הלה' - דער ריכטיגער ניקוד און מבטא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מיגו
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

תגובהדורך מיגו » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:09 pm

הוספה מענין לענין...
איז דא א ווארט וואס הייבט זיך אן מיט א שבא און דער המון זאגט עס ווי א שבא נח, און דאס איז דער ווארט "שתים". אבער באמת איז עס אדער א א נע אדער דארף מען צולייגן אן אלף גנובה.
זע גליון תורת הקורא
https://forum.otzar.org/download/file.php?id=56224

אבער ביי ה'לה' איז נישט שייך צו זאגן דעם למד נח -ווי דענק און דאנק האט אנגעמערקט- , אנדערש ווי ביי שתים וואס מ'קען אריינכאפן דעם שין און עס סומך זיין אויפן ת' (און אויך דארט איז עס נישט ריכטיג) איז אבער ביי אונזער פאל לכאורה נישט שייך במציאות נישט א שאקל צו טאן דעם למד.

און פאר דער וואס האט געבעטן די ווערטער פונעם אבי עזר, דא איז עס.

הלה' תגמלו זאת וגו'. וכבר פירשתי טעם הה"א בספר מאזנים.
וזה לשון הרב בספר מאזנים, אמר ר' שמואל הנגיד נתברר אצלנו שה"א הלה' לבדה והיא זרה, והנה זה הה"א יגלה סוד גדול והוא שהה"א לא יתכן להיות בשו"א ובפת"ח כי אין יכולת באדם לקרוא שו"א נע אם לא יהיה אחריו אות בתנועה, על כן יהיה הה"א בפת"ח כדרך ההאי"ן התמהין, וידוע כי הלמ"ד יהיה שו"א נע כמשפט כל למ"ד נוסף כמו ליעקב, ואל תשים אל לבך הקריאה שאנו קוראין כי הוצרכנו להניח הלמ"ד שהיא שו"א נע בעבור היות שו"א נע תחת אל"ף אדון. עכ"ל. ועיין אור תורה. ושלש מחלוקות בדבר, לסוראי ה' לחוד, ולנהרדעי הל' לחוד. ולמדנחאי הלה' מלה אחת. ובחבורי אם מטעמים אאריך אי"ה בזה ברצות ה' דרכי.


און אגב, און אונזערע חומשים שטייט אז דער ה' איז א ווארט פאר זיך און ממילא איז א דאס א חידוש פאר אסאך אז דער ה' גייט צוזאמען מיט ל'

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 5:27 pm

מיגו האט געשריבן:הוספה מענין לענין...
איז דא א ווארט וואס הייבט זיך אן מיט א שבא און דער המון זאגט עס ווי א שבא נח, און דאס איז דער ווארט "שתים". אבער באמת איז עס אדער א א נע אדער דארף מען צולייגן אן אלף גנובה.

ריכטיג. די זעלבע איז מיט שלמה, שמואל, שני, שנים, שתים וכדו'. איך קען עטליכע בעלי קורא שטארקע מדקדקים וואס זאגן עס טאקע געהעריג ארויס.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 5:42 pm

farshlufen האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:ס'האט נישט קיין מקף?

א מקף? וחואס עפעס?

וואס עפעס? ווייל איעדעס ווארט האט א טראפ, און טאמער נישט האט דאס כאטש א מקף צום נעקסטן ווארט.

בנידון דידן איז דער ה' א תיבה לפני עצמה אנע טראפ, האב'ך זיך געווינדערט אויב ס'האט א מקף.

קוק'ך היצט אריין אין אן ארטסקרול חומש (הייסט א מדוייק'דיגער) און עס האט טאקע נישט קיין מקף.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20260
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2018 10:11 pm

דער ה"א איז בלויז נכתבה אלס מילה בפני עצמה, געזאגט ווערט עס מיטן למ"ד צוזאמענגעכאפט.

ואין עתי בידי להסביר, אבל כך מוכח בכל הבעלי מסורה שאנו נשענין עליהן.

ואגב ימחול לי המהגיה בחומש היכל הברכה החדש, דער כלל פון "משה וכלב" איז ביי כל לשון אדנות און לאו דוקא ביי א שם.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2018 10:56 pm

דער תיקון קוראים 'סימנים' שרייבט עס צו זאגן צאמגעכאפט.

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2018 10:57 pm

דער אבן עזרא שרייבט אין מאזנים אז מען פלעגט זאגן 3 סארט וועגן, קוק אינעם אבי עזר דערויף, עס שטייט דארט.
נאט אייך א גרינע...


מיגו
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

תגובהדורך מיגו » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 2:05 pm

טעות.
זע לשון פונעם אבן עזרא אינעם לינק אויבן viewtopic.php?p=1759589#p1759589
די דריי וועגן -שלש מחלוקת בדבר- זענען די ווערטער פונעם אבי עזר, זע לשונו אפאר תגובות ארויף.

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 2:24 pm

גערעכט! מיין טעות.

פונעם קאמארנא'ר הער'ך נאכזאגן האט געזאגט הל-השם.
נאט אייך א גרינע...



צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט