די 5 מאדזיצער אפערא'ס

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

בעאבאכטער האט געשריבן:
ניגון עתיק האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:נאטרוליסט,
ס'איז דא א ניגון פון אמרי אש וואס ר' בנציון זז"ג רופט דאס "די קליינע אפערע" ווייסט איר דערפון?

דאכט זיך אז ר' בנציון רופט אזוי אן "אמנם כן"

יא, דאס איז עס.
דער ניגון איז "היה עם פפיות" - תשכ"ז.


אין מאדזיץ דאהי, זינגט מען אסאך אויף "עזרת אבותינו" ווי איר קענט דא הערן:
עזרת אבותינו
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

יא, מיר ווייסן דערפון און ב"ה אויך ביי געוואוינט, יעך האב נאר געוואלט פארציילן לידיעה, ווען דאס איז נתחבר געווארן, און אויף וואס.
בכלל, אין מאדזיץ איז נישט דא קיין "בעלות" פון ווערטער אויף קיין ניגון.
האט איר נישט געהערט "ובשופר גדול" אויף רננו צדיקים? אדער "ממקומך" (וואס אברהם ספיוואק מיטן פידל) אויף ידיד נפש? וכו'
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

אבער נאך ווי.
יעדע שיינע מאדזיצער ניגון ווערט געזינגען אויף די דאזיגע דריי באזונדערע שטיקלעך:
ידיד נפש
רננו
ברוך הוא אלקינו

די בני היכלא ניגון האט מען געלייגט אויף קה ריבון עלם, איך ווייס נישט וועלכע איז די ריכטיגע.
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

נאטרוליסט האט געשריבן:אבער נאך ווי.
יעדע שיינע מאדזיצער ניגון ווערט געזינגען אויף די דאזיגע דריי באזונדערע שטיקלעך:
ידיד נפש
רננו
ברוך הוא אלקינו

די בני היכלא ניגון האט מען געלייגט אויף קה ריבון עלם, איך ווייס נישט וועלכע איז די ריכטיגע.


בעצם זענט איר גערעכט, אבער...
די חילוק איז אזוי, אין מודזיץ האבן די רביים פארפאסט ניגונים געווענליך נאר אין די ימים נוראים (צווישן 8 און 14 יערליך), אדער אמאל אויף א יום טוב צו א שמחה אד"ג.
דערנאך האט מען עס דורכ'ן יאר אמאל געזינגען אויף אנדערע ווערטער, ווי איר קענט זיך איבערצייגן אינעם ספר מור מבשמים אז עס זענען דא ניגונים אויף אסאך שבת'דיגע תפילות וזמירות, אבער בעצם איז דאס נישט פארפאסט געווארן דערויף.
דערנאך איז דא א צווייטע דערהער אינגאנצן, און דאס איז ביי די יארצייטן ווי ר' בנציון זז"ג אדער אנדערע בעלי מנגנים, זעצן ארויף די לאנגע טיש ניגונים אויף פארשידענע ווערטער. ווי צב"ש ידיד נפש, רננו צדיקים, עזרת...
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

זוכנדיג עפעס אנדערש לרגל מלאכתי, האב איך בהיסח הדעת אנגעטראפן א פייל מיטן נאמען "אופרת הים", וואס איך האב ערהאלטן אויף בליץ פאסט א צייט צוריק פון מיינס א ידיד,
געוועהן באשריבן אין "המבשר" היו"ל בארץ ישראל.
שרייבער פון ארטיקל, ר' פינחס ביכלער הי"ו, גוט באקאנט אין חסידישן מוזיק וועלט.
נישט אז ער איז מחדש צו פיל פאר די משתתפי האשכול כאן, אבער שיין אראפ געלייגט און מסודר'דיג, ובעיקר די מקורות זענען קראנט.
ווערן אויך ערוועינט די אנדערע אפערא'ס.
הנה זה כאן: "אופרת הים"
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

יישר כח פארן צוברענגען אהער, עס זינגט זיך נאכדעם מיט אן אנדערען געשמאק.
אגב: ביי מיר פלעגט דער "ים אפערא" ווערן אנגערופן (צוליב די געפילן) "א שפאציר אינעם עולם הנגינה" ממש ער לאזט נישט דורך קיין שום מקצוע פון נגינה, אלס האט דער "אמרי שאול" אריינגעווארפן אין דעם ניגון. דער אופן וויאזוי דאס בויעט זיך... אַה... ס'צעגיסט זיך אין אלע גלידער, ממש צום זאט ווערן.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

דאס איז די זעלבע ים אפערא, וואס ר' בנציון רופט אן אלס די 5טע ביים ענדע פונעם ניגון.
האמיר שוין דא מערערע ווערסיעס איבער דעם, און וועלכע נומער דאס איז גערופן געווארן.

ים אפערא נומער 5
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

איז די מעשה אזוי.
עס איז אלע יארן געווען אנגענומען אז די פערטע אפערא איז דער "ים אפערא", סיי ביי ר' בנציון זז"ג און אזוי אויך ביי יעדעם דאהי אין אמעריקא און אין ארצינו הק'.
לעצטענס ממש פאר 4-6 יאר צוריק איז ר' בנציון אויפגעקומען אז לויט די יארן שטומט אים מער אז די פיפטע אפערא זאל ווערן אנגערופן דער ים אפערא.
זייט דעמאלטס רופט ער טאקע אן די פיפטע מיטן נאמען "ים אפערא", אבער ס'נאכאלץ אונטער א פראגע צייכן ביי די יודעי דבר.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

אזוי? העכסט אינטערעסאנט וואס איר זאגט, הרב עתיק, עלמער בע"ה טרייען צו מאכן דעם יו"ט א בירור איבער דעם, ווייל די זקני החסידים האבן געוואוסט צו זאגן ווי ס'יז אנגענומען ביז היצט.
ר' בנציון זז"ג איז דאך נישט אליין געוועהן, כאטש ער א שטארקע נאמנות, דאך איז געוועהן אין אר"י פיל שטארקע בעלי מנגן, מעתיקי שמועה פון אמרי שאול, ווי צ.ב.ש ר' יעקב וואלעס, אחיו ר' משה, ר' חיים יהושע בארמעץ ר' שמואל רוזנבאך, (אליין געוועהן א הימלדיג קאמפאזער געווען א נאנטער חבר מיט ר' יעקב תלמוד, און זיך "ארויסגעהאלפן" איינער דער אנדערן ואכמ"ל) ר' דוד שטערנשוס, און נאך, ולהבחל"ח ר' איטשע ליפא פישביין ועוד.
ר' בנציון גופא האט פון זיי געהערט און מקבל געוועהן "תורת א"י".
אבער איין רגע, נאך עפעס, נאטרוליסט, וואס וועט זיין ביי אייך די פערטע?
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

עס הערשט דא א געפערליכע צומישעניש איך דאונלאוד דא יעדע שטיקל אפאר זענען די זעלבע מיט אנדערע נעמען, אפאר זענען אנדערש מיט די זעלבע נאמען, וויל זיך איינער מרחם זיין און מאכן איין תגובה מיט אלע שטיקלעך וואס איז וואס וכו' ווייל איך בין דיזי.
yield the right of way
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

וואס איז די צומישעניש, די נעמען פון די לינקס, אדער די נעמען פון די פיילס?
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

די נעמען פון די files
yield the right of way
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

ווי גערעדט אפאר תגובות פריער, אין מאדזיץ איז מען כלל נישט משועבד צו די אדער יענע ווערטער,
די אלע ידיד נפש'ן זענען כלל נישט קיין ידיד נפש במקור, זיין זענען נתחבר געווארן אויף אנדערע ענינים (וואס זענען אויך נישט געזונגען געווארן מיט ווערטער נאר דער בעל תפילה וכדו')
נישט דא 50 ידיד נפש'ן מיט 35 רננו צדיקים'ס וכו'.
ממילא, אל תביט אל שם הfiles אלא אל הניגון, ובזה יורוח לך מן הספק.
איך האף אז עס איז קלאר, אויב נישט וועלן מיר מוזן אייך מסדר זיין יעדן ניגון המובא כאן, ופירושה.
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

בעאבאכטער האט געשריבן:אזוי? העכסט אינטערעסאנט וואס איר זאגט, הרב עתיק, עלמער בע"ה טרייען צו מאכן דעם יו"ט א בירור איבער דעם, ווייל די זקני החסידים האבן געוואוסט צו זאגן ווי ס'יז אנגענומען ביז היצט.
ר' בנציון זז"ג איז דאך נישט אליין געוועהן, כאטש ער א שטארקע נאמנות, דאך איז געוועהן אין אר"י פיל שטארקע בעלי מנגן, מעתיקי שמועה פון אמרי שאול, ווי צ.ב.ש ר' יעקב וואלעס, אחיו ר' משה, ר' חיים יהושע בארמעץ ר' שמואל רוזנבאך, (אליין געוועהן א הימלדיג קאמפאזער געווען א נאנטער חבר מיט ר' יעקב תלמוד, און זיך "ארויסגעהאלפן" איינער דער אנדערן ואכמ"ל) ר' דוד שטערנשוס, און נאך, ולהבחל"ח ר' איטשע ליפא פישביין ועוד.
ר' בנציון גופא האט פון זיי געהערט און מקבל געוועהן "תורת א"י".
אבער איין רגע, נאך עפעס, נאטרוליסט, וואס וועט זיין ביי אייך די פערטע?


איך האב ערגעץ אן אפערא וואס ר' בנציון זז"ג רופט די 4טע. איך דארף עס אפירזוכן.
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

אזוי זוכענדיג האב איך לאקירט א שיינעם ובשופר גדול פונעם דברי ישראל זצ"ל אין זיינע יונגע יארן.
ביים ענדע הערט מען ווי ר' בנציון באוואונדערט עס אז אז עס איז אן אויסנאם קונץ שטיק., און וואונדערט וויאזוי דער דברי ישראל האט דאס געקענט באווייזן יונגערהייט.

ובשופר גדול יתקע
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

נאטרוליסט האט געשריבן:אזוי זוכענדיג האב איך לאקירט א שיינעם ובשופר גדול פונעם דברי ישראל זצ"ל אין זיינע יונגע יארן.
ביים ענדע הערט מען ווי ר' בנציון באוואונדערט עס אז אז עס איז אן אויסנאם קונץ שטיק., און וואונדערט וויאזוי דער דברי ישראל האט דאס געקענט באווייזן יונגערהייט.
ובשופר גדול יתקע

טאקע א מייסטערהאפטיגן שטיקל
דאס איז לכאורה פון א חוה"מ צוזאמקום, וואו ר' אהרן ארלענדער שי' זינגט עס, וועלכע יאר פונקטליך?
----------
כ'הער אז ער זינגט עס אוי וויי, אוי וויי, אוי וויי ויאמרו, די דריטע אוי וויי זינגט ער אביסל אנדערש ווי ר' בנציון אויפ'ן ארויסגעגעבענעם טעיפ.
ס'ליגט מיר אין זכרון אז כ'האב אמאל געהערט ווי ר' בנציון זאגט פאר איינעם (בנוגע דעם ניגון) אז אויפ'ן טעיפ האט ער אביסל צוגעפיצט פון זיין אייגענעם געפיל...

וואס זאגט דער עולם וועלכע איז ריכטיגער?
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

ס'איז דא ביי היבש ניגונים דיפערענצן אין תנועות פון ר' בנציון'ען ביי די "אפיציעלע" טעיפטלעומת די היימישע נוסח הניגון ווי מען זינגט דאס אין מאזדיץ, במיוחד בין אר"י לארה"ב.
אגב, ווער איז דער יונגעלע וואס זינגט "כבקרת" אויפן "מאדזיץ חי"? (דער זעלבער פון "אוי סומך סומך נופלים")
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

בעאבאכטער האט געשריבן:ס'איז דא ביי היבש ניגונים דיפערענצן אין תנועות פון ר' בנציון'ען ביי די "אפיציעלע" טעיפטלעומת די היימישע נוסח הניגון ווי מען זינגט דאס אין מאזדיץ, במיוחד בין אר"י לארה"ב.
אגב, ווער איז דער יונגעלע וואס זינגט "כבקרת" אויפן "מאדזיץ חי"? (דער זעלבער פון "אוי סומך סומך נופלים")


דער יונגעלע פון סומך נופלים איז שוין היינט א זיידע..... (אויפן זעלבן טעיפ זינגט ער אויך 'כבקרת' איז עס דאך זיכער דער זעלביגער..)
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

יא ער איז די זעלבע ער הייסט יוסי סונענבליק
yield the right of way
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

אין א שמועס ווי ר' בנציון זז"ג רעדט ארום איבער דעם ניגון (ובשופר) זאגט ער "ס'איז א מורא'דיגע שטיקל, כ'טראכט אסאך מאל ווי האב איך געהאט די גאטט'ס אריינצוגיין אין סטודיא צו טון דעם ניגון"?
ער זאגט אז דאס האט מען רעקארדירט ווי א קאנצערט אין א גרויסע סטודיע אין מאנהעטן, די גאנצע מוזיק מיט די כאר מיט די סולו'ס אלעס איז געווען לייוו אויפן פלאץ, אויפאיינמאל.(מ'האט עס איבערגעזינגען אפאר מאל, און שפעטער אביסל גע'עדיט, ד.ה. גענומען פון איינמאל א שטיקל וואס איז בעסער ווי די אנדערע)
----
וועלוול פאסטערנאק האט געברענגט דעם אינגל/זיידע (12 יאר אלט) צום סטודיא, ער פלעגט דעמאלט אויך זינגען מיט קאסעוויצקי אין די כאר. ווי אויך איז ער איינער פון די "דביקות" זינגער'ס.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

שיין שיין... כאפט א חרדת קודש נאר דאס לייענען...

דער וועלוול איז דאך אזוי מין איידל, ווילדעוועט נישט, האמערט נישט, שוועבט ארום שטיל פחדים'דיג...
אוי וויי... וחיל ורעדה יאחזון... דער נאגט אין הארצן... חותך בבשר החי...
אוי כי... בום פלאם פלאם פלאם פלאם פלום... לא יזכו... בום פלאם פלאם פלאם בום... לא יזכו... פלום פלאם פלאם פלאם פלום... בעינך...
אוי... אאאאאווי כבקרת...

גאר ער, וועלוול, האט געברענגט דעם יונגעלע?... היצט פארשטיי איך שוין,
מיין פראגע בעיקר איז געוועהן ווער דאס איז, ווייל מען הערט נישט פון אים אין דעם מאדזיצער חדר, ס'וואלט געדארפט צו זיין עפעס א בעל מנגן אדער א בעל תפילה .
ארצישראלדיגער ייד
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2013 6:37 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארצישראלדיגער ייד »

קען דען איינער ארויף לייגן דא, די אופערא פון אקדמות, אבער נישט נאר די ערשטע חלק.
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

ארצישראלדיגער ייד האט געשריבן:קען דען איינער ארויף לייגן דא, די אופערא פון אקדמות, אבער נישט נאר די ערשטע חלק.

נאט אייך, מיט א גוטן אפעטיט

בעצם קומט עס נישט אין דעם אשכול.
ווייל די 5 מאדזיצער אפערא'ס זענען אלע פונעם "אמרי שאול" זצ"ל
און דער "אקדמות (זעקס און דרייסיגער) אפערא" איז פונעם דברי ישראל זצ"ל.
אבער אז מ'האט עס דא געבעטן, האבעך עס אהערגעשטעלט.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
ארצישראלדיגער ייד
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2013 6:37 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארצישראלדיגער ייד »

ניגון עתיק האט געשריבן:
ארצישראלדיגער ייד האט געשריבן:קען דען איינער ארויף לייגן דא, די אופערא פון אקדמות, אבער נישט נאר די ערשטע חלק.

נאט אייך, מיט א גוטן אפעטיט

בעצם קומט עס נישט אין דעם אשכול.
ווייל די 5 מאדזיצער אפערא'ס זענען אלע פונעם "אמרי שאול" זצ"ל
און דער "אקדמות (זעקס און דרייסיגער) אפערא" איז פונעם דברי ישראל זצ"ל.
אבער אז מ'האט עס דא געבעטן, האבעך עס אהערגעשטעלט.

יישר כח גדול מאוד!
די אפערא'ס זענען צושפרייט אויף דעם אשכול. איהר קענט אפשר ארויף ברענגען אין איין פלאץ, די אלע אפערא'ס וואס זענען נישט פארלוירן?
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

דא האט איר די אפערא'ס פונעם אמרי שאול זצוק"ל, (געזינגען דורך ר' בנציון זז"ג)
ערשטע, צווייטע, פערטע, פיפטע.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”