ליפא שמעלצער: לקרוא את ההלל
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- Jewboy
- מלך הייד פארק
- תגובות: 419
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
- לאקאציע: אונטער דער ערד
ליפא שמעלצער: לקרוא את ההלל
האט עס שוין איינער געהערט? איז עס אינטרעסאנט?
איך האב עס, אבער נאכנישט אנגעיאגט צו הערן.
איך האב עס, אבער נאכנישט אנגעיאגט צו הערן.
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12672
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
איך האב עס שוין יא געהערט. ליפא איז גוט, אבער ער מאכט זיך אביסל נאריש, כדרכו ב...
די מעשה מיט ליפא איז, אז ער האט מורא'דיגע טאלאנטן אין נגינה, וואס איך האב נאכנישט געזען ביי אנדערע זינגערס, אריינגערעכנט די גרעסטע זינגערס בדורינו. ער איז א מורא'דיגער בעל מחדש אין דעם פעלד.
לגבי דעם טעיפ (סי-די) אליין, איז אזוי: ס'דא ניגונים וואס זענען עכט גוט און חסיד'יש, ס'דא וואס זענען אזוי אזוי, און ס'דא וואס זענען שוין ממש נישט צו די זאך, למשל די ניגון פון מיאמי בויס קווייער האט נישט אויסגעפעלט.
און דעם מאדזשיצ'ער אודך לייגט ער אראפ זייער גוט, שוין באלד בעסער ווי ר' בנציון שענקער אליין.

An article a day keeps the babies away
שפעציעלע כשרון
יא,ליפא איז געוואלדיג! אויסער דעים אז ער ברעינט א ביסל א נייען קאליר צי די מוזיק,און אוואדאי נישט אויפען גוישען סטייל,דהיינו די עצם זינגען איז אייביג היימיש,אבער די מנגנים,קענען דא אין דארט זיין אביסעל פרעמד,אין לעניית דעתי ווי באלד עס איז נישט קצוניש,אדרבה עס האט א חן חכמה בגויים תאמין... ער גופא איז אבער אייביג היימיש,ער שרייט עפעס ווי א חיה?
אויך האט ער משקיע געוועין אין די חצוניות פונעם cd עס געבט א גיטען געפיהל.
ער זינגט מיט געפיהל אין זיינע גראמען... לאא לדידי ולא לכדוותי הוא צריך...עס איז דברים ידועים אז ער איז א פה מפיק מרגליות מיט א חסידיש יידיש חן

סאכדעס,די חן מיין איך ווייל זיין סטייל איז ניי,ממילא איז עס מוצא חן,און חכמה איז שווער מסביר צי זיין...אבער בקיצור וואלט איך געזאגט:ער איז משקיע אין די "בענד" אז זיי זאלען נישט מאכען די באקאנטע זאכען וואס מיר הערן שאוין אזוי פיהל יארען,נאר נייע אופנים וויזאוי עיהם מלווה צי זייו,אין עכ"ז איז ער מצליח עס זאל בלאבען "כמעט 100 יידיש" איז עס נישט קיין חכמה?
- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע: אין די גלייזן
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
ס'איז דאס ערשטע מאל וואס כ'הער עפעס פון עמ'ן. איז ער קראנק? משוגע? צו'חוש'ט?
טשולדיגט.... ער איז א חסיד'ישע איד? אדער ער האטסעך געלערנט אידיש אזוי ווי די פולישע ארבייטער.....
אין איין ווארט! הי איז קרעזי!!!
אנדי, נעקסט טיים ברענג בעסערע טרימעס....
טשולדיגט.... ער איז א חסיד'ישע איד? אדער ער האטסעך געלערנט אידיש אזוי ווי די פולישע ארבייטער.....
אין איין ווארט! הי איז קרעזי!!!
אנדי, נעקסט טיים ברענג בעסערע טרימעס....
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע: אין די גלייזן