אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

כ׳האב פרובירט צו מדייק זיין אויף קול מבשר׳ס עד, פון פעסט האנטער, כ׳האב נישט געקענט הערן קלאר
.....צופרידנ....ייט מיט פעסט האנטער
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גין-גאלד »

זיי זינגען:
צופרידנהייט מיט פעסט האנטער.
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

ס'איז נישט ריכטיג, ווייל דער אמת'ער שם דבר איז 'פרידן', מער פון דעם איז שוין אלעס שימושים, ס'נישטא אזא שם דבר ווי 'צופרידנקייט', צופרידנקייט באדייט אויך 'מיט א שטימונג פון פרידן'.

אויב אזוי שרייבט מען שוין אלעמאל צופרידנהייט.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:גין גאלד!!
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיין »

ווען שרייבט מען אין א..ן ווען און?
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

שטיין האט געשריבן:ווען שרייבט מען אין א..ן ווען און?

טונק איין דיין פעדער אין טינט, און גיס עס אויס אויף אייוועלט. פארשטאנען?
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

נאך די ערשיינונג פונעם קנקן העפט, וועט דער אשכול ווארשיינליך ווערן היפש מער פאפולער...

א) הרב קוואדראט האט געשריבן אין זיין אנאנס אויף די סאציאלע מידיע "דעריבער האבן מיר באשלאסן נישט צו מאכ׳ן א רוישיגע גראפישע דעקיל, ווייל עס וועט קיינמאל נישט באַרעכטיגן די אינהאלט".
איז ריכטיג צו שרייבן "דעקיל" מיט א "י" בעפאר דעם "ל"? (און אזוי האט ער געשריבן עטליכע מאל אויפן אנאנס)

ב) אינעם שער-בלאט; "אויסגאבע פיל מיט אלטעס".
איז דאס ריכטיג (אלטעס)?...
אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

משה כהן האט געשריבן:נאך די ערשיינונג פונעם קנקן העפט, וועט דער אשכול ווארשיינליך ווערן היפש מער פאפולער...

אינטערעסאנט ר' משה, מיר איז אויך ארויפגעשווימען די פראגע וועגן ''אלטעס - אלטס''
נו?
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

הערשעל פאסטעכער האט געשריבן:
משה כהן האט געשריבן:נאך די ערשיינונג פונעם קנקן העפט, וועט דער אשכול ווארשיינליך ווערן היפש מער פאפולער...

א) הרב קוואדראט האט געשריבן אין זיין אנאנס אויף די סאציאלע מידיע "דעריבער האבן מיר באשלאסן נישט צו מאכ׳ן א רוישיגע גראפישע דעקיל, ווייל עס וועט קיינמאל נישט באַרעכטיגן די אינהאלט".
איז ריכטיג צו שרייבן "דעקיל" מיט א "י" בעפאר דעם "ל"? (און אזוי האט ער געשריבן עטליכע מאל אויפן אנאנס)

ב) אינעם שער-בלאט; "אויסגאבע פיל מיט אלטעס".
איז דאס ריכטיג (אלטעס)?...

אינטערעסאנט ר' משה, מיר איז אויך ארויפגעשווימען די פראגע וועגן ''אלטעס - אלטס''
נו?

שטימם זייער גוט !!
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

קיקיון האט געשריבן:
הערשעל פאסטעכער האט געשריבן:
משה כהן האט געשריבן:נאך די ערשיינונג פונעם קנקן העפט, וועט דער אשכול ווארשיינליך ווערן היפש מער פאפולער...

א) הרב קוואדראט האט געשריבן אין זיין אנאנס אויף די סאציאלע מידיע "דעריבער האבן מיר באשלאסן נישט צו מאכ׳ן א רוישיגע גראפישע דעקיל, ווייל עס וועט קיינמאל נישט באַרעכטיגן די אינהאלט".
איז ריכטיג צו שרייבן "דעקיל" מיט א "י" בעפאר דעם "ל"? (און אזוי האט ער געשריבן עטליכע מאל אויפן אנאנס)

ב) אינעם שער-בלאט; "אויסגאבע פיל מיט אלטעס".
איז דאס ריכטיג (אלטעס)?...

אינטערעסאנט ר' משה, מיר איז אויך ארויפגעשווימען די פראגע וועגן ''אלטעס - אלטס''
נו?

שטימם זייער גוט !!

אינטערעסאנט!!!
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ער שרייבט פיל אדער פול? פיל איז א טעות.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ער שרייבט פיל אדער פול? פיל איז א טעות.

גערעכט. פיל מיינט "ער פארטיילט פיל געלט (אדער געלד) פאר צדקה", פול מיינט "דאס שאל איז פול מיט קאווע", אדער אין אונזער פאל, אז דאס בוך איז פול מיט אלטעס.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

מ׳האט דאס שוין דורכגעטוהן אין יענעם אשכול זעלבסט
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

וויאזוי שרייבט מען, קונץ אדער קונסט?

קינצלער, קונץ-שטיק, קונסט-ווערק.... איך זע אז מ'נוצט ביידע, איז דא עפעס א כלל?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

קונסט איז ביי קונסט-ווערק, art. קונץ איז א טריק.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:וויאזוי שרייבט מען, קונץ אדער קונסט?

קינצלער, קונץ-שטיק, קונסט-ווערק.... איך זע אז מ'נוצט ביידע, איז דא עפעס א כלל?

ווי פאלגענד:
קינצלער איז דער מענטש וועלכע האט באוויזן קונסט און טאלאנט, אזש ער האט געוויזן פארצושטעלן א קונסט-ווערק.

שטימט?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אזוי מיין איך אויך. קונסט איז דער שם דבר, ווען מען וויל עס נוצן אויף אנדערע אופנים שרייבט מען קונץ. ווי קינצלער, ער מאכט קונצן, וכו'.

וואס מיסטעריעז שרייבט איז היבש מיסטעריעז...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

מיסטעריעז שרייבט אפשר מיסטעריעז אויב דאס אידישע שפראך איז מיסטריעז, קונסט און קונץ איז צוויי גאר אנדערע ווערטער מיט קיין שום שייכות, (האו עווער, די Origion דערפון ווייס איך נישט, קען זיין זיי שטאמען פונעם זעלבן שורש)
אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריוועלע »

לכבוד מיין הונדרעטסטע תגובה האב איך געוואלט פרעגן:
וואס איז די כלל ביי אידישע ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט א ענדע נון, ווען לייגט מען יא א עי''ן פאר די ענדע נון און ווען נישט?
און וואס איז פשט אין די כלל?
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

בריוועלע האט געשריבן:לכבוד מיין הונדרעטסטע תגובה האב איך געוואלט פרעגן:
וואס איז די כלל ביי אידישע ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט א ענדע נון, ווען לייגט מען יא א עי''ן פאר די ענדע נון און ווען נישט?
און וואס איז פשט אין די כלל?

לכאורה ווענדט זיך צו סאיז א שוא אדער א סגול

שיקְן
אנקומֶען

אבער ס׳איז דא ווערטער וואס ווערן געטוישט מיט די צייט
ס׳איז דא מענטשן וואס וועלן זאגן מענטשען
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!

אה, פארגעסן.
מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב!

דארפסט נישט ציילן (ציילען) ס׳איז 100
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

איינס האט געשריבן:
בריוועלע האט געשריבן:לכבוד מיין הונדרעטסטע תגובה האב איך געוואלט פרעגן:
וואס איז די כלל ביי אידישע ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט א ענדע נון, ווען לייגט מען יא א עי''ן פאר די ענדע נון און ווען נישט?
און וואס איז פשט אין די כלל?

לכאורה ווענדט זיך צו סאיז א שוא אדער א סגול

שיקְן
אנקומֶען

אבער ס׳איז דא ווערטער וואס ווערן געטוישט מיט די צייט
ס׳איז דא מענטשן וואס וועלן זאגן מענטשען

א. דאס פרעגט ער דאך, וועלכע ס'איז א שוא און וועלכע א סגול..
ס'איז דא כללים ס׳איז אביסל אן אריכות, אבער מעינלי ווענדט זיך עס טאקע אינעם הברה זעלבסט, פרוביר ארויסזאגן ״אנקומן״ מיט א שוא
ב. זאכן מיט כללים ווערן נישט אזוי שנעל געטוישט, ווייסט פון עפעס וואס טוישט זיך? איך רעד פונעם היינטיגן אידיש
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

וועלטניק האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
בריוועלע האט געשריבן:לכבוד מיין הונדרעטסטע תגובה האב איך געוואלט פרעגן:
וואס איז די כלל ביי אידישע ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט א ענדע נון, ווען לייגט מען יא א עי''ן פאר די ענדע נון און ווען נישט?
און וואס איז פשט אין די כלל?

לכאורה ווענדט זיך צו סאיז א שוא אדער א סגול

שיקְן
אנקומֶען

אבער ס׳איז דא ווערטער וואס ווערן געטוישט מיט די צייט
ס׳איז דא מענטשן וואס וועלן זאגן מענטשען

א. דאס פרעגט ער דאך, וועלכע ס'איז א שוא און וועלכע א סגול..
ס'איז דא כללים ס׳איז אביסל אן אריכות, אבער מעינלי ווענדט זיך עס טאקע אינעם הברה זעלבסט, פרוביר ארויסזאגן ״אנקומן״ מיט א שוא

דא קענט איר זען די כללים אין קורצן. (איין פונקט איז נישט ריכטיג, ווי דארט אנגעצייכנט)

ב. זאכן מיט כללים ווערן נישט אזוי שנעל געטוישט, ווייסט פון עפעס וואס טוישט זיך? איך רעד פונעם היינטיגן אידיש

ווי געשריבן, זענען אין דעם פאל די כללים געוואנדן אין וויאזוי עס ווערט ארויסגעזאגט, דעריבער קען זיך עס טאקע נישט טוישן, אבער צו כללים ווערן פארנאכלעסיגט? אודאי! וויפיל מענטשן קענסטו וואס זענען "ביים רעדן" מחלק צווישן "די", "דאס", און "דער"? און צו קענסטו איינעם וואס ניצט "האנט" בל' יחיד?
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

בריוועלע האט געשריבן:לכבוד מיין הונדרעטסטע תגובה האב איך געוואלט פרעגן:
וואס איז די כלל ביי אידישע ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט א ענדע נון, ווען לייגט מען יא א עי''ן פאר די ענדע נון און ווען נישט?
און וואס איז פשט אין די כלל?

אויב דער אות פאר דעם "ן" איז איינס פון די פאלגענדע אותיות, לייכט מען צו די נאכזילבע -ען
מ (צב"ש: צוזאמען, קומען, נעמען)

נ (צב"ש: וואוינען, שפאנען, רינען)

נג (צב"ש: אנפאנגען, ברענגען, זינגען)

נק (צב"ש: שענקען, דענקען, בענקען)
---
ווען דער אות פאר דעם ן איז א ל, איז דער כלל געוואנדן לויט דעם אות וואס קומט פאר דעם ל.
אויב איז דער אות ל א וואקאל, לייגט מען נישט צו קיין ע (צב"ש: מאלן, שפילן, קוועלן, קוילן)
אויב אבער דער אות פאר'ן ל איז א קאנסטאנאנט, לייגט מען צו אן ע (צב"ש: מאנדלען, ביגלען, ווערטלען)
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:אבער ס׳איז דא ווערטער וואס ווערן געטוישט מיט די צייט
ס׳איז דא מענטשן וואס וועלן זאגן מענטשען
ב. זאכן מיט כללים ווערן נישט אזוי שנעל געטוישט, ווייסט פון עפעס וואס טוישט זיך? איך רעד פונעם היינטיגן אידיש

ווי געשריבן, זענען אין דעם פאל די כללים געוואנדן אין וויאזוי עס ווערט ארויסגעזאגט, דעריבער קען זיך עס טאקע נישט טוישן, אבער צו כללים ווערן פארנאכלעסיגט? אודאי! וויפיל מענטשן קענסטו וואס זענען "ביים רעדן" מחלק צווישן "די", "דאס", און "דער"? און צו קענסטו איינעם וואס ניצט "האנט" בל' יחיד?

וואספארא חלק פון מיין תגובה פארשטייסטו נישט?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”