Advertisement

די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פרייטאג יוני 12, 2009 1:28 pm

אויפן ערשטן בלעטל פון דעם אשכול האב איך געפונען דעם שמועס פונעם נאר, אבער טאקע מיט זיין אנדערע ניק 'נער' און נישט 'פתי': http://www.yiddishworld.com/forum/index ... ic#p209168

Advertisement

פרייטאג יוני 12, 2009 2:57 pm

תהלה לה' האט זיך דער אשכול שטארק צובליהט מיט די באשטייערונגען פון אונזערע חשוב'ע חברים, ובראשם מיללער, פארשלאפן, אינטעליגענט, און נאך. תשואת חן חן לכם (וואס ווי מיר האבן געלערנט די וואך אין די הפטורה טייטשט דאס: אן אויסשריי פון גענעדיג/גלוסטיג צו ענק!).

לאמיר אנהייבן מיט א משנה אין מסכת ביצה - וואס איך האב נעכטן איבערגע'חזר'ט מיט מיין חברותא שיחיה: משילין פירות דרך ארובה, מען מעג ארונטערלאזן תבואה דורך א פענסטער/לאך אויפן דאך.

זאגט די גמרא אז עס איז אויך געווען א גירסא משחילין, וואס דאס באדייט אויך אראפווארפן. און די גמרא לייגט צו נאך עטליכע אויסדרוקן וואס באדייטן אויך די זעלבע זאך, און צווישן זיי איז "מנשירין", און די ראיה דערויף איז פון מי שנשרו כליו במים, וועמענס וועש זענען אריינגעפאלן אין וואסער. אי נמי - ברענגט די גמרא א צווייטע ראיה דערצו - ווי עס שטייט איזהו לקט הנושר בשעת קצירה.

תוספות אויפן פלאץ שטעלט זיך אז לכאורה די אפטייטש פון מי שנשרו כליו במים איז נישט דוקא אראפפאלן, נאר 'באנעצן' עיין שם (און מיין חברותא האט מעיר געווען אז אפשר צוליב די קשיא האט די גמרא געברענגט אויך א צווייטע ראיה פון איזהו לקט).

איז מיר בייגעפאלן אז דער אדלער ווערט גערופן "נשר" טאקע מהאי טעמא. אט הערט אויס דעם אינטערסאנטן זאך:

עס שטייט אין תהלים תתחדש כנשר נעוריכי (ק"ג, ה'), טייטשט רש"י: כנשר הזה שמחדש כנפיו ונוצה משנה לשנה, ויש מדרש אגדה על מין נשר שכשמזקין חוזר לנערותו:

ווייסן מיר שוין אז דער אדלער ווען ער עלטערט זיך, ווערט ער צוריק יונג. וויאזוי ארבעט דאס?

זאגט דער רד"ק: אומרים כי הנשר מתחלף לעשר שנים, ויעלה מאד על פני רקיע השמים ויקרב לחום האש היסודי ויפיל עצמו בים מרוב חום וימות (לענ"ד ט"ס וצ"ל וימרט, עי' להלן), ויתחדש ויעלה אבר וישוב לימי עלומיו, וכן כל עשר שנים, עד מאה וכשיגיע למאה יעלה כמנהגו ויפול בים וימות שם:

הייסט דאס אז ער פליהט ארויף גאר הויך, בריהט זיך אפ, ווארפט זיך אריין אין ים און שטארבט... [פילייכט איז בעסער גורס צו זיין "וימרט" אנשטאט "וימות", ווייל עס איז שווער צו זאגען אז דער נשר מאכט יעדע 10 יאר מיט א תחיית המתים ממש. און אזוי שרייבט טאקע דער רד"ק אין ישעי' (מ', ל"א) בשם רב סעדיה גאון וז"ל: כתב רבינו סעדיה כי הנשר יעלה לעשר שנים גבוה מאד על פני רקיע השמים ויקרב לחום האש ויפיל עצמו לים מרוב חומו וימרט ויתחדש אחר כן ויעלה אבר וישוב לימי עלומיו, וכן כל עשר שנים עד מאה, ובשנת המאה יעלה כמנהגו ויפול בים וימות] דאן ווערט ער באנייט מיט פרישע פליגלעך און ווערט צוריק יונג... און אזוי פירט ער זיך יעדע 10 יאר. ביי די 100 יאר שטארבט ער ענדגילטיג אין ים.

קען מען דאך זאגען אז דערפאר הייסט ער "נשר", ווייל ער "ווארפט זיך אראפ" פון די הימל ביזן ים (ווי די ערשטע פשט פון מי שנשרו כליו במים, אז עס פאלט אראפ), און ווערט טאקע "באנעצט" פון די וואסער (ווי די צווייטע פשט אין מי שנשרו כליו במים).

---
צו ערגענצן דעם שמועס, איז כדאי נאכצוברענגן נאך 2 טעמים פארוואס דער נשר הייסט אזוי:

איינס פון די טעמים איז זייער ענליך צו אונזער טעם, און דאס איז דער טעם פונעם בעל הטורים (ויקרא י"א, י"ג) וואס שרייבט אז דערפאר הייסט עס "נשר" ווייל עס ווארפט אראפ פון זיך די פעדערן (איז דער שורש דערפון אויך מלשון השרה והפלה), כלשונו: נושר נוצתו, והיינו דכתיב (תהלים ק"ג, ה') תתחדש כנשר נעוריכי:

אבער דער חזקוני דארט אין פ' שמיני געט אן א פרישע טעם, און זאגט אז דאס איז גאר אן אויסדרוק פון זעהן, כלשונו: נשר, איגיל"ה (EAGLE..), ועל שם שמביט מרחוק נקרא נשר, מגזרת אשורנו:

דער רבינו בחיי זאגט גאר אז נש"ר איז א ראשי תיבות...

דאס איז זיין לשון: הנשר מלך שבעופות ועפיפתו גבוה מכל עוף, וכמו שידוע מעניניו כי כשישלימו לו עשר שנים יגביה עפיפתו עד מאד עד שהוא מתקרב לגלגל האש ולרוב החמימות מחבט ומפיל עצמו לים, והנה הוא נמרט ואחרי כן יתחדש ויעלה אבר כבתחלה, וכן מנהגו כל עשר ועשר שנים עד מאה שנה, ובשנת המאה מתקרב ביותר לגלגל האש ומגביה העפיפה כמנהגו ונופל בים ומת, וכן כתב רב סעדיה גאון ז"ל כו' וקרא שמו נשר, כי השי"ן אש, והרי"ש רוח, והנו"ן לשון נפילה (רבינו בחיי בראשית ב', י"ט).

א פרייליכן שבת!

זונטאג יוני 14, 2009 9:40 am

farshlufen האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אז מ'דערמאנט 'פתי' איז כדאי ארויסצוברענגען אז דער מכוון איז אז מ'קען אים גרינג איינרעדן מלשון מפתה, דאס איז פשט אין פסוק 'ופתי יאמין לכל דבר' ודו"ק.

ז"ל המזרחי במדבר ו' פסוק ט' (וכי ימות מת עליו בפתע פתאום):
ויש אומרים פתע פתאום דבר אחד הוא, מקרה של פתאום. פירוש: שניהם מורים על ענין מהירות, דבר שלא ירגיש אדם בו עד שיהי',
כמו הפתי שעושה כל דבריו במהירות, ולא ירגיש בהם עד היותם. ויהי' פתע פתאום כמו אדמת עפר וכו'


ביידע דערמאנטע פשטים, ווערן געשריבן אין רמב"ן פאריגע וואך [בהעלותך - במדבר יב ד] וז"ל:
ד. אל משה ואל אהרן ואל מרים. הנה משה לא היה עמהם אבל הנבואה באה לשלשתן כאחד. וטעם פתאם, שלא היו בעת ההיא נותנים לבם ומתכונים לנבואה, ולכבוד משה באה להם מבלי הזמנה לדבר, כי "פתאום" על דעת המפרשים דבר שלא עלה על לב מגזרת פתי. ואמר הכתוב זה בעבור אהרן ומרים, כי משה רבינו ראוי לנבואה בכל עת ודעתו נכונה לדבקה בשם הנכבד בכל שעה, כמו שפירשו רבותינו (שבת פז.) בטעם פרישתו מן האשה:
אבל אונקלוס אמר "בתכיף", והטעם, כי כאשר היו נדברים במשה עוד הדבר בפיהם נאמר להם צאו שלשתכם לא איחר להם כלל, ו"פתאום" ענין מהירות הוא, וכן ואקוב נוהו פתאום (איוב ה ג) , אשר פתאום לפתע (ישעיה ל יג) , בפתע פתאום (לעיל ו ט) , כפולי הטעם להפלגה, כמו כמעט קט (יחזקאל טז מז) , הרבה מאד (בראשית טו א) , וכן במאד מאד (שם יז ב) , וכיוצא בהם. ו"פתאים" הם הנמהרים ביותר שאין להם עיון בדבר ולא עצה כלל, כמו ועצת נפתלים נמהרה (איוב ה יג) . וכן פתע ישבר (משלי ו טו) , ואם בפתע בלא איבה (להלן לה כב) , בתכיף, והוא כמו פתי מלשון פתאום:
.

זונטאג יוני 14, 2009 8:34 pm

דער אבן עזרא איז מבאר די זעלבע זאך.
איז פתי איז מלשון מתאום, והמ' נוסף.

מאנטאג יוני 15, 2009 10:14 am

מיללער האט געשריבן: די אלע ווערטער אויף אידיש וואס ענדיגען זיך מיט די נאכזילבע 'טל' אדער סתם א ל' המקטין, ברויכן א הסבר, ווייל פשט איז אז דאס איז מעין פון אן אנדערע ווארט, אלזא פון וואנעט שטאמט דער ווארט 'רעפטל'?


דער אמת איז אז איך האב דאס גערופען א ל' המקטין, אבער דער שימוש פונעם למ"ד ענדע ווארט איז לאו-דוקא להקטין, עס קען אויך קומען אנצודייטן אז דער מדובר איז פון א חפץ אדער טאט וואס שטייט פאר א געוויסע פעולה.

והאב לכולם איז דער ווארט 'מיטל', וואס איז געבויעט אויף די 'מיטען-אינדערמיט-מיט' דאס הייסט אז אויב 'מיט' דעם אקט וויל מען אנקומען צו א ציהל, איז דאס א 'מיטל'.

די תולדות זענען דער;
גאפל,
לעפל,
שליסל,
וכדו'

נישט אז דאס העלפט טרעפן דעם שורש, נאר עס איז כדאי מחלק צו זיין.

זונטאג יולי 05, 2009 1:48 pm

רש"י הק' אין פרשת חקת [כ"א ט' ] זאגט: על נס. על כלנס שקורין פירטק"א בלע"ז עכ"ל הק'. לפי וואס מען האט שוין געהאט געשמועסט כמה פעמים איבערן
V
וואס ווערט געביטן מיטן
F
אזוי ווי וורנקוורט וואליק ועוד, איז דאס אזוי ווי
Vertical
בלע"ז כנלפע"ד.

מאנטאג יולי 06, 2009 4:03 am

farshlufen האט געשריבן:רש"י הק' אין פרשת חקת [כ"א ט' ] זאגט: על נס. על כלנס שקורין פירטק"א בלע"ז עכ"ל הק'.
...
Vertical
בלע"ז כנלפע"ד.

דאס זעט אויס מעגלעך. אבער אין מיין גרסא עס שטייט אין רש"י דארט ' פירק"א ' (אן קיי טי"ת) און זעט אויס נענטער צו fork.

דינסטאג יולי 07, 2009 10:00 am

רש"י אין בבא מציעא דף ע"ג ע"ב שרייבט: גוהרקא - עגלה מוכנת למרכבת אדם, ובלשון אשכנז רייטווג"ן.

אויסער פון זיין געוויינלעכן 'לע"ז' כ'האב געטראפן אין פירוש רש"י 'לשון יון', 'לשון ערבית' און אפילו 'לשון רוסיא', אבער דאס איז איין פון די געציילטע מאל אז איך טרעף אין עם אזא בפירושע (און פארשטאנדיקע) אידישיזם.
לעצט פאראכטן דורך ערנסטער אום דינסטאג יולי 07, 2009 10:06 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג יולי 07, 2009 10:04 am

רש"י שטאמט דאך פון ווארמס דייטשלאנד, איז נישט מער ווי רעכט ער זאל זיך באנוצן מיט א דויטש ווארט.

דינסטאג יולי 07, 2009 10:10 am

און מסתמא אין פראנקרייך וואו ער האט געוואוינט אידן בכלל האבן א סך גערעדט דייטש (אלס א צווייטע שפראך נאך פראנצויש).
אבער ס'רוב ווערטער אין 'לשון אשכנז' וואס ער ברענגט זענען אומפארשטענדלעך.

דאנערשטאג יולי 16, 2009 10:26 am

פילייכט איז עס א דבר פשוט, מעגליך אז מען האט דאס שוין אויסגעשמועסט דא, אבער איך האב מיך היינט געכאפט אז די ענגלישע SCALE שטאמט פון "משקל".

אויך, שטייט די וואך אין תרגום "כמסת", און רש"י ערקלערט אז דאס מיינט א "שיעור". מעגליך אז דאס איז פון די אלטע ווארט "מאסע" וואס באדייט א "מאס".

דאנערשטאג יולי 16, 2009 10:39 am

איך האב נישט אינאכט גענומען דעם משקל/סקעיל צאמשטעל, יישר-כחך קרעמער!

אבער דאס אז א שקל איז פונעם זעלבן שורש ווי משקל איז דאך פשוט, ווייל דאס הייטס ע"ש א געוויסע וואג, יעצט איז די שאלה צו דער אראמישער 'שקיל' (בלה"ק לקח) איז פון דעם מקור אדער וויבאלד אז דער אריגינעלער שקל ווערט פארטייטשט אויף אראמיש מיט א ת' (מיתקיל/תקלין) ממילא איז דער 'שקיל' פון אן אנדערען שורש, אויב אזוי פון וועלכע?

יעצט טראכט איך צו 'קל' גרינג איז פון די משפחה

דאנערשטאג יולי 16, 2009 11:04 am

bailout האט געשריבן:זייער שיין און ציפעדיג מנשה.

די שניטקע וואס די דערמאנסט דא אזא צען מאל ווייס איך נישט וואס דאס איז.

Prouducer האט געשריבן:א "שניטקע" הייסט א "סענדוויטש" אין עכט אידיש נישט און אמעריקאנע אידיש, אפשר וואלט געווען כדאי צו עפענען א אשכול וויאזוי אונזער אנגלא-אידיש קוקט אויס....

זונטאג אוגוסט 02, 2009 12:55 am

דער צאמשטעל פון אדוק-עדיקטעט איז שוין געווען? (קרעדיט; אישית בשם אומרו)
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום זונטאג אוגוסט 02, 2009 7:04 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זונטאג אוגוסט 02, 2009 1:45 am

איך געדענק אויך א געשפרעך דערוועגן, און ביים זעהן זיין צוזאמשטעל אין טוויטער-פעיס האב איך אפגעראכטן א זוכעניש אבער אן ערפאלג.

זונטאג אוגוסט 02, 2009 5:53 am

דער משקל / סקעיל, איז א ריזן בייפאל. יש"כ קרעמער.

זונטאג אוגוסט 02, 2009 9:53 am

האט שוין ווער אמאל דערמאנט דעם מקור פונעם ווארט: , Meter, Metric, Mili-meter נעמליך דער ווארט "מיתר" ווי אין ויתידותם ומיתריהם, פון דעם נעמט זיך Meter אויף א שטריק מיט א באשטימטע מאס.

זונטאג אוגוסט 02, 2009 11:18 am

אם קבלה הוא נקבל.

זונטאג אוגוסט 02, 2009 12:12 pm

פארשלאפן,
דאס איז שוין א היבשער שפרונג אלס א שורש, אויף פילילאגיע איז עס גוט.

זונטאג אוגוסט 02, 2009 5:55 pm

לא זכיתי להבין וואס אייך איז שווער לקבלו.

עוי"ל, "מיתר" איז נישט סתם א שטריק, נאר עס באדייט א טייט אויסגעצויגענער אדער צוגעבונדענער שטריק, ווי דער "מיתר הקשת וואס איז ווי פארשטענדליך שטארק אויסגעצויגן.

ועוד, מדה בחבל איז דאך טייטש גאר פונקטליך לא פחות ולא יותר.

אויב פילילאגיע, קען מען נאך ציען א שיינער שטריק פון: תור-א גראדע רייע, יתר-מער ועוד.

דינסטאג אוגוסט 04, 2009 10:57 pm

בלעטערענדיג דעם תשעה באב אין ספר איוב האב איך געזעהן אז דער תרגום טיישט אפ די ווארט מלאכי 'אנגלי', איז מיר איינגעפאלן אז אפשר איז דאס דער מקור אויפן ענגלישען angel.

מיטוואך אוגוסט 05, 2009 5:55 am

אודאי אזוי. איך האב דאס שוין אמאל נאטירט (פריוואט) וזה לשוני שם: מה שקורין בשפת ענגליש למלאכים בשם ANGELS, כבר מוזכר בתרגום שני על מגילת אסתר (ו, א): עד דאתנדדו כל אנגלי מרומא. ובפתשגן הכתב מפרש דהיינו מלאכי מרום.

מיטוואך אוגוסט 05, 2009 9:04 am

ברוך שכוונתי.

פרייטאג אוגוסט 07, 2009 12:43 am

אין ליכט פון די לעצטערע געשפרעכן ביים היימישען ציבור איבער טריפות ביי די 'צומת הגידין' האב איך געטראכט צו דאס וואס מיין מאמע רופט א 'צאמב' האט מיט 'צומת'? אדער גאר 'מייערען מיט צימעס' (וואס מיינט טאקע צימעס?)

פרייטאג אוגוסט 07, 2009 6:11 am

מייערן צימעס מיינט "צום-עס", עס איז א סייד-דיש 'צום (מעין) עסן'.
שרייב א תגובה

Advertisement