אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שחת

תגובהדורך גרשון » מאנטאג יוני 22, 2020 10:48 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
זעירא האט געשריבן:אין אלע תהילים'ס שטייט מיט א קמץ

אלע? האסטו אביסל.
וויניציע שצ"ו
[/url][/url]

האבעך געגעבן א בליק אויף דעם בלאט און תיכף געטראפן 5 (!) טעותים (ווער קען צוטרעפן). קיין ספר מוגה איז עס נישט!

כ'האב עס יעצט איבערגעקוקט. ס'זענען דא אסאך מער ווי פינף. אבער דער וועלכער האט מיך געמאכט אויספלאצן אין א געלעכטער איז "ותאזרני שִׁמְךָ"...

נאך א גרויסער טעות איז אז ס'פעלט דער שם פון "ארוממך [ה'] כי דיליתני". די איבריגע זענען מיט די נקודות, קמץ אנשטאט פתח, שׁ' אנשטאט שׂ', אא"וו. אין דעם פסוק זעלבסט שטייט "היָגיד אמיתך", מיט א קמץ.
לעצט פאראכטן דורך גרשון אום דינסטאג יוני 23, 2020 10:59 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5037
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: שחת

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג יוני 22, 2020 11:03 pm

גרשון האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
זעירא האט געשריבן:אין אלע תהילים'ס שטייט מיט א קמץ

אלע? האסטו אביסל.
וויניציע שצ"ו
[/url][/url]

האבעך געגעבן א בליק אויף דעם בלאט און תיכף געטראפן 5 (!) טעותים (ווער קען צוטרעפן). קיין ספר מוגה איז עס נישט!

כ'האב עס יעצט איבערגעקוקט. ס'זענען דא אסאך מער ווי פינף. אבער דער וועלכער האט מיך געמאכט אויספלאצן אין א געלעכטער איז "ותאזרני שִׁמְךָ"...

נאך א גרויסער טעות איז אז ס'פעלט דער שם פון "ארוממך [ה'] כי דיליתני". די איבריגע זענען מיט די נקודות, קמץ אנשטאט פתח, שׁ' אנשטאט שׂ', אא"וו. אין דעם פסוק זעלבסט שטייט "היָגיד אמיתך", מיט א קמץ.

:o

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5368
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך דריידל » מאנטאג יולי 06, 2020 11:32 am

די הפטורה פאריגע וואך (פרשת בלק) ענדיגט זיך והצנע לכת עם אלקיך. די עי"ן פון והצנע האט א פתח אבער אסאך זאגן עס נישט ארויס. אונזער בעל מפטיר די וואך האט טאקע מסיים געווען די הפטורה הויך "וְהַצְנֵ לֶכֶת עִם אֱלֹקֶיךָ".

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2950
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך ויתן לך » מאנטאג יולי 06, 2020 11:35 am

כל פעל ה' למענהו, די ל' פון למענהו קומט מיט א פתח
עין לא ראתה אלקים זולתך, די ת' פון זולתך איז א שבא
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך גרשון » מאנטאג יולי 06, 2020 11:54 am

דאס איז א שטח וואס כ'האב מיך שוין אסאך מאל איינגעהאלטן פון אויפברענגען, ווייל ס'איז כמעט נישט דא קיין בעל דרשן וואס ציטירט פסוקים ריכטיג. סיידן די וואס קענען תנ"ך.

"כמים פנים אל פנים" -- ווער ווייסט, אן אריינקוקן פארשטייט זיך, וואס איז שלעכט מיט דעם ציטאט?
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע: א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך חכם ממה נשתנה » מאנטאג יולי 06, 2020 11:57 am

גרשון האט געשריבן:דאס איז א שטח וואס כ'האב מיך שוין אסאך מאל איינגעהאלטן פון אויפברענגען, ווייל ס'איז כמעט נישט דא קיין בעל דרשן וואס ציטירט פסוקים ריכטיג. סיידן די וואס קענען תנ"ך.

"כמים פנים אל פנים" -- ווער ווייסט, אן אריינקוקן פארשטייט זיך, וואס איז שלעכט מיט דעם ציטאט?

;l;p-
חכם מה הוא אומר.. (הגדה של פסח)

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5368
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך דריידל » מאנטאג יולי 06, 2020 12:07 pm

ומבשרך אל תתעלם. ווער ווייסט וואס איז ראונג?

אוועטאר
איינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך איינס » מאנטאג יולי 06, 2020 1:44 pm

דריידל האט געשריבן:ומבשרך אל תתעלם. ווער ווייסט וואס איז ראונג?

נישט ראנג
ונגד הכסות מבשרך אל תתעלם לא יהיה זה דומה אצלך כאילו אתה גוזל את בשרך על בשר חוצה לך רק כאילו נתתו על בשרך, כי כל בני אדם הם בשר אחד:
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5368
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך דריידל » מאנטאג יולי 06, 2020 2:01 pm

איינס האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ומבשרך אל תתעלם. ווער ווייסט וואס איז ראונג?

נישט ראנג
ונגד הכסות מבשרך אל תתעלם לא יהיה זה דומה אצלך כאילו אתה גוזל את בשרך על בשר חוצה לך רק כאילו נתתו על בשרך, כי כל בני אדם הם בשר אחד:

האסט נאכגעקוקט אין פסוק אדער בלויז געגוגלט? אסאך ספרים ברענגן טאקע נישט גוט אראפ די פסוק

אוועטאר
איינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך איינס » מאנטאג יולי 06, 2020 2:03 pm

מלבים אויפן פסוק

יא כהאב געגוגלט...

איך האב עס געברענגט ווייזנדיג אז נישט אייביג איז עס א טעות,
למשל דט על פי כללי הדקדוק דארף מען זאגן אל און נישט לא, אין פסוק שטייט טאקע לא אבער מנוצט אל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך גרשון » מאנטאג יולי 06, 2020 2:22 pm

איינס האט געשריבן:מלבים אויפן פסוק

יא כהאב געגוגלט...

איך האב עס געברענגט ווייזנדיג אז נישט אייביג איז עס א טעות,
למשל דט על פי כללי הדקדוק דארף מען זאגן אל און נישט לא, אין פסוק שטייט טאקע לא אבער מנוצט אל

וואס איז דער חילוק צווישן אל און לא?

אויב ס'שטייט אזוי אין פסוק, איז ריכטיג צו עס ציטירן ווי אזוי ס'שטייט, אפגעזען דעם כלל. די נקודה איז אז רוב מענטשן לערנען נישט אינעווייניג, נאר זאגן נאך איינער פון צווייטן, און דעריבער האט עס אזא פנים.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
איינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך איינס » מאנטאג יולי 06, 2020 2:23 pm

דער מלבים האט אויך געהאט אזא פנים?!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

Re: Re:

תגובהדורך מיגו » מאנטאג יולי 06, 2020 2:28 pm

farshlufen האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:אלטע סידורים זענען בפירוש נישט געווען אויסג'האלטן אין דקדוק.
זוך אין ספרים מדוקדקים.

זאגט ווער?

פריערדיגע פוסקים האבן נישט אזוי געהאלטן.

נאר אז סידורים המסורים ביד כל מדפיס זענען מער באגלייבט ווי ספרים מדוקדקים?

צב"ש וועלכער פוסק?

אטו כי רוכלא ליזיל? ואין עתי בידי, אבער אויף איין פוס געדענק איך, דער הייליגער ב"ח אויף כמה וכמה מקומות. דער יעב"ץ איבעראל אין לוח ארש ועוד, ער וועט ענדערש גיין אין א דוחק צו פארענטפערן א פריערדיגער נוסח און נישט משנה זיין.

והדברים ידועים.


"ענדערש גיין אין א דוחק צו פארענטפערן א פריערדיגער נוסח און נישט משנה זיין"
נישט משנה זיין אויף וועלכע יסוד?
אוודאי ווען דער דיון איז משנה צו זיין מכח סברא איז דער נוסח המקובל שטארקער, אבער האבן זיי אויך אזוי געזאגט ווען דער שינוי פונעם מקובל איז געבויעט אויף א פריערדיגער נוסח אדער נוסחי דווקני?

איך פרעג נאר

להודות
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך להודות » מאנטאג יולי 06, 2020 2:38 pm

ויתן לך האט געשריבן:עין לא ראתה אלקים זולתך, די ת' פון זולתך איז א שבא

און די א' פון ראָתה איז א קמץ

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך גרשון » מאנטאג יולי 06, 2020 2:40 pm

איינס האט געשריבן:דער מלבים האט אויך געהאט אזא פנים?!

לא דק. אוודאי איז עס נישט די גרעסטע עבירה ווען דער משמעות ווערט נישט פארענדערט דורכדעם, אבער ס'איז זיכער חשוב'ער ווען מ'איז יא מדייק, איבערהויפט ווען חז"ל דרש'ענען אויף יעדן מלא וחסר תילי תלים.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
איינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך איינס » מאנטאג יולי 06, 2020 2:42 pm

לא דק?!
דארט אויפן פלאץ?
מילא במקום אחר אבער דארט אויפן פסוק האט ער געמאכט א טעות?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך גרשון » מאנטאג יולי 06, 2020 2:43 pm

איינס האט געשריבן:לא דק?!
דארט אויפן פלאץ?
מילא במקום אחר אבער דארט אויפן פסוק האט ער געמאכט א טעות?

אלא מאי? ישעיה הנביא האט געמאכט דעם טעות?
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
איינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך איינס » מאנטאג יולי 06, 2020 2:45 pm

על פי דקדוק שטומט מער אל תתעלם

האב איך נישט מיין קאפ צו מאריך זיין
אבער מאך א סיראטש איבער אל און לא
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך גרשון » מאנטאג יולי 06, 2020 2:47 pm

איינס האט געשריבן:על פי דקדוק שטומט מער אל תתעלם

האב איך נישט מיין קאפ צו מאריך זיין
אבער מאך א סיראטש איבער אל און לא

און אויב ס'שטימט בעסער "בראשונה ברא אלקים" גייסטו פון היינט און ווייטער אזוי זאגן?

אין פסוק שטייט "לא" און פארטיג. "אל" איז נישט קיין אויסבעסערונג, נאר א גרייז און אן אי-דיוק -- אפילו אויב איז ריכטיג אז ס'איז מער אויסגעהאלטן.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
איינס
שר ששת אלפים
תגובות: 6139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך איינס » מאנטאג יולי 06, 2020 2:49 pm

בין איך מחלק (צווישן די צוויי דוגמאות) און מחולק בכלל
זייער אסאך מאל באלט מען זיך נישט אזוי שטארק צום לשון הכתוב בדיוק רב
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך גרשון » מאנטאג יולי 06, 2020 2:53 pm

איינס האט געשריבן:זייער אסאך מאל באלט מען זיך נישט אזוי שטארק צום לשון הכתוב בדיוק רב

אט אזוי. דאס איז דאך דער שמועס דא!

ווי וואונדערליך, ס'וועט על פי רוב זיין אין נ"ך, נישט אין חומש, און די וואס זענען אין חומש וועלן קיינמאל נישט זיין פאר שני...
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5368
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך דריידל » מאנטאג יולי 06, 2020 2:54 pm

יעצט געטראפן אן אנדערע אשכול וואס איז נוגע אהער.

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=131319#p131319
אי זעה אז דארט האב איך אנגעצייכנט נאך א טעות: והיה כנגן המנגן ותהי עליו רוח אלקים.

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך רב טקסט » מאנטאג יולי 06, 2020 3:01 pm

בפשטות* איז דער חילוק צווישן אל און לא, אז אל וועט נאר ווערן גענוצט פאר א ציווי\בקשה, משא"כ לא ווערט גענוצט להודעה, אז עפעס איז נישט געווען, גייט נישט זיין וכו'.
די זעלבע ווי דער חילוק צווישן, עֲשֵׂה און תַעֲשֶׂה.

אין פסוק ומבשרך לא תתעלם, איז עס בפשוטו טאקע נישט קיין ציווי, נאר ענדערש א התניה, עי"ש.
ואעפ"כ ברענגט מען עס בנוסח הציווי, ווייל דארט זעהט מען אז אזוי ברויך מען זיך פירן. ועל דרך השינויים המצויים בספרים הקדושים ואפי' בדברי רז"ל בהעתקת פסוקים לפעמים.

און אז עס מאכט זיך מתוך הרגילות אז א פרשן אויפן פלאץ ברעגט עס אזוי, איז עס מן הסתם אויך א שיגרא דלישנא.

______________
* כתבתי בפשטות, ווייל לפי זכרוני איז פארהאן ערגעץ א רש"י נישט אזוי. כ'געדענק אבער נישט איה מקום כבודו.

ווייסעכנישט גארנישט
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2019 6:51 pm

Re: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק

תגובהדורך ווייסעכנישט גארנישט » דינסטאג יולי 07, 2020 1:18 pm

גרשון האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:זייער אסאך מאל באלט מען זיך נישט אזוי שטארק צום לשון הכתוב בדיוק רב

אט אזוי. דאס איז דאך דער שמועס דא!

ווי וואונדערליך, ס'וועט על פי רוב זיין אין נ"ך, נישט אין חומש, און די וואס זענען אין חומש וועלן קיינמאל נישט זיין פאר שני...


ווי למשל די פסוק כמים הפנים לפנים, וואס גרשון האט ציטירט אז מ'איז זיך טועה כמים פנים אל פנים, טרעפט מען עס אזוי אין צענדליגע ספרים, לדוגמא (נאך א סעירטש אין dbs): שפע טל, של"ה, גר"א, הפלאה, חת"ס, און נאך צענדליגע ספרי חסידות.

אוועטאר
זיידע ומומחה
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 12, 2012 11:09 am

Re: אפטע "טעיות!" אין עברי און דקדוק

תגובהדורך זיידע ומומחה » דינסטאג יולי 07, 2020 1:36 pm

טעותים אין דעפ קעפיל איז נישט קיין טעות?


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט