אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אפטע "טעיות!" אין עברי און דקדוק

תגובהדורך גרשון » דינסטאג יולי 07, 2020 4:12 pm

זיידע ומומחה האט געשריבן:טעותים אין דעפ קעפיל איז נישט קיין טעות?

פון די שאלות וואס ווערן אויפגעברענגט דא אחת לשלשה ירחים...

אין אידיש זאגט מען טעותים, נישט טעיות. אין לשה"ק איז ריכטיג טעיות, אבער טעותים איז נישט דער ערגסטער טעות, פונקט ווי מ'זאגט נשים אויפ'ן פלאץ פון נשות.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך גרשון » דינסטאג יולי 07, 2020 4:14 pm

ווייסעכנישט גארנישט האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:זייער אסאך מאל באלט מען זיך נישט אזוי שטארק צום לשון הכתוב בדיוק רב

אט אזוי. דאס איז דאך דער שמועס דא!

ווי וואונדערליך, ס'וועט על פי רוב זיין אין נ"ך, נישט אין חומש, און די וואס זענען אין חומש וועלן קיינמאל נישט זיין פאר שני...

ווי למשל די פסוק כמים הפנים לפנים, וואס גרשון האט ציטירט אז מ'איז זיך טועה כמים פנים אל פנים, טרעפט מען עס אזוי אין צענדליגע ספרים, לדוגמא (נאך א סעירטש אין dbs): שפע טל, של"ה, גר"א, הפלאה, חת"ס, און נאך צענדליגע ספרי חסידות.

אז מ'רעדט שוין פון דעם פסוק, קוק אריין אין תרגום, וועסטו זען דארט א משנה אין פרק חלק -- א פשט וואס דו האסט נאך מסתמא נישט געהערט.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
איינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך איינס » דינסטאג יולי 07, 2020 4:15 pm

וועלכע פסוק
אל תתעלם?..
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך גרשון » דינסטאג יולי 07, 2020 4:24 pm

איינס האט געשריבן:וועלכע פסוק
אל תתעלם?..

כמים הפנים לפנים, אין משלי כז.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 12:22 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך תמימות'דיגער » דינסטאג יולי 07, 2020 5:24 pm

אפשר שוין געשטאנען דא: בעלי דרשנים שטייען אלול מיט א רויטע נאז און שרייען 'היתקע שופר בעיר והעם לא יחרדו'.

באמת שטייט (עמוס) 'אם יתקע שופר בעיר ועם לא יחרדו'.
כ'בין א תם - נישט א נער

אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 12:22 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך תמימות'דיגער » דינסטאג יולי 07, 2020 5:26 pm

והאספסוף אשר בקרבו התאוו תאוה. דער אל"ף פון 'והאספסוף' האט קיין נקודה.
כ'בין א תם - נישט א נער

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24051
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יולי 07, 2020 5:32 pm

זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

להודות
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך להודות » דינסטאג יולי 07, 2020 6:25 pm

.
לעצט פאראכטן דורך להודות אום דינסטאג יולי 07, 2020 6:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך גרשון » דינסטאג יולי 07, 2020 6:42 pm

להודות האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון דעם פסוק, קוק אריין אין תרגום, וועסטו זען דארט א משנה אין פרק חלק

גערעכט, ס'איז א ברייתא אין ברכות נח, א.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

להודות
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך להודות » דינסטאג יולי 07, 2020 6:48 pm

רב טקסט האט געשריבן:בפשטות איז דער חילוק צווישן אל און לא, אז אל וועט נאר ווערן גענוצט פאר א ציווי\בקשה, משא"כ לא ווערט גענוצט להודעה, אז עפעס איז נישט געווען, גייט נישט זיין וכו'.
די זעלבע ווי דער חילוק צווישן, עֲשֵׂה און תַעֲשֶׂה.

לכאורה פעלט עפעס פרטים צו דער חילוק. אסאך לאוין שטייען בלשון לא.
דאכט זיך אויך דער גבול צווישן ציווי און עתיד (עשה ותעשה) איז נישט אזוי קלאר אין די תורה. אסאך מצוות שטייען בלשון עתיד (למשל, תאכל מצות).

איך ווייס אז אין ספרי דקדוק זוכט מען חילוקים און איך גיי נישט יעצט נאכקוקן.
איך זאג נאר ס'איז נישט אזוי פשוט.

להודות
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך להודות » דינסטאג יולי 07, 2020 6:52 pm

יעצט גיי צוריק פליז, פאררעכט די אריגינעל טעות און מ'קען אויסמעקן די גאנצע שקו"ט.
לעצט פאראכטן דורך להודות אום דינסטאג יולי 07, 2020 7:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך גרשון » דינסטאג יולי 07, 2020 6:54 pm

להודות האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון דעם פסוק, קוק אריין אין תרגום, וועסטו זען דארט א משנה אין פרק חלק

גערעכט, ס'איז א ברייתא אין ברכות נח, א.

דו האסט געמיינט די משנה אין סנהדרין סופ"ד.

גוט צוגעטראפן! אבער יעצט ווען כ'האב עס איבערגעקוקט, האב איך געזען אז דארט שטייט נאר דער "כשם שאין פרצופיהן שוות", אן דעם אויספיר.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

להודות
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך להודות » דינסטאג יולי 07, 2020 6:58 pm

גרשון האט געשריבן:אין פסוק שטייט "לא" און פארטיג. "אל" איז נישט קיין אויסבעסערונג, נאר א גרייז און אן אי-דיוק

ג"א מצטרף להנ"ל.

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך מיגו » דינסטאג יולי 07, 2020 7:20 pm

להודות האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:אין פסוק שטייט "לא" און פארטיג. "אל" איז נישט קיין אויסבעסערונג, נאר א גרייז און אן אי-דיוק

ג"א מצטרף להנ"ל.

אני לא מצטרף…

"אי-דיוק" מיילע אבער גרייז? ספעציעל אז אין ספרים ווערן די לשונות אזוי אראפגעברענגט זאגט מען נישט אז ס'איז א גרייז, כנלע"ד
ווען איך שרייב היינט א צעטיל פאר א צוועק וואלט איך געשריבן "אל תתעלם" און ווען דער בעל דרשן זאגט "היתקע שופר בעיר והעם לא יחרדו" דארף ער ניטאמאל וויסן וואס דער לשון הפסוק איז, ער לערנט נישט יעצט עמוס און ער ליינט נישט פאר די הפטרה, דער מימרא איז א מקור פאר זיך.

א צייט צוריק האב איך געשריבן איבער דעם סתם לשם זיך מאכן באקאנט מיט געוויסע פסוקים
viewtopic.php?p=1779485#p1779485 און מאנכע זענען געווען אויס מענטש אז ס'איז נישט אין די טעותים אשכול און מ'האט עס אהערגעפירט אבער איך מיין ס'איז א טעות, דאס איז נישט קיין טעות… א טעות איז עפעס וואס מ'דארף פאררעכטן אבער פסוקים וואס מ'נוצט נישט אין דאווענען אדער ליינען און די וועלט זאגט אזוי איז אין בעסטן פאל אינטערעסאנט צו וויסן די ריכטיגע אויסלייג.

וטעות לעולם חוזר (נישט חוזרת)

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך רב טקסט » מאנטאג יולי 13, 2020 4:45 pm

להודות האט געשריבן:לכאורה פעלט עפעס פרטים צו דער חילוק. אסאך לאוין שטייען בלשון לא.
דאכט זיך אויך דער גבול צווישן ציווי און עתיד (עשה ותעשה) איז נישט אזוי קלאר אין די תורה. אסאך מצוות שטייען בלשון עתיד (למשל, תאכל מצות).

איך ווייס אז אין ספרי דקדוק זוכט מען חילוקים און איך גיי נישט יעצט נאכקוקן.
איך זאג נאר ס'איז נישט אזוי פשוט.

איך גיי שוין נאכדעם, וואס מען קען זאגן א ציווי אויך בלשון עתיד, אבער דאך איז דא א לשון וואס ווערט גענוצט דייקא נאר פאר א ציווי.

נאר איין זאך, עשה\תעשה, ועט מען געפונען די לשון ציווי נאר ממש ביי א ציווי, וואס איז ווי פארשטנעדליך אלעמאל לנוכח.
משא"כ לא\אל וועט מען געפונען אל אויך ביי א נסתר, אזויווי אל יתן למוט רגלך, וכדומה. עס איז אבער דאך בדרך ווינטש. ווען מען איז מודיע איבער א אומגעוואונטשענע עתיד וועט מען עס דוכט זיך נישט נוצן.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך גרשון » מאנטאג יולי 13, 2020 4:56 pm

רב טקסט האט געשריבן:

"אל יתן למוט רגלך אל ינום שומרך" וואלט איך נישט געטייטשט אלס וואונטש, נאר אלס סיפור הדברים פונעם עתיד. אין אידיש איז עס "וועט", נישט "זאל".

דאס זעלבע ביים בענטשן, "ואל יחסר לנו מזון לעולם ועד." ס'פאסט נישט דא קיין בקשה, ווייל מ'האלט אינמיטן דאנקען און דערנאך גייט ווייטער די הודאה. ס'איז ענדערש א שבח אז מיר זענען פארזיכערט אז ס'וועט אונז קיינמאל נישט פעלן קיין שפייז.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24051
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 13, 2020 5:08 pm

גרשון האט געשריבן:דאס זעלבע ביים בענטשן, "ואל יחסר לנו מזון לעולם ועד." ס'פאסט נישט דא קיין בקשה, ווייל מ'האלט אינמיטן דאנקען און דערנאך גייט ווייטער די הודאה. ס'איז ענדערש א שבח אז מיר זענען פארזיכערט אז ס'וועט אונז קיינמאל נישט פעלן קיין שפייז.

פארהאן מפורשים אויף ביידע וועגן.

הגם, אין עמקות איז ל' שבח אז מיר זענען בטוח אז אל יחסר ריכטיגער, ואכמ"ל.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך רב טקסט » מאנטאג יולי 13, 2020 5:12 pm

ריכטיג.
טאקע דערפאר האב איך צוגעענדיגט אז מען וועט עס דוכט זיך נישט נוצן ביי א אומגעוואונטשענע זאך. און דאס איז לכאורה דער עיקר.

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך זאג א גוטס » מאנטאג יולי 13, 2020 5:19 pm

לא תירא מפחד לילה
אל תירא מפחד פתאום
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך מאנסי געבוירענער » מאנטאג יולי 13, 2020 6:51 pm

גרשון האט געשריבן:דאס איז א שטח וואס כ'האב מיך שוין אסאך מאל איינגעהאלטן פון אויפברענגען, ווייל ס'איז כמעט נישט דא קיין בעל דרשן וואס ציטירט פסוקים ריכטיג. סיידן די וואס קענען תנ"ך.

"כמים פנים אל פנים" -- ווער ווייסט, אן אריינקוקן פארשטייט זיך, וואס איז שלעכט מיט דעם ציטאט?

מיט וואסערע נקודה מיינסטו? ספעלינג?
#אזוי גאר!!! 2020

געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!

לכאורה האט געשריבן:
כ'באקום אויף די שעה..

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך גרשון » מאנטאג יולי 13, 2020 7:17 pm

מאנסי געבוירענער האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:דאס איז א שטח וואס כ'האב מיך שוין אסאך מאל איינגעהאלטן פון אויפברענגען, ווייל ס'איז כמעט נישט דא קיין בעל דרשן וואס ציטירט פסוקים ריכטיג. סיידן די וואס קענען תנ"ך.

"כמים פנים אל פנים" -- ווער ווייסט, אן אריינקוקן פארשטייט זיך, וואס איז שלעכט מיט דעם ציטאט?

מיט וואסערע נקודה מיינסטו? ספעלינג?

אין פסוק (משלי כז, יט) שטייט "כמים הפנים לפנים".
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5369
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך דריידל » דינסטאג יולי 14, 2020 10:55 pm

בהל עת יהיו בגדיך לבנים - אסאך זאגן מיט א צירי אינטערן בית.

האחיכם יצאו למלחמה ואתם תשבו פה. כאפסט די טעות? (די וואכעדיגע סדרה)

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2950
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך ויתן לך » דינסטאג יולי 14, 2020 11:03 pm

והשלכתי רעב בארץ לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה'
2 טעותים
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך מיגו » דינסטאג יולי 14, 2020 11:12 pm

ויתן לך האט געשריבן:והשלכתי רעב בארץ לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה'
2 טעותים

איך ווייס נישט וואס א טעות אין עברי דו מיינסט אבער די טייטש און די מובן וואס איז באקאנט איז א שוין איינמאל טעות.

דאס זיינען נישט קיין דברי נחמה נאר דוקא דברי תוכחה

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך גרשון » דינסטאג יולי 14, 2020 11:19 pm

דריידל האט געשריבן:בהל עת יהיו בגדיך לבנים - אסאך זאגן מיט א צירי אינטערן בית.)

מלשון ציגל...
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט