט ר"מ געמאכט פארנדיג צום עירפארט ווען ער האט אפגעשיקט איינער פון די זוהן קיין ארץ ישראל לערנען.

(קרעדיט: לעניית דעתי)
----
241- מן המיצר 2 - כ'האב אמאל געהערט אז די ניגון מן המצר קראתי י-ה (וואס אייזיק האניג זינט אויף 'שמח' - א אלבום וואס אלע ניגונים זענען פארפאסט געווארן דורך ר' משה גאלדמאן) האט ער פארפאסט ווען ער האט צוגעשפארט זיין געשעפט (די וויין/ליקער סטאר) צוליב די שוואכע איינקנופטען, אויפן וועג ארויס פון די געשעפט דאס לעצטע מאל האט ער פארפאסט די ניגון.

(מפי השמועה - איך נעם נישט קיין אחריות - קרעדיט: לעווי)
---
מחנה שלוה 18 - להודיע - ר' משה: איך קען אייך פארציילן א מעשה, וועלכע איז נאך פריש, עס האט פאסירט מיט עטליכע וואכן צוריק.

ווי באקאנט בין איך ארויסגעקומען מיט עטליכע וואכן צוריק מיט א נייעם טעיפ מיטן נאמען 'להודיע', איז אזוי, בערך צוויי וואכן נאכדעם וואס דער טעיפ האט ערשיינט בין איך געזיצן שבת נאכמיטאג אויף פופצנטע עווניו אויף א באנק און זיך אפגערוהט, זיצנדיג אזוי קומט צו מיר צו א איד און פארציילט מיר דאס פאלגנדע:

מיינס א חבר האט א בחור וואס האט ליידער געגליטשט פון אידישן וועג, ער האט אויפגעהערט צו לייגן תפילין און זיך געדרייט אין די גאסן, דער איד האט שוין פרובירט צו גיין מיטן זון מיט גוטן און שלעכטן, עס האט אבער גארנישט געהאלפן. אין די טעג ווען עס איז ארויסגעקומען דיין נייעם טעיפ להודיע, און דער איד האט דאס אויסגעהערט האט ער געשפירט דערין געוואלדיגע ווארימע אידישע געפילן און ער האט זייער געוואלט אז זיין זון זאל דאס אויסהערן, ער האט אים געזאגט אז ער גיבט אים הונדערט דאלער אויב זעצט ער זיך אויסהערן דעם טעיפ זעקס מאל, דער בחור האט טאקע אזוי געטון, דעם אנדערן צופרי איז געווען דאס ערשטע מאל אין אכט חדשים וואס דער בחור האט געלייגט תפילין... ביז דא האט מיר דער איד פארציילט.

יא, דער כח פון נגינה איז געוואלדיג גרויס.

(קרעדיט: עס עפעס; אינטערוויו אין צייטשריפט)

***


----
גענומען פון דער בלאט:
גאסט עדיטאריעל

משה ינגן והאלקים יעננו בקול
דברי הערכה לפטירתו של הרה"ח ר' משה גאלדמאן ז"ל
פון: נ.מ., ב"פ


ווען דער עלטערער דור איז אנגעקומען קיין אמעריקע נאך די צווייטע וועלט קריג, האט מען ווייניג ניגונים מיטגעברענגט פון דער אלטער היים. ביי שמחות און פרייליכע מסיבות האט מען נישט געהערט צופיל מער ווי אזעלכע אלט-באקאנטע ניגונים "והשיב לב אבות על בנים", "כי לה' המלוכה ומושל בגוים", "צוה ישועות יעקב" אדער "גיט אריין א נחמה'לע אין א אידישע נשמה'לע".

שפעטער ווען דער סקולענער רבי זי"ע איז ארויסגעקומען פון אונטערן אייזערנעם פורהאנג, האט ער ערפולט דעם חלל אין אידישן עולם הנגינה מיט פרישע הייליגע ניגונים, וועלכע זענען שנעל געווארן א נחלת הכלל ביי גאנץ כלל ישראל, אזוי ווייט אז מען געדענקט קוים מלב טהור של מי יצאו אלו הזמירות.

