געשריבן: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 8:36 am
הרב חרמש בקמה, כ'האב זיך פארשלעפט ביז איצט - ואתך הסליחה
א גוטן לעכטיגן חנוכה!
אלזא, דער דברי יחזקאל האב איך געזען, אבער ווייטער אין משם לא ראיה ולא נדנוד ראיה. איך וועל נאכאמאל מדגיש זיין, ביי אייך איז געווארן צוזאמען געשמאלצן אז אויב "עלינו" דאן 'מוז' זיין "רו". עס איז אבער א טעות לדעתי. קודם כל אין דעם מאמרפון הרב אליעזר וויספיש אליינס האט ער סך הכל געטוישט נאר "עלינו = וועגן אונז", אבער דעם "שובה" האט ער געלאזט אויפן אלטן אנגענומענעם טייטש מלשון שיבה=אומקערן. צווייטנס מען קען במפורש טייטשן "שובה עלינו" קער דיך אום אויף אונז", און עס איז פשוט א לשון כבוד כלפי מעלה, ווי רש"י הק' זאגט ביי אברהם "ויעל אלקים מעל אברהם" (אדער עה"פ "ויעל מעליו אלקים" - אין החומש נגד עיני כעת).
און ביים דברי יחזקאל, דארף מען בכלל נישט טוישן, ער זאגט דאך פשוט אז די צדיקים זענען מרכבה, ממילא שטומט דאך זייער גוט, אז די צדיקים בעטן אז השי"ת זאל זיך צוריק קערן אויף זיי, וואס איז שייך פשוט'ער ווי דעם.
און אצינד מיט'ן סידור אוצר התפילות, וואס ווי שוין געשריבן איז דאס ווארט ביי ווארט פון אבודרהם, וז"ל האבודרהם: "שובה עלינו - על שם שוב מחרון אפך, ואמר שובה ולא אמר שוב, לרמוז בשובה ונחת תושעון" עכ"ל.
זעען מיר דאך קלאר, אז די 'טייטש' איז מלשון 'שוב' (אומקערן), נאר די 'רמז' איז בשובה ונחת תושעון, אזוי ווי גאנץ תפלה, איז מלא מיט רמזים כידוע (אפילו לויט'ן פשט - לדוגמא בעלמא עי' בטור ריש הל' ר"ה בנוסח התפלות הנוספות בימים נוראים). חוץ מזה אפילו דער רמז - איז נישט אז דער באשעפער זאל 'רוען' - נאר מרמז צו זיין אויף דעם ענין פון גאולה אז ס'זאל זיין בשובה ונחת. און אויב וועט איר וועלן לערנען פשט, אז ער מיינט צו זאגן אז ביידע זענען פשט, דאן פרעג איך אייך וויאזוי דארף מען מטעים זיין דעם 'שובה' מלעיל אדער מלרע (וואס בדרך אגב לפי ביאורך צריכים להטעים מלעיל), משא"כ לרמז בעלמא איז נישט שווער. [וגם למה לא הביא הפסוק 'שובה ד' רבבות' אם כוונתו ל'פשט'].
דעם סידור ר"ש האב איך דערווייל נאך נישט געזען וואס ער זאגט, אבער סביר להניח אז ער ברענגט אויך אראפ דעם אבודרהם, (אי"ה איך וועל אפיר זוכן דעם סידור ר"ש)
איך זע נאך נישט קיין שום ראיה, צו משנה זיין פונעם אלטן אנגענומענעם פשט, און אדרבה, ברענגט מיר נאך איינער (זאל שוין זיין אפילו א היינטיגער) וואס וויל אזוי לערנען פשט