מאנטאג מרץ 08, 2010 1:58 pm
מאנטאג מרץ 08, 2010 2:04 pm
מאנטאג מרץ 08, 2010 2:14 pm
האניג האט געשריבן:כ'בין נייגעריג צי די לעצטע עטליכע אלבומס זענען געווען ניגונים וואס ער האט דאן פארפאסט, אדער איז שוין דאן די ניגונים געווען פריער געמאכטע.
מאנטאג מרץ 08, 2010 2:19 pm
1x1 האט געשריבן:האניג האט געשריבן:כ'בין נייגעריג צי די לעצטע עטליכע אלבומס זענען געווען ניגונים וואס ער האט דאן פארפאסט, אדער איז שוין דאן די ניגונים געווען פריער געמאכטע.
ס'איז געווען א צוזאמשטעל פון ביידע, אלטע מיט נייע.
מאנטאג מרץ 08, 2010 2:27 pm
מאנטאג מרץ 08, 2010 2:35 pm
האניג האט געשריבן:לויט ווי אני הקטן טראכט וועט מסתם נאכאלץ ארויסקומען ווייטער כסדרם זיינע טעיפס (ווער ווייסט?),
וויכטיג מאכער האט געשריבן:לויט ווי איך ווייס, איז דא א שיינע צאל ניגונים וואס ר' משה האט געמאכט, אבער איז פארפאקט אין פריזער און ווארט אויף א געלעגענהייט פובליצירט צו ווערן...
מאנטאג מרץ 08, 2010 2:42 pm
מאנטאג מרץ 08, 2010 2:50 pm
מאנטאג מרץ 08, 2010 2:53 pm
מאנטאג מרץ 08, 2010 3:22 pm
יודל מענדלזאהן האט געשריבן:ברוך דיין האמת.
ר' משה האט אסאך אויפגעטוהן פאר אידישקייט, אסאך אידן מעורר געווען צו קדושה און אהבת הבורא מיט זיינע ניגונים. ביי וועלכע חסידישע טיש זינגט מען דען נישט שבת כאטש איינע פון זיינע ניגונים? ביי יעדן אידישע התוועדות ווארעמט מען זיך בדיבוק חברים מיט די הארציגע לידער פון ר' משה גאלדמאן ע"ה.
עס וועט אים אוודאי דינען אלס גרויסער זכות און מליצה ישרה ביים כסא הכבוד. אין אזא צייט פון חשכות אויף דער עולם, האט ער זוכה געווען מחזק צו זיין אידישע קינדער מיט חסידישע געזאנגען. מיט זיינע אומצאליגע קאמפאזיציעס און יערליכע אלבום'ס האט ער צוגעשטעלט אן אלטערנאטיווע פאר'ן עולם נישט צו דארפן גיין פאשען פאר ענטערטעינמענט אין אנדערע ערטער.
ר' משה דיין זכות איז גרויס! ווען מען וועט זינגען דיינע לידער, וועט אוודאי זיין שפתותיך דובבות בקבר. דיין גייסט וועט אייביג לעבן און לייכטן צווישן אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם וואו מען וועט דיר געדענקען צום גוטן.
עיקר תולדותיהם של צדיקים, מעשיהם הטובים!
אוי וברית אבות לבנים תזכור, אוי לבנים תזכור. וברית אאבות, לבנים תזכור, אוי לבנים תזכור! אהבת עולם תביא להם, תביא, תביא להם, וברית אבות לבנים תזכור...
מאנטאג מרץ 08, 2010 3:56 pm
מאנטאג מרץ 08, 2010 4:10 pm
מאנטאג מרץ 08, 2010 7:24 pm
מאנטאג מרץ 08, 2010 7:29 pm
מאנטאג מרץ 08, 2010 7:33 pm
מאנטאג מרץ 08, 2010 8:45 pm
שמערי בערי האט געשריבן:ר' משה האט אמאל פארציילט אז דער ניגון "אויב איך וועל קיין הענט פארמאגן" האט מעורר געווען א געגליטשטן בחור ל"ע צו באקומען א התעוררות און אנהייבן לייגן תפלין, ביז ער איז בחסדי ה' געווארן א פולקאמער בעל תשובה.
יהא זכרו ברוך
מאנטאג מרץ 08, 2010 9:30 pm
מאנטאג מרץ 08, 2010 9:31 pm
מאנטאג מרץ 08, 2010 10:16 pm
מי יודע האט געשריבן:אוי פתח לנו שער, אוי בעעעת נעילת שער, כייי פנה יום
דאכט זיך דאס איז אויך זיין ניגון, ניין?
יהא זכרו ברוך
====
קהת, וואס מיינסטו מיט דעם טעיפ זכור מי האיש, עפעס ספעציעל?
דינסטאג מרץ 09, 2010 8:21 am
דינסטאג מרץ 09, 2010 9:44 am
דינסטאג מרץ 09, 2010 10:11 am
א גוט יאר ר' משה, מיר וועלן צוגיין גראד צום פינטל, ווי באוואוסט זענט איר דאך היינט צוטאגס פון די גרעסטע קאמפאזיטארן אין די אידישע וועלט, אלזא ווען האט איר דערשפירט אין אייערע מוזיקאלישע טאלאנטן?
ר' משה:מיין טאטע איז געווען דער בעל תפלה פאר יארן לאנג, ער איז געווען גאר א שיינער און געשמאקער פאָרדאווענער, ער פלעגט מיר נעמען שוין פון אלץ פיצל קינד אז איך זאל אים צוהעלפן מיט די ניגונים, כ'פלעג שטיין נעבן אים ביים עמוד און אונטערזינגען ביי ק-ל אדון און ביי אלע שטיקלעך וואו ער פלעגט זינגען א ניגון, אזוי האט מיר מיין טאטע געברענט נאנט צום עולם הנגינה. אויך ביי די שבת טישן פלעגט ער אראפלייגן א גאנצע עבודה מיט ניגונים און געזאנג. אגב מיין טאטע האט אויך קאמפאזירט עטליכע ניגונים, אויפן טעיפ חגים וזמנים פון חנוכה האב איך ארויפגעלייגט א ניגון פון אים.
איר האט אצינד פארציילט איבער אייער טאטעס נגינה קאריערע און די אנטוויקלונג פון אייערע מוזיקאלישע געפילן, אבער ווען האט איר אנגעפאנגען מיטן קאמפאזירן ניגונים?
ר' משה:איך וויל טאקע דא ווען איך רעד פאר א ציבור נאכאמאל אויפהייבן מיינע הענט צום הימל און אויסדריקן א דאנק פארן גרויסן באשעפער וואס האט מיר באשאנקען מיטן גאלדענעם טאלאנט פון קאמפאזירן ניגונים. וויאזוי ס'זאל נאר נישט זיין, בערך א יאר פאר מיין בר מצוה האב איך אנטדעקט אז איך פארקערפער אין מיר דעם זעלטענעם טאלאנט, עס וועט אייך זיין אביסל אינטערעסאנט צו הערן, אבער ס'איז א פאקט, איך ווייס נישט וואס עס האט מיר געשטופט דערצו, אבער כ'האב מיר איין שיינעם טאג געטראפן אפשרייבן דעם פערטן ניגון וואס איך האב דאן פארפאסט.
די ניגונים פון דעמאלט האבן אויסגעקוקט אזוי גוט ווי די היינטיגע, אדער האבן זיי פארמאגט עפעס א אומרייפקייט וואס איר האט אויסגעארבעט מיט די יארן?
ר' משה:עס האט אינגאנצן נישט אויסגעזען אומפראפעסיאנעל, אוודאי איז עס היינט אביסל ברייטער, מיט מער פעלער און קוועטשעס, אבער עס זענען געווען הערליכע ווארימע ניגונים פונקט ווי די וועלכע איך מאך היינט צוטאגס, אין א געוויסן זין האט דאס פארמאגט עפעס א געוויסע תמימות און ריינקייט פון מיין רעלאטיווע יונגקייט. א טייל פון זיי האב איך אפילו ארויפגעלייגט אויף מיינע טעיפס.
קענט איר אונז אויסרעכענען א טייל פון די ניגונים וועלכע איר האט פארפאסט אין יענע יארן.
ר' משה:עס איז אביסל א אינטערעסאנטע מעשה איבער דעם באקאנטן ניגון 'ברוך ק-ל עליון', איר וועט הנאה האבן דאס צו הערן, אינאמתן איז דאס געווען ווען איך בין שוין געווען עלטער, אבער נאך פאר די חתונה.
מיר האבן דאן געוואוינט אין ארץ ישראל, איך בין שוין געווען א בחור אין די יארן פון שידוכים, איין שיינעם טאג, ווען די באשערטע מינוט איז אנגעקומען האבן מיר זיך ארויסגעלאזט –איך מיט מיין טאטע- קיין חוץ לארץ צו פארענדיגן דעם שידוך. נאכן ברעכן טעלער איז מיין משפחה צוריק אהיימגעפארן, איבערלאזנדיג מיר אין חוץ לארץ אז איך זאל מיר צוגרייטן צו די חתונה.
די ערשטע שבת איז א שטיקל מנהג אז מען שיקט מתנות צו די כלה, איך אבער, זייענדיג א ארץ ישראל'דיג בחור'ל, האב נישט פארמאגט אויף מיר קיין איבריגע פעני, און איך בין געווען אין א פארגלעגנהייט וואס איך זאל שיקן אויף שבת, האב איך דאן באשלאסן אז כ'וועל שיקן א זאך וואס ווייניג מענטשן קענען שיקן, נעמליך, א ניגון... דאן האב איך פארפאסט דעם ניגון ברוך ק-ל עליון, כ'האב דאס אריינגעזינגען אין א טעים און אפגעשיקט צום מיין מחותן, מיט דרייסיג יאר שפעטער האב איך דאס ארויפגעלייגט אויף א טעיפ און דער ניגון איז היינט צושפרייט בכל תפוצות ישראל אויף א זעלטענעם אופן, איך בין געווען אין דער שווייץ אויף א שבת, עס זענען דארטן געווען אלע סארטן אידן, פרומע, פרייע, קליינע געשטריקטע קאפעלעך, אלע אויפאמאל האבן זיי געזינגען ביי די סעודה מיין ברוך ק-ל עליון, מיט א שטיקל צייט שפעטער בין אין געווען אין אר"י אויף שבת, איך בין איינגעשטאנען אין רמות, שבת נאכמיטאג זאגט מיר מיין גאסט געבער "קום ר' משה איך ווייל דיר ווייזן א אינטערעסאנטע זאך", אקעגן איבער זיין הויז איז געווען א ישיבה פון תימנ'ער בחורים, ער האט מיר אהינגענומען, און מיר האבן געהערט ווי זיי זינגען מיטן תימנ'עם אקצענט מיין ברוך ק-ל עליון.
יעצט לאמיר צוגיין צו דער זאך, וויאזוי ווערט געבוירן א ניגון?
ר' משה: איך האף אז דו פארשטייסט אז איך רעפרעזענטיר נאר מיר אליינס, איך קען דיר נישט זאגן קיין כללים ווייל עס זענען פאראן קאמפאזיטארן וועלכע פארמאגן גאנץ א אנדערן גאנג אין פארפאסן ניגונים, פונדעסטוועגן וועל איך פרובירן אראפצוגעבן דער וועג וויאזוי עס גייט צו ביי מיר.
דאס ערשטע דארף איך האבן ווערטער פארן ניגון, כ'וועל זיך אבער נישט אראפזעצן און זוכן ווערטער אויף צו גיין און מאכן א ניגון, די סיבה דערצו איז ווייל איך וועל בכלל נישט מאכן קיין ניגונים מיט א גאנצע בעפארברייטונג אז 'יעצט' גיי איך מאכן א ניגון –דאס קענסטו יא פרעגן אלע קאמפאזיטארן, זיי וועלן דיר אלע זאגן אז די נישט געלונגענע ניגונים קומט פון א צייט ווען זיי האבן זיך אראפגעזעצט צו מאכן א ניגון- א ניגון דארף קומען נאטורליך, פון הארץ, פון די געפילן, ביי מיר ווען איך זאג תהילים און איך טראכט אריין אין די טיפע באדייט פון די ווערטער ווער איך טיילמאל שטארק נתרגש און דעמאלט איז ביי מיר די בעסטע צייט צו מאכן א ניגון, אדער אין צייט פון א שמחה, פון א שבת, א יום טוב.
צי לייגט איר אריין אייער פערזענליכקייט אדער אייערע געפילן און גיסטעס אין די ניגונים, אזוי אז איינער וואס איז נאנט מיט אייך וועט קענען וויסן אז איר האט פארפאסט דעם ניגון אין א צייט פון טרויער, פרייד וכדומה?
ר' משה:איך שטעל זיך פאר אז אויף די שאלה וועט איר באקומען פון רוב היינטיגע קאמפאזיטארן א ברייטן יא, יעדער פון זיי וועט דיר פארציילן ווי שטארק אנגעזעצט ער איז געווען בשעת דעם מרה שחורה'דיגן ניגון, ווי פרייליך ער איז געווען ביים פארפאסן דעם לעבעדיגן ניגון, און עס קען אפילו זיין אז עס ליגט עפעס אמת דערין, עס קען זיין אז מענטשן לייגן אריין זייער פערזענליכקייט און פערזענליכע געפילן אין זייערע ניגונים, איך אבער בין נישט אזוי, מיינע ניגונים שטעלן נישט ארויס פארן פובליק מיינע פריוואטע מצבים, איך קען אין א צייט פון א שמחה פארפאסן דעם טרויעריגסטן ניגון, און פארקערט איך קען אין מיינע שווערסטע צייטן פארפאסן א פרייליכן ניגון, אוודאי איז פאראן אויסנאמען, ווי למשל דער ניגון 'ויצעקו אל ה' בצר' וועלכע האט אויף זיך די ווערטער 'א שבח והודאה וויל איך געבן', וואס דער ניגון האב איך פארפאסט מיט געפילן פון דאנקבארקייט צום באשעפער אז ער האט מיר געזונט געמאכט נאכדעם וואס איך בין געלעגן א לענגערע צייט אין שפיטאל, אבער מער ווייניגער קען איך זאגן אז איך לייג נישט אריין פערזענליכע מצבים אין די ניגונים.
אויף צו קענען פארפאסן ניגונים דארף מען קענען מוזיקאלישע כללים, ווי נאטן וכדומה, אדער דארף מען בלויז האבן א שטארקע געפיל צו נגינה?
ר' משה:אינאמתן זענען דא וואס זאגן אז מען דארף קענען אלע כללים און אנדעם קען מען נישט פארפאסן א ניגון געהעריג, איך אבער האב זיך קיינמאל נישט געלערנט קיין נאטן און איך מאך ברוך השם זייער שיינע ניגונים.
פארוואס טאקע לערנט איר זיך נישט קיין נאטן?
ר' משה:עס האט זיך מיר שוין עטליכע מאל געמאכט געלעגנהייטן ווען מענטשן זענען מיר געווען גרייט אויסצולערנען נאטן אפילו פאר אומזיסט, איך האב אבער זיי אלע אפגעזאגט, ווייל איך שפיר אז איינמאל איך וועל קענען נאטן וועלן מיינע ניגונים אנפאנגען אויסצוזען עלעקטראניש, פשוט, עס וועט פארלירן אסאך געפיל, עס וועט ווערן מער א זאך וואס דארף שטימען מיט נאטן, נישט עפעס וואס דארף זיין הארציג און ווארים.
עס זענען דא פון אייך עטליכע שטארק אויפגעכאפטע און גאר פאפולערע ניגונים, צי האט איר א הסבר פארוואס זיי זענען אויפגעכאפט? האט איר בשעתן זיי פארפאסן געהאט עפעס א ספעציעלער העכערער געפיל?
ר' משה:עס איז דא פון מיר גאר אסאך אויפגעכאפטע ניגונים, דאס וואס איר פרעגט צי איך ווייס די סיבה דערצו, האלט איך אז עס איז א נארישע פראגע, עס איז א פשוטע סייעתא דשמיא און אויף סייעתא דשמיא איז נישטא קיין הסברים פארוואס און פארווען, עס איז לעכערליך צו גיין זאגן סיבות אויף א זאך וואס איז סייווי אזוי באשערט געווען.
לאמיר אביסל צוריקגיין צום ענין פון אייערע טעיפס, וויפיל טעיפס האט איר שוין ארויסגעגעבן, און וויפיל ניגונים האט איר שוין פארפאסט במשך פון די יארן?
ר' משה:איך האב שוין מיטן באשעפערס הילף ארויסגעגעבן לאור עולם פיר און צוואנציג טעיפס, אריינגערעכנט די געווענליכע 'קעמפ שלוה' טעיפס און די חגים וזמנים טעיפס –וועלכע איך פלאן בעז"ה ארויסצוקומען מיט א טעיפ פון ניגונים אויף יעדן יום טוב, אויך האט מען שוין ארויסגעגעבן עטליכע קינדער טעיפס וואס האט געהאט ניגונים פון מיר, דאכט זיך מיר אז איינס האט געהייסן 'ואהבת לרעך כמוך'.
בנוגע דאס וואס דו פרעגסט וועגן וויפיל ניגונים איך האב שוין פארפאסט, במשך פון מיין לעבן האב איך שוין פארפאסט נאנט צו טויזנט ניגונים, א גרויסע נומער, הא? איך בין נאכנישט פארטיג...
ווען האט איר באשלאסן זיך אריינצולייגן אינעם ענין פון ארויסגעבן טעיפס, וואס האט אייך געשטופט דערצו?
ר' משה:דאס איז געווען א שטיקל צייט נאך מיין חתונה, איך האב דאן געזוכט א דזשאב, עס איז געווען אנהייב זומער, ווען די קינדער גייען אין די קעמפס. אין די באבובער קעמפ שלוה איז ביז יענעם יאר געווען דער קעמפ דירעקטאר ר' יוסף שמואל לאנדא, ער האט זיך אבער אפגעזאגט פון צוריקקומען, און די הנהלה איז געווען אין א שטארקע פארגלעגנהייט נישט האבנדיג ווער עס זאל אים איבערנעמען, דער רבי מהר"ש ז"ל האט מיר געלאזט רופן און מיר געזאגט אז ער האט געהערט אז איך בין צוגעפאסט צו די סארט ארבעט און ער האט מיר געבעטן אז איך זאל אים נישט אפזאגן, איך האב אים נישט אנטוישט און מען האט מיר אויפגענומען אלס קעמפ דירעקטאר.
עס איז געווען נאטירליך אז אזוי ווי איך בין א קאמפאזירער זאל איך אנפאנגען אויסלערנען פאר די קינדער מיינע ניגונים, אלע ניגונים פונעם קעמפ, דאס בענטשן, די זמירות און דאס זינגען ביי מיטאג איז געגאנגען מיט מיינע ניגונים, עס האט מיר אנגעפאנגען אריינצוקריכן אין קאפ אז מען קען ארויסגעבן טעיפס דערפון, איך בין אריין צום רב ז"ל און אים געבעטן חיזוק צום נייעם פראיעקט וואס איך נעם זיך אונטער, און א זומער דערויף איז ארויסגעקומען די ערשטע טעיפ מיט די הערליכע 'קעמפ שלוה' קינדער כאור, עס איז בליץ שנעל צעכאפט געווארן און מען האט געדארפט מאכן נאך קאפיעס. זעענדיג די שטארק סוקסעס וואס איך האב מיטן באשעפערס הילף געהאט, האב איך זיך אריינגעלייגט און אנגעפאנגען מיטן ארויסגעבן די טעיפס מיט א גרעסערן שוואונג, און מ'האלט מיר היינט וואו מ'האלט מיר.
וויאזוי זעט איר דאס בילד, אידישע נגינה גייט בארג ארויף אדער פארקערט?
ר' משה:אינעם חלק פון די רייכקייט פון די מוזיק און די פראפעשאנעלקייט פון די וועלכע ארבעטן דערמיט איז דער פעלד אויפן העכסטן שטאפל וואס ס'איז נאר אמאל געווען, עס זענען היינט דא געלונגענע יונגעלייט וועלכע פירן אן מיט אייגענע סטודיא'ס, אויך זענען פאראן חסידישע יונגעלייט וואס קענען אליינס אראנזשירן מוזיק און כאור.
אבער אינעם רוחניותדיגן חלק ווערט דער לאך אלס גרעסער און גרעסער, די אויסגעהאלטנקייט פון די היינטיגע ניגונים און מוזיק פאלט מיט יעדן טאג, עס איז ממש א בושה וויאזוי היימישע יונגעלייט שעמען זיך נישט ארויסצוגעבן אזעלכע ווילדע טעיפס, אפילו אין די גויאישע וועלט אנערקענט מען שוין אז ווילדע מוזיק פארדרייט א מענטשנס קאפ און מח, עס ברענגט צו ווילדקייט און רציחה. עס האט מיר פארציילט דער ראש ישיבה פון ישיבת חיים בערלין אז ער קען וויסן ווען עס איז ארויסגעקומען א נייע ווילדע טעיפ, ער זעט ווי די בחורים דרייען זיך ארום פארטעמפט מיט די 'העדפאונס', מען איז צוקאכט און צעלאזט, ער רופט מיר אפ ווען עס קומט ארויס פון מיר א נייע טעיפ און באדאנקט מיר יעדעס מאל עקסטער, ער זאגט מיר בזה"ל: "ר' משה מען דערקענט אויף די בחורים אז איר זענט ארויסגעקומען מיט א נייעם טעיפ, די בחורים זענען רואיג און סאליד".
איך שפיר טאקע פאר א זכיה צו זיין דער וואס גיבט ארויס ריין חסידישע טעיפס, אנע שום אפנויג פון ערליכע נגינה, איך קען אייך זאגן אז איך ווארט שוין אויף א 'קאמפעטישאן', איך וויל אז ערליכע נגינה זאל ווערן אן ארטיקל וואס מען זוכט, און איך פרוביר טאקע אריינצולייגן כוחות אין מיינע טעיפס אז ס'זאל זיין געשמאק צום הערן.
אויך אויף מיינע ניגונים גיב איך אכט אז זיי זאלן נישט האבן קיין שום שמעק פון מאדערנקייט, ווען איינער קומט צו מיר קויפן א ניגון, גיב איך אים עטליכע תנאים וויאזוי דאס דארף ווערן אפגעזינגען, איך וויל אויף קיין שום פאל נישט האבן א חלק אין ווילדע נגינה.
איר האלט נישט אז איר דערלייגט געלט טאקע דערפאר וואס איר גיבט נאר ארויס חסידישע טעיפס?
ר' משה:ערשטנס וויל איך זאגן אז איך דערלייג איבערהויפט נישט, עס זענען ברוך השם דא גענוג און נאך פיינע אידישע הייזער ווי די ווילדע טעיפס זענען בבל יראה, און זיי קויפן נאר חסידישע טעיפס, א שטייגער ווי 'משה גאלדמאן טעיפס...'
צווייטנס אפילו איך וועל יא זען אז איך דערלייג האב איך אבער נישט אין פלאן אויפצוהערן דערמיט, פון טון א נחת רוח פארן באשעפער דערלייגט מען נישט.
צי קענט איר אפשר פארציילן א אינטערעסאנטע מעשה פאר די צייטשריפט ליינער בנוגע אייער מוזיקאלישע קאריערע?
ר' משה:איך קען אייך פארציילן א מעשה, וועלכע איז נאך פריש, עס האט פאסירט מיט עטליכע וואכן צוריק.
ווי באקאנט בין איך ארויסגעקומען מיט עטליכע וואכן צוריק מיט א נייעם טעיפ מיטן נאמען 'להודיע', איז אזוי, בערך צוויי וואכן נאכדעם וואס דער טעיפ האט ערשיינט בין איך געזיצן שבת נאכמיטאג אויף פופצנטע עווניו אויף א באנק און זיך אפגערוט, זיצנדיג אזוי קומט צו מיר צו א איד און פארציילט מיר דאס פאלגנדע:
מיינס א חבר האט א בחור וואס האט ליידער געגליטשט פון אידישן וועג, ער האט אויפגעהערט צו לייגן תפילין און זיך געדרייט אין די גאסן, דער איד האט שוין פרובירט צו גיין מיטן זון מיט גוטן און שלעכטן, עס האט אבער גארנישט געהאלפן. אין די טעג ווען עס איז ארויסגעקומען דיין נייעם טעיפ להודיע, און דער איד האט דאס אויסגעהערט האט ער געשפירט דערין געוואלדיגע ווארימע אידישע געפילן און ער האט זייער געוואלט אז זיין זון זאל דאס אויסהערן, ער האט אים געזאגט אז ער גיבט אים הונדערט דאלער אויב זעצט ער זיך אויסהערן דעם טעיפ זעקס מאל, דער בחור האט טאקע אזוי געטון, דעם אנדערן צופרי איז געווען דאס ערשטע מאל אין אכט חדשים וואס דער בחור האט געלייגט תפילין... ביז דא האט מיר דער איד פארציילט.
יא, דער כח פון נגינה איז געוואלדיג גרויס.
דינסטאג מרץ 09, 2010 10:19 am
דינסטאג מרץ 09, 2010 10:22 am