אזעלכע ניגונים ווי "ליהודים היתה אורה" אדער "חסדי ה' כי לא תמנו", דאכט זיך פאר פילע אז די ניגונים גייען איבער מדור לדור זיכער שוין פון הונדערטער יארן. מען געדענקט גארנישט אז עס איז געווען דער הייליגער סקולענער רבי וועלכער האט אונז מזכה געווען מיט די פרייליכע קאמפאזיציעס, אן וועלכע מען קען גארנישט פראווען קיין יום טוב פורים אדער חנוכה.

נאך געציילטע מחברי ניגונים פון ערשטן דור פליטי אייראפע האבן איבערגעלאזט זייער ירושה פאר'ן דור, מיט ניגונים וועלכע האבן זיך אריינגעגעסן ביי כלל ישראל אלס "וועלט'ס ניגונים" כאילו די ניגונים האבן זיך אליין פארפאסט, אן קיין מחבר. אזעלכע מנגנים א שטייגער ווי ר' יו"ט ערליך ז"ל, ר' אברהמעלע ווערצבערגער ז"ל, ולהבחל"ח, ר' בנציון שענקער הי"ו, האבן בשעתם פיל בייגעשטייערט צום דאן-קליינעם אוצר פון אידישע ניגונים, און שוין לאנג איז פארגעסן געווארן אז זיי קומט זיך די קרעדיט.

נעמט למשט אזא בעל מנגן ווי הרה"ח ר' משה לייב ערבליך ז"ל, אן אייניקל פון הרה"ק רבי משה לייב מסאסוב זי"ע (און דער פאטער פון האחים חזני ערבליך שיחיו), וואס כמאט קיינער ווייסט נישט אז ער איז דער מחבר פון דעם וועלט-בארימטן ניגון "אנא, אנא, אנא, עבדא דקודשא בריך הוא" (וואס אגב, האט ער אמאל פארטרויעט פאר'ן שרייבער פון די שורות, אז די וועלט זינגט דעם ניגון בטעות, ווייל דארפן דארף מען זינגען "אנא עבדא עבדא, עבדא דקודשא בריך הוא". וואס איז דער 'אנא אנא אנא, איך איך איך'?", האט ער געפרעגט מיט איראניע).

ווען ניגונים-קאסעטעס האבן אנגעהויבן איבערנעמען דעם מארקעט אויף א ברייטן פארנעם, איז נישט בלויז ווידער אנשטאנען א פרישער חלל אין אידישן עולם הנגינה, נאר אויך א סכנה גדולה. עס האט געדראעט אז דער פרעמדער גייסט פון נגינה זאל אריינדרינגען ביים חסידשן עולם און חלילה אפקילן דעם הייליגען חסידשן פלאקער; אונטערברענגען א יסוד פון חסידישקייט וואו נגינה האט אלעמאל פארנומען אזא צענטראלע נקודה אין עבודת ה'.

ברם זכור אותו איש לטוב, והאיש זה משה, הרה"ח ר' משה גאלדמאן ז"ל מותיקי חסידי באבוב, וועלכער האט באוויזן אנצופילן אידישע שטיבער מקצה העולם ועד סופו מיט ווארעמע, בא'חנ'טע חסידישע ניגונים.

אמאל, ביי א געלעגנהייט ווען ר' משה האט זיך אביסל צעשמועסט אפנהארציג איבער זיין "גאלדענע" קאריערע, האט ער דערציילט אז ווען ער האט אנגעהויבן ארויסגעבן קאסעטעס, האט ער זיך אונטערגענומען מיט א פעלזן פעסטע קבלה, אז ער וועט זיך קיינמאל נישט אוועקרירן פונעם אור-אלטן חסידשן סטיל. ער האט דערציילט אז קאלעגע קאמפאזיטארן האבן אים מייעץ געווען אז די קאסעטעס וועלן זיך פיל בעסער פארקויפן. ער האט אבער קאטעגאריש אנטזאגט.

ער פלעגט ספעציעל אויסדרוקן ווייטאג ווען אנדערע האבן גענומען הייליגע פסוקים און זיי פארוואנדלט אין ווילדע, פרעמד-גייסטישע, אדער ח"ו גויאישע, ניגונים.

ער האט געזען אין זיין נגינה-טאלאנט א שליחות פון הימל. "א ניגון איז א הייליגע זאך, עס גייט זייער טיף, טיף אין הארץ אריין. דאס איז נישט א זאך מיט וועלכע מען שפילט זיך ארום".

און ר' משה האט טאקע זוכה געווען אז אומצאליגע פון זיינע ניגונים האבן אריינגעדרינגען אין הערצער פון כלל ישראל. זיי זענען געווארן א נחלת הכלל והפרט, ווערנדיג געזונגען מיט תענוג רוחני ביי גרויסע חסידישע מסיבות און אין פריוואטע אידישע הייזער צוגלייך. א נחלת הכלל, מיט איין דיפערענץ פון די פריערדיגע: זיינע פאפולערע קאסעטעס האבן פארזיכערט אז די ניגונים זענען נישט פארוואנדלט געווארן אין בני בלי שם. יעדער דערקענט און ווייסט אנצוצייגן אז דאס איז "ר' משה גאלדמאנ'ס א ניגון".

אזעלכע וועלט-בארימטע ניגונים ווי "כאיל תערוג", "אלקי נשמה שנתת בי" וועלכע ציט באמת די סטרונעס פון די נשמה, אדער "כה אמר ה' זכרתי לך חסד נעוריך, לכתך אחרי במדבר", אדער "הבן יקיר לי אפרים וגו' כי מדי דברי בו זכור אזכרנו עוד", וואס ביים זינגען שפירט זיך ווירקליך ווי נישט בלויז דער ניגון גייט העכער פון פאל צו פאל, נאר אויך דער זינגער ווערט דערהויבען העכער און העכער.

"הגלה נא ופרוש חביבי עלי", וואס ווערט געזונגען מיט רגש אין יעדע אידישע סוכה, און איז עקסטער שטארק אויפגעכאפט אין די ליטווישע וועלט צו זינגען ביי חתונות פאר די חופה. אדער זיין "ברוך א-ל עליון אשר נתן מנוחה", וואס איז געווארן א שבת ניגון ביי כלל ישראל. צי נעמט אזא הארציגן ניגון ווי "כי הוא על ימים יסדה, ועל נהרות יכוננה" וואס ר' משה האט אמאל פארטרויעט פאר זיינ'ס א ידיד, אז דעם ניגון האט ער מחבר געווען בשעת תשליך. אדער לעצטענס זיינע ניגונים, "שלום שלום, צווישן אידן", "אלקא דמאיר עננו" וועלכע ווערט געזונגען ביי יעדן דינער לצדקת רבי מאיר בעל הנס.

און ווער קען דען פארגעסן דעם לעבעדיגען ניגון "חזק ימלא משאלותינו", וועלכע האט שוין אויפגעהויבן די געמיטער פון אלפים ורבבות מישראל ווערנדיג געזונגען מיט התלהבות ביי די גרעסטע רבישע מסיבות.

אין היינטיגן שווערען דור פון נסיונות, ווען פילע מחברי ניגונים מישן אריין אין זייערע ניגונים גויאישע תנועות מכל הבא ליד, ביודעים ובלא יודעים, האט ר' משה פאסיג מסיים געווען זיין לעבן מיט די קאסעטע "חומת אש".

ווייל געווען איז ער א חומה בצורה קעגן די מים הזדונים, און נישט בלויז בדרך שלילי, נאר בדרך חיובי – געהויבען די געמיטער צו הויכע שטיפעס ביי טויזענטער שבת טישן, ביי טויזנטער אידישע שמחות; און בכל עת מצוא גיסן זיך אידן אויס די הערצער מיט זיינע הארציגע מעלאדיעס און פרייליכע קאמפאזיציעס.

זיין אוצר הזמירות איז א הערליכע ירושה. אבער זיין "חומת אש" זיך צו האלטן כאיתן חלמיש צום אמאליגן שטייגער פון נגינה, איז זיין ריכטיגע ירושה לדורות.

יהא זכרו ברוך.
לעצט פאראכטן דורך 1x1 אום דאנארשטאג מאי 13, 2010 9:51 am, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מארטש 16, 2010 9:15 am

וואס קען איך זאגן אויסער א ריזיגן באמבאסטישן יישר כח?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מארטש 16, 2010 9:26 am

א ריזיגען יישר כח 1X1 פאר די מייסטערהאפטיגער ארבייט.

'גדול יהיה' אלבום איז א ליקוט פון אלטע ניגונים, חוץ די ערשטע ניגון גדול יהיה וואס איז יא א פרישער ניגון געווען. (ארויסגעקומען צום חנוכת הבית פון די ביהמ"ד אין קרית ויואל משה אין מאנטיסעלאו)

יעצט זעה איך אז טאקע נאר דארט האסטו געלייגט א נומער. א גוטער ארבייט!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג מארטש 16, 2010 9:27 am

הערליך הערליך. כווייס נאר נישט פון וועלכע ניגונים דו רעדסט ווען דו שרייבסט אז ער האט געהאט צוויי ניגונים אויף מיכאל'ס נשמה פלאם.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מארטש 16, 2010 9:32 am

פארוואס עפעס זאג איך אזא גרויסן שכוח? ווייל נעכטן נאכט האב איך מיך פונקט אראפגעזעצט ביים פיאנע, און געשפילט א שטיקל מעדלי פון איבער 20 ניגונים פון ר' משה ע"ה, בלויז א פאל אדער א האלבע פאל פון יעדע ניגון, שיין אריינגעפלאכטן איינס אין צווייטן (משום צער בעלי חיים און אימתא דציבורא וועל איך נישט ארויפלייגן דעם ריקארדינג...). כ'האב אבער אלעס געמאכט פון זכרון ארויס. יעצט אז כ'וועל האבן א ליסטע וועל איך קענען מאכן די זעלבע זאך אויף א געהעריגן סדר.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מארטש 16, 2010 9:34 am

מאשקע. די אלבום "גדול יהיה" האט א הערליכען צוזאמשטעל פון זיינע ניגונים. קוק עס דורך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג מארטש 16, 2010 9:37 am

פשיהא!! א געוואלדיגן יישר כח ר' איינס טיימס איינס!!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » דינסטאג מארטש 16, 2010 10:23 am

עס זענען דא אפאר קליינע טעותים וואס כאב שוין געשריבען צו ראביי איינס מ' וועט דאס פארעכטן אי"ה.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג מארטש 16, 2010 10:25 am

1X1, ס'קומט דיר א גרויסן ישר כוח פארם ליקוט נפלא. ס'איז א דבר גדול צו זעהן וויפיל איידעלע הערליכע ניגונים המנוח ר' משה גאלדמאן ע"ה האט אונז איבערגעלאזט. יהא זכרו ברוך.

יהא חלקיך עם מזיכי הרבים.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג מארטש 16, 2010 10:29 am

Wowדאס שוין איינמאל איינס
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דינסטאג מארטש 16, 2010 10:30 am

א גרויסען יישר כח ר' איין מאל איין כ'שוין לאנג געווארט פאר אזוינס! זייער קלאר אראפגעלייגט!!! נאדיר ;l;p-
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מארטש 16, 2010 10:36 am

צייטליך האט געשריבן:מאשקע. די אלבום "גדול יהיה" האט א הערליכען צוזאמשטעל פון זיינע ניגונים. קוק עס דורך.


כ'קען גוט דעם אלבוים, אבער איך האב געוואלט נאר שטאטע ניגונים, און נאר א מעדלי (נישט קיין גאנצע ניגון און אפט ניטאמאל קיין גאנצע פאל).
An article a day keeps the babies away

פלייוואד
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

תגובהדורך פלייוואד » דינסטאג מארטש 16, 2010 10:40 am

איך געדענק עפעס א טעיפ פון ר' אליעזר מרדכי שווארץ (דאכט זיך מיר ס'האט געהייסן עפעס אברכים #1) וואס האט געהאט געוויסע ניגונים פון ר' משה'ן

ווייסט איינער עפעס מער?

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » דינסטאג מארטש 16, 2010 10:46 am

ריכטיג - ביא אנא רחיץ א שיינע ניגון פון שטאט דאכצעך חזנות און דערנאך שנעל

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דינסטאג מארטש 16, 2010 12:22 pm

א ריזיגן ישר כח.

איך האב לעצטענס געקויפט דעם געוואלדיגן אוצר פון די ערשטע 15(?) סי.די.ס פון ר' משה'ען ע"ה, אבער איך האב באדויערט פארוואס ס'האט נישט קיין פונטלעכע ליסטע פון די ניגונים.

יעצט האב איך שוין דאס אויך.

(איך האב געזאגט בדרך הלצה, אז אויב ביי זינגן א ניגון איז אזויווי ווען מ'זאגט נאך א ווארט, דהיינו אז ס'איז שפתותיו דובבות, בין איך מקנא זיינע שכנים אין בית החיים וועלן אים הערן זינגן 24/7...).
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דינסטאג מארטש 16, 2010 12:29 pm

מאשקע האט געשריבן:פארוואס עפעס זאג איך אזא גרויסן שכוח? ווייל נעכטן נאכט האב איך מיך פונקט אראפגעזעצט ביים פיאנע, און געשפילט א שטיקל מעדלי פון איבער 20 ניגונים פון ר' משה ע"ה, בלויז א פאל אדער א האלבע פאל פון יעדע ניגון, שיין אריינגעפלאכטן איינס אין צווייטן (משום צער בעלי חיים און אימתא דציבורא וועל איך נישט ארויפלייגן דעם ריקארדינג...). כ'האב אבער אלעס געמאכט פון זכרון ארויס. יעצט אז כ'וועל האבן א ליסטע וועל איך קענען מאכן די זעלבע זאך אויף א געהעריגן סדר.


מאשקע, איך פארשטיי די ווילסט נישט לייגן דעם ריקארדינג,

מעגליך אלס דעם וואס דו ביסט די מלך - מייסד הקרעטשמע, אין אונז ווייס מיר אז מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול, ממילא ביסטו נישט ערלויבט צו שאפן קיין בושות פאר דיר אליין... (נעמעס נישט פרעזענליך, איך רעד פשוט פאר קנאה, שלא לבייש את מי שאין לו...).

אבער די סדר פון די מעדלי, וועלכע ניגון, וועלכע פאל, א.א.וו. וואלסטו יא געמעגט ארויפשטעלן אונז מהנה צו זיין.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » דינסטאג מארטש 16, 2010 1:06 pm

אז איינער וואלט זיך אראפגעזעצט ליסטן די 350 ניגונים פון דא:

http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=15721&cat_id=2

וואלט איך אים שטארק מכיר טובה געווען.

אגב, ווייסט איינער צי - און וויאזוי - מ'קען עס דאונלאודן??

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מארטש 16, 2010 1:51 pm

פלייוואד האט געשריבן:איך געדענק עפעס א טעיפ פון ר' אליעזר מרדכי שווארץ (דאכט זיך מיר ס'האט געהייסן עפעס אברכים #1) וואס האט געהאט געוויסע ניגונים פון ר' משה'ן

ווייסט איינער עפעס מער?


יא, כ'קען דעם ניגון, סיי פון אברכים טעיפ (יא, טעיפ...) און סיי פון די יאקאב מסיבות. נאר כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז ס'איז ר' משה'ס. ס'שטימט גראדע.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מארטש 16, 2010 1:52 pm

משיח האט געשריבן:מאשקע, איך פארשטיי די ווילסט נישט לייגן דעם ריקארדינג,

מעגליך אלס דעם וואס דו ביסט די מלך - מייסד הקרעטשמע, אין אונז ווייס מיר אז מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול, ממילא ביסטו נישט ערלויבט צו שאפן קיין בושות פאר דיר אליין... (נעמעס נישט פרעזענליך, איך רעד פשוט פאר קנאה, שלא לבייש את מי שאין לו...).

אבער די סדר פון די מעדלי, וועלכע ניגון, וועלכע פאל, א.א.וו. וואלסטו יא געמעגט ארויפשטעלן אונז מהנה צו זיין.


חחחח, גאנץ א גוטע פשט'ל. כ'וועל עס נאכזאגן ביים שבת הקטן דרשה... (נאר איין הערה: דער מייסד הקרעטשמע איז קרעמער יר"ה).
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מארטש 16, 2010 2:16 pm

כ'האב באשלאסן אז אין לך אלא כהן שבימיך....... חחחח וואס? כ'מיין צו זאגן, אז איך פייף אן יעדן, סיי די מלכים און סיי די אבות, און כ'לייג יא ארויף דעם פייל.

ס'איז אפגעכאפט מיט א ריקארדער, נישט ספעציעל קלאר, און כ'בין נישט דער בעסטער שפילער (אן אונטער-סטעיטמענט). אסאך מאל איז דא טעותים, און אסאך מאל ווארט איך צו לאנג ביז צום נעקסטן ניגון, פשוט ווייל איך ווארט אז עפעס (נישט די ניק) זאל מיר אריינקומען אין קאפ.

אלזא...

יא וואס? אה, די פייל? אה יא, ס'וועט זיין דא ביז אפאר מינוט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מארטש 16, 2010 2:21 pm

אקעי, דא האסטו:

http://www.divshare.com/download/10787548-cfe

כ'וויל נישט הערן קיין קאמענטארן פון 1X1, תו השמיני, אדער סיי וועלכער אנדערער פראפעסיאנאלער שפילער... פליז... וויאזוי האט נאר יענער געזאגט פריער? שלא לבייש את מי שאין לו... איין-מאן-נאזבאנד איז נישט מיין פראפעשאן, ביטע נישט לאכן הויך...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דינסטאג מארטש 16, 2010 2:27 pm

מאשקע זייער שיין!!! ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
שפילסטו אויף סימחעס?
האסטו א נומער ווי מען קען דיך ריפן צו באשטעלען?

איך האלט די זאלסט אריין און ביזנעס (אויב די ביסט נאכנישט) 
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מארטש 16, 2010 2:29 pm

סטאפ חוזק צו מאכן ווייל ס'וועט גיין שלעק! :!: :!: :!: :evil:

ואין אנשיל אא"כ מייז-הירן!
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דינסטאג מארטש 16, 2010 2:40 pm

מאשקע האט געשריבן:סטאפ חוזק צו מאכן ווייל ס'וועט גיין שלעק! :!: :!: :!: :evil:


פארוואס סמאכסטיזיך אזוי קיוט?!?!?!?!? די ווייסט אז די קענסט!!! (איך מיינעס סערענצט)

מאשקע האט געשריבן:ואין אנשיל אא"כ מייז-הירן!


כהער נישט אויף צו לאכען יוי איז דאס א גיט ווארט!!!! כנאכנישט געהערט דעיס ;l;p-
Normal is just a setting on the washing machine


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט