ניגונים און זינגערס
מאנטאג יולי 20, 2015 10:35 pm
ס'דארף זינגען נישט זאגן, אויסנאם רואיג און קלאסיש.
Advertisement
דינסטאג יולי 21, 2015 7:07 am
די גרויסע למ"ד פון לוי דערמאנט מיך די גרויסע למ"ד שטעקען פון די שמעלצער אל"ף בי"ת טעיפ
דינסטאג יולי 21, 2015 9:59 am
מיינסט אפשר די למ"ד קאטשקע...
דינסטאג יולי 21, 2015 10:20 am
גערעכט די למ"ד קאטשקע
(די שטעקען איז געוועהן די ענדע נון שטעקען)
קיקט אויס אז איך דארף שוין איבערהערן די טעיפ
דינסטאג יולי 21, 2015 2:03 pm
וויאזוי הייסט די סידי? לוי? אינטרעסאנט!
---
אה, יעצט זע איך אונטן שטייט אין פיצי אותיות אחכה לו...
דינסטאג יולי 21, 2015 4:14 pm
לאדיךארויס האט געשריבן:וויאזוי הייסט די סידי? לוי? אינטרעסאנט!
---
אה, יעצט זע איך אונטן שטייט אין פיצי אותיות אחכה לו...
געטראכט דאס זעלבע...
איך זעה נישט פארוואס ער האט בכלל געדארפט א נאמען גיבן פאר דען סידי, עפעס וואלט געפעלט אינעם דעקל אן דעם אחכה לו ?
אויב שוין יא א נאמען דאן שרייב עס געהעריג,
שמעלקא, איך האב קיינמאל געהערט אז לייגן א בילד פון זעך איז חוקות הגוי ? אריינלייגן די פרצופים אין א לייף אינשורענס עד, איז אויך חוקות הגוי ? (איך פרעג נישט בלשון פירכא, נאר בלשון תמיה)
דינסטאג יולי 21, 2015 6:49 pm
1) לגבי א נאמען פארוואס האט ער נישט געטון וואו זיין ברודער יואלי וואס זיין טעיפ הייסט 'יואלי פאלקאוויטש', אדער וואו 'טויסיג-2'
דאכט זיך ס'באקוועמער מיט א נאמען, שטייצעך זיין נאמען אין גרויס, אבער ס'זאל האבן א צורה, ס'איז אים גרינגער צו פרעגן זיין פירסט רעמאווד קאזין "האסט געהערט מיין נייע סידי אחכה לו?"
וואו איידער יענער זאל אים פרעגן, 'וויזוי הייסט עס?
און ער וועט ענטפערן מיט א דריי מיט די נאז 'יא, סהייסט לוי פאלקאוויטש'
2) לגבי א בילד, כ'ווייס נישט צו ס'חוקת הגוי, אבער סך איידעלער און מער אידישליך איז אן א בילד, קיינער איז נישט אינטערעסירט וויזוי ער זעט אויס, צו ער יא אדער נישט ברילן, מ'וויל הערן זיין 'קול'...
וואס נאך האט מען דאן געווען...?
אה 3) די דעקל בכלל, יאפ וויזוי האט ער געשריבן...
פער בריסטאו האט געשריבן:א רואיג שיין דעקל
מיטוואך יולי 22, 2015 2:06 pm
שוין, צייטליך האט מיך אויסגעכאפט! און א_וואו אלעמאל מיט זיין סטייל... איך קעמעך ניטאמאל פארמעסטן... אבער איך גיי נישט יעצט פארדעם נאכאמאל אויסמעקן וואס כאב שוין געשריבן... איך גיי ווייטער...
דע... כי יש שדה... כי יש שדה... כי יש שדה... וואו גייעך דא? איך בלאנדזשע דא אין א פעלד, כאניש קיין מושג וואו איך גיי ווייטער דא, כי יש שדה... כי יש שדה... לוי!!! אברהם מרדכי!!! וואו גייט מען ארויס פון דא... די פייפערס מיט די אפריקאנע גיטארס לאזן מיך נישט ארויסגיין פון דא... איי העסטו פרעגן פארוואס איך נוץ נישט מיין דזשי'פי'עס? העלעך דיר ענטפערן... מיין דזשי'פי'עס קעניש די אלע נייע וועגן...
אההה, רגע.. איך זעה דא א וועג... לאמעך ארויסלויפן... אה! יעצט קעמען אנהייבן פון אנפאנג...
און פאר איך גיי ווייטער לאמעך טאקע מאכן מיין אלטע דיסקלעימער... איך שרייב וואס איך האלט, דאס איז מיין טעיסט, קיינער מוז נישט קויפן די סידי ווייל איך האב געשריבן אז סיז גוט אדער נישט גוט...
נו, לוי, גיב א צינד אן... איך כאפ מיך יעצט, כ'מזל אז כאב דעמאלטס פארלוירן אסאך אינפאו, יעצט האבעך שוין נאכאמאל אלעס געהערט, סאו ס'שרייבצעך בעסער... אוי ויעזור ויגן ויושיע... דער ברוך שלום, וואס האט געמאכט די ניגון "טובים מאורות" פאר "יודל", האט ווידעראמאל ארויסגעשארט איינס און א גוטס! און גראדע האטעס נאך א שטיקל ענליכקייט צו טובים מאורות... הערענדיג טובים די ערשטע מאל האבעך עס עפעס נישט געקענט כאפן... סאט נישט אויסגעקוקט ווי ביי יעדע חתונה גייט מען הערן "מלאים זיו ומפיקים נוגה..." ס'גייט באכענען, למעשה דאפעך פאר קיינעם נישט זאגן... די זעלבע איז לכאורה דא... אוי ויעזור ויגן ויושיע לכל החוסים בו ונאמר אמן... לוי, זינג נאכאמאל, ויעזור ויגן... פארוואס דאבעל? ווייל לוי זינגט דאבעל...
אבער וויזוי ארבייט אזא זאך? א ניגון אן אן הקדמה? אויף דעם איז די ענטפער, ס'האט יא אן אינטראו, אבער נישט סתם אן אינטראו, נאר דער יאזשעף ארבייט אריין אז ס'גייט א רויעך! פאר מ'גייט ווייטער נאך איין מאל די הויעכע פאל... (איינס צוויי דריי פיר...) ואתם הדבקים בשם אלוקיכם... ווער מאכט דא די מוזיק? אה, חזקי ברויער... זייער א גוטע דזשאב! רגע... יאזשעף, רייס אריין נאך א שטיקל פלוט... א שטיק ענערדזשי!
יעצט העמער מכבד זיין מיין חבר ר' מרדכי יואל פריעדמאן זאל זינגן א שיינעם ניגון... נו, קווייער הייבטס אן... חמדת הלבבות... זאג נאר, פון וואנעט שאפט מען אזעלעכע ווערטער... אקעי, דאס ווייסעך, אבער די ווארעמע תנועות... פון וואנעט קומט דאס? און ביידעוועי, אז כאדעך שוין דא אויף די ליין, ווען דו האסט געמאכט דעם ניגון האסטו געוויסט אז "לוי" גייטעס זינגן? קוקט אויס אז יא... ער זינגטעס מיט אזא געשמאק! אוי חמדת הלבבות... שבת שבת... ס'דינערט!
איך ווייס נישט צו איך זאל רעדן ביי יעדן ניגון עקסטער איבער דעם יואלי דיקמאן אדער כ'זאלעס שרייבן איין מאל ועל הכלל כולו יצא... אבער דער דיקמאן איז פיינע נייעס! קודם איזעס א פרישקייט! נישט נאכאמאל לאופער... כאב גאניש קעגן לאופער, ער איז א דזשיניעס אין מוזיק, אבער דיקמאן איז א פרישע מהלך... א וואונדער אז מיין דזשי'פי'עס קעניש די אלע וועגן... אלעס איז א נייע מהלך... (נישט ממש ניי, אבער נישט די טיפיקל) נייע קאמפאוזערס, פראדוסערס, ארעינדזשערס, אפילו דיסטריביוטער איז א חידוש... עכ"פ דער דיקמאן מאכט מוזיק אז ס'גייט א רויעך! זיינע העווי סטרינגס רייכע סטייל... און ווער רעדט נאך ביים ארויפגיין א טאאן... יעדע ניגון א פרישע איידיע! געוואלדיג!
צוריק צו חמדת... אוי נשמה יתירה... לנפש... מצירה, תסיר אנחה... און לוי האלט ערליך איין... ושיר אערוך לך... ער רעכט אפ דעם ניגון אזאונס און אזעלעכס... אויף נפשי לך כמהה... מרדכי יואל, יואלי דיקמאן, לוי... וועל דאן!!
הנה ימים באים... ווידער א פרישקייט, לוי האט אויפגעפיקט א קאמפויזער "אנטשי פריעדמאן"... דער האט פיינע סחורה! און די רידעם איז געוואלדיג... גראדע איז מיר א חידוש אז די ניגון איז די דריטע, דא לייגט מען געווענליך מער לעבעדיגע ניגונים... אבער די סידי איז איין שטיק דיפרענטקייט סאו סינישטא קיין קשיות... למעשה איז די ניגון א גוטע קומזיץ ניגון, אבער נישט פאר יעדן... כייייייי אם לשמוע קעניש יעדער אראפלייגן... ס'דרייצעך פיין! אוי יאדידידי יאדידידי דוי דאם... יא די די די די... שיייי, דער שיסט די די'ס אז ס'גייט א רויעך... דער שפריי מאכט א מעסיוו דזשאב דא מיט די קווייער...
דא קומט א ניגון וואס רוב עולם קען שוין... קול דודי דופק... וואס זאלעך בכלל זאגן, א הערליכע לעבעדיגע ניגון, רוב עולם קענעס שוין, העמער נישט שרייבן קיין סאך, אבער דאס קענעכענק זאגן, נע! כ'דאפעס דען זאגן? לוי לייגטעס אראפ מיט די גאנצע... עמממ... נו, אה, פאלקאוויטש'קייט! אוי פתחו לי פתחו לי עפן אויף דיין טיר פתחו לי...
אצינד גיימער עסן בייגעלעך... אבער נישט סתם! איך מוז מאכן א שארט סטאפ! אברהם מרדכי שווארץ איז נישט באקאנט אלס קאמפאוזער, איך ווייס נישט צו דאס איז זיין ערשטע ניגון אדער 50'גסטע... ער האט גענומען לוי'ן און אים אנגעגאסן מיט דעם ניגון! די ניגון איז "גע-גא-סן" פאר לוי!! און פאר ווער ס'האט שוין געליינט וואס איך שרייב, איך בין קיימאל נישט געווען קיין גרויסע חסיד פון לוי'ס טיטשער... לוי פלעגט טוהן געוויסע שטיק וואס איך האב נישט געגליכן... דא אויף דעם ניגון האט דער איינהארן גע'סקארט א מיליאון!!! לוי זינגט דעם ניגון מיט אזא געשמאק! אזויפיהל טעלענט! "אוי טאטע אפילו אינדרויסן איז פינסטער און שווארץ..." לוי נוצט זיין גאנצע שטומע... א #היט פון א ניגון! און איך ווייס אז ביים הערן די סידי וועט דער עולם זאגן אז כאב מקצר געווען, אבער סיז מורא'דיג שווער מסביר צו זיין די ניגון! סיז די ווערטער, די טאאן, די וועג וויזוי סיז געזינגן און די מוזיק, אלעס!!!
לפיכך אנחנו חייבים... א יאסי גרין שטיקל! און מענדי הערשקאוויטש לייגט אריין זיינע שטיקלעך קי-בארד... אוי לפיכך אנחנו חייבים להודות לך... באם באם... דער קיבארד איז צוקער זיס... און אז איך גלייך נישט אזוי די סוף פונעם ניגון - ביים דריטן מאל זינגן, איז נישט געפערליך, איינס ווייל אנדערע האבן עס יא ליב, צווייטענס די מוזיק און די רעסט פון די ניגון איז געוואלדיג, סאו ס'פארדעקטעס... אשרינו מה טוב חלקינו... נאכאמאל, יאסי גרין, מענדי הערשקאוויטש און לוי! A-1!!!
אוי יוי יוי נפשי חולת אהבתך... אוי יוי יום אוי יוי יוי יוי... וויזוי גיבט מען אראפ אזא פינקי ניגון? אנא אנא קל נא... א מעסטער פיס פון פינקי! יואלי דיקמאן מיט יואלי האראוויץ לייגן אריין אלעס וואס זיי האבן! און לוי עקסדענט ווידער זיין רעינדזש פול פארס! אוי נפשי, (זעץ) חולת (זעץ) אהבתך... אוי יוי יוי יאם אוי יוי יוי יאם... אזא סמאאד ניגון מיט אזויפיהל שיינע תנועות...
בנוגע נגילה... איך ביניש אזא פען פון די אנפאנג פון די ניגון "נגילה", (גראדע איבערהערענדיג קוקטעס אויס בעסער, איי געסס מ'דאפעס הערן צוויי דריי מאל...) די ווערטער זיצט נישט אזוי ניעט אינעם ניגון... אבער די גאנצע זאך עז עי האלל איז געוואלדיג! סיז נישט קיין טיפיקל ניגון, די ניגון איז געמאכט ביי פיני עסטרייכער, און ער אליין האט געמאכט די מוזיק אויך מעסיוו! אוי איי ריי רא ריי ראם, איי ריי רא ריי ראם... לוי מיט די קינדער... און יעצט ביים צווייטן מאל אזא דריי... איי ריי רארארייראם... אגב, איך האלט אז דא קומט קינדער אליין אויך... אבער לוי האלט אנדערש... די ניגון איז אויף פון די "געגאסענע" פאר לוי, קאסטום מעיד! א הערליכע פרעזענטאציע! נעקסט... איין רגע, פיני זעצט נאך אריין צוויי מאל...
כאניש קיין עכטע וועג וויזוי צו באשרייבן די נעקסטע ניגון "הנסתרות"... די ניגון איז געמאכט געווארן ביי ר' מרדכי אלעזר הירש (יושב ראש הנהלת מוסדות סאטמאר מהר"א וומ"ס...) מ'דארף דאס אליין הערן צו פארשטיין... און לוי קומט ארויס "פול רעינדזש"... ער עפנט זיין ברייטע שטומע, מיר גלייבן, סיז אלעס חסדים.... (אבידאני, קום אריין מיט די דראממ'ס) ווייל מאתו לא תצא הרעות... דער שניידט אריין... דיינע חסדים זענען אזוי גרויייייייסססססס... אוי בטל מעלינו כל גזרות קשות... דער דיקמאן מיט זיינע רייכע סטרינגס, און יואלי האראוויץ מיט זיין מעסיוו קווייער... הנסתרות... ארויף א טאאן... הנסתרות נאכאמאל... מיר גלייבן, אז סיז אלעס חסדים... מ'קען צוגיין!
אחכה לו איך ווארט... אוודאי ווארטעך... אזא סידי? ווער ווארט נישט?! און הגם איך גלייך נישט אלע תנועות אויף דעם ניגון... דער הייליגער ישמח משה, איז אלץ געווען גע'קליידט... געשטאנען גרייט... איז אבער די קאמבאו מעסיוו! די ניגון האט הרב איינהארן, די וואויס טישטער געמאכט, און ער טעסט טאקע לוי'ס טעלענט אויף דעם ניגון, און אברהם מרדכי לייג צו זיין טאלאנט מיט די גראמען... און פאר איך פארגעסס, לוי האט נישט גע'פעיל'ט... ער האטעס גאר גע'פעסס'ד מיט א שמיץ אריבער! פזמן: אחכה לו איך ווארט... יא! שוין 500 מאל געזינגן דעם תנועה... און חזקי ברויער מאכט א פיינעם דזשאב דא נאכמאל, סיניש קיין טיפיקל רידדעם, אבער דער מאכטעס גוט! געוואלדיג!
איך מוז נאכאמאל שרייבן אפאר ווערטער איבער דעם חזקי ברויער... איך קענעם נישט, כאבעם ס"ה געזעהן זינגן, אבער יעצט קענעכעם שוין איין מאל, נישט ממש אים, אבער זיין טעלענט! ער האט געמאכט מוזיק אויף אפאר ניגונים, פיין איז אן אנדערסטעיטמענט!
דע... כי יש שדה... אויש... שוין ווידער בינעך צורק צו דעם ניגון? אבער די ניגון קעמען הערן און הערן... ושם גדלים אילנות ועשבים... א מין מוזיק! נאכנישט געהערט אזא זאך קיימאל! ס'פיהלט ווי מ'פארט אין אן אפריקאנע וועלדל... מ'הערט די פייפערייען... אויך א ניגון פון אנטשי פריעדמאן! #קומזיץ אלערט... #מעסיוו ניגון! ארויף א טאאן... דע... כי יש שדה... כ'קען שוין עפענען מיינע אויגן? לוי, וואו אימען דא? כ'בין געפארן מיט לוי'ן מיט צוגעמאכטע אויגן, אנגעצינדן די ניגון אויף די העכסטע... מ'פיהלט די וינטעלע אינעם דזשאנגל... וויזוי איז מען מסביר אזא מוזיק? אוי דע... אופס! סאצעך געענדיגט דא?! הייב אן נאכאמאל פון אנפאנג!
פון אברהם מרדכי'ן האבעך גאר ווייניג גערעדט, ווייל ער איז אלעס "לאו קי"... אלעס שטילערהייט, אבער גאר טיף! ער האט געמאכט די אינטראו אויף ויעזר, געשריבן די ניגון און גראמען פון די בייגעלעך, און גראמען אויף אחכה לו, פלאס ער האט מיט זיינע צוויי הענט געפיהרט דעם פראיעקט אז סאל אויסקומען ווי סיז אויסגעקומען...
א_וואו צייטליך שרייבט, אזא סארט סידי זעהט מען נישט יעדן טאג! די מוזיק, די סעלעקשן, און דאס זינגן... יעדע זאך פאר זיך איז 5 סטאר רעיטעד!
איך דארף גיבן אסאך קרעדיט פאר לוי'ן פארן וויסן וואו ער שטייט, ער האצעך נישט געלאזט ער האצעך געשטעלט אויף יעדן דעטאל! און הגם ס'דא דריי ניגונים וואס זענען נישט אינגאנצן מיין סטייל, האטער זיך געהאלטן גאר גאר שטארק אז די סידי זאל בלייבן חסידיש, און כאבעס געזאגט פאר לוי'ן... אפילו די פאר פעלער וואס איך האלט אז סיז אביסל טו מאטש, איזעס אויף ווארעם און גוט אראפגעלייגט! און לוי קרעדיט "אברהם מרדכי'ן" אויף דעם, ער זאגט אברהם מרדכי האטעם שטארק געהאלפן זיך מסדר צו זיין און וויסן וואס ער וויל, ער זאגט אז אויזער אברהם מרדכי'ס מוזיקאלישע "אויער" האטער אויך גוטע "אויגן"... ער האט "וויזשולייז'ד" וויזוי די פראיעקט דארף אויסקוקן, און דאן האט אברהם מרדכי איבערגענומען דעם פראיעקט און עס געברענגט בעזר ה' צו וואו ס'האלט יעצט...
אה, און וואו האלט מען טאקע יעצט? וואס הייסט וואו? ביים דיסטריביוטן! לחיים דיסטריביוטערס האט שוין געשיקט צום קאפיען, ער גייטעס היינט "מיטוואך" צוריקבאקומען, אזוי אז אויף מוצאי ת"ב גייט מען קענען אויספאסן אויף די סידי...
צוליב די 3 וואכן/9 טעג וועט נישט זיין קיין פריוויא "פאר די סידי קומט ארויס" אבער ס'וועט זיין גראד נאכדעם...
צייטליך, בעק צוריק אריין...
מיטוואך יולי 22, 2015 2:31 pm
דער וויכי מאכט א דזשאב ווי אלעמאל, הער מיך אויס די שמעק פון די ווערטער קוקט אויס אז ס'איז מורא'דיג, און אויב אלע ניגונים זענען די סטייל ווי מרדכי אלעזר הירש'ס ניגון (די ניגון קען איך) דעמאלטס איז גאר גוט, עמיר ווארטן אויף.... משיח, און אויב חלילה קומט ער נישט וועל מיר הערן דעם פריוויו נאך ת"ב
מיטוואך יולי 22, 2015 4:14 pm
געשמאקער קאמערשעל אויף קול מבשר #וויכיסטייל
מיטוואך יולי 22, 2015 10:02 pm
אבי.גערעדט האט געשריבן:געשמאקער קאמערשעל אויף קול מבשר #וויכיסטייל
https://copy.com/aj6XA0sGdZdfERqQ
מיטוואך יולי 22, 2015 10:38 pm
שקויעך וויכי פארן באריכט, קעמער קוים ווארטן
(סתם להערה בעלמא, ס'מער מסודר ווען מ'מאכט א נומער פאר יעדע ניגון, ס'ליינט זיך געשמאקער און מווייסט וואו מהאלט)
דאנערשטאג יולי 23, 2015 8:30 am
וואףף וואס דער וויכי און צייטליך האבן דא צאמגעווארפן, נאכן אזויפיל ווארטן די לעצטע פאר יאר האף איך אז עס קומט טאקע א גוטס.
איך גיי בעזר השם קויפן דעם סידי.
דאנערשטאג יולי 23, 2015 4:44 pm
די סידי קומט אן...
- עטעטשמענטס
-

דאנערשטאג יולי 23, 2015 7:10 pm
די סידי איז שוין עוועלעבל צו "קויפן" און לא "לאודן" ביי לי עוו פאטאו...
דאנערשטאג יולי 23, 2015 7:17 pm
שוין אין ב"פ געשעפטען אויך
לוי דיסטריביוט אליינס?
דאנערשטאג יולי 23, 2015 10:42 pm
איך שטיי שוין און ווארט אויף דעם פאלקאוויטש סידי אזוי לאנג, ממש איך גיי אויס צו הערן דעם פאלקאוויטש,
איך האב אפילו אויף מיין דעסקטאפ א קליפ פון דעם פאלקאוויטש אוואו ער זינגט א אידישע מאמע מיט לעממער און פרייליך בענד, און איך האלט עס און איין הערן, (פארשטייט זיך נישט אין די דריי וואכן...)
און אויך מיט שירה ווי ער זינגט מיט דעם ראזינגער יונגל אנו משכימים והם משכימים... און דעם ימלא פי תהלתיך אויף רעכניץ סידי איז אויך נישט אוועקצומאכן, בקיצור וויל איך שוין קויפן דעם סידי, און ווי נאר איך זעה דאס:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:די סידי איז שוין עוועלעבל צו "קויפן" און לא "לאודן" ביי לי עוו פאטאו...
האב איך אלעס אפגעלאזט און ארויסגעלאפן פון הויז, איך האב מיר גענומען אזאנס לויפן אויף די וויליאמסבורגע גאסן אן דעם הוט און דעקל (נישט געהאט קיין צייט אפילו דאס אנצוטוהן...) אריינגעהאקט און מענטשן, נישט זיך צוטוהן געמאכט פון די פייפערייען, דער עולם האט ערענסט געמיינט כ'בין משוגע...
און וואס מיינט עטס? כ'קום אן צו לי עוועניא פאטא מיט די נשמה אין טאש, און.... לא דובים ולא יער, ס'הייבט נישט אן צו זיין עוועלעבל, וואס רעד איך? ס'איז בכלל נישט אפן די געשעפט...!
פשוט און פראסט דער וויכי האט געמאכט דאס גענאר פון מיר...
שוין, מ'קען דאך נישט אהיימגיין מיט ליידיגע הענט, בינעך אריין צו פלאם מיר געקויפט א סענדוויטש מיט א מילק-שעיק, און היידא, דעם וועג אהיים בינעך שוין געגאנגען געמיטלעך מיט די קאפ אראפ...
וויל איך פשוט פארשטיין, וואס איז פשט פון שרייבן ס'איז עוועלעבל ווען ס'איז בכלל נישט...?
אה, האסט געמיינט צו זאגן מארגן? נו שרייב ס'וועט מארגן זיין צו באקומען...
דאנערשטאג יולי 23, 2015 10:46 pm
כ'ווייס נישט וועגען ווילי , אבער מאוסטלי מוזיק האב איך געזעהן האט עס ווי אויך אין צוויי גראסעריס
דאנערשטאג יולי 23, 2015 10:55 pm
זעה איך עס נישט אויף מאוסטלי מוזיק, יעצט געטשעקט...
דאנערשטאג יולי 23, 2015 11:22 pm
אין געשעפט רעד איך
דאנערשטאג יולי 23, 2015 11:24 pm
געטראפן די דיסטריבטער ביי וולערא מ'האמער געקויפט
פרייטאג יולי 24, 2015 8:38 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן:די סידי איז שוין עוועלעבל צו "קויפן" און לא "לאודן" ביי לי עוו פאטאו...
וואס איז פשט פון ארויסלייגן די סידי אין די ניין טעג? סתם זיך צו רייצן מיט מיר?
פרייטאג יולי 24, 2015 8:58 am
מאנ-יימער האט געשריבן:וויכטיג מאכער האט געשריבן:די סידי איז שוין עוועלעבל צו "קויפן" און לא "לאודן" ביי לי עוו פאטאו...
וואס איז פשט פון ארויסלייגן די סידי אין די ניין טעג? סתם זיך צו רייצן מיט מיר?
ווייל היי יאר קען מען שוין הערן מוצאי ת"ב מוזיק, נו וועלכע געשעפט איז דען אפן מוצאי ת"ב? ממילא פארקויפט מען עס שוין יעצט, אזוי אז גלייך נאכן זיך אנטוען די שעשה לי כל צרכי שיך העסטו קענען אריין לייגן דעם סידי און הייידא..
(מיר האבן גענוג לאנג געווארט, אזוי פיל קומט זיך אונז ניין?)
פרייטאג יולי 24, 2015 8:59 am
.
- עטעטשמענטס
-

פרייטאג יולי 24, 2015 9:01 am
מאנ-יימער האט געשריבן:וויכטיג מאכער האט געשריבן:די סידי איז שוין עוועלעבל צו "קויפן" און לא "לאודן" ביי לי עוו פאטאו...
וואס איז פשט פון ארויסלייגן די סידי אין די ניין טעג? סתם זיך צו רייצן מיט מיר?
זיי האבן געוואלט אז גלייך נאך תשעה באב זאל עס שוין יעדער קענען קויפן, נישט עס זאל אויסקוקן ווי אנדערע סידי'ס אז מ' זאגט א דעיט אבער מ' קען עס נישט באקומען ביז די נעקסטע אינדערפרי, ווייל די געשעפטן באקומען עס הערשט א מינוט בעפארן פארשפארן..
ממילא האט עס די דיסטריביוטער שוין אנגעהויבן פארשפרייטן פון נעכטן, אזוי אז ווען מ'זעהט דעם עד אז מאנטאג קען מען עס שוין קויפן, און מ'גייט אריין מאנטאג אינדערפרי אין געשעפעט זאל עס שוין טאקע דארטן זיין.