קען א היינטיגער מתרגם טייטשן ריכטיגער ווי דער מקובל'דיגער

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10288
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אוקטובער 30, 2013 10:43 pm

גערעכט. איך האב נישט געפלאנט צו מאכן דא א גאנצע שמועס דערוועגן, בלויז ערווענען מענין לענין באותו ענין.
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג פאברואר 09, 2015 3:41 pm

פארשלאפען, ישר כח פארן נאכאמאל ארויף ברענגען די אשכול.
בעאבאכטער האט געשריבן:..........
און וואס זאל טוהן קאפאח אז דער רמב"ם פראסקעט אים אין פנים אז זיינע סטעיטמענטס זענען נישט אמת, ער שרייבט דאך פאר רבי שמואל אבן תבון אז ער איז גוט, און נאך מער פון דעם?
.........

די פראבלעם איז אבער, אז נישט שמואל אבן תבון האט איבערגעטייטשט די פירוש המשנית. קודם איז עס בכלל נאר געווען א צווייטער פון יענע אבן תבון משפחה - אויב געדענק איך גוט - און אויך נאר חלקים אפשר איינס אדער צוויי סדרים. די איבריגע האבן אנדערע טייטשערס. און אויף טהרות למשל, ווייסט מען בכלל נישט ווער עס האט עס איבערגעטייטש. און כ'האב געהערט נאכזאגען פונעם הייליגען חת"ס זי"ע אז דער איבערטייטשער פון סדר טהרות איז נישט געווען קיין מומחה אדער שרייבט ער נאך שארפער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

יונה כהן
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2009 2:48 pm

פּי' המשנה להרמב"ם לדינא

תגובהדורך יונה כהן » מאנטאג פאברואר 09, 2015 4:37 pm

עס ציעט זיך שוין דא עטליכע תגובות אז עס קען זיין א נפקא מינה לדינא וויאזוי מ'טייטשט אויס פון אראביש צו לשון קודש.

איך וויל נאר מעיר זיין אז בעצם, צו מ'קען ברענגען דעם פי' המשניות להלכה, איז א חלק פון די פלוגתא צווישען סאטמאר רב זצ"ל און ר' משה פיינשטיין זצ"ל בענין שיעור המחיצות בבית הכנסת. און לפי זיכרוני דרייט זיך (א חלק עכ"פּ) עס ארום אויף די שאלה צוליב וואס האט מען געמאכט די מחיצה ביי שמחת בית השואיבה, איז דאס צוליב 'תערובות' אדער 'הסתכלות'.

און סאטמאר רב טענה'עט אז לפי הפה"מ איז עס צוליב הסתכלות און ר' משה טענה'עט אז עס צוליב תערובות.
איך האב כרגע נישט דעם תשובה פון שו"ת דברי יואל תח"י אבער דער טעקסט פון אגרות משה האב איך וז"ל:

"ומלשון הרמב"ם בפירושו משמע שמקום האנשים לא היה למטה תחת הגזוזטרא שכתב שהיו מתקנים מקום לאנשים ומקום לנשים ומקום הנשים למעלה ממקום האנשים ולא כתב כלשון הרע"ב שהיו מושיבין הנשים מלמעלה והאנשים מלמטה, שהיה משמע תחת הגזוזטרא, אלא משמע שלא היו האנשים למטה מן הנשים אלא מקום האנשים היה למטה על הרצפה ומקום הנשים היה למעלה במקום גבוה וכן משמע גם מלשונו בפ"ח מלולב הי"ב.
ובזה מובן פירושו במדות פ"ב מ"ה שכתב שהקיפו אותה בשקופין אטומים ועשו בהם כמין מעלות כדי שיביטו מהן הנשים בשעת כניסת ישראל לשמחת בית השואבה עיי"ש וכוונתו שלא היו זיזין יוצאין מהכותלים להניח שם גזוזטרא כפרש"י דלפירושו לא היה שם כותל אלא שעשו הגזוזטרא אטומה עד הקרקע ושקופים הוא מלשון השקפה, ונעשו כמעלות לצד העזרה שיעמדו עליהן להביט משם. ונמצא שלא היה כלל מקום תחת הגזוזטרא לא כפרש"י וא"כ נמצא שנראו הנשים לכל האנשים לפירושו של הרמב"ם. ומוכרחין לומר שכוונתו בפירושו לסוכה להסתכלות כזאת שיכולה להביא לידי קלות ראש שהוא רק כשעומדות הנשים למטה בלא מחיצה או אף במחיצה נמוכה שהן כמעורבין. וכתב זה מחמת שסובר שההסתכלות מביאה לקלות ראש כמו שכתב התי"ט ואמנם הסתכלות האנשים בנשים מביאה לידי קלות ראש, אבל עכ"פ רק כשאפשר לבא מזה לקלות ראש שייך לאסור וכשהן למעלה אף בלא מחיצה ולמטה במחיצה גבוהה עד אחר הכתפים שאין שייך לחוש לקלות ראש לא איכפת לן בהסתכלות אף להרמב"ם בפירושו לסוכה. ואף אם נסתפק בכוונתו בפירושו לדינא אין לנו אלא מש"כ הרמב"ם בהלכותיו פ"ה מביה"ב ה"ט שהוא כדי שלא יהיו מעורבבין וכן בפ"ח מלולב הי"ב שכתב כדי שלא יתערבו אלו עם אלו והוא כמו שבארתי שבלא מחיצה גבוהה יחשבו כמעורבבין כיון שבאין מזה לקלות ראש אבל מצד הסתכלות עצמה אין לחוש." (שו"ת אגרות משה, חלק או"ח א', סימן ל"ט)

וכאמור סאטמאר רב האלט אז דער פה"מ קען מען גאנץ גוט נוצן צו ברענגען ריאות להלכה. איך מיין אז עס איז דא א מדובר אין די פוסקים אויף דעם, צו בכלל קען מען נוצען דעם פירוש אויף דקדוק הלכה ועוד חזון.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג פאברואר 09, 2015 4:39 pm

שלום עליכם ר' יונה!!! קומט אפטער!

אפשר איז בנידן הזה אנדערשט, ווייל עס איז א ראיה אויף א מציאות, נישט נאר טרוקן הלכה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

בועז
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

תגובהדורך בועז » מיטוואך ינואר 25, 2017 6:57 pm

מ'האט דא דערמאנט די ענין פון מחיצות. וואלט איך געוואלט פרעגן אויב ווייסט איינער, איבער די באקאנטע עובדא אז סאטמאר רב זאל זיך האבן געטראפן מיט ר' משה ביי א ניחום אבלים און די רבי זאל אים האבן אויסגעשטרעקט די הענט ווערטעלנדיג אז די קליינע מחיצה טיילט זיי אפ פונעם בית אבלים.
צו ווייסט איינער בבירור אויב די מעשה האט ווירקלעך פאסירט
צו ווייסט איינער ווער ס'ברענגט די מעשה
און ביי וועם ס'האט פאסירט אדער סיי וועלכע אנדערע פרטים.
ייש"כ

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך ינואר 25, 2017 10:24 pm

בועז האט געשריבן:מ'האט דא דערמאנט די ענין פון מחיצות. וואלט איך געוואלט פרעגן אויב ווייסט איינער, איבער די באקאנטע עובדא אז סאטמאר רב זאל זיך האבן געטראפן מיט ר' משה ביי א ניחום אבלים און די רבי זאל אים האבן אויסגעשטרעקט די הענט ווערטעלנדיג אז די קליינע מחיצה טיילט זיי אפ פונעם בית אבלים.
צו ווייסט איינער בבירור אויב די מעשה האט ווירקלעך פאסירט
צו ווייסט איינער ווער ס'ברענגט די מעשה
און ביי וועם ס'האט פאסירט אדער סיי וועלכע אנדערע פרטים.
ייש"כ


ביינונז אין סאטמאר זאלסטו נישט גלייבן אזעלכע מעשיות, בדרך כלל וועסטו האבן אויפן רבין צוויי פארקערטע מעשיות און עדותשאפטן, און ביידע "בדידי הוה עובדא"
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

בועז
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

תגובהדורך בועז » מיטוואך ינואר 25, 2017 10:53 pm

איך קלער אז אפשר אין מושיען של ישראל ווערט דערמאנט דער אנעקדאט ביי די פרק וואס רעד זיך פון די פולע מלחמות סאטמאר רב האט געהאלטן אנטקעגן פירצת הדת ווי אין אונזער פאל, מחיצות.
ווער ס'האט דעם ספר ביטע קוקט נאך און שיקט אריין פרטים
א דאנק.

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך ינואר 25, 2017 11:09 pm

בועז קלערט....

אין מושיעון של ישראל וועסטו נישט טרעפן אזעלכע מעשיות
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

היסטאריע
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » מיטוואך ינואר 25, 2017 11:34 pm

די מעשה איז קיינמאל נישט פארגעקומען.
(איך האב אויך געלעבט א סאך יארן מיט'ן טעות אויף די מעשה, ביז איך האב געהערט קראנט פון עלטערע מענטשן, ידענים, אז עס איז קיינמאל נישט געווען).

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך ינואר 25, 2017 11:43 pm

וויאזוי קען מען וויסן קראנט אז א זאך איז נישט געווען? לא ראיתי אינו ראיה (עפעס אזוי...).

היסטאריע
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » מיטוואך ינואר 25, 2017 11:49 pm

די מענטשן וואס האבן זיך געדרייט ביים רבי'ן אין יענע תקופה, און געדענקן אויך ווען די מעשה האט אנגעפאנגען צו באקומען פליגלען... און זיי געדענקן נאך ווען מען האט דאס פארציילט אלס פשוט'ע וויץ, נישט אלס אמת.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 9:23 am

בועז האט געשריבן:און ביי וועם ס'האט פאסירט.

מ'זאגט ביי ניחום אבלים ביים רמ"ש, יאך בין נישט דארט געוועזן..
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 10:29 am

farshlufen האט געשריבן:
בועז האט געשריבן:און ביי וועם ס'האט פאסירט.

מ'זאגט ביי ניחום אבלים ביים רמ"ש, יאך בין נישט דארט געוועזן..

ליובאביטש?
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט