חידושים אין שפראך

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג נובעמבער 06, 2011 1:05 pm

גם-יחד; שלום עליכם

פארשלאפן; און גם-יחד; אין-הכי-טאקע, אבער דער חידוש (ביי מיר) פון הנני = הנה-אני איז לענ"ד געווען כדאי פארנאטירט צו ווערן

גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

תגובהדורך גיוואלדיג » זונטאג נובעמבער 06, 2011 1:51 pm

קוקנדיג אין נ''ך וועלנדיג וויסן פשט אין פסוק האב איך באמערקט אז תרגום טייטשט אויף: צמא (דארשט) סיגופיא
א''כ יתכן שתירגום תעניתים וסיגופי''ם הכוונה על מניעת אכילה (תענית) ושתי''ה (סיגוף) ???

gamyuchad
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 01, 2011 9:38 pm

תגובהדורך gamyuchad » זונטאג נובעמבער 06, 2011 1:59 pm

קרעמער האט געשריבן:גם-יחד; שלום עליכם

פארשלאפן; און גם-יחד; אין-הכי-טאקע, אבער דער חידוש (ביי מיר) פון הנני = הנה-אני איז לענ"ד געווען כדאי פארנאטירט צו ווערן


עליכם השלום.

איר זענט גערעכט מיט אייער באהויפטונג. כה לחי.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג נובעמבער 07, 2011 5:29 am

קרעמער האט געשריבן:דעם שבת האט מיר א איד געפרעגט וואס טייטש "והנני משחיתם" (פון פרשת נח), האב איך נאטורליך געענטפערט "און איך וועל זיי פארדארבן". זאגט ער מיר אז זיין אינגל'ס מלמד האט געטייטשט "און אט וועל איך זיי פארדארבן". נאכן איבערקלערן האב איך איינגעזען אז יענער האט רעכט, ווייל "הנני" איז "הנה אני" (אזוי שרייבט דער רבינו בחיי במדבר כ', ח', און מען געפונט דאס צענדליגער מאל אין מצודות דוד על נ"ך. אויפן פלאץ האב איך דאס אבער געזעהן אין תרגום אונקלוס וואס פארטייטשט דאס "הא אנא", און אויף יעדן "הן" און "הנה" שרייבט ער "הא").

און אזוי טייטשט טאקע דער חומש אורי וישעי פון הרב אורי שווארץ שליט"א


לפי זכרוני האט מען דאס געטייטשט פארניכטען
נישט פארדארבען
השחתה באשטייט אין צוויי פארמען והנה נשחתה און זי איז געווען פארדארבען
אבער למשל קריעת בגדים דרך השחתה קומט פון פארניכטען
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג נובעמבער 07, 2011 6:04 am

אונזערע מלמדים האבן נישט געמאכט דעם חילוק

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג נובעמבער 07, 2011 7:51 am

זעמער טאקע נישט געגאנגען אין זעלבען חדר...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

gamyuchad
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 01, 2011 9:38 pm

תגובהדורך gamyuchad » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 12:26 am

אז מ'רעדט שוין פון צמא? וואס טייטשט עיף?
די מלמדים טייטשן מיד. באמת וואס האט מיד מיט עסן לינזן?
ואתה עיף ויגע, קוקט אויס אויסגעמוטשעט און פארפלאגט, אבער נישט דוקא מיד אויף צו שלאפן.
פון בארץ ציה ועיף בלי מים, שיינט מיר אז דער ריכטיגער אפטייטש איז דיהיידרעיטעד-אויסגעטריקנט. א ראי' נעם איך פון די פי' הראשונים אויף בית השלחין, אז ווייל די תרגום טייטשט עיף "משלהי", זעט מען פונדעם אז שלחין מיינט א טריקן פעלד וואס פאדערט נאסקייט.

די חילוק פון צמא און עיף לפי זה וואלט איך געזאגט איז, דיהיידרעישן און דארשט ודוק.
אגב, לויט ווי אונז נוץ מיר "מיד", פארמאגט ענגליש אזא ווארט? איך ווייס מ'נוצט. Tired. אבער דאס מיינט ווייטער, אויסגעמוטשעט, וואס פארשטייט זיך אז דאן שפארט מען זיך אן, משא"כ מיד, ברענגט ארויס דאס קערפערליכע באדערפעניש צו שלאפן.

וואב זאגט איר,

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 5:06 am

איך האלט אז דו ביזט גערעכט
נאר אביסעלע דוחק מוז זיין אין ברכת הנותן ליעף כח
ועיין שם
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... pgnum=38...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 7:01 am

איך פארטייטש מיר געווענליך 'עיף' = פארמאטערט

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 7:19 am

גאנץ גוט
אבער וועט נזיד עדשים העלפען א פארמאטערטע מענטש?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 7:30 am

פרוביר...

אדער איז דאס בלויז אן אויסרייד פארוואס מען ברויך אין אים אריינגיסן און ער קען נישט נעמען אליינס אין א טעלער מיט א לעפל ווי א נארמאלער מענטש

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 7:32 am

מ.ס.פ. אודאי געוויס גיבן בונדלעך כח.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 8:19 am

נו פארוואס שלאפט זיך אזוי געשמאק נאך דעם טשאלענט....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 9:16 am

מ.ס.פ. קיין חלה עסט איר נישט?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 9:27 am

או קעי
זאגט איר אז דער חלה איז תתאה גבר איבער די טשאלענט
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 9:34 am

ברד"ק שורש עו"ף:

וענין שלישי, "עיפה נפשי להורגים" "והוא נרדם ויעף וימות" "ויעף דוד" שניהם פ"א הפעל בפת"ח להבדיל ביניהם ובין ויעף אלי שהוא ענין אחר, והתאר עיף ויגע, ולפי שהעיף צמא למים קראו בדרך ההשאלה לצמא עיף ואף על פי שאין בו ענין העיפות כי ענין הצמאה לבד כמו שאמר "כאשר יחלום הצמא והנה שותה, והקיץ והנה עיף ונפשו שוקקה" וכן הארץ הצמאה שלא ירד מטר עלי' "בארץ ציה ועיף בלי מים" "נפשי כארץ עיפה לך סלה" "כצל סלע כבד בארץ עיפה".
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 9:37 am

;l;p-
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 9:51 am

איך האב אלעמאל געמיינט אז תומך מיינט א שטיצער
דערווייל לערנעדיג חק זעה איך אין רש"י
ותומכיה מאכט רש"י
רש"י משלי פרק ג פסוק יח
ותומכיה מאושר - המתקרבים לה וכן כל לשון תמיכה שבספר זה שהוא אוחז בה
צו אפשר מיינט גאר אוחז א שטיצער, ווי דער סאטמער רב טייטשט אויף למה נקרא שמו אחז
איך האב אביסעל געזיכט
טרעף איך דעם פסוק
עמוס פרק א
וְתוֹמֵךְ שֵׁבֶט, וואס איז אויך נישט פונקטליך טייטש שטיצער

און צום שלוס, אסאך ברענגען אז אין זוהר שטייט ביי ותקע כף ירך יעקב - אז ער האט געטשעפעט די תמכין דאורייתא
איך האב נאכגעקוקט, איך האב געטראפן די ווערטער סמכין דאורייתא

והוא פשוט אז אסאך מאל מיינט עס זיכער שטיצער, איך האב נאר געוואלט זיין קלאר אין דעם ענין
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 9:59 am

אפילו אין סמך אליין איז דא אמאהל ווי עס מיינט נאנט האלטען
און אמאהל ווי עס הייסט דריקען
אזוי ווי מען טרעפט ביי סמיכה בקרבנות בכל כחו
און ווידער ביי מופלא הסמוך לאיש מיינט עס דאך נאנט
ביי תמיכה איז דאך נארמאל אז איינער וואס איז נאנט צו אנ ענין וועט דאס שטיצען
איז מסתמא וועגען דעם ווערט עס גענוצט אין אזא קאנטעקסט...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 11:33 am

מיין שאלה איז וואס איז דער עיקר טייטש
אגב, די מפרשים (מצו"ד ועוד) זאגן תומכי' ע"י גדרים וסייגים, בכלל נישט ווי מען איז געוואוינט צו טייטשן אין די וועלט
פרעגט א פשוטע איד פשוט טייטש, וועמען מיינט מען ותומכי' מאושר, וועט ער אייך ענטפערן די גרויסע נדבנים, דערווייל זעה איך אז פשוט פשט מיינט מען די אבגעהיטענע אידען, וואס זענען תומך תורה דורך גדרים וסייגים
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 11:47 am

דער גר"א אויף משלי טייטשט דאס יא אויס אזוי:
'ותומכיה מאושר' בב' רגלים תמכין דאורייתא, והן ב', א' התומך בממון, והב' התומך בגוף והן משמשי ת"ח, ולכן אומר תומכיה ב' תומכין

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 12:00 pm

איז גר"א אויף משלי, הפשט הפשוט?
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 12:04 pm

הרב קרעמער וועט אפשר טענה'ן אז אין כאן מקומו
אבער מענין לענין באותו ענין
כי לקח טוב נתתי לכם תורתי אל תעזובו
איז אביסעל שווער
אז דער באשעפער זאגט אונז איך גיב אייך גוטע סחורה
דארף ער אונז באווארענען מען זאל שטארק אהנהאלטען אין איר
נישט אונז אהנזאגען איר נישדט צו אפלאזען
האביך געטראכט אז דא מיינט עס אפשר פון לשון עזוב תעזוב עמו
איך גיב אייך גוטע סחורה
ענק דארפען די תורה נישט העלפען
תורת השם תמימה...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 12:13 pm

והוא פלאי האט געשריבן:איך האב אלעמאל געמיינט אז תומך מיינט א שטיצער

שטיצער אדער אונטערשטיצער? ונ"מ ווי ווייט יענער האלט זיך על כח עצמו.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2011 12:19 pm

רבי מנחם שלום; דפח"ח וש"י.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט