פארמעסט וואלן אויסגאנג! געבט אפ אייער שטימע!

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וועל אויס צווישן די אלע

די וואלן האבן זיך געשלאסן מוצ"ש יולי 29, 2017 3:57 pm

1
27
12%
2
10
4%
3
10
4%
4
7
3%
5
9
4%
6
4
2%
7
54
23%
8
4
2%
9
5
2%
10
19
8%
11
6
3%
12
4
2%
13
15
6%
14
5
2%
15
3
1%
16
3
1%
17
4
2%
18
8
3%
19
12
5%
20
3
1%
22
5
2%
23
5
2%
24
5
2%
25
4
2%
 
סך הכל שטימען: 231

סאיזגוטבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2015 11:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאיזגוטבה »

שוין לאנג נישט געווען זעליכע שטילע וואלן, נישט קיין פאלס, מ'רעט נישט צו ס'איז פאלטשע וואלן,
עפשר וואלטן זיי געדארפט מסביר זיין פארוואס זייער דעקל איז די שענסטע...
האסט שוין אמאל געבליבן שטיל ווען איינער האט דיך אריינגעפליקט, אפי' האסט געהאט א גוטס אויף צריק?
מאך זיכער אז די האסט די עפפ
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1125
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

מיכאל האט זע איך יעצט געמאלדן אז ער האט אויסגעקליבען נאמבער 7 ...!!!!! ווי העוו עי ווינער !!!! קאנגרעטיולעשיאנס... אין א גרויסע יש׳כ פאר אלע אנדערע וואס האבן אינטערטעינט דעם עולם דא... עטס האט עס געמאכט היבש שווער.!!! #ס׳קען_נאר_זיין_איין_געווינער
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1125
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

איך האף אז ס׳ניגון איז אזוי שיין ווי ס׳קאווער...
סאיזגוטבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2015 11:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאיזגוטבה »

ס'פארט שוין ארום און גרויסן.

נא ווער האט עס געמאכט???
האסט שוין אמאל געבליבן שטיל ווען איינער האט דיך אריינגעפליקט, אפי' האסט געהאט א גוטס אויף צריק?
מאך זיכער אז די האסט די עפפ
אויפן שפיץ גאפל
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 21, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפן שפיץ גאפל »

איינצעלע אנעקדאטן פון מיין ארעמע פרעספעקטיוו.
עס שטעלט זיך ארויס, אז ווער עס איז קודם און די רייע דער האט א שטערקערע שאנס צו באקומען אויפמערקזאמקייט פונעם ציווילן אייוועלט בירגער, ווי מען קען באמערקן ווי 24# אן 10# זענען אקוראט די זעלבע דיזיין נאר א אנדערע בעקראונד , אבער #24 האט א פערטל שטימען וויבאלד ער זיצט אונטן-אן.

עס איז נישט כדי זיך צו באציען צו די בילדער וועלעכס איז שענער, נאר ליבערשט וועלעכע איז מער היינטיג, אמאליג, אויגפארכאפענד, חידוש'פול, ארטיסטיש, רייך, תוכנדיג, הארציג, געפאטשקעט, ליידיג וכ' ווייל דאס איז די איינציגסטע חילוק וואס די אלע פארמאגן זינט "אלע זענען שיין" נאר עס איז דא וואס גלייכן מער געפאטשקעט אדער ליידיג אא"וו ממילא האבן זיי געשטימט פאר יענעם.

לאמיר נעמען פאר א דוגמא נומער 7 -וועלעכע האט פארלייפיג זיך ארויסגעשטעלט אלס דער געווינער-.
עס דעמאנסטרירט "אויגפארכאפענד" אנע הסברים, ווייל אפילו עס קומען מאנכע און פרעגן וואספארא ארבעט ליגט שוין דעראין? וועט מען זיך אפילו נישט באפאסן מיט יענעם ווייל עס האט געכאפט דעם אויג און געגאנגען ווייטער,
ווייטער זיצט זיך א אומשולדיגע נומער 6, וואס און פאקט זענען די אותיות און דעם פאל גאר קונצליך און ספעציעל, און אויף עפעס א באצויבערנדע וועג וואקסט ארויס א הארץ קאסטום ארויסגעפלאכטן פון מאמע לשון אותיות וואס ווען איינער טראכט אריין ליגט אין די אותיות א שטיק ווארעמקייט און הארץ... אבער דער ציבור און אלגעמיין וועלכע איז מער אין די קילע אטמעספערע האט ניטאמאל זיך אומגעקוקט דעראויף....

דאס ברענגט ווידעראמאל צום אויבערפלאך אז אלעס איז שיין, נאר ווייטער איינס כאפט דיין אויג, ווייל.... ווי פריער ארויסגעברענגט.

נ. ב. איך האב נישט געשטימט פאר קיינע פון די.
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

דער אמת איז אז עס זענען דא צוויי באזונדערע קוק ווינקלען. דער עולם דא שטימט לויט וועלכע עס איז מער פאסיג פארן דעקל פון דעם ניגון.
אבער פונעם גראפיקס שטאנדפונקט זענען איטליכע אנדערע אסאך מער קריעיטיוו.
אוועטאר
הערסט?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 18, 2017 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערסט? »

אלעס איז מעכטיג (אויסער איינע פון זיי). איך בין נישט געווען אינוועלעבל די לעצטע צוויי וואכן, איך האב נאר יעצט געזעהן דעם גאנצן פארמעסט, אבער איך ווייס נישט אויב איך וואלט געקענט אסאך צוגעבן, איך קען טאקע גרעפיקס אבער נישט זיך צו פארמעסטן מיט אזא סטייטש פון ריזן.
לאנג און זיס
דאס איז
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאס איז »

נאך אזאנע שווערע מייסטערהאפטיגע טאלאנטפול 25 דעקלעך, איז מיר געקומען אויפן געדאנק אז סהאט נישט קיין פשט צי אפגעבן מיין שטימע איידער איך הער דעם ניגון.

האב איך מיר נישט געפוילט אין גענימען די דרייסטקייט אין אנגערופן כבוד רבינו מיכאל'ן, אז מברויך ארויסגעבן די רעקארדינג עקסלאסיוו פאר אייוועלט אז דער עולם זאל פשוט נישט שטימען בלינדערהייט.
זאגט מיר די רבי מיכאל, קענסט זיכער דעם ווערטל "פאר א נער ווייזט מען נישט קיין האלבע ארבעט" אין ער איז מיר מסביר, אז עלי לישינסקי האלט פעסט אינמיטן מיקסן די סחורה אין ס'וועט לכאורה נישט זיין גרייט פאר חמשה עשר באב במילה איז נישט במציאות אזא זאך.

אבער אזויפיל קען איך דיר יא זאגן,

אז דעס איז א מין חסידישער פרייליך ניגון וואס וועט זיין א דבר השוה לכל, ס'וועט זיין אנגענימען אין אלע הויפן, חסידיש ווי ליטוויש ציגלייך, ווייל ס'האט אין זיך די אמאליגע פארצייטישער טעם אין די היינטיגע סטייל געשמאקייט. 

אין די מוזיק האב איך זיכער געמאכט אז אלעס איז לייוו מיט שטארקע ברעס סעקשאן, הערליכע סטרינגס,
ווי אויך ענהאלט עס א שיינע קינדער קווייער מיט זמרה קווייער, דער עקשטיין האט געמאכט א מוראדיגע ארבעט.. איך בין זיכער דעם עולם וועט שטארק הנאה האבן.

געב איך עם א פרעג אז מרעדט שוין יא פין זמרה וואס איז טאקע פשט פין דעם ווי קומסטי בכלל אן צי זיי, "המבלי אין קברים במצרים?" האסט דאך אזויפיל קווייערס דא אין ניו יארק... 

איז ער מיר מסביר,
אין אמת'ן אריין האב איך נאך קיינמאל נישט ארויסגעגעבן א "סינגל" ווייל איך האלט פין געהעריגע פילע סידיס, אבער אזויווי דא איז געוועזן א אויסנאם פאל.. איך בין געווען "מיטל על ערש דווי" אין ברוך השם דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן איך בין צירוקגעקימען צי מיינע כוחות ממש "כקטן שנולד דמי". נאך שטערקער ווי בעפאר,, האב איך געטראכט אז איך וועל אויך מאכן א אויסנאם אין ארויסגעבן א שבח והודיה ניגון ווי יעדער בינעזאם וועט לויבן אין דאנקן על כל החסד אשר עשית אין בעטן ווייטער אויפן עתיד.

סאו פיינעלי נאכן טרעפן די פאסיגער ניגון, איז מיר פינקט אויסגעקומען צי האבן 2 שמחות מיט זמרה טאקע דא אין ניו יארק, אין כ'האב זייער הנאה געהאט פין זמרה,

האב איך געטראכט אזוי ווי איך האב דאך ליב יעדעם איינעם ציגלייך, האב איך געוואלט זיי אויך געבן א טשענס, אין מה עשה הקדוש ברוך הוא טאקע דארט האב איך מיר באקאנט מיט דעם אנטשי עקשטיין וואס האט געמאכט א מייסטערהאפטיגע ארבעט, א געשמאק צי ארבעטן מיט עם, א גרינגער מענטש בטבע אויס, אומר ועושה, ער כאפט אויפן ווינק, אין די רעסט איז היסטארי ...


אין יעצט צירוק צי די 25 דעקלעך,
למעשה אנעם הערן די ניגון וואס טיט מען דא?
האב איך געשטימט פאר 7#,
 דאס האט מיר די מערסטע געכאפט דעם שווארץ אפפעל ארוסשטארנדיג די מערסטע ...נישט מאדערן נישט חסידיש, סעזאגט, אין סעזאגט נישט, אבער זייער צים זאך, קען זיין סדא מער טעלענט אין מער גרעפיקס אין אנדערע, איך מאך גארנישט אוועק, אבער דאס האט מיר שטארק געכאפט, דיס איז מיי האמבל אפיניען !!!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

מיין שטימע איז געגאנגען פאר נומער איינס! (ווענגלייך עס איז געווען קאווערס מיט אסאך מער געוואלדיגע ארטיסטישע חידושים [עספעשעלי 9 און 10 און נאך])

די שטארקע ״קאנטראסט״ צווישן שווארץ און ווייס-רויט, ד היינטיגע שארפע סימפל סטייל און די אמאליגע פאנטס. און איבער אלעם די מעסעדזש, די געדאנק פון ׳אריבער דעם שווערן האלצערנעם וואקעלדיגן מיסטשן בריק. עד הנה!׳
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך בין צווישן די ביילייפיג 90 פראצענט וואס זענען נישט קיין מבין אויף נגינה אדער אויף גראפיק.

אבער איך גלויב אז די ביידע זאכן ברויכן געפעלן דוקא פארן ברייטן ציבור, נישט בלויז פאר די 5-10 פראצענט וועלכע "האבן ארויס" גענוי פארוואס די פארדרייטע ניגון אדער די מאטע בילד איז עפעס אזוי "געוואלדיג".

מיט א בילד פון מיכאל איז נישט מיין פעוואריט, איך האב געשטימט פאר נומער #9 וואס צייגט גאר רייך, איינדרוקספול, ציענד, קלאסיש און סימפל. איך חלום אז עס האט אויך באהאלטן עפעס אזא סארט געגועים מעסעדזש, בקיצור אלעס אינאיינעם.

עס איז אויך דא אנדערע שיינע וועלכע וואלטן גוט געווען פאר אן עד, נישט פארן סידי גופא.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

תענית חלום האט געשריבן:
פלטיאל האט געשריבן:פאר ווער עס איז נייגעריג, מיין וואוט איז געגאנגען פאר נומער 7, איך בין ממש געווארן היפנאטיזירט פון די קאלירן... לייק!

7 מיט 10 זענען די פאנט די זעלבע.

מען וואלט ווען געדארפט צוזאם לייגן די מוזיקאלשע חלק פון די אותיות (נאטן) מיט די אנדערע בעגראונד...

#מיין מיינונג


איך האלט אויך ווי דיר, א קאמבינעישען פון 7 מיט צען אדער אפשר בעסער מיט 24 וואלט געווען א היט.

אבער באמת איז יעדע איינס בלי שום יוצא מן הכלל עפעס אויסערגעווענטליך שיין, ס׳איז באמת זייער שווער געווען צו קלויבן צווישן די אלע, ווייל זיי זענען אלע מעסטער פיעסעס אף ארט. (חוץ איינס, די פון די הצלה, וואס איז אפשר שיין אבער עס קומט פשוט נישט אריין דא).
---
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

זעה איך מיכאל האט געליינט אויף זיין וואטסעפפ פראפייל # 7
סאיזגוטבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2015 11:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאיזגוטבה »

טשאקלעט האט געשריבן:זעה איך מיכאל האט געליינט אויף זיין וואטסעפפ פראפייל # 7

ער איז שוין די געווינער!
האסט שוין אמאל געבליבן שטיל ווען איינער האט דיך אריינגעפליקט, אפי' האסט געהאט א גוטס אויף צריק?
מאך זיכער אז די האסט די עפפ
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

ני קעמען שוין אויזאגן ווער ס'דער אויסדערוועלטער מזל'דיגער געלונגענער מעכטיגער טאלאנטפולער גראפיקער?????
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

מ'בעהט די גראפיקער'ס זאלן זיך קומען אידענטיפיצירן, קודם כל ווער איז די מזל'דיגע געווינער ? צווייטנ'ס בין איך נייגעריג ווער ס'איז די גראפיקער פון נאמבער 9,

משה מאשקאוויטש! ווי ביסטו פליצלינג אנטלאפן, קענסט נישט אפשר ארויסגעבן די נעמען, וואסי די בושה ?
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19766
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

איך ווער משוגע פאר נאמבער 20
אבער די ווערטער ''עד הנה'' האט געדארפט זיין אסאך מער טינקל.

גערעכט?
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויבער-חכם »

דער האט דא איבערגעדרייט א (יי)וועלט מיט די פארמעסט אבער ווען עס קומט אויסצוריפן די געווינער איז בדיל ויעבור, נישדא צו געפינען.
זיי מוחל רוף אויס די געווינער הויך מיט א ראמקול...
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

דערווייל זענען די שטום בודקעס האט אפן פארן פובליק....
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
סאיזגוטבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2015 11:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאיזגוטבה »

אויבער-חכם האט געשריבן:דער האט דא איבערגעדרייט א (יי)וועלט מיט די פארמעסט אבער ווען עס קומט אויסצוריפן די געווינער איז בדיל ויעבור, נישדא צו געפינען.
זיי מוחל רוף אויס די געווינער הויך מיט א ראמקול...
קוק אויס ווי יענער שעהמט זיך, יעצט איז א גוטע געלעגנהייט ווער ס'וויל קען זיך ארויסשטעלן אלץ די געווינער,
האסט שוין אמאל געבליבן שטיל ווען איינער האט דיך אריינגעפליקט, אפי' האסט געהאט א גוטס אויף צריק?
מאך זיכער אז די האסט די עפפ
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

וואסיז די קולות דא??? מאשקא ווארט אז די פאולס זאלן זיך פארמאכן און ערשט דאן וועט מען אויסרופן דעם געווינער און די אידענטיטעט פון די וואס שטייען אונטער יעדן דעקל.

ווארט מיט *******...
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

טריסקער האט געשריבן:
ווארט מיט *******...

איך האלט נישט דערביי, איך האב שוין א מאל געווארט מיט אים און ער איז מיר געגאנגען אויף די נערוון די גאנצע צייט.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

סיינט אייך אויף אין קריגט עס אין אייער אי-מעיל

holycandles.org
אטעטשמענטס
7.PNG
7.PNG (511.34 KiB) געזען 3702 מאל
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

עס איז מיר א פלא, אז גאנץ אייוועלט האט נאר געקענט צוזאם קראצן 214 שטימען?
איך האב געמיינט אז סאך מער איינגעשריבענע באנוצער דרייען זיך דא.. (דאס איז שוין נאכן שטימען מיט עטליכע ניקס פער מענטש..)
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

פריילעך אידל האט געשריבן:עס איז מיר א פלא, אז גאנץ אייוועלט האט נאר געקענט צוזאם קראצן 214 שטימען?
איך האב געמיינט אז סאך מער איינגעשריבענע באנוצער דרייען זיך דא.. (דאס איז שוין נאכן שטימען מיט עטליכע ניקס פער מענטש..)

איך האב נישט געשטימט, די סיבה איז נישט אינטערסאנט, מן הסתם האבן אנדערע אויך נישט געשטימט.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:עס איז מיר א פלא, אז גאנץ אייוועלט האט נאר געקענט צוזאם קראצן 214 שטימען?
איך האב געמיינט אז סאך מער איינגעשריבענע באנוצער דרייען זיך דא.. (דאס איז שוין נאכן שטימען מיט עטליכע ניקס פער מענטש..)

איך האב נישט געשטימט, די סיבה איז נישט אינטערסאנט, מן הסתם האבן אנדערע אויך נישט געשטימט.

די סיבה איז גראדע יא גאנץ אינטערסאנט, מען האט דאך אינוועסטירט הארעוואניע פאר א סיבה, זאגאר דער עולם זאל שטימען...
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”