צענזור אין סליחות תענית אסתר און שושנת יעקב

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אליהו
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

צענזור אין סליחות תענית אסתר און שושנת יעקב

תגובהדורך אליהו » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 2:29 pm

איך וייס נישט
אפשר איז דא א מער פאסיקער פלאץ פאר דעם אבער איך בין ניש אזוי באקאנט מי דעם "סייט" (אתר)
איך לייג אריין דא א בריוו וואס איך הואב געשיקט צו עטליכע בלעטער אין ארץ ישראל.
עס איז געדרוקט אין "המבשר".
איך האף אז ס'מאכט נישט אויס אז דער בריוו איז לשון קודש.


בס"ד יום א' לסדר ונקדש בכבודי

למערכת שלום!
בהתקרב ימי הפורים רציתי להתריע על שני עיוותי הצנזור שנכנסו לסידורים.
אחד מהם נוגע לדינא שאינו מקוים עקב הצנזור.

א. בסליחות לתענית אסתר, בפזמון במתי מספר בבית לפני האחרון בחלק מהסידורים: השיבנו למנוחתך כי ידך לא תקצר. במקור: בְּאַפְּךָ קוּמָה עַל הַצּוֹרֵר הַצָּר.
ובבית האחרון: לוחצינו ישלימו אתנו (!) ועוונותינו תשליך במצולה. גם מי שלא מבין בנושא יבין שאסור לומר כן, ועדיף לא לומר כלום מלומר את זה.
במקור: לוֹחֲצֵינוּ הַמְעַד וּמַלְּאֵם חַלְחָלָה.

ב. וכבר נתנו דוגמא של דינא שאינו מקוים עקב השמטת הצנזור והוא:
באו"ח סי' תר"צ סעיף טז צריך שיאמר 'ארור המן ברוך מרדכי ארורה זרש ברוכה אסתר ארורים כל וכו' ברוכים כל וכו''. מהו ה'וכו'? מנהג אשכנזים לשיר שושנת יעקב [שהוא הסיום של אותיות ש' ות' של אשר הניא], ואחריו בחרוזים ארור המן וכו' ובסידורים לא נדפס אחר כך. אבל שרים, ארורים כל הרשעים ברוכים כל הצדיקים. ובאמת ברא"ש בטור וברבנו ירוחם כתוב: אֲרוּרִים כָּל הָעֲרֵלִים בְּרוּכִים כָּל יִשְׂרָאֵל. ומי שאומר או שר ארורים כל הרשעים אינו מקיים דין מהשלחן ערוך ומובא ברא"ש מכ"י הלא מצונזר וברבנו ירוחם ובטור.
ויבוא על הברכה הרב צבי כוהן נר"ו שבמגילה המצורפת לספרו על פורים הוא נותן את הנוסח הנכון: אֲרוּרִים כָּל הָעֲרֵלִים בְּרוּכִים כָּל יִשְׂרָאֵל.

בכבוד רב ובברכה
אליהו לוין

הרב רובין 47/1 ירושלים 97730
טל. 02-5863424
פקס 153-2-5863424 נייד: 050-4113023
דוא"ל: levin-11@neto.net.il
או eliyahule@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 2:56 pm

הרב כהן, ברוכים הבאים.

דאס איז די איינציגע צענזורירטע נוסחאות וואס איר האט געפונען? עס איז דא נאך און נאך, נאר וואס דען אויף דעם שטייט שוין אבותינו ימליצו בעדינו, זיי האבן אזוי געזאגט און מיר וועלן ווייטער אזוי זאגן, מיר זוכן נישט צו זיין אנדערש ווי אונזערע עלטערן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אליהו
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

צענזור אין סליחות תענית אסתר און שושנת יעקב

תגובהדורך אליהו » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 3:18 pm

איך וייס ניש ווער איז דער כוהן.
איך וויל לערנען און דאווענען ווי חז"ל האבען איבער געגעבען און ניש ווי דער פויפסט ימח שמו וזכרו.
אוזערע עלטערען האבען ממש מיט מסירות נפש אריינגרוקט נוסחאות אין אנדערע פלעצער כדי דער צענזור זאל ניש באמערקען.
וועגען רשעים ערלים האט שוין ר' עקעבה יוסף שלעזינגער (ניש קיין קליינער קנאי) געשריבן וועגן די סידורים וואס דרוקען שבת "וגם במנוחתו לא ישכנו רשעים" אז מ' טאר אזוי ניש זאגען.
מ' טאר אויך ניש זאגען "ארור" אף רשעים (אידישע רשעים).
ער האט א גאנצע אריכות אין דעם.
גוט רבותי איך האב ניש קיין צייט פאר ויכוחים
ווער ס'וויל זיך שפארען יהי לו אשר לו.
לעצט פאראכטן דורך אליהו אום מאנטאג מארטש 09, 2009 5:31 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 11:41 pm

שלום עליכם הרב לוין (כהן בלוי נתחלף לו לחברינו פארשלאפן).

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » פרייטאג מארטש 06, 2009 10:11 am

הרב לעווין, דער מונקאטש'ער רב דער מנחת אלעזר שרייבט דעריבער אין מאמר נוסח התפילה אות ??
ועמך כולם צדיקים

אליהו
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

תגובהדורך אליהו » מוצ"ש מארטש 07, 2009 12:32 pm

איך וועל אייך זאגען דעם אמת איך האב דאס געזעהן פאר א פאר יאהר צוריק איך האב ניש דעם ספר און איך געדיינק ניש.
איך וועל נאכפריגען בל"נ.
דאס איז א טייל פול א לאנגען ארטיקל (מאמר) וואס איך האב געמאכט וועגן צנזור צוזאמען מיט משה אייזיק בלוי און א טייל פון דעם איז אריין אין "קולמוס" פון משפחה.
ווער ס' וויל קען קריגען דעם מאמר בא
דוא"ל: levin-11@neto.net.il או
eliyahule@gmail.com
קען זיין אז דארטען שטייט דער מקור.

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » מוצ"ש מארטש 07, 2009 9:24 pm

שלום עליכם ר' אלי'

יהא בואכם לברכה

[אויב איז דיר אינטערעסאנט צו וויסן. איך בין "זאלזיין" פון לדעת].

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג מארטש 08, 2009 6:21 pm

קולמוס מספר ??
ועמך כולם צדיקים

אליהו
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

תגובהדורך אליהו » זונטאג מארטש 08, 2009 6:27 pm

איך ווייס ניש
איך געדיינק נישט וועלכען יאהר
איך מיין בערך א יאהר נאך דעם נייעם מחזור פון דף היומי.
אבער איך קען אייך שיקן אין מייל וייל דארטען האבען זיי געשניטן שטיקער או
נישט אריינגעלעגט דעם לעצטען פרק.

אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 15, 2008 12:28 pm

תגובהדורך מאטעס » זונטאג מארטש 08, 2009 8:19 pm

מר לעווין
איז דער נוסח 'ערלים' נישט קיין צינזור פון 'גוים'? כך הבנתי ממקו"א
כאילו הוא נושה על הצלחת ובעל חוב על הקלחת.. (ר"י אלחריזי)

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג מארטש 09, 2009 2:06 am

אין ספרים וסופרים איז דא א שמועס וואס איז די ארגינעלע לשון פון תוספות און די ראשונים.
ועמך כולם צדיקים

אליהו
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

תגובהדורך אליהו » מאנטאג מארטש 09, 2009 5:29 am

איך בין ניש קיין רב
שווער צוזאגען אז אין רא"ש כתב יד און טור כתב יד איז דא צענזור
בפרט אז פאר די גויים איז ערלים גארניש בעסער פון גויים אדער נכרים.
איך הוא געהאט א טעות ווער ס' רעדט וועגן וגם במנוחתו לא ישכנו ערלים איז ר' עקיבה יוסף שלזינגר, אבער דער מונקאטשער רעדט וועגן ברכת המינים ("ולמלשינים").

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

בענין הנוסח "ארורים הרשעים" בתוך פיוט שושנת יעקב.

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג מארטש 07, 2017 8:56 am

בשו"ת רבי עקיבה יוסף (או"ח סי' תנג) פרעגט זייער שטארק אויף די נוסח "ארורים כל הרשעים" וואס מ'זאגט היינט צוטאגס, וויאזוי האט מען נישט מורא צו שעלטן אלע רשעים? אמער אפילו איינער איז נאר עובר אויף א דרבנן איז דא נקרא רשע, ווי אויך זאגט דאך די גמ' אז אפילו כל העולם אומרים עליך צדיק אתה היה בעינך כרשע, קומט דאך אויס אז מ'שעלט זיך אליינס ח"ו.
און נאכמער שרייבט ער אז אין שו"ע (תר"צ סט"ו) איז די נוסח: "ארורים כל עובדי אלילים, ברוכים כל ישראל", און ס'נישט דא קיין שום חולק אדער פירכא אויף דעם, דאן פארוואס זעל מען נישט אזוי זאגן?

די תשובה איז געווארען געדרוקט אין תל תלפיות (סיון תרס"ד מכתב י"ח). אין תל תלפיות (תרס"ה מכתב ה') איז דא א תשובה דערויף פון רבי משה גינז אב"ד קערעסטור, און ער שרייבט אז תוס' אין מגילה ברענגט פון ירושלמי דעם נוסח "ארורים כל הרשעים". און ער ברענגט אז אזוי שטייט אויך אין סידור האר"י.

אויף דעם האט אים רע"י גענטפערט (מובא בתשו' הנ"ל) אז ס'דא אסאך סידורים פון אר"י, און ער האט דארט אין ירושלים בבית מדרשו של הרש"ש [קהל חסידים בית אל] דער ריכטיגער סידור האר"י בכת"י און ס'האט צען חלקים וואס אין דעם דאווענען די מכוונים, און דארט שטייט: "ארורים הרשעים של אומות העולם". זאגט ער דאס קען מען נאך פארשטיין, זיי זאגן דאך קלאר די רשעים פון די אומה"ע, אבער סתם אידן זאגן דאך בלויז "הרשעים".

און ער פירט אויס, אז אפילו אין סידור האר"י זאל ווען אזוי שטיין, דארף מען נאכאלס נישט אוועקגיין פונעם נוסח אינעם שו"ע, און מ'זאל זאגן "ארורים כל עובדי אלילים ברוכים כל ישראל".
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אליהו
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

תגובהדורך אליהו » דינסטאג מארטש 07, 2017 2:39 pm

דער נוסח אין די נישט צענזוזרירטע ספרים איז
ערלים; ישראל
יעדער קען זעהן רבנו ירוחם למשל
די אנדערע ספרים וואס זעהנען דערמאנט
האבען נישט געהאט דעם טור און דעם רא"ש אריגינאל
איך האב נישט וואס צו צולייגען
יעדער זאל טאהן ווי ער פארשטייט
איך קום נאר זאגען וואס איך ווייס
יעדער זאל באשליסען accordingly
לויט די אינפארמאציע


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט