חוח בין השושנים האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:ספרים שטוב האט געשריבן:תכלית, קיינער האט נאכנישט געענטפערט צו "דעי" איז בכלל א ווארט???
וואלט "דעיס" געווען בעסער??? אדער אויך נישט???
אין אידיש איז דא
דער,
דאס,
די, און
דעם. אויב וויל מען קוועטשן אויף א ספעציפישער זאך, זאגט מען "די דאזיגע". "דעי" איז נישט קיין ווארט אין אידיש; ס'איז מסתמא א גרייז פון ענגליש.
ריכטיג, 'דעי' איז נישט קיין ווארט אין אידיש.
אבער איז עס דען נישט א חורבן אז מ'דארף זיך האלטן צום אויסגעקראכענעם 'די דאזיגע', אנשטאט אריבער-צו-מערדזשען צו 'דעי', כלשון בני אדם.
כ'ווייס פון אלע כללים און ענטפערס, אז לשון כתיבה לחוד ולשון דיבור לחוד, ואינה דומה שמיעה לראייה וכו', אבער פליז, איטס עבאוט-טיים אביסל ארויסצוקריכן פונעם אלטן פארגעלטן שאלעכץ...
#גאו פייט סיטי האלל
ס'איז נישט ממש אזוי. דער אמת איז אז ביי ביידע זייטן פון דער מטבע איז שייך אין לדבר סוף. כאפ א בליק, צום ביישפיל, איבער די בלעטער דא אין אייוועלט, ס'זענען דא אומצאליגע "ווערטער" וואס דו דארפסט איבערקוקן עטליכע מאל צו כאפן וואס ס'שטייט - מ'קען נישט שרייבן פונקט ווי מ'רעדט. פון דער אנדערער זייט, ס'איז נישט קיין צווייפל אז כללים פון אויסלייג און גראמאטיק טוישן זיך כסדר, און אזוי אויך קומען אלץ אריין נייע ווערטער אינעם לעקסיקאן.
דאס איז נישט דווקא אין אידיש, נאר אין יעדער שפראך. אין פראנצויזיש, לדוגמא, טוישט מען קיינמאל נישט די אויסלייג פון ווערטער, דעריבער ווערן זיי אלע געשריבן ווי אזוי מ'האט זיי געזאגט מיט הונדערטער יארן צוריק אדער מער. דאס מאכט פארשטייט זיך זייער נערוועז איינעם וואס לערנט זיך אויס פראנצויזיש, אבער די פאר וועמען די שפראך איז זייער מאמע לשון כאפן קוים אז עפעס איז נישט אין ארדענונג. אין ענגליש פלעגט מען יא טוישן, אבער היינט טוישט זיך שווערער, וויבאלד ס'איז מער אוועגעשטעלט מיט ווערטערביכער און קאמפיוטער סיסטעמען ווי אזוי יעדעס ווארט ווערט אויסגעלייגט.
הכלל, ס'ווענדט זיך נישט אין וואס מ'מאכט אפ, א טויש אין שפראך דארף קומען נאטורליך, דורכדעם וואס מער און מער שרייבער טוישן צו דעם, ביז ס'ווערט איינגעגעסן אלס דער אנגענומענער וועג. גראדע זע איך נישט וואס ס'איז שלעכט מיט "די דאזיגע", איך וואלט גע'עצה'ט מ'זאל עס צוריק אריינברענגען אינעם טאג טעגליכן באניץ, ס'איז א שטארק ניצליך ווארט (העכסטנס וועלן די פרויען וואס לערנען נישט חומש-טייטש זיך צולערנען וואס דאס מיינט...).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?