"איבער הויפט". און "פארלויפיק".
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
"איבער הויפט". און "פארלויפיק".
שלום צו די אלע שפרך-וויסנשאפטלערס
איך האב דא צוויי ווערטער וואס איך וויל וויסן זייער באדייטונג. "איבער הויפט". און "פארלויפיק".
און דא זיינען זי זאצן וואס בלאנגען צו די ווערטער.
און דאס איז גאנץ נאטורלעך, דען דער נייער דור וועלכער איז אבסאלוט אפגעפרעמדעט פון דער תורה, פארשטייט עס "איבער הויפּט" נישט צו וואס מען דארף תורה.
יידן דארפן האבן ארץ ישראל און זיי האבן עס "פארלויפיק" נאך נישט.
אפילו אין די מדינות וואס זיינען נאך "פארלויפיק" לפי שעה אימשטאנד צו געבן געלט.

ישראל
ר' ישראל,
קודם, מיר וועלן זיך ברויכן צוגעוואונען צו אייער דיאלעקט און אויסלייג, דען עס איז נישט אינגאנצן אייניג צו אונזער 'היימיש-יידיש' ווי מען רופט עס.
צו פארשטיין געבן די אפטייטש פון די צוויי דערמאנטע טערמינען וועלכע מען שרייבט אין אונזערע קרייזן 'איבערהויפט' און 'פארלייפיג' וועל אייך עס געבן אין לשה"ק און און ענגליש.
איבערהויפט = ESPECIALLY = (בבטח)
פארלייפיג = דערווייל - לעת-עתה - SO FAR

יישר כח אוף אייער ענטפער.
מיר זעט אויס וואס ר' יעקב מילער האט געשריבן. עס גייט אריין בעסער אין די ווערטער.
מיין אויסלייג און דיאלעקט איז א ביסל אנדערש פון אייך. ווייל איך האב אליין געלערענט יידיש. איך רעד נישט יידיש פון שטוב.
מיין זיידע געווען א פוילישער און האט געוואוינט אין אמעריקע ברוקלין. און בין געוואקסן אין ארץ ישראל. איך רעד העברעיש (מאמע לשון) יידיש אליין געלערענט פון ספרים. אין ענגליש רעד איך א ביסל, און פארשטיי מער פון וואס איך רעד.

ר' יעקב
יא, מיין זיידע איז געקומען קיין אמעריקע פאר דער קריג. ער איז געקומען אלס בר מצוה בחור מיט זיי פאמיליע פון לאדז.
דאס איז געווען אין אן ערך פון אכציק יאר צוריק.
ער האט געהייסן שלמה יוסף רויטמאן. ער האט געהאט א בת יחידה, דאס איז מיין מאמע שתחי'. זי איז ארויף קיין ארץ ישראל נאך איר חתונה, איך בין געווען דעמאלסט 2 יאר אלט.

איך ווייס נישט ווער איז חזן רויטמאן. איך ווייס נאר אז נאר דער קריג זיין טאטע ר' ברוך האט געזוכט די איבערבלייבן פון זיין משפחה. און איך האב נישט געהערט אז מיין מאמע האט דערמאנט א קרוב בשם חזן רויטמאן. (אויב דער חזן רויטמאן שטאמט פון לאדז אדער פון ראדאם וואס פון דארטן שטאמן די פאמיליע רויטמאן פון מיין זיידן, איז ווערט מברר צו זיין)
מיין זיידע איז געווען א חסידעשער ייד, ער האט מיר דערציילט (סוף ימיו ער האט געוואוינט אין ארץ ישראל) אז זיין טאטע געווען אין פוילן אן אפטער חסיד. אין אמעריקע לויט מיין געדאנק ער פלעגט דאווענען (איך ווייס נישט וויפיל יארן ) אין באבאב. דאך זיך מיר בארא פארק.

יישר כחך פאר די נוצליכע אינפארמאציע,
איך זוך אינפארמאציע אויף די ברודער הרבנים ר' משה פערלמוטער דומ"ץ לאדז און ר' אברהם צבי פערלמוטער אב"ד ראדאם וראב"ד ווארשא, דאס איז גענוי די צוויי שטעט וואס איר דערמאנט אלס אן אפשטאמיגער, אפשר קענט איר מברר זיין עפעס אויף די דערמאנטע רבנים.
[דער אשכול פארפארט אביסל, פילייכט וועלן מיר שפעטער מאכן סדר]

- אינטעליגענט
- שר חמש מאות
- תגובות: 877
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm
מיללער האט געשריבן:דאס איז משפחה מיט חזן רויטמאן?
israel האט געשריבן:איך ווייס נישט ווער איז חזן רויטמאן. איך ווייס נאר אז נאר דער קריג זיין טאטע ר' ברוך האט געזוכט די איבערבלייבן פון זיין משפחה. און איך האב נישט געהערט אז מיין מאמע האט דערמאנט א קרוב בשם חזן רויטמאן. (אויב דער חזן רויטמאן שטאמט פון לאדז אדער פון ראדאם וואס פון דארטן שטאמן די פאמיליע רויטמאן פון מיין זיידן, איז ווערט מברר צו זיין)
דער חזן רויטמאן [דוד רויטמאן] איז געבוירן און אויפגעוואקסן אין א שטעטל אין רוסלאנד דרעזשנקע נאנט צו אדעסא, זיין פאטע איז געווען א טאלנער חסיד, און דער נאמען דוד איז טאקע נאך ר' דוד טאלנער זצ"ל.
ר ' יעקב
איך ווייס נישט וועגן די צוויי רבנים. איך בין נישט בקי אין נעמען און ק"ו אין ביאגראפיע פון רבנים.
איך האב געזוכט א ביסל אין דעם אינטערנעט. איך האב געפונען דעם לינק. קען זיין דו האסט שוין געזען דאס.
http://www.algemeiner.com/generic.asp?p ... ue&id=2053

איבערהויפט
איך האב געפונען אין א ספר אויף יידיש דאס שטיקל, וואס דארט דערשיינט צוויי מאל דאס ווארט "איבערהויפט.
פאר ימים נוראים, דארף מען זיך אנהייבן צו-גרייטן מיט תשובה און מעשים טובים. – דער חזן, איבערהויפט זיינע משוררים הייבן זיך אן מסדר זיין די תפלות, מיט זייער געזאנג, מיט אכט וואכן פאר ימים נוראים. און פאר וועמען איז ער זיך מסדר? געוויס נישט בלויז פאר גאט, נאר איבערהויפט פאר מענטשן היינט אז ער איז זיך אזוי מסדר פשר מענטשן, ביי זיי אויסצונעמען.
דער טייטש דארטן קען זיין ווי קערמער: בפרט. און ווי מילער: לבטח. אדער מ'קען טייטשן בעיקר.

מיללער האט געשריבן:איבערהויפט = ESPECIALLY = (בבטח)
עס איז גאר מעגליך אז דאס איז דער באדייט פונעם ווארט אין אייער דיאלעקט, אבער אין אונזער רייסנער דיאלעקט מיינט עס "בכלל" (דער מיין איז ניט "בכלל" ווי "אין אלגעמיין", נאר "בכלל" ווי דעם ענגלישן "at all". ווי צום ביישפּיל "ער ווייסט איבערהויפט ניט וואס ער רעדט").
אזוי זעהט אויס דער באדייט אויך אינעם זאץ וואס דער עפענער פון דיעזער אשכול האט ציטירט.
מיללער האט געשריבן:קרעמער'ל,
'לכאורה' איז 'אויבנאויף'
בא אונז קאן מען אויך זאגן "אין פלוג", אדער פּראסט "לכאורה"...
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10239
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש