הרה"ח ר' משה גאלדמאן ע"ה

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » פרייטאג מארטש 12, 2010 10:18 am

באקומען אין אישי:

תו השמיני האט געשריבן:איך האב ב"ה געהאט די זכיה צו שמועסען מיט ר' משה כמה פעמים. איין מאל האב איך גענומען די עזות און אים א פרעג געטוהן: ר' משה, לאמיר זיך נישט נאר'ן גיבסט ארויס יעדען זומער א אלבום, עס פארקויפט זיך נישט אין די מיליאנען אפשר זאל מען שניידן און ארויס געבן איינמאל אין צוויי יאר וכדומה.....
וענה לי בזה הלשון: ווי לאנג "יענע חברה" געבן ארויס זייערע סחורה וועל איך נישט רוהן פון ארויסגעבן ניגוני קודש...........
ת.נ.צ.ב.ה.
http://www.teoria.com/ Music Theory

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » פרייטאג מארטש 12, 2010 10:28 am

להאיר האט געשריבן:
elmonsey האט געשריבן:בד"ה מ'קען עפענען אין אנפילן א ריזיגע אשכול פון זיינע הערליכע ניגונים

באמת א פארלוסט זאל ער זיין א מילץ יושר פאר אונז


נו קריינא דאיגרתא, אפשר איז כדאי צו מאכן א ליסטע מיט די ניגונים וואס זענען שוין ביז היינט באקאנט, און איינגעטיילט אין וועלכן טעיפ עס איז, און אויף וואספארא טעמע עס איז, און וואס עס ליגט אונטער דעם ניגון, עכ"פ דאס וואס ער האט ארויסגעגעבן צ.ב.ש. פאר אויסגאבעס, אדער ביי באזוכן ביי איהם

א שטייגער ווי עס איז דא א קול מבשר ליסטע


קעי, כ'וועל פראבירן בס"ד אראפצוטייפן די ליסטע. כ'וועל יעצט אנפאנגען, און עס ארויפלייגן נישט פערטיגעהייט, והמשך יבוא אי"ה.

ער האט שוין ארויסגעגעבן לאור עולם בערך 300 ניגונים (איבער 250 אויף זיינע אלבום'ס, און די איבריגע אויף אנדערע).
---
און אויף וואספארא טעמע עס איז, און וואס עס ליגט אונטער דעם ניגון, עכ"פ דאס וואס ער האט ארויסגעגעבן צ.ב.ש. פאר אויסגאבעס, אדער ביי באזוכן ביי איהם

עלמאנסי, וואס מיינסטו מיט דעם?
===
.I'll post it iy"h sunday
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » זונטאג מארטש 14, 2010 12:49 pm

ברייטליך האט געשריבן:
שמערי בערי האט געשריבן:(אין א סייד נאטיס איז אינטערעסאנט, אז אויף אזא פראיעקט קענען זיינע קינדער אויך יעצט ארבעטן, צוליב וואס ס'האט נישט קיין מוזיק... שטעלט אייך פאר מ'האלט אינמיטן ארויס געבן א מוזיק אלבום, וואלט מען געמוזט ווארטן א גאנץ יאר עס צו פארטיגן...)



נישט ממש, ווייל צוליב פרנסה מעג מען יא ארבעטן מיט מיוזיק


און צו מאכן א וואקל טעיפ דארפ מען אויך נוצן מוזיק ביים ריקארדין....

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג מארטש 14, 2010 3:46 pm

לעניית דעתי האט געשריבן:און צו מאכן א וואקל טעיפ דארפ מען אויך נוצן מוזיק ביים ריקארדין....


אזוי ווי מ'קען טאקע הערן אויפ'ן אלבום "תבנה חומות ירושלים", בעלזא ניגונים אויף די דריי וואכן, אז ביי איין ניגון האט ווארשיינליך ארויסגעליעקט די סאונד פון די העדפאונס פון די זינגערס, און מ'הערט שטילערהייט אביסל מוזיק.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » מאנטאג מארטש 15, 2010 8:10 am

אינטרעסאנט, כ'האב אמאל גערעדט צו א זינגער וואס האט געזונגען אויף איינע פון די חסיד'ישע מוזיק טעיפס, און ער האט מיר געזאגט אז מ'הערט א פשוט'ע טיק א גאנצע צייט צו האלטן דער זינגער אויפ'ן ביעט.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מארטש 15, 2010 8:13 am

יעדער האט זיך זיין מהלך. א "טיק" איז פונקט גוט אים צו האלטן אויפ'ן ביעט, אבער נישט צו האלטן אויפ'ן טאן.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » מאנטאג מארטש 15, 2010 8:50 am

געוואלדיג מאשקע - מ' זעהט אז די פארשטייסט צו דעם.

מממ, באמת נוצט מען טאקע ביידע סיי א ביסל מוזיק און סיי אזא "טיק" וואס מיר רופן א " קליק" אבער בעסער וואלט געוועהן ווען מ' קען דאס טהון אן ביידע אזוי ווי דערמאנט ווייל מ' דארף שטארק אבאך געהבן אז ס'זאלל זיך נישט ארויס הערן פון די העד פאנס.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מארטש 15, 2010 9:18 am

לעניית דעתי האט געשריבן:געוואלדיג מאשקע - מ' זעהט אז די פארשטייסט צו דעם.


:oops:
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » מאנטאג מארטש 15, 2010 9:32 am

ביי זיין שוואגער'ס חתונה תשמ"ה

ר"מ ז"ל האט לכבוד דעם חתונה געמאכט דעם ניגון אם אשכחך.
צוגעלייגטע
photo.jpg
ביי זיין שוואגער'ס חתונה תשמ"ה

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » מאנטאג מארטש 15, 2010 12:55 pm

1x1 האט געשריבן:
להאיר האט געשריבן:
elmonsey האט געשריבן:בד"ה מ'קען עפענען אין אנפילן א ריזיגע אשכול פון זיינע הערליכע ניגונים

באמת א פארלוסט זאל ער זיין א מילץ יושר פאר אונז


נו קריינא דאיגרתא, אפשר איז כדאי צו מאכן א ליסטע מיט די ניגונים וואס זענען שוין ביז היינט באקאנט, און איינגעטיילט אין וועלכן טעיפ עס איז, און אויף וואספארא טעמע עס איז, און וואס עס ליגט אונטער דעם ניגון, עכ"פ דאס וואס ער האט ארויסגעגעבן צ.ב.ש. פאר אויסגאבעס, אדער ביי באזוכן ביי איהם

א שטייגער ווי עס איז דא א קול מבשר ליסטע


קעי, כ'וועל פראבירן בס"ד אראפצוטייפן די ליסטע. כ'וועל יעצט אנפאנגען, און עס ארויפלייגן נישט פערטיגעהייט, והמשך יבוא אי"ה.

ער האט שוין ארויסגעגעבן לאור עולם בערך 300 ניגונים (איבער 250 אויף זיינע אלבום'ס, און די איבריגע אויף אנדערע).
---
און אויף וואספארא טעמע עס איז, און וואס עס ליגט אונטער דעם ניגון, עכ"פ דאס וואס ער האט ארויסגעגעבן צ.ב.ש. פאר אויסגאבעס, אדער ביי באזוכן ביי איהם

עלמאנסי, וואס מיינסטו מיט דעם?
===
.I'll post it iy"h sunday

דורך שמיעסן אלע ניגונים

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » מאנטאג מארטש 15, 2010 1:07 pm

איך האב געהערט פון א אינגערמאן וואס ר"מ ז"ל האט עם דערציילט אז דער ניגון אני מאמין פון אם אשכחך טעיפ האט ער געמאכט נאך א לאנגע פארצווייגטע שלום בית קעהס פון א נאנטער וואס האט זיך נישט אויס געארבעט.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מארטש 15, 2010 3:40 pm

נאדער די נייעס איבער די פטירה פון הרה"ח ר' משה ע"ה באריכטעט פארגאנגענע וואך אין "דער בלאט". (געלייגט מיט רשות)

אגב, זאגט מיר דער שרייבער אז געוויסע פאקטן איז ער געואויער געווארן דערנאך אז ס'איז אביסל אנדערש, אבער איך לייג דאס ארגינעל.



חסידישע וועלט באַוויינט פּטירה פון באַרימטן קאָמפּאָזיטאָר הרה"ח ר' משה גאָלדמאַן ז"ל
מחשובי חסידי באָבוב ומגדולי מחדשי ניגונים בדורינו



באָראָ פּאַרק. – די סטרונעס פון טויזנטער אידישע הערצער האָבן די וואָך זיך געוויגט קלאָגעדיג, איבער'ן טיפן פאַרלוסט פונעם וועלט באַרימטן חסידישער קאָמפּאָזיטאָר, הרה"ח ר' משה צבי גאָלדמאַן ז"ל מחשובי חסידי באָבוב, וועלכער איז פאַרגאַנגענעם מאָנטאָג נפטר געוואָרן נאָך יאָרן פון יסורים קשים ומרים, אין עלטער פון בלויז זעכציג יאָר.

ר' משה ז"ל איז געווען אַ זון פון הרה"ח ר' בנימין גאָלדמאַן ז"ל, מזקני וחשובי חסידי באָבוב, וועלכער האָט נאָך די צווייטע וועלט קריג געוואוינט אין ארץ ישראל און געדינט אַלס משגיח אין באָבובער ישיבה אין בת-ים.

ר' בנימין גאָלדמאַן ז"ל האָט זיך שפּעטער געצויגן קיין אַמעריקע און באַזעצט אין באָראָ פּאַרק וואו ער איז געווען דבוק אין כ"ק אדמו"ר הגה"ק מהר"ש מבאָבוב זצוק"ל און איז געווען פון די הויפּט בעלי תפלה אין גרויסן באָבובער ביהמ"ד אין די שבתות וימים טובים, ווי אויך דער ש"ץ ביי פּסוקי דזמרה אין די ימים נוראים.

באָבובער חסידים געדענקען ווי ר' בנימין גאָלדמאַן ז"ל פלעגט פאָרדאַווענען אַלס ש"ץ מיט זיין מאַכטפולע און נעימות'דיגע שטימע, ביז זיין פּטירה בערך אַ יאָר צוריק.
דער נפטר ר' משה ז"ל האָט אַלס יונגל נאָך גע'ירש'נט דעם כח הנגינה פון זיין פאָטער ז"ל. אַלס קליין בר מצוה בחור'ל האָט ער שוין מחדש געווען אייגענע ניגונים. ער האָט געלערנט בימי בחרותו אין באָבובער ישיבה און אויסגעשטיגען אַ כלי מלא וגדוש בתורה וחסידות.

כשהגיע לפּרקו איז ער געוואָרן אַן איידעם ביי הרה"ח ר' יודל אייזן ז"ל. אינאיינעם מיט, פונאַנדערגעשיידט, זיין אשת חיל תחי' האָט ער אויפגעשטעלט אַ הערליכן שטוב פון זיבן זין און צוויי איידעמער, וועלכע שמ'ן מיט זייער חסידישן חן און ציילן זיך אַלע פון די זיידענע באָבובער יונגעלייט.

ר' משה איז נאָך די חתונה שנעל געוואָרן אַ וויכטיגער טייל פונעם באָבובער הויף ווען ער האָט אָנגעהויבן מחבר זיין ספּעציעלע ניגונים לכבוד די שמחות בבית באבוב, און דער באָבובער רבי זצ"ל האָט שטאַרק חשוב געהאַלטן זיינע ניגונים. אַמאָל ביי אַ שבע ברכות בחצר באָבוב, ווען אַ זינגער האָט משמח געווען, האָט דער באָבובער רבי זצ"ל יענעם צוגערופן און געזאָגט "זינג ר' משה גאָלדמאַנ'ס ניגונים; זיינע ניגונים מאַכן מיך טאַנצן".

פאַר אַ וויילע איז ר' משה אויך געווען אַ בדחן אויף חתונות, אַ טאַלאַנט וואָס האָט זיך שפּעטער גוט אָנגעזען אין זיינע יאָרן אַלס "מחבר ניגונים בה"א הידוע", ווען ער פלעגט אַליין שרייבן די לידער אויפ'ן גראַם וואָס ווערן געזונגען אויף זיינע קאַסעטעס.

זומער אין יאָר תשמ"ו האָט דער באָבובער רבי זצ"ל געבעטן ר' משה ע"ה ער זאָל אויף צייטווייליג שטעל-פאַרטרעטן דעם מנהל פונעם באָבובער זומער קעמפּ "מחנה שלוה" וועלכער האָט יענעם זומער נישט געקענט אַרויספאָרן צו די קעטסקילס. דאָרט אין קעמפּ, אַרומגענומען מיט אַזויפיל יונגלעך, האָט ר' משה ע"ה געטראָפן את שאהבה נפשו, און אָנגעהויבן זינגען מיט די קינדער זיינע ניי פאַרפאַסטע ניגונים.

אין קומענדיגען יאָר ווען דער אַלטער מנהל איז צוריקגעקומען, האָבן שוין די קינדער פאַרלאַנגט מען זאָל אַרויסברענגען ר' משה. זינט דאַן איז ר' משה אַרויסגעפאָרן יעדן זומער עטליכע מאָל אין קעמפּ צו זינגען מיט די קינדער און זיי אויסלערנען נייע ניגונים.

דאָרט אין די קעטסקיל בערג, אַרומגענומען מיט וועלדער אין בערג, איז מקוים געוואָרן דער "ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה" ווען ר' משה האָט אַרויסגעגעבן זיין ערשטן קאַסעטע אין די סעריע פון "מחנה שלוה", וועלכע זענען בליץ שנעל פאַרשפּרייט געוואָרן אין חסידישע הייזער פון אַלע שיכטן און אַלע קרייזן.

די "מחנה שלוה" טעיפּס צייכענען זיך אויס סיי מיט זייער ריין-חסידישן גייסט און סיי מיט זייער רייכן אינהאַלט, פאָרגעזונגען דורך תינוקות של בית רבן מיט זייערע באַ'חנ'טע זיסע קעלעכלעך, באַגלייט מיט סאָלאָ'ס פון לייבן אין עולם הנגינה, אַ שטייגער ווי ר' פישל בייגל הי"ו און ר' אייזיק האָניג הי"ו אא"וו.

ער האָט זיך קיינמאָל נישט אַוועקגערירט פון זיין סטיל. ער האָט דוקא אַרויסגעגעבן קאַסעטעס מיט קינדער מנגנים, ווייל ער האָט געהאַלטן אַז לערנען ערליכע ניגונים מיט קינדער האָט אַ גרויסע השפּעה אויף זייער חינוך. צום ביישפּיל פלעגט ער דערציילן, אַז ער האָט אַמאָל אַריינגענומען אינעם כאָר אַ ניי קינד מיט אַ שיינע שטימע. עטליכע וואָכן שפּעטער טעלעפאָנירט אים דער טאַטע פונעם קינד, און פרעגט, ר' משה, איר מוזט מיר זאָגן, וואָס האָט איר געטון מיט מיין קינד?

צום וואונדער פון ר' משה, ערקלערט דער טאַטע, אַז אין די לעצטע עטליכע וואָכן זינט זיין קינד גייט צו ר' משה'ס כאָר איז אַריינגעטרעטן אין אים אַ דראַסטישן שינוי לטובה. ער פלעגט זיין אַ ווילד קינד, אומ'דרך- ארץ'דיג, און פּלוצים איז ער געוואָרן אַ וואויל, פאָלגזאַם קינד.

האָט אים ר' משה ערקלערט מיט חכמה: ווען דאָס קינד האָט אָנגעהויבן קומען אַהער, האָט ער אויך געמיינט אַז ער קען טון וואָס ער וויל. ער האָט געוואָלט זינגען ווען ער וויל און וויאַזוי ער וויל. האָב איך אים געמוזט אויסלערנען אַז דאָס גייט נישט אַזוי, ער קען זינגען נאָר ווען יעדער זינגט, און ווען יעדער איז שטיל מוז ער אויך זיין שטיל. איך האָב אים פּשוט אויסגעלערנט וויאַזוי צו פאָלגן!...

ר' משה ז"ל איז געווען אַ חכם המכיר את מקומו. ער האָט זיך גוט אָפּגעשאַצט. ער פלעגט אַלעמאָל זאָגן אַז ער זעלבסט איז נישט קיין זינגער, נאָר אַ מחדש פון ניגונים. אויף זיינע צענדליגער קאַסעטעס הערט מען אים זינגען בלויז איינמאָל.

און אַ מחדש איז ער געווען שוין איינמאָל. זיינע ניגונים זענען געוואָרן אַ נחלת הכלל, וועלכע ווערן געזונגען ביי אַלע רבישע טישן איבער דער וועלט. ער איז געווען אין באָבוב, אבער דורכאויס די יאָרן האָט ער אויך מחבר געווען ניגונים ספּעציעל פאַר אַנדערע הויפן, ביי גרעסערע מסיבות ומאורעות שונות.

ער פלעגט זאָגן, אַז מען קען זיך נישט אַוועקזעצן בכוונה אַז "יעצט גיי איך מחדש זיין אַ ניגון". עס גייט נישט אַזוי. אַ ניגון איז אַן אויסדרוק פון די געפילן. אַ רעאַקציע וויאַזוי דאָס האַרץ און נשמה רעאַגירן צו געוויסע אומשטענדן, אַמאָל צו אַ פריידיגע געשעעניש, אַמאָל צו אַ טרויערדיגע פּאַסירונג און אַמאָל צו אַ פאָרכטיגען מאָמענט.

אין אַן עת שמחה האָט ער מחדש געווען פרייליכע ניגונים, אין אַן עת צער האָט ער מחדש געווען האַרציגע מעלאָדיעס און צומאָל האָט ער זיך באַגעגנט מיט אַ פּסוק וואָס האָט זיך פּשוט געבעטן צו אים פאַר אַ ניגון...

ער פלעגט זיך באַקלאָגן מיט איראָניע, אַז אין די היינטיגע מאָדערענע עולם הנגינה, האָבן די ווערטער קיין שום שייכות צום ניגון וואָס מען זינגט דערויף. דעם זעלבן ליד וואָס איינער האָט מחבר געווען אויף "סימן טוב ומזל טוב" קען מען אויך זינגען אויף "אשרי יושבי ביתך", אדער "על אלה אני בוכי'"...

ר' משה'ס ניגונים האָבן זיך זעלטן אַריינגעפּאַסט אין אַנדערע ווערטער פון וועלכע ער האָט עס אָריגינעל מחדש געווען. ווייל דער ניגון איז געווען אַן אָפּטייטש פון די ווערטער. ווען ער פלעגט אויסלערנען די כאָר-קינדער אַ נייעם ניגון, פלעגט ער קודם לערנען מיט זיי די עברי און טייטש פונעם פּסוק אויף וועלכע דער ניגון גייט אַרויף, ווייל אַז מען קען נישט די טייטש פונעם פּסוק, קען מען נישט פּשט פונעם ניגון.

אַ גוטער ביישפּיל איז די רירנדע מעלאָדיע וואָס איז אַזוי באַרימט געוואָרן אין זיינע לעצטערע יאָרן, אויפ'ן פּיוט פון ליל יום הקדוש "פּנה לעלבון וכו' קולי שמע וראה דמע עיני. ר' משה האָט דערציילט, אַז דער ניגון איז אים איינגעפאַלן איין יום הקדוש ביינאַכט אין גרויסן באָבובער בית המדרש. יענעם ערב יום הקדוש איז ער אַ גאַנצן טאָג אַרומגעלאָפן פאַרסאָפּעט, שלאָגן כפּרות, אַרומגייענדיג ווינטשן אַ גוט יאָר און גמר חתימה טובה פאַר זיינע עלטערן, זיינע שוויגער עלטערן אא"וו, מקוה, סעודות אא"וו.

ווען ער האָט זיך ענדליך אַראָפּגעזעצט אין ביהמ"ד ליל כל נדרי איז אים, ווי פאַר אַלע אידן, באַפאַלן דער ערנסטער פאָרכטיגער געפיל פון חשבון הנפש. האָט ער דערציילט: "ווען מ'איז אָנגעקומען צו די פּיוטים נאָך מעריב, איך ווייס אַליין נישט פאַרוואָס, האָבן די ווערטער "פּנה לעלבון" ווי גערעדט צו מיר. עס האָט מיך אַ כאַפּ געטאָן, באַרירט דאָס האַרץ, און געשאָקלט די סטרונעס פון די נשמה. די ווערטער ווי מען בעט זיך ביי השי"ת 'קולי שמע וראה דמע – הער אונזער קול, זע אונזערע טרערן' האָבן ווי געמאָנט און געעפנט די קוועלער פון געפילן. און פּלוצים האָב איך געהאַט אַ ניגון".

נישט צופיל אַנדערש איז צושטאַנד געקומען זיין באַקאַנטער ניגון "אלקא דמאיר עננו". ר' משה ע"ה איז געווען דבוק במדתו של אהרן הכהן, אוהב שלום ורודף שלום ומביא שלום בין אדם לחבירו ובין איש לאשתו. פילע פּאָרפאָלקן פלעגן אַרויפקומען צו אים זיך דורכרעדן איבער שלום בית און אַנדערע פּראָבלעמען. ביי איין פאַל איז צו אים אַרויפגעקומען אַ פּאָרפאָלק מיט זייער שווערע פּראָבלעמען וועלכע האָבן שטאַרק באַרירט דאָס "גאָלדן" האַרץ פון דעם "גאָלדענעם מאַן".

דאָס איז געווען אַ פרייטאָג נאָכמיטאָג, און ווען דאָס פּאָרפאָלק האָט פאַרלאָזט זיין הויז איז ר' משה געווען זייער צעטראָגן, מיטפילענדיג זייער צער. פאַר ליכט בענטשן, ווען די נשים צדקניות לייגן געווענליך אַריין צדקה אין די פּושקעס, האָט ר' משה באַשלאָסן אויך אַריינצואוואַרפן אַ נדבה אין רבי מאיר בעל הנס פּושקע און בעטן פאַר דעם פּאָרפאָלק. יענעם מאָמענט איז אים איינגעפאַלן דאָס לידל איבער דעם "הייליגען רבי מאיר פון די גמרא".

פינף יאָר צוריק איז ר' משה ע"ה ליידער באַפאַלן געוואָרן פון פאַרשידענע תלאים ומחלאות ה"י. ער פלעגט זאָגן אַז דעמאָלט האָט ער זיך איבערצייגט בחוש אַז נגינה איז אַ העכערער כח. ער האָט דערציילט אַז ווען ער דעמאָלט געלעגן אויפ'ן אַפּעראַציע טיש, האָט ער מחדש געווען אַ ניגון אין זיין מח. ער האָט דעמאָלט נישט געקענט זינגען מיט'ן מויל, און דאָס ניגון איז געזונגען געוואָרן בלויז מיט'ן האַרץ.

שפּעטער האָט ער דערציילט: עס האָט גענומען צוויי גאַנצע חדשים ביז איך האָב געקענט אַרויסזינגען דעם ניגון מיט'ן מויל אויף די ווערטער "ויזעקו אל ה' בצר להם", וואָס איז שפּעטער געזונגען געוואָרן אויף איינע פון זיינע קאַסעטעס. "דער פאַקט אַז איך האָב געקענט מחדש זיין אַ ניגון אין אַזעלכע שווערע מאָמענטן, האָט מיר באַשיינפּערליך געוויזן אַז השי"ת דער חונן לאדם דעת איז דער וואָס שיקט אַריין דעם כח הנגינה אינעם מענטש".

ר' משה האָט געוואָלט מזכה זיין את הרבים מיט חסידישע מוזיק. ער האָט מיט די צייט געעפנט אַן אייגענע "מוזיק סטודיאָ" ביי זיך אין שטוב, ווייל אַרויסצודינגען אַ סטודיא האָט אָפּגעקאָסט שווערע געלטער, ווי אויך כדי די קינדער פונעם כאָר זאָלן נישט דאַרפן מבטל תורה זיין, נאָר קענען קומען גלייך נאָכ'ן חדר און אַהיימגיין גלייך נאָכ'ן זינגען.

ווען ער האָט געעפנט די סטודיאָ איז ער אַריין נעמען ברכת קדשו פון באבובער רבי'ן זצ"ל, וועלכער האָט אים געזאָגט בצהלת פּנים וברוח נדיבה, "קענסט זאָגן פאַר יעדן אין מיין נאָמען, אַז משה גאָלדמאַן איז אַן עקספּערט אין מוזיק. וועסטו פרעגן, פון וואו נעם איך דאָס? ווייל דיינע ניגונים זענען הערליך!"

די סטודיאָ ווערט היינט אָנגעפירט דורך בנו, להבחל"ח, האברך ברוך הכשרון ר' חיים יצחק גאָלדמאַן הי"ו, און וועט פאַרזיכערן אַ מזכרת נצח פאַר ר' משה דורך ווייטער פאַרשפּרייטן די אומצאָליגע ניגונים וועלכע ר' משה ז"ל האָט איבערגעלאָזט באוצרו הטוב און זענען דערווייל נאָכנישט פאַרעפנטליכט געוואָרן.

די לוי' איז פאָרגעקומען מאָנטאָג צופרי פאָרנט פון באָבובער ביהמ"ד אין באָראָ פּאַרק, מיט די באַטייליגונג פון מאַסן אידן אויפ'ן אָרט, און טויזנטער אַנדערע וועלכע האָבן מריחוק מקום ומקירוב לב באַגלייט ר' משה ז"ל צו זיין מנוחה נכונה דורך זיך אינסטינקטיוו אונטערזינגען איינע פון זיינע הונדערטער האַרציגע מעלאָדיעס.
ער איז געקומען לקבורה אין באָבובער בית החיים אין ניו דזשערזי.

ער האָט פאַר'אבל'ט זיין חשובע פרוי תחי', זיין חשובע מוטער תחי', זיינע זין: מו"ה אברהם יהושע ני"ו, מו"ה פּינחס ני"ו, מו"ה אשר זעליג ני"ו, מו"ה בנציון ני"ו, מו"ה יעקב לוי ני"ו, מו"ה חיים יצחק ני"ו און מו"ה שלמה ני"ו. די איידעמער: מו"ה שמעון בלוי ני"ו און מו"ה יעקב חיים ריינהאָלד ני"ו.

ער האָט אויך איבערגעלאָזט די ברידער הרה"ח ר' אשר זעליג הי"ו, הרה"ח ר' בערל הי"ו, הרה"ח בנציון הי"ו און הרה"ח ר' אלעזר הי"ו.


אלקי נשמה וכו' ואתה עתיד ליטלה ממני ולהחזירה בי.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » מאנטאג מארטש 15, 2010 3:52 pm

זומער אין יאָר תשמ"ו האָט דער באָבובער רבי זצ"ל געבעטן ר' משה ע"ה ער זאָל אויף צייטווייליג שטעל-פאַרטרעטן דעם מנהל פונעם באָבובער זומער קעמפּ "מחנה שלוה" וועלכער האָט יענעם זומער נישט געקענט אַרויספאָרן צו די קעטסקילס. דאָרט אין קעמפּ, אַרומגענומען מיט אַזויפיל יונגלעך, האָט ר' משה ע"ה געטראָפן את שאהבה נפשו, און אָנגעהויבן זינגען מיט די קינדער זיינע ניי פאַרפאַסטע ניגונים.


ס'זעהט מיר אויס אז דאס איז געוועהן היפש אסאך יארן פאר תשמ"ו....

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מארטש 15, 2010 3:56 pm

איך האב מיך אויך געוואונדערט דערויף. איך האב אייביג געוואוסט אז ס'איז פיל עלטער ווי תשמ"ו.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » מאנטאג מארטש 15, 2010 4:17 pm

פנה לעלבון איז טאקע געמאכט געווארן יום קדוש ביינאכט אבער וואס ער שריבט נישט איז אז עס איז אויך געוועהן א תוצאה פון א שוערן הארץ פון א שלום בית קעיס יענעם טאג.

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » מאנטאג מארטש 15, 2010 4:21 pm

אלס פיין נאר ער האט אויס געמישט די סדר הבנים אשר זעליג מיט יעקב לוי - מ' דארף דארט מאכן א "סוויטש".

אין דער איד - דאכצעך - איז געשטאנען דעם איידעם'ס נאמען שמעון בלום. דאס איז א טעות. אזוי ווי עס שטייט אויבן איז ריכטיג.

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » דינסטאג מארטש 16, 2010 7:48 am

בשם אחד מבני ר"מ ז"ל:

אשר גאלם מיד צר = ראשי תיבות משה צבי גאלדמאן.

כידוע האט ער ארויסגעהאלפן אסאך אידן מיד צר.

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » דינסטאג מארטש 16, 2010 7:52 am

שירת חייו של ר' משה גולדמן • להאזנה

עולם הנגינה מתאבל על פטירתו של ר' משה גולדמן זצ"ל, שלחניו ליוו כל בית חרדי • ביום בו פסקה שירת חייו, מגיש ישראל חבר, עורך מדור המוסיקה, לקט נרחב, 350 שירים, ממיטב לחניו • להאזין ולהתרפק

http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=15721&cat_id=2


איך האב מיר ארויף געלייגט אויפן דעסקטאפ א שארטקאט צו דעם פעידזש, און איך בין מיך ממש מחי'
לעצט פאראכטן דורך imzist אום דינסטאג מארטש 16, 2010 8:00 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » דינסטאג מארטש 16, 2010 7:54 am

כ'האב גהערט פון א איד אין בית מדרש:

משה צבי בן פרומט

איז גמטריא

נעים זמירות מיט די כולל.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג מארטש 16, 2010 8:39 am

צייטליך האט געשריבן: ר' משה האָט געוואָלט מזכה זיין את הרבים מיט חסידישע מוזיק. ער האָט מיט די צייט געעפנט אַן אייגענע "מוזיק סטודיאָ" ביי זיך אין שטוב,

.just for the record, its not in his house
http://www.teoria.com/ Music Theory

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג מארטש 16, 2010 8:47 am

צייטליך האט געשריבן:נאדער די נייעס איבער די פטירה פון הרה"ח ר' משה ע"ה באריכטעט פארגאנגענע וואך אין "דער בלאט"...


:The following was also in der blatt


גאסט עדיטאריעל

משה ינגן והאלקים יעננו בקול
דברי הערכה לפטירתו של הרה"ח ר' משה גאלדמאן ז"ל
פון: נ.מ., ב"פ


ווען דער עלטערער דור איז אנגעקומען קיין אמעריקע נאך די צווייטע וועלט קריג, האט מען ווייניג ניגונים מיטגעברענגט פון דער אלטער היים. ביי שמחות און פרייליכע מסיבות האט מען נישט געהערט צופיל מער ווי אזעלכע אלט-באקאנטע ניגונים "והשיב לב אבות על בנים", "כי לה' המלוכה ומושל בגוים", "צוה ישועות יעקב" אדער "גיט אריין א נחמה'לע אין א אידישע נשמה'לע".

שפעטער ווען דער סקולענער רבי זי"ע איז ארויסגעקומען פון אונטערן אייזערנעם פורהאנג, האט ער ערפולט דעם חלל אין אידישן עולם הנגינה מיט פרישע הייליגע ניגונים, וועלכע זענען שנעל געווארן א נחלת הכלל ביי גאנץ כלל ישראל, אזוי ווייט אז מען געדענקט קוים מלב טהור של מי יצאו אלו הזמירות.

אזעלכע ניגונים ווי "ליהודים היתה אורה" אדער "חסדי ה' כי לא תמנו", דאכט זיך פאר פילע אז די ניגונים גייען איבער מדור לדור זיכער שוין פון הונדערטער יארן. מען געדענקט גארנישט אז עס איז געווען דער הייליגער סקולענער רבי וועלכער האט אונז מזכה געווען מיט די פרייליכע קאמפאזיציעס, אן וועלכע מען קען גארנישט פראווען קיין יום טוב פורים אדער חנוכה.

נאך געציילטע מחברי ניגונים פון ערשטן דור פליטי אייראפע האבן איבערגעלאזט זייער ירושה פאר'ן דור, מיט ניגונים וועלכע האבן זיך אריינגעגעסן ביי כלל ישראל אלס "וועלט'ס ניגונים" כאילו די ניגונים האבן זיך אליין פארפאסט, אן קיין מחבר. אזעלכע מנגנים א שטייגער ווי ר' יו"ט ערליך ז"ל, ר' אברהמעלע ווערצבערגער ז"ל, ולהבחל"ח, ר' בנציון שענקער הי"ו, האבן בשעתם פיל בייגעשטייערט צום דאן-קליינעם אוצר פון אידישע ניגונים, און שוין לאנג איז פארגעסן געווארן אז זיי קומט זיך די קרעדיט.

נעמט למשט אזא בעל מנגן ווי הרה"ח ר' משה לייב ערבליך ז"ל, אן אייניקל פון הרה"ק רבי משה לייב מסאסוב זי"ע (און דער פאטער פון האחים חזני ערבליך שיחיו), וואס כמאט קיינער ווייסט נישט אז ער איז דער מחבר פון דעם וועלט-בארימטן ניגון "אנא, אנא, אנא, עבדא דקודשא בריך הוא" (וואס אגב, האט ער אמאל פארטרויעט פאר'ן שרייבער פון די שורות, אז די וועלט זינגט דעם ניגון בטעות, ווייל דארפן דארף מען זינגען "אנא עבדא עבדא, עבדא דקודשא בריך הוא". וואס איז דער 'אנא אנא אנא, איך איך איך'?", האט ער געפרעגט מיט איראניע).

ווען ניגונים-קאסעטעס האבן אנגעהויבן איבערנעמען דעם מארקעט אויף א ברייטן פארנעם, איז נישט בלויז ווידער אנשטאנען א פרישער חלל אין אידישן עולם הנגינה, נאר אויך א סכנה גדולה. עס האט געדראעט אז דער פרעמדער גייסט פון נגינה זאל אריינדרינגען ביים חסידשן עולם און חלילה אפקילן דעם הייליגען חסידשן פלאקער; אונטערברענגען א יסוד פון חסידישקייט וואו נגינה האט אלעמאל פארנומען אזא צענטראלע נקודה אין עבודת ה'.

ברם זכור אותו איש לטוב, והאיש זה משה, הרה"ח ר' משה גאלדמאן ז"ל מותיקי חסידי באבוב, וועלכער האט באוויזן אנצופילן אידישע שטיבער מקצה העולם ועד סופו מיט ווארעמע, בא'חנ'טע חסידישע ניגונים.

אמאל, ביי א געלעגנהייט ווען ר' משה האט זיך אביסל צעשמועסט אפנהארציג איבער זיין "גאלדענע" קאריערע, האט ער דערציילט אז ווען ער האט אנגעהויבן ארויסגעבן קאסעטעס, האט ער זיך אונטערגענומען מיט א פעלזן פעסטע קבלה, אז ער וועט זיך קיינמאל נישט אוועקרירן פונעם אור-אלטן חסידשן סטיל. ער האט דערציילט אז קאלעגע קאמפאזיטארן האבן אים מייעץ געווען אז די קאסעטעס וועלן זיך פיל בעסער פארקויפן. ער האט אבער קאטעגאריש אנטזאגט.

ער פלעגט ספעציעל אויסדרוקן ווייטאג ווען אנדערע האבן גענומען הייליגע פסוקים און זיי פארוואנדלט אין ווילדע, פרעמד-גייסטישע, אדער ח"ו גויאישע, ניגונים.

ער האט געזען אין זיין נגינה-טאלאנט א שליחות פון הימל. "א ניגון איז א הייליגע זאך, עס גייט זייער טיף, טיף אין הארץ אריין. דאס איז נישט א זאך מיט וועלכע מען שפילט זיך ארום".

און ר' משה האט טאקע זוכה געווען אז אומצאליגע פון זיינע ניגונים האבן אריינגעדרינגען אין הערצער פון כלל ישראל. זיי זענען געווארן א נחלת הכלל והפרט, ווערנדיג געזונגען מיט תענוג רוחני ביי גרויסע חסידישע מסיבות און אין פריוואטע אידישע הייזער צוגלייך. א נחלת הכלל, מיט איין דיפערענץ פון די פריערדיגע: זיינע פאפולערע קאסעטעס האבן פארזיכערט אז די ניגונים זענען נישט פארוואנדלט געווארן אין בני בלי שם. יעדער דערקענט און ווייסט אנצוצייגן אז דאס איז "ר' משה גאלדמאנ'ס א ניגון".

אזעלכע וועלט-בארימטע ניגונים ווי "כאיל תערוג", "אלקי נשמה שנתת בי" וועלכע ציט באמת די סטרונעס פון די נשמה, אדער "כה אמר ה' זכרתי לך חסד נעוריך, לכתך אחרי במדבר", אדער "הבן יקיר לי אפרים וגו' כי מדי דברי בו זכור אזכרנו עוד", וואס ביים זינגען שפירט זיך ווירקליך ווי נישט בלויז דער ניגון גייט העכער פון פאל צו פאל, נאר אויך דער זינגער ווערט דערהויבען העכער און העכער.

"הגלה נא ופרוש חביבי עלי", וואס ווערט געזונגען מיט רגש אין יעדע אידישע סוכה, און איז עקסטער שטארק אויפגעכאפט אין די ליטווישע וועלט צו זינגען ביי חתונות פאר די חופה. אדער זיין "ברוך א-ל עליון אשר נתן מנוחה", וואס איז געווארן א שבת ניגון ביי כלל ישראל. צי נעמט אזא הארציגן ניגון ווי "כי הוא על ימים יסדה, ועל נהרות יכוננה" וואס ר' משה האט אמאל פארטרויעט פאר זיינ'ס א ידיד, אז דעם ניגון האט ער מחבר געווען בשעת תשליך. אדער לעצטענס זיינע ניגונים, "שלום שלום, צווישן אידן", "אלקא דמאיר עננו" וועלכע ווערט געזונגען ביי יעדן דינער לצדקת רבי מאיר בעל הנס.

און ווער קען דען פארגעסן דעם לעבעדיגען ניגון "חזק ימלא משאלותינו", וועלכע האט שוין אויפגעהויבן די געמיטער פון אלפים ורבבות מישראל ווערנדיג געזונגען מיט התלהבות ביי די גרעסטע רבישע מסיבות.

אין היינטיגן שווערען דור פון נסיונות, ווען פילע מחברי ניגונים מישן אריין אין זייערע ניגונים גויאישע תנועות מכל הבא ליד, ביודעים ובלא יודעים, האט ר' משה פאסיג מסיים געווען זיין לעבן מיט די קאסעטע "חומת אש".

ווייל געווען איז ער א חומה בצורה קעגן די מים הזדונים, און נישט בלויז בדרך שלילי, נאר בדרך חיובי – געהויבען די געמיטער צו הויכע שטיפעס ביי טויזענטער שבת טישן, ביי טויזנטער אידישע שמחות; און בכל עת מצוא גיסן זיך אידן אויס די הערצער מיט זיינע הארציגע מעלאדיעס און פרייליכע קאמפאזיציעס.

זיין אוצר הזמירות איז א הערליכע ירושה. אבער זיין "חומת אש" זיך צו האלטן כאיתן חלמיש צום אמאליגן שטייגער פון נגינה, איז זיין ריכטיגע ירושה לדורות.

יהא זכרו ברוך.
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » דינסטאג מארטש 16, 2010 8:51 am

1x1 האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן: ר' משה האָט געוואָלט מזכה זיין את הרבים מיט חסידישע מוזיק. ער האָט מיט די צייט געעפנט אַן אייגענע "מוזיק סטודיאָ" ביי זיך אין שטוב,

.just for the record, its not in his house


גערעכט.

חוץ שירי חינוך 1 "מזל טוב" איז יא ריקארדעט געווארן ביי ר"מ ז"ל אין שטוב. (אבער געמיקסט ביי לערי געהטס)

http://gesandfriends.com/Moshe_Goldman_ ... l_tov.html

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מארטש 16, 2010 9:06 am

עס איז בכלל קיינמאל נישט געווען די סטודיאו ביי אום אינדערהיים?

יישר כח 1X1 פארן ברענגען אויך דער גאסט עדיטאריעל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג מארטש 16, 2010 9:27 am

1x1 האט געשריבן: קעי, כ'וועל פראבירן בס"ד אראפצוטייפן די ליסטע. כ'וועל אנפאנגען, און עס ארויפלייגן נישט פערטיגעהייט, והמשך יבוא אי"ה.

ליסטע פון אלע ניגוני ר' משה גאלדמאן ז"ל
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » זונטאג מארטש 21, 2010 6:56 am

צייטליך האט געשריבן:עס איז בכלל קיינמאל נישט געווען די סטודיאו ביי אום אינדערהיים?

יישר כח 1X1 פארן ברענגען אויך דער גאסט עדיטאריעל.


אזוי ווי שוין דערמאנט. מ' האט אנגעהויבען קויפען די ניוטיגע כלים, און דערמיט ריקארדירט דעם שירי חינוך א'.

דערנאך האט מען צו געקויפט נאך כלים און זיך אריינגעציוגען צו דעם היינטיגען פלאץ אויף 15 און 42 אין בארא פארק.

"כנשר" איז געוועהן די ערשטער מחנה שלוה אויסגאבע וואס מ' האט דארט אויפגעכאפט.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט