יסודות הדקדוק: ושום שכל ויבינו במקרא, מקרא סופרים ומסורת.
געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 3:05 pm
זייענדיג א ריכטיגער עם הארץ אין די סוגיא פון דקדוק והמסתעף, איז מיר לעצטענס אויסגעקומען צו כאפן א שמועס (באישית) מיט איינע פון די גדולי הקרעטשמע איבער די יסודי הדקדוק והמסתעף. זעענדיג אז נישט נאר וואס איך האב נישט פארשטאנען וואס מען איז מיר מסביר נאר ניטאמאל האב איך פארשטאנען די אלף בית פון זיינע ווערטער, אזש ליינענדיג זיינע ווערטער האט זיך מיר אנגעהויבן דאכטן אז איך געפין זיך אין דאו"ן טאו"ן מאנהעטן ליינעדיג א שילד פון עפעס א כינעזער פרעס-פלאץ (רעסטוראנט). איך בין געקומען צום באשלוס אז אויב האב איך אמאל נישט פארשטאנען דאס פאלקס ווערטל פון "ער קוקט ווי דער האן אין בני אדם אריין", האב איך דאס ביים ליינען די אויבנדערמאנטע תשובה שוין איינמאל פארשטאנען. אמער, איך האב דאך דאס געשפירט אויף די אייגענע הויט... הקיצור, איך בין געקומען צו א מסקנה אז איך בין אזא עם הארץ אין די סוגיא, עד כדי כך אז עס פעלט מיר די איינפאכע יסודות פון דקדוק והמסתעף.
געקומען בין איך דאן צו א באשלוס אז ביים ערשטן געלעגנהייט וועל איך עפענען אן אשכול דערוועגן אין דעם שפראך פורום, ווי איך וועל פותח זיין ווי א תמים, האפענדיג אז די נאכפאלגנדע תגובות פון די גדולי המדקדקים והידענים וועלן מיר עפענען עפעס א שטיקל פתח מפורש לשום שכל ולהבין במקרא.
נו, ווי דער שטייגער איז, אז מ'וויל עפענען אן אשכול איבער אן ענין, איבערהויפט ווען מ'לייגט א ספעצילן געוויכט אויף די נאכפאלגנדע תגובות, דארף מען דאך צום ערשט זיך מסדר זיין מיט עפעס א פתח והקדמה בכדי די מגיבים זאלן פארשטיין וואס איך וויל ארויסברענגען. שבתי וראיתי אז מיין עם הארצות אין די סוגיא גייט אויף אזוי ווייט אז אפילו דאס, וויאזוי זיך צו עפענען דאס מויל בסוגיא דא, ווייס איך אויך נישט וואו און וויאזוי איך הויב אן.
נמנו וגמרי ביי די פעפער פאמיליע, אז ערשט גייט מען נאכאמאל דורך לערנען די באקאנטע גמרא אין נדרים ל"ז ע"ב, וואו די גמרא שטעלט אראפ די יסודות פון די זאכן, און זען וואס רבותינו הראשונים האבן צו זאגן דערוועגן. איך ווייס נאך נישט צי דאס וועט מיר ברענגען די ריכטיגע רעזולטאטן, אבער בעסער ווי גארנישט איז דאך דאס זיכער, ואולי וועט דאס מיר געלונגען אז דער ענין וועט פארן אויף מיינע געוואונטשענע רעלסן.
וואס א שייכות האט די גמרא צו מיינע שמערצן און אומוויסנדיגקייט אין דקדוק? ווייל פונעם אויבנדערמאנטן (אישית) שמועס איז ארויסגעקומען עטליכע כללים:
1] פונקט ווי בכל התורה כולה איז פאראן כללים און לימודים וועלכע טייל זענען מסורה, טייל הלכה למשה מסיני און טייל מסברא, דאס זעלבע איז ביי דקדוק גארנישט אנדערשט. 2] די נקודות הפסוקים זענען דאך, כידוע, דער ערשטער יסוד אין דקדוק. 3] די טעמי הפסוקים (טראפן בלע"ז) זענען אויך בלי ספק אנגעהאנגען די כללי ויסודי הדקדוק, ווי רש"י זאגט אין פר' לך (בראשית, טו יז) אויפן פסוק "ויהי השמש באה", און אין פר' ויצא (שם, כט ו) אויפן פסוק "והנה רחל באה עם הצאן", ווי אויך אין פר' מקץ (שם, מא לה) אויפן פסוק "ויקבצו את כל אכל".
נו, אז די אלע זאכן זענען געוואנדן אין מסורת והלכה למשה מסיני וכו' דארף מען דאך צום ערשט זען דעם יסוד ומקור הדברים; וועלכע זאכן זענען ממסורה און וועלכע איז מהלכה למשה מסיני אא"וו. והיות אז דער מקור דערפון איז די גמרא הנ"ל, דעריבער האבן מיר זיך ערשט געזעצט לערנען די גמרא, צוזאמען מיט די אנדערע גמרא'ס וועלכע זענען פארבינדן מיט דעם ענין.
פארשטייט זיך אז ווי נאר איך בין אריינגעפאלן דערין האב איך זיך דערזען אין א פראבלעם פון 'צייט'. דהיינו, עס וועט מיר נעמען שעות על גבי שעות דאס מסדר צו זיין און אראפצושרייבן, און הערשט ווער וויסט צי איך וועל צוקומען צום תכלית אויף וואס איך ציל. דעריבער האב איך באשלאסן אז אומר ועושה, איך הויב אן א שיעור אין די ענינים, וכפי מסת הפנאי וועל איך כסדר צולייגן און צולייגן, ביז... ביז... איך וועל קומען צום ווארט זען וואס קוועטש מיר. וזה החלי.
*
ערשט א קורצע הקדמה:
די גמרא אין נדרים ל"ז ע"ב איז דן צי שכר פיסוק טעמים איז א דאורייתא אדער א דרבנן. דאס טיישט אזוי, 'מקרא' איז דאך יעדער איד מחוייב צו לערנען, די שאלה דארט איז (לגבי נדרים) צי פיסוק טעמים איז אין כלל פון מקרא, אז דאס זאל אנגערופן ווערן א חיוב, צי נישט. רב לערנט אז יא, ס'איז אין כלל פון מקרא, און ר' יוחנן לערנט אז ס'נישט אין כלל פון מקרא.
וואו איז דער מקור צי פיסוק טעמים איז בכלל מקרא צי נישט? ברענגט אויף דעם די גמרא א לימוד פון א פסוק, וז"ל:
עכ"ל הגמרא הנצרך לענינו.
ערשט דארפן מיר זען וואס זענען דאס מקרא, תרגום, פסוקים, פיסוק טעמים, מסורות און מקרא סופרים. ווי אויך וויאזוי זיי שטימען צום פסוק. איז לאמיר גיין אחת לאחת.
ויקראו בספר תורת האלהים, זה מקרא.
דאס איז דאך פשוט, סיי דער לימוד און סיי דער אפטייטש, וכלשון רש"י במגילה ג' ע"א: "לשון עברי של חומש". דאס טייטש, די אידן דארט ביי עזרא הסופר האבן געליינט די תורת ה' כמו שניתנה בסיני. (הגם מ'דארף פארשטיין וואס רש"י דריקט דאס ווארט 'לשון' עברי של חומש, אבער אין כאן מקומו להאריך).
מפורש, זה תרגום.
דאס איז דאך אויך פשוט (אן אריינגיין אין די סוגיא פון אונקלס ויונתן וכו'), ווייל דער תרגום איז דאך דער מפרש צו תורת ה'.
ושום שכל, אלו הפסוקים.
רש"י טיישט דאס אין מגילה: "הפסוקים האיך נפסקין". אין נדרים איז דאס רש"י אביסל מער מבאר, וז"ל: "אלו הפסוקים. עד היכן מסיים כל פסוק ופסוק". און וואס האט דאס מיט'ן "ושום שכל?" איז רש"י מסביר "ולהכי קרי להו שום שכל, שיכול להשכיל בפסוק בין כל פיסוק ופיסוק. (וואס דאס האט מיט 'שיִכּוּל', ווייס איך נאך נישט פונקטליך. אבער נאכן לערנען דקדוק האפן מיר אז דאס וועט שוין אויך פארענטפערט ווערן). תוספות און רא"ש, דארט אין נדרים, לערנען דאס אויך אפ אזוי ווי רש"י, "מקום שהפסוק מסיים שם", שבשבילן מפסיקין בין דבר לדבר". פשטות איז די כוונה אויף די פסוקי התורה וואס אונז האמיר היינט צו טאגס.
קומט אבער דער ר"ן צו גיין און לייגט צו א ווארט וז"ל: "נקודות המפסיקות בין פסוק לפסוק. וקרי להו שום שכל שעל ידיהן אדם מבין המקרא כפי תנועת הטעמים, כדאמר פרק קמא דחגיגה (ו' ע"ב) נפקא מינה לפסוקי טעמי". דא בין איך שוין אינגאנצן צעמושט געווארן, פתח בכד וסיים בחבית. א שורה דערויף זאגט דאך די גמרא "ויבינו במקרא זה פיסוק טעמים", וואס אין פשטות (שוין גארנישט אזוי פשוט, ווי מיר וועלן באלד לערנען) מיינט דאס די היינט באקאנטע 'טראפן', און פארוואס הייסן די 'טראפן' 'ויבינו במקרא?' ווייל דאדורך פארשטייען זיך די פסוקים זעלבסט, און דעריבער ליגט דאס אינעם 'ויבינו במקרא'. קומט אבער דער ר"ן צוגיין דא ביי דעם 'ושום שכל אלו הפסוקים' און מאכט עפעס א מאדנער צוזאמענשטעל. 'פסוקים' מיינט טאקע די נקודות המפסיקות בין פסוק לפסוק, איי וואס האט דאס מיט'ן 'ושום שכל'? דארט גיבט ער א פאר צום 'ויבינו במקרא' און זאגט: "שעל ידיהן אדם 'מבין' המקרא כפי תנועת הטעמים". א] רעדט מען דא פונעם 'ויבינו במקרא אלו פיסוק הטעמים', אדער פונעם 'ושום שכל אלו הפסוקים'? ב] וואס גיבט ער מיר דעם טעם אויפן 'שום שכל' פון 'ויבינו במקרא'? ג] ועוד, ווער רעד דא פון די טעמים? ד] ועוד, וויאזוי וועט ער טייטשן דעם 'ויבינו במקרא זה פיסוק טעמים', אויב דאס גאנצע ליגט שוין אינעם 'ושום שכל'? ה] די ראי' וואס ער ברענגט פון חגיגה, איז דאך קלאר פון פיסוק טעמים און האט גארנישט מיט די פסוקים קיין שייכות.
אזוי צי אזוי, זען מיר איינמאל קלאר פון ר"ן אז די פסוקים והטעמים (פונקטליך וואס דאס איז די 'טעמים', איז אויך נישט אזוי פשוט, ועיי' להלן) זענען פארבינדן איינס מיטן צווייטן. פונקטליך די כוונה דערפון, וואס ער מיינט און פארוואס דאס איז אזוי, וועלן מיר מוזן ווארטן ביז מיר וועלן האבן א פשט אינעם ר"ן ומהלכו.
אבער לאמיר שפאנען אביסל פאראויס צום 'ויבינו במקרא' און אפלערנען וואס דאס טיישט, און שפעטער וועלן מיר צוריק קומען צו דעם ר"ן.
ויבינו במקרא, זה פיסוק טעמים. ואמרי לה, אלו המסורות.
ערשט לאמיר רעדן וועגן 'פיסוק טעמים', און שפעטער צוריק קומען צו דעם ואמרי לה אלו המסורות. קודם, וואס איז דאס לשון 'פיסוק' טעמים, זאג פשוט: 'אלו הטעמים'? דערנאך דארפן מיר וויסן מה זה 'טעמים'? ווי אויך דארפן מיר וויסן וויאזוי עס ליגט אינעם 'ויבינו במקרא'. דעם ערשטן דיוק וועלן מיר דערווייל לייגן אין א זייט (מיר וועלן צוריק דערצו שפעטער), און לאמיר זיך רוקן צום עצם 'פיסוק הטעמים', פירושו וכוונתו. רש"י אין מגילה (שם) טייטש דעם פסקי הטעמים "הנגונות קרויין טעמים". פון די רש"י טייטשן מיר קלאר אז דאס מיינט די היינטיגע טראפן בלע"ז. דער רא"ש אין נדרים (שם ע"ב) לערנט אויך אזוי ווי רש"י אין מגילה, 'לנגן המקראות כהלכתן'. ווייטער אין נדרים (שם ע"א) זאגט רש"י אז 'פיסוק טעמים' טיישט 'ניקוד' וטעמים.
פארוואס רש"י מישט אריין אין טעמים די 'נקודות', ווייס איך נישט. אבער מיר ווערן דערפון געוואויר א נייע זאך, אז דער ניקוד מיט די טעמים זענען געקניפט און געבינדן, און ביידע ליגן אין דעם 'ויבינו במקרא'.
וויאזוי ליגט/ליגן דאס אין פסוק פון 'ויבינו במקרא'? אויף דעם דארפן מיר מעתיק די גמרא אין חגיגה ו' ע"ב (וואס דער ר"ן האט אויבן צוגעצייכנט). בעי רב חסדא, האי קרא היכי כתיב (שמות כד) "וישלח את נערי בני ישראל ויעלו עולות כבשים ויזבחו זבחים שלמים לה' פרים", או דלמא אידי ואידי פרים הוו? למאי נפקא מינה? מר זוטרא אמר, לפיסוק טעמים. רב אחא בריה דרבא אמר, לאומר הרי עלי עולה כעולה שהקריבו ישראל במדבר, מאי פרים הוו או כבשים הוו? תיקו. רש"י, לפסוקי טעמים, בנגינות. אם תאמר שני מינין, צריך אתה לפסוק הטעם של ויעלו עולות באתנחתא כמו שאנו קורין אותו או בזקף קטן, טעם שמפסיק הדבור ממה שלאחריו, ואם מין אחד היה צריך אתה לקרותו באחד משאר טעמים שאין מפסיקין, כגון פשטא או רביע. זען מיר דאך מפורש יוצא, אז די טעמי המקרא, הנקרא בלשונינו טראפ"ן, איז מיוסד אויף צו פארשטיין דעם פשט אין מקרא, דעריבער איז 'ויבינו במקרא' זה 'פיסוק טעמים'.
אגב, לויט די רש"י אין חגיגה פארשטייט זיך שוין עפעס בעסער דאס לשון 'פיסוק' הטעמים. כלומר, אין דעם 'ויבינו במקרא' ליגט צוויי זאכן: איינס, די 'טעמים' זעלבסט, וועלכע גיבן צו פארשטיין דעם מכוון הקרא, אזוי ווי ביי "ורחל באה עם הצאן". ועוד, די 'פיסוק' הטעמים, וואס דאס מיינט די מקומות וואו עס קומען א פיסוק (אן אתנחתא) וואס דאדורך פארשטייען מיר קלארער דעם מכוון הקרא, וכנ"ל ביי דעם פסוק פון די פרים. הגם לפי"ז וואלט די גמרא געדארפט זאגן "ויבינו במקרא, אלו הטעמים ופיסוקן", נישט בלויז 'פיסוק הטעמים'. אדער גיכער 'אלו הטעמים' אליין, און אין דעם וואלט שוין נכלל געווען ביידע סיי הטעמים און סיי פיסוקן? ווייס איך נישט. ועדיין צ"ע).
איידער איך גיי מיך אריין לאזן אין דעם 'מקרא סופרים', וועלכער איז א וויכטיגער חלק צום ענין פון דקדוק, דען דארט ווערן מבואר די נקודות והמבטאים, וויל איך קודם מאכן א תמצית פון ביז אהער.
א] עס איז א מחלוקת האמוראים צי 'פסוקי הטעמים' איז א מענטש מחוייב צו לערנען פונקט ווי מקרא. רב לערנט אז יא, ר' יוחנן לערנט אז נישט.
ב] די חלוקות הפסוקים און די טראפן, וויאזוי זיי זענען מסודר מדור דור, דאס לערנען מיר קלאר ארויס פון די פסוקים "ושום שכל ויבינו במקרא". דאס הייסט אין גמרא שפראך - א לימוד מקרא.
ג] דער ר"ן לערנט אז אין דעם לימוד פון 'ויבינו במקרא' אויף די חלוקת הפסוקים, איז נכלל אז די טעמים זענען פארבינדן מיט די חלוקת הפסוקים.
ד] רש"י (בלויז אויף איין פלאץ) לערנט אז דער ניקוד איז א חלק פון די טעמים, והיינו הך, און עס ליגט אינעם לימוד פון 'ויבינו במקרא'.
וואס בלייבט מיר שווער איז: 1] וואס אזוי לערנט דער ר"ן דעם 'ויבינו במקרא אלו פסוקי הטעמים'? 2] וואס איז כוונת רש"י (שם בעמוד א') אין די ווערטער "ניקוד וטעמים?" אז ער זאל מיינען פשטות די נקודות קמץ, פתח וכו', איז נישט מסתבר, מחמת צוויי סיבות. קודם, די גמרא זאגט אויף 'ויבינו במקרא' אלו 'פסוקי הטעמים' און גארנישט מיט קיין נקודות. דערנאך, ווי מיר וועלן זען שפעטער זענען די נקודות והברות, וויאזוי זיי דארפן אויסגעלייגט ווערן וכדומה, לכאורה אין כלל פון 'מקרא סופרים', וועלכע איז נישט מכח דעם לימוד נאר אלס הלכה למשה מסיני. מיר וועלן צו די זאכן צוריק קומען שפעטער, ביים שמועס פון 'מקרא סופרים'. (3] אויך זענען מיר געבליבן הענגען פארוואס די חלוקי פסוקי התורה ווערן אנגערופן בלשון ושום 'שכל').
הו... הא... כ'זע אז א היבשער עולם דרימלט שוין אינגרויסן, בעת ווען א גרויס חלק האלט זיך שוין איין די נערוועזקייט... ס'שוין צו א לאנגער שיעור בהעלם אחת. נו רבותי, מה ראה אסתר להימלך על קכ"ז מדינות?
נו, איך הויב שוין אויך אן צו ווערן הייזעריק. מיינסט איך קאן מיך ערלויבן צו רעדן צו מתנמנמים? דעריבער - המשך יבוא, בלי נדר.

...פיסוק טעמים דאורייתא הוא, דא"ר איקא בר אבין אמר רב חננאל אמר רב מ"ד (נחמיה ח ח) "ויקראו בספר תורת האלהים מפורש ושום שכל ויבינו במקרא?"
ויקראו בספר תורת האלהים - זה מקרא.
מפורש - זה תרגום.
ושום שכל - אלו הפסוקים.
ויבינו במקרא - זה פיסוק טעמים. ואמרי לה, אלו המסורות.
אמר רבי יצחק, מקרא סופרים ועיטור סופרים, וקריין ולא כתיבן וכתיבן ולא קריין, הלכה למשה מסיני.
מקרא סופרים – ארץ, שמים, מצרים.