אויתיות השימוש= עֶ – אַ – אָ - וֹי – וּ - ייֵ
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2008 1:14 am
אין אמאליגע ספרים פון ראשונים (למשל לעזי רש"י אין פראנצויזיש) און אפילו נאך פריער ווי אין מדרשים פון חזל (גריכיש, רוימיש), ווען זיי האבן זיך באנוצט מיט פרעמדע ווערטער האבן זיי קיינמאל נישט גענוצט דעם אות השימוש וואס גיבט די נקודה - למשל ע' פאר סֶגול, א' פאר קָמץ אדער פַּתח, וֹי' פאר חולם, יֵי' פאר צירי, וכדומה.
ווידער אין די לעצטערע ספרים צי אין תלמידי בע"ש צי אין לעצטערע תשובה ספרים טרעפן מיר שוין מער ווי די אידישע ווערטער ווערן אויסגעלייגט מיט די שימוש אותיות ווי: עֶ עֶי אָ אָ וֹי וּ ייֵ וכו'.
ווידער האט מען ארויסגענומען געוויסע אויתיות פונעם אידישן לעקסיקון אין דער צייט וואס זיי פיגורירן אנע פראבלעמען אינעם לשה"ק לעקסיקון. למשל וו' אנשטאט דעם ב' [אנע פינטל], דער ח' אנשטאט דעם כ' [אנע פינטל] און נאך געציילטע.
מיר איז יעצט אינטערעסאנט צו וויסן ווען די אידישע שפראך האט זיך אפיציעל איינגעגלידערט מיט אט די שימושים. דוכט זיך אז מען זעהט עס מער ביי די אונגארישע ספרים.. ווי ביי די רוסישע, פוילישע וכדומה.
און בכלל, וואס איז דער ענין וואס ביי לשון הקודש איז נישטא קיין 'אותיות השימוש' נאר בלויזע 'נקודות', אנדערש ווי אלע אנדערע שפראכן.
אין אר"י בעצם וועט מען זען אסך ספלינג טעותים ווען מען שרייבט דארט אידיש, דאס איז צוליב וואס זיי זענען געוואוינט צו לשון הקודש [ליין: העברעאיש להבדיל] וואס מען נוצט נישט די שימושים אזוי אפט, דערפאר קענען זיי שרייבן "שבמל פון קרטשמה", ערנסטרהייט כאילו לא היה.
מאשקע איז דארט א פשוטער מושקה, און קרמר נישט מער ווי דאס, מילר דרוקט דארט סידורים, אלתר בחור איז א געהעריגע נאמען, זרח פפר ציפט נישט אזוי שטארק, טאכדוט איז א הכשר, און איכהר ינוש איז גארנישט שלעכט פאר א פרעזידענטקע.