אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

שומע כעונה
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 10, 2016 9:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שומע כעונה »

יישר כח קיקיון,
מיין שאלה איז נישט געווען אויף א הוט, נאר אויף היטן/הוטן בלשון רבים.
אויב שוין, אין דויטש ווערט עס טאקע אנדערש פראנאונסד https://translate.google.com/#en/de/hats
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

איך האב געליינט די "מעלות" פון חודש אייר און געטראפן צוויי מאל די ווארט 'פארבונדן' (דאכצעמער אז אויך איינמאל 'פארבינדן' אבער איך טרעף עס נישט יעצט). איז דאס די ריכטיגע ספעללינג פאר 'פארבינדן(נד"נ)'?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיה »

מיסטעריעז האט געשריבן:איך האב געליינט די "מעלות" פון חודש אייר און געטראפן צוויי מאל די ווארט 'פארבונדן' (דאכצעמער אז אויך איינמאל 'פארבינדן' אבער איך טרעף עס נישט יעצט). איז דאס די ריכטיגע ספעללינג פאר 'פארבינדן(נד"נ)'?


איך בינד, איך וועל בינדן, אבער איך בין געבונדן.
איך וועל דיר איינבינדן דיין ביכל, אבער איך האב איינגעבונדן דיין ביכל.
נו, האב איך דיר אויפגעבונדן דעם ענין אדער אפשר גאר מער צוגעבונדן? אז נישט, אפשר קענסטו זיך מיט מיר פארבינדן, וועלן מיר שטיין אין פארבינדונג דערוועגן, נישט דוקא ווייל איך וועל דיר קענען ענטפערן, אבער א ליבשאפט האב איך צו די ענינים, מיר זענען געקניפט און געבונדן, און צוזאמען וועלן מיר פרובירן אויפבינדן די מיסטעריעס.
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

מקור? טעם? כלל?
און וואס איז מיטן ברית בין הבתרים, דער בונד צווישן די שטיקער?
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

מה פתאום??? האט געשריבן:מאמע'ס אדער מאמעס?


הערשט געזעהן. קוק דא viewtopic.php?f=17&t=20617
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

פראבירט אדער פרובירט?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

וועלטניק האט געשריבן: כלל?


לויט מגיה'ס ווערטער קומט אויס [בערך] אז בעבר קומט א וי"ו און בעתיד א יו"ד
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

מה ידידות האט געשריבן:פראבירט אדער פרובירט?


פרובירט לענ"ד
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

אנעים זמירות האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:מאמע'ס אדער מאמעס?


הערשט געזעהן. קוק דא viewtopic.php?f=17&t=20617

ייש"כ
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

משה מאשקאוויטש האט געשריבן:
מה ידידות האט געשריבן:פראבירט אדער פרובירט?


פרובירט לענ"ד


ריכטיג
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

ס'איז דא אדער ס'זענען דא - מענטשן?
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

איך מיין די צווייטע
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

הויז 'געזונד' - ו' אדער י'? ד' אדער ט'?

ארעמאן - ע' אדער י'?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

"געזונד", "ארעמאן" א חוץ אויב איר שרייבט אלץ "ארים" מיט א יו"ד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

דאנקען שעהן
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

farshlufen האט געשריבן:"געזונד", "ארעמאן" א חוץ אויב איר שרייבט אלץ "ארים" מיט א יו"ד.

ארימאן. אזוי ווי ארים ווי די נאכט. ארעם איז א זרוע הנטויה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

זיכסט אדער זוכסט
ארבעט אדער ארבייט
איינציגן אדער איינצעגן
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

"זוכסט"

"ארבייט" (כאטש ארבעט איז מיט די צייט אויך געווארן אנגענומען)

"איינציגן"
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

יישר כח @שמחת עולם.

איך טרעפ נישט אויפ'ן וועלטן אן אשכול וועגן שרייבן Yinglish. דאס הייסט ענגלישע ווערטער מיט א יודישע אויסלייג.

ווי אזוי קומט צו שרייבן:
number
business
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

נומער

ביזנעס(?)/געשעפט
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

שטאלצער יוד האט געשריבן:יישר כח @שמחת עולם.

איך טרעפ נישט אויפ'ן וועלטן אן אשכול וועגן שרייבן Yinglish. דאס הייסט ענגלישע ווערטער מיט א יודישע אויסלייג.

ווי אזוי קומט צו שרייבן:
number
business


NUMBER איז אין יודיש 'נומער' אויב אבער ווילט איר דוקא שרייבן 'יונגליש' (פארוואס נישט מיידליש?) איז עס 'נומבער'

'ביזנעס'
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

איסר האטלקי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:"געזונד", "ארעמאן" א חוץ אויב איר שרייבט אלץ "ארים" מיט א יו"ד.

ארימאן. אזוי ווי ארים ווי די נאכט. ארעם איז א זרוע הנטויה.


די מעלות סטאנדארט איז צו שרייבן ארעם/ארעמאן מיט א 'ע'.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

באמת איז דאס נישט ריכטיג (ווי שוין אויבן דערמאנט)

ווייל 'ארעם' מיינט א 'זרוע'

די ריכטיגע איז 'ארים' נאר אזוי ווי אלעס שטעלט מען זיך צו צו די היינטיגע אויסשפראך
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

יישר כח פאר אלע וואס ענטפערן אזוי שנעל און קלאר!!

manipulated ווי אזוי שרייבט מען אין אידיש?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”