Advertisement

ניגונים און זינגערס
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג מרץ 09, 2010 10:23 am

א ריזיגען יישר כח ר' עס עפעס פארן ארויפלייגן דא דעם אינהאלט-רייכן אינטערוויו מיט ר' משה ע"ה.

עס איז אין זיינער צייט געווען א הערליכער ארבייט פון די "צייטשריפט" עס איז דאן געווען א צוזאמשטעל פון עטליכע פיגורן אין די מוזיק וועלט, אבער מיט ר' משה האט דאס געהאט דאס מערסטע און שענסטע אינהאלט.

--

יוסלמן האקט אריין. גיימער אום ליינען.

Advertisement

דינסטאג מרץ 09, 2010 10:29 am

יוסלמאן, איך גלייב נישט אז איינער האט ביים לויה געזאגט אזא אקטועלער און אינהאלטרייכער הספד אווי די.

הערליך אריינגעטשייטשט דעם מדרש און גוט ארויסגעברענגט ווי ר' משה ע"ה גייט צוריק אין הימל און פארבלייבט ריין מיט זיין טאלאנט.

דינסטאג מרץ 09, 2010 10:34 am

יוסל פאר אזא הספד האב איך מיך נישט גערישט פון דיר (ווי פלעגט נאר מיין רבי זאגען, אז די קענסט יא דארפסטו ערשט כאפען פעטש)

דינסטאג מרץ 09, 2010 1:01 pm

איצל פיצל האט געשריבן:עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו באמערקן אז ביי די ניגון "נשמה" (אויב איך וועל קיין הענט פארמאגן) זינגט ר' משה אליינס סאלא, און איך מיין אז דאס איז פון די איינציגסטע מאל - אויב נישט די איינציגסטע - ווי ער אליין זינגט סאלא
און ווי באקאנט האט ר' משה אמאל פארלוירן צוויי פונגער, קען זיין וועגן דעם האט ער געהאט אן עקסטערע געפיהל צו דעם ניגון


שמערי בערי האט געשריבן:ניין ער זינגט סאלא אויף נאך, פון וואס איך געדענק כרגע: רחם בחסדיך, השם אורי (אויף פרנסה)


האניג האט געשריבן: בנוגע סאלא, אויפ'ן פלאץ געדענק איך נאך א פלאץ ווי ער לייגט אראפ א הערליך שטיקל סאלא. אויפ'ן אלבום "על ישראל שלום" זינגט ער דעם דערמאטישן התלהבות'דיגן "שבת ליד":
אוי די שבת'דיגע ליכט, זכרונות טוען זיי דערמאנען!
די ווארעמע שבת נעכט, וואו מיר האבן פארברענגט צוזאמען!

(געדענק איך גוט די ווערטער?)


שמערי, ער זינגט נישט אויף השם אורי, מלך גראדזינסקי זינגט דארט.

ער זינגט נאר צוויי מאל, אויף די נשמה ניגון, און אויף די 'שבת ליד' - אזויווי האניג זאגט שוין.

האניג, כ'מיין דו זאגסטעס גוט נאך, אז כ'וועל האבן צייט וועליך אי"ה אפטייפן דעם גאנצע ניגון.

אגב, ליין דא קאממענט # 20, ווי איינער פארציילט ווי זיין ווייב וויינט מיט דעם ניגון ביי די שבת לעכט.
---
שכוח עס עפעס און יוסלמאן.

דינסטאג מרץ 09, 2010 1:05 pm

און ווער זינגט רחם?

דינסטאג מרץ 09, 2010 1:16 pm

פישל בייגעל (איז דא אפשר צוויי רחם'ס?)

דינסטאג מרץ 09, 2010 2:00 pm

elmonsey האט געשריבן:בד"ה מ'קען עפענען אין אנפילן א ריזיגע אשכול פין זיינע הערליכע ניגונים

באמת א פארלוסט זאל ער זיין א מילץ יושר פאר אינז


נו קריינא דאיגרתא, אפשר איז כדאי צו מאכן א ליסטע מיט די ניגונים וואס זענען שוין ביז היינט באקאנט, און איינגעטיילט און וועלכן טעיפ עס איז, און אויף וואספארא טעמע עס איז, און וואס עס ליגט אונטער דעם ניגון, עכ"פ דאס וואס ער האט ארויסגעגעבן צ.ב.ש. פאר אויסגאבעס, אדער ביי באזוכן ביי איהם

א שטייגער ווי עס איז דא א קול מבשר ליסטע

דינסטאג מרץ 09, 2010 3:13 pm

באקומען אין אימעיל heichelhanginah@gmail.com מיט א בקשה צו מפרסם זיין דא.

שלום עליכם אלע שרייבערס, טאטעס און זיידעס, ראשי הקהילה, פונעם בארימטען פארברענגען וועבזייטל.

אלס שטענדיגער און לאנגער ליינער וויל איך מיר באדאנקען פארן אהערשטעלן אזא הערליכע ארבעט ריין פון לשון הרע. כה לחי.

און יעצט צום פינטעל. אביסעל ארויסגעבן מיינע געפילען איבער דעם פארלוסט וואס כלל ישראל האט געהאט די וואך מיט די פטירה פון ר' משה גאלדמאן ע''ה. אלס איינער וואס איך קום פון א משפחה ווי זינגען פארנעמט אן אויבן אן ווען שייך, זיינע ניגונים קומען אייביג אן צום ערשט, מ'ריקט זיך נישט אוועק דערפון ווילאנג מ'זעטיגט זיך אן אביסל.

איך געדענק איך האב געלערענט אין כתה ט' אנפאנג די נ' יארן און מיר זענען געווען ביי א בר מצוה וואס דער טאטע איז געווען זייער נאנט מיטן ברך משה זצ''ל און דער ברך משה איז געקומען צום בר מצוה און מיר קינדער האבן געוויסט אז די רבי האט זייער ליב דעם "הבן יקיר לי" ניגון. און ווי נאר מיר האבן עס אנגעפאנגען זינגען האט דער רבי זיך אויסגעדרייט צו אונז אין אויסגעהערט ביזן סוף.

אזא 'זכרינו לחיים', צו 'ותצילינו מכל גזירות' און ווי קען מען פארגעסן 'אני מאמין' אדער 'כאיל תערוג', ווי אזוי ער פלעגט טייטשען ווערטער. ביי זיין 'כה אמר' האט זיך געקענט דאכטן אז משפאצירט אין מדבר.

מיר ווילן טרייסטען זיינע קינדער און איינוועגס בעטן זיי זאלן ארויסגעבן צוביסלעך אלע אוועגעלייגטע ניגונים.

שאפקעלע

דינסטאג מרץ 09, 2010 5:37 pm

ר' משה ז"ל - מיט זיינע בנים (?)
עטעטשמענטס
1507.jpg

דינסטאג מרץ 09, 2010 5:44 pm

ר' משה האט מיר באשיינט מיינע שבתים טישן אלס אינגל, אלס בחור און היינט צוטאגס אלס טאטע.

אלס אינגל פלעג איך טאג אין נאכט הערן ר' משה'ס ניגונים, און איך בין אויגעוואקסן געווארן דערמיט, און געאטעמט מיט זיינע טעיפס.

עס קומט מיר צו וויינען ווען איך ברום זיך דא אונטער דעם ניגון 'ותמהר ותחיש ותחיש לגאלינו, ותבנה בית מקדשינו ותפארתינו' און ווי שאפקעלע האט געשריבן, האט ר' משה אריינגעפירט אין מדבר אריין מיט זיין לכתך אחרי במדבר.

יהא זכרו ברוך, סוועט אוודאי נאך ארויסקומען אפאר טעיפס פון ניגונים וואס זענען נאכנישט ערשינען, זאל עס זיין לעילו נשמתו

דינסטאג מרץ 09, 2010 5:54 pm

הגם פון די לעצטע צוועלף יאר האב איך מיר כמעט יעדן טעיפ איינגעהאנדלט פון ר' משה ז"ל, האב מיר היינט זיך איינגעהאנדלט דעם מ פ 3 אוצר פון 18 טעיפס, און ווי פארשטענדליך זענען מיר קודם געגאנגען הערן דעם ערשטן טעיפ צו זען וויפיל מיר געדענקן פון דאן, און איך זע כמעט יעדע ניגון ליגט מיר אין די ביינער, איך האב אליין נישט געדענקט אז כי נחם ה' ציון איז זיין ניגון, רחם, ועוד ועוד

דינסטאג מרץ 09, 2010 6:38 pm

מי יודע האט געשריבן:האב מיר היינט זיך איינגעהאנדלט דעם מ פ 3 אוצר פון 18 טעיפס

וואו שאפט מען אזא אוצר?

דינסטאג מרץ 09, 2010 7:03 pm

זעה, אין דעם געהענגעל

דינסטאג מרץ 09, 2010 7:12 pm

סאו זאגסטו אז עס איז געהעריג דא אין די געשעפטן?
פיינע נייעס. שכח גדול.

מיטוואך מרץ 10, 2010 8:41 am

מבין נומ 1 האט געשריבן:ר' משה ז"ל - מיט זיינע בנים (?)


איין פאר די לעצטער רעכט'ס. (פארן בחור'ל) איז זיין זוהן ר' חיים יצחק פון גאלדן ענטערפרייז סטודיאו. די אנדערע קען איך נישט.

מיטוואך מרץ 10, 2010 8:44 am

דער בילד (פון לינקס צו רעכטס):
ר' משה ע"ה, להבחל"ח זיינע קינדער: אברהם יהושע, פינחס, יעקב ליב, בן ציון, זעליג, חיים יצחק, שלמה.
ווי אויך האט ער צוויי איידימער (נישט אין בילד) שמעון בלויא (ב"ר משה אלי'), יעקב חיים ריינהאלד (ב"ר אברהם אבוש).

מיטוואך מרץ 10, 2010 12:48 pm

קודם יוסלמאן ידידי, שיעור פארגעסן, א יישר כח פאר דיין הספד, עס איז מעיזדשאר
ווי אויך א דאנק פארן מעתיק פונעם אינהאלטסרייכן אינטערוויא מיט ר' משה ז"ל
*
מאנאגראם, דעם תירוץ האסטו אוודאי באקומען, עס יאז שוין דא אין די געשעפטן נאך פון פאר פורים, איך האב נישט געקענט פועלן ביי מיר עס צו קויפן, למעשה האט דער יצר... זיך מתגבר געווען, און איך זאג דיר ס'ווערט אלע געלטער.
מען טרעפט זיך מיט ניגונים מיט וואס מען איז אויפגעוואקסן, און מען ווייסט ניטאמאל אז ער איז דער מחבר.
איך דערצייל נעכטן פאר א קרוב די מעשה איבער דעם ברוך קל עליון ניגון וואס ווערט דערמאנט אויבן, איז זיין רעאקציע צו מיר, משה גאלדמאן איז דער מחבר?, איך האב געמיינט אז דאס איז עפעס א משפחה ניגון ביי אונז וואס מיין זיידע האט נאך געזינגען.


באמת פעלט אויס צו מאכן א ליסטע פון זיינע ניגונים, א שאד אז אין דעם ביכל וואס קומט מיט דעם "אוצר" שטייט נישט מפוענח אלע ניגונים נאר די נעמען פון די ניגונים, דאכט זיך אז ס'דארף זיין עטליכע אידישע ניגונים אויך פון אים.

מיטוואך מרץ 10, 2010 9:25 pm

דעם פארגאנגענעם שושן פורים האט ר' משה געפראוועט א ברית פון אן אייניקל (ביי זיין זוהן ר' יעקב) אין באבובער שוהל (48) און דער באבובער רב איז געוועהן דארט, האט ער געזאגט פאר ר' משה אז ביי א ברית איז דא אמאל וואס דער זיידע זאגט אפאר ווערטער, אבער היות דא ביי דעם ברית איז דער זיידע מוה"ר משה וויל ער אים מכבד זיין מיט א ניגון, און ער האט אים געבעטן ער זאל זינגען פני לעלבון היות ס'איז פון די ניגוני יום כ'פורים.

געהערט פון איינער וואס איז דארט געוועהן.

מיטוואך מרץ 10, 2010 9:35 pm

לויט ווי עס איז געווען געשריבן ערגעץ אנדערש אינעם פארום, איז געווען דער פלאן אויף פסח צייט ארויס צו קומען מיט א "וואקעלס" אלבום, ד.ה. אלטע ניגונים פון ר' משה אבער געזונגען נאר דורך קווייער אן קיין מוזיק. וואס איז געבליבן דערמיט?

(אין א סייד נאטיס איז אינטערעסאנט, אז אויף אזא פראיעקט קענען זיינע קינדער אויך יעצט ארבעטן, צוליב וואס ס'האט נישט קיין מוזיק... שטעלט אייך פאר מ'האלט אינמיטן ארויס געבן א מוזיק אלבום, וואלט מען געמוזט ווארטן א גאנץ יאר עס צו פארטיגן...)

מיטוואך מרץ 10, 2010 10:20 pm

שמערי בערי האט געשריבן:(אין א סייד נאטיס איז אינטערעסאנט, אז אויף אזא פראיעקט קענען זיינע קינדער אויך יעצט ארבעטן, צוליב וואס ס'האט נישט קיין מוזיק... שטעלט אייך פאר מ'האלט אינמיטן ארויס געבן א מוזיק אלבום, וואלט מען געמוזט ווארטן א גאנץ יאר עס צו פארטיגן...)



נישט ממש, ווייל צוליב פרנסה מעג מען יא ארבעטן מיט מיוזיק

דאנערשטאג מרץ 11, 2010 11:18 am

און כידוע האט ער ארויסגעגעבן א טעיפ ממש נאכן שבעה פון זיין רבי'ן (הרה"ק ר' שלמה מבאבוב זצ"ל)
דאכציך אז ער האט געפרעגט דעלמאטס א שאלה.

דאנערשטאג מרץ 11, 2010 2:58 pm

שמערי בערי האט געשריבן:לויט ווי עס איז געווען געשריבן ערגעץ אנדערש אינעם פארום, איז געווען דער פלאן אויף פסח צייט ארויס צו קומען מיט א "וואקעלס" אלבום, ד.ה. אלטע ניגונים פון ר' משה אבער געזונגען נאר דורך קווייער אן קיין מוזיק.

וואס איז געבליבן דערמיט?


אז ס'קומט ארויס אין א יאר ארום אי"ה.

ס'האט שוין געהייסן אזוי נאך פאר ער איז אוועק, קענסט קוקן אויף זייער סייט וועסטע זען.
---
.originaly was the plan for this year, but they wasn't ready for it on time

דאנערשטאג מרץ 11, 2010 3:44 pm

זעזוע בעולם המוסיקה החסידית: הרב משה צבי גולדמאן, גדול המלחינים החסידיים בדור האחרון הלך הבוקר לעולמו לאחר מחלה קשה והוא בשנות השישים לחייו.

הרב גולדמאן הותיר אחריו אלפי ניגונים שהלחין במשך השנים, ועשרות אלבומים משובחים שהפיק. הוא זכור בעיקר מאלבומי "קעמפ שלווה", שקנו להם שם של כבוד בהיכל המוזיקה החסידית.


לקראת ל"ג בעומר אשתקד, הופיע האלבום האחרון בסדרה - "חומת אש".



אחד השותפים הבולטים בהצלחת שיריו של המנוח הוא המוזיקאי משה לאופר, שלקח על עצמו את עבודות העיבוד באלבומיו. בשיחה לשלאגר, סיפר לאופר: "אני עדיין לא מאמין שהוא איננו. רק לפני ימים ספורים דיברנו.


"ידענו שהוא סבל ושהוא היה חולה אבל העובדה שהוא הלך לבית עולמו לא מחלחלת עדיין. המוזיקה החסידית איבדה את אחד מעמודי התווך המרכזיים שלה".

לכתב שלאגר בניו יורק נמסר כי בידיו של בן הרב גולדמאן, נמצאים מאות מלחניו. מי יתן, והאור המוזיקלי שהותיר בטרם לכתו, יראה אור.


מערכת שלאגר על שלוחותיה בארץ ובחו"ל משגרת למשפחת המנוח את תנחומיה. שלא תדעו עוד צער.


http://www.shlager.net/?articleID=2229

דאנערשטאג מרץ 11, 2010 11:31 pm

האניג האט געשריבן:
בנוגע סאלא, אויפ'ן פלאץ געדענק איך נאך א פלאץ ווי ער לייגט אראפ א הערליך שטיקל סאלא. אויפ'ן אלבום "על ישראל שלום" זינגט ער דעם דערמאטישן התלהבות'דיגן "שבת ליד":
אוי די שבת'דיגע ליכט, זכרונות טוען זיי דערמאנען!
די ווארעמע שבת נעכט, וואו מיר האבן פארברענגט צוזאמען!

(געדענק איך גוט די ווערטער?)


ביזטו זיכער דערין?

איך האב איבער געהערט די שבת ליכט ניגון און עס הערט זיך ממש ווי פישל בייגל,
און כ'בין געשפריגען פון די שבת ניגון צום נשמה ניגון אהין און צוריק מיטן איי פאד אין עס קוקט בכלל נישט אויס ווי די זעלבע מענטש,
אפילו אז איך וואלט צוגעלייגט די חילוק אין די יארן

פרייטאג מרץ 12, 2010 10:12 am

איצל פיצל האט געשריבן:
האניג האט געשריבן:
בנוגע סאלא, אויפ'ן פלאץ געדענק איך נאך א פלאץ ווי ער לייגט אראפ א הערליך שטיקל סאלא. אויפ'ן אלבום "על ישראל שלום" זינגט ער דעם דערמאטישן התלהבות'דיגן "שבת ליד":
אוי די שבת'דיגע ליכט, זכרונות טוען זיי דערמאנען!
די ווארעמע שבת נעכט, וואו מיר האבן פארברענגט צוזאמען!

(געדענק איך גוט די ווערטער?)


ביזטו זיכער דערין?

איך האב איבער געהערט די שבת ליכט ניגון און עס הערט זיך ממש ווי פישל בייגל,
און כ'בין געשפריגען פון די שבת ניגון צום נשמה ניגון אהין און צוריק מיטן איי פאד אין עס קוקט בכלל נישט אויס ווי די זעלבע מענטש,
אפילו אז איך וואלט צוגעלייגט די חילוק אין די יארן


דאס איז נישט ר' פישל בייגל, ס'איז ר' משה ע"ה. פינטל.

אגב, אין די בלאט דעי וואך - וואו ס'איז שיין באשריבן ר' משה - שרייבן זיי אויך אז ער זינגט נאר איינמאל אויף זיינע טעיפס, און ס'איז נישט ריכטיג, ער זינגט אויף די נשמה ניגון און אויך אויף די שבת ניגון.
שרייב א תגובה

Advertisement