בלאט 1 פון 1

זיך אויסלערנען שפילן אויף א גיטאר

געשריבן: מאנטאג יאנואר 18, 2010 1:05 pm
דורך פארשטיי-נישט
אלץ איינער וואס אפילו איך בין שוין נישט קיין יאנגסטער, אבער נאך אלץ וויל איך זייער שטארק קענען שפילן אויף א גיטאר, איך רעד פון א בעיס גיטאר, און איך בין אזא איינער וואס ניטאמאך קען איך נאוטס, טאונס, אדער אלע אנדערע זאכן, איך קען נישט קיין קיבאורד, יא ווען איך זעץ מיר צו קען איך נאך אביסל זיך מוטשענען אפשפילן א ניגון,

איז אזוי איך גלייך זייער צו זינגען שיינע שטאטע ניגונים, און אויב קען איך דאס שפילן מיט א גיטאר פארשטייט זיך אז עס איז פיל געשמאקער, וויל איך וויסן,
איז נאך דא עפעס האפענונג פאר מיר?

געשריבן: מאנטאג יאנואר 18, 2010 1:17 pm
דורך elmonsey
יא ריף steve adelson 718-258-8705 איך ניץ אים אין איך האב זייער הנאה פין אים

געשריבן: מאנטאג יאנואר 18, 2010 2:15 pm
דורך צייטליך
על מאנסי. אלץ איינער וואס זיכט אויך - צוזאמען מיט א חבר - אנצופאנגען לעסענס צו שפילן קאורד'ס אויף גיטאר. אפשר קענסטו אונז גיבן זיינע פרייזן, וויזוי עס גייט צו און אלע אנדערע אינפארמאציע.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 18, 2010 3:34 pm
דורך פריילאך
אין וויליאמסבורג אויף דיוויזשאן נעבען פוד עקספא, איז דא איינער ווערצבערגער וואס פארקויפט די אלע זאכן, און גיבט לעסענס אויך.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 18, 2010 3:57 pm
דורך באנקיר
פריילאך האט געשריבן:אין וויליאמסבורג אויף דיוויזשאן נעבען פוד עקספא, איז דא איינער ווערצבערגער וואס פארקויפט די אלע זאכן, און גיבט לעסענס אויך.

אויף זיין נומער קען מען הערן פארשידענע לעסאנס.
Musical Spot - 718-435-1923
דרוקט 2, דערנאך 3.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 18, 2010 4:04 pm
דורך פארשטיי-נישט
elmonsey צו נעמען קלעסעס וועל איך נישט האבן קיין צייט ווי ס'קוקט מיר איצטעט אויס, איך וויל נאר וויסן אויב ס'איז דא א בוק וואס איך קען דאונלאודן פון די אינטערנעט און דאס וועט מיר אויסלערנען,
עניוועי שקויעך פארן ענטפערן,

געשריבן: מאנטאג יאנואר 18, 2010 6:24 pm
דורך סתם א לץ
הערט מיך אויס רבותי, אלץ איינער וואס האט א גיטאר, און אלץ א גיטאר וואס האט שטויב דיק ווי מיין פעטער, און אלץ מיין אשת חיל וואס שרייט ווארף עס ארויס פון דא געניג געווען, הייבט נישט אן נאר טאמער איר זענט באמת דערביי!!, ס'קאסט אסאך כוחות און געדילד, און יסירים אויפן שפיטץ פינגער, שעות אויף שעות פרעקטיס,
אבער איינמאל מ'קען שוין, איז אלעס ווערט, ס'ברענגט ארויף אייערע געפילען און א נוגין אויף סאך א העכערע מדריגה,

געשריבן: מאנטאג יאנואר 18, 2010 6:36 pm
דורך מאנאגרעמס
גערעכט לעצל. איך האב אויך א גיטאר און אזוי ווי עס קוקט יעצט אויס, גיי איך גראד נאכן שיקן די תגובה גיין צום "אוועקצוגעבן לשם מצוה אשכול"...
אויב וויל איינער זיך אליינס לערנען גיטאר פון א בוך, מען קען טרעפן א גרויסן אויסוואל ביי אלע מוזיק סטארס.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 19, 2010 9:23 am
דורך 1x1
באנקיר האט געשריבן:
פריילאך האט געשריבן:אין וויליאמסבורג אויף דיוויזשאן נעבען פוד עקספא, איז דא איינער ווערצבערגער וואס פארקויפט די אלע זאכן, און גיבט לעסענס אויך.

אויף זיין נומער קען מען הערן פארשידענע לעסאנס.
Musical Spot - 718-435-1923
דרוקט 2, דערנאך 3.


דא איז דא א אשכול איבער דעם מוזיק געשעפט:
http://www.ivelt.com/forum/index ... =viewtopic

געשריבן: דינסטאג יאנואר 19, 2010 9:49 am
דורך פארשטיי-נישט
איך בין נאר נייגעריג, אויב ס'איז דא ביך און היימיש אידיש פארזיך אויסלערנען א גיטאר,

געשריבן: דינסטאג יאנואר 19, 2010 10:14 am
דורך פארשטיי-נישט
נאר קלאר צו מאכן איך רעד נישט פון א עלעקטריק גיטאר, איך רעד פון א בעיס גיטאר'
און איך וויל קענען גוט טאנען א גיטאר, און קענען מיטשפילן אביסל קארדס און בעיס, נישט ממש אפשפילן א ניגון, (דאס וואלט איך אויך געוואלט קענען, אבער צו דעם מוז איף פארשאפן א נדבן פאר די קומענדיגע פאר וואכן פאר מיינע ועידזשעס)

געשריבן: דינסטאג יאנואר 19, 2010 10:45 am
דורך elmonsey
צייטליך האט געשריבן:על מאנסי. אלץ איינער וואס זיכט אויך - צוזאמען מיט א חבר - אנצופאנגען לעסענס צו שפילן קאורד'ס אויף גיטאר. אפשר קענסטו אונז גיבן זיינע פרייזן, וויזוי עס גייט צו און אלע אנדערע אינפארמאציע.


פרייז איז $55

ליפא איז געווועהן ביי אים ווי אויך שרולי וויליגער אין נאך וואס איך געדענק נישט.

פאר נאך אינפארמאציע פארבינד זיך צי מיר אין אישית אדער בעט וויכי פאר מיין נאמבער.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 19, 2010 9:39 pm
דורך גיי_ווייס
קודם כל. ווילסט דיך לערנען בעיס? אדער קלעסיקעל-אקאסטיג גוטאר?
אלס איינער וואס שפילט שוין א שטיק צייט קען איך דיר זאגן
א פאר טיפס. באט וואס ווען ווי?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 21, 2010 5:49 pm
דורך גיי_ווייס
גוטאר קארטץ פאר די נייע (אלטע) ניגון כי הרבית

Am...E...Dm...Am............E....Dm.........E...... Am
כי הרבית טובות אלי טובות אלי. כי הגדלת חסדך ע ל י חסדך עלי
E.......F..Dm..C...Am....C..........Am
ומה אשיב לך והכל שלך. לך שמים אף ארץ לך

Am...Dm.......C.....Am..E..Am..Dm..Am..........E
ואנחנו עמך עמך ו צ א נ ך.. ו ח פ צ י ם לעשות.. ר צ ו נ ך

געשריבן: זונטאג יאנואר 24, 2010 1:25 pm
דורך אייניקעל פון אהרן הכהן
אויף איי-טאנס איז פארהאן א גוטע ווידיאו פאר מתחילים אין גיעטאר, זעט דא אויסצוגען: http://www.learnoutloud.com/Podcast-Dir ... usic/16697
פאר $30 קען מען קויפן די אלע לעסאנס אויף DVD דא http://www.iplaymusic.com/store/product ... ucts_id=34

דא איז פארהאן א 50 מינוטיגע ווידיאו פון יודישע ניגונים אויפן גיעטאר: http://video.google.com/videoplay?docid ... 9743794197

די בוך קוקט אויס צו זיין א גוטע מדריך פאר מתחילים: http://www.amazon.com/Guitar-Total-Scal ... 976291703/

בהצלחה

געשריבן: מאנטאג יאנואר 25, 2010 8:23 pm
דורך יחוס
איהר קענט אויך שפילען כי הרבית אויף אן אנדערע טוינ (scale)
Dm....Am......Gm......Am......Dm.....Gm.....Am....Dm
Dm...Am....Dm....F....Dm.....Gm....Bflat....Am
Am....DDm.....F.....Gm......Am

געשריבן: דינסטאג יאנואר 26, 2010 9:37 pm
דורך פלאפי יוד
פארשטיי-נישט האט געשריבן:נאר קלאר צו מאכן איך רעד נישט פון א עלעקטריק גיטאר, איך רעד פון א בעיס גיטאר'


איר מאכט ליידער א מיאוסן טעות א "בעיס גיטאר" איז אויך עלעקטריק און מיט דעם קען מען קיין ניגונים נישט שפילן! דו רעדסט אוודאי פון א "עקוסטיק גיטאר" אזאנס וואס קארלבאך און שרולי וויליגער (זיי קענען ביידע בערך די זעלבע...) שפילן

א בעיס גיטאר איז פונקט ווי א נארמאלע עלעקטריק גיטאר נאר מיט א לענגערע האלדז און מיט נאר 4 שטריק (א געהעריגע גיטאר האט 6 שטריק א עקוסטיק האט אויך 6 שטריק)

מיט אן עקוסטיק גיטאר קען מען שפילן ניגונים אויך אבער ס'איז בעיקר גענוצט פאר אונטער שפילן קאורדס מיטן זינגער

געשריבן: מאנטאג אפריל 19, 2010 12:28 pm
דורך מר. פאטאשאפ
פארשטיי-נישט האט געשריבן:אבער נאך אלץ וויל איך זייער שטארק קענען שפילן אויף א גיטאר, איך רעד פון א בעיס גיטאר
איז נאך דא עפעס האפענונג פאר מיר?


איך נעם גראדע אן צו טיטשען ביידע, גיטאר און בעיס גיטאר
דו קענסט שיקן א אימעיל צו:
[email protected]

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:30 pm
דורך פאקטען
איז איינער באקאנט מיט א עפפ וואס הערט אויס מיינע קארדס?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 1:12 am
דורך ליידיג גייער
זוך פאר א גיטאר טונער
יגעתי ומצאתי תאמין

איך ניץ דאס
https://play.google.com/store/apps/deta ... uitartuner

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 1:26 pm
דורך פאקטען
ישר כוח גיימער פראבירן

געשריבן: דינסטאג יאנואר 22, 2019 10:02 pm
דורך כתמר יפרח
איך זיך צו קויפן אן אקוסטיק גיטאר אנליין, האבעך נישט קיין השגה פין וואס צו זיכן, וועלעכע סטרינגס אדג...

כ'בין זעכער אז ס'איז דא חברה דא וואס שפילן מיט גיטאר, קען מיר איינער העלפן מיטן מקח?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 23, 2019 1:25 am
דורך הענדימען
כתמר יפרח האט געשריבן:איך זיך צו קויפן אן אקוסטיק גיטאר אנליין, האבעך נישט קיין השגה פין וואס צו זיכן, וועלעכע סטרינגס אדג...

כ'בין זעכער אז ס'איז דא חברה דא וואס שפילן מיט גיטאר, קען מיר איינער העלפן מיטן מקח?

קוק נאך די ריוויוס. אויב שרײבט דערוילעם אז ס'האלט נישט קיין טאן דעמאלטס איז עס גארבידזש

די איבעריגע איז שוין סתם תאוות

Re: זיך אויסלערנען שפילן אויף א גיטאר

געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 15, 2022 11:32 pm
דורך בלוט בלבול
צ"ק
וואו קען מען זיך לערנען אקוסטיק גיטאר?

(כ'קען אביסל מעלאדי אויפן פיאנא...)