farshlufen האט געשריבן:רב טקסט האט געשריבן:
(פארשטיינערט מיך נישט, אבער אין רוב חומשים איז די תרגום געפינטלט בעיקר לויט דיזע כללים).
הלואי ווען זיי האלטן זיך צו עפעס כללים, צולייגענדיג אביסל קאפ צום תרגום זע איך נאר אן אומאיינייגקייט און צופארניקקיט מפרשה לפרשה מפסוק לפסוק, קענטליך אן ריכטיגע באזירטע און אויסגעארבעטע יסודות.
פארוואס זאלן זיי אינוועסטן קאפ מוח און געלט אויב סתם המון מערקט עס סייווי נישט.
אויב אבער איינער וויל נאכגיין געוויסע כללים וועט זיין א ויצעקו אז ס'איז קעגן די
מסורה. אזוי איז עס, דער עולם איז גרייט אויף נח מיט זיבן גרייזן אבער נישט אויף א נייער תיקון.
ווען דער תהלים המוגה איז ארויס האבן אסאך פארפירט קעגן אים, קען זיין זיי זענען גערעכט געווען און זיינע תיקונים זענען נישט געווען אויסגעהאלטן, אבער די דפוסים פון פארדעם זענען געווען אן קיין שום כללים נאר נייע אויף אלטע שיבושים, אבער עס האט כאטש א מסורה.
ס'איז דא אן אינסטינקט (מ'קען עס אויך זעהן דא אין אייוועלט) אז דאס וואס איך טו אדער וואס איך האלט איז א מסורה, אזוי ארום האט דער עם הארץ דער זעלבער ווארט ווי דער ת"ח.. און לאו דוקא ווען ס'קומט צו ניקוד, יעדע זאך אזוי... דוק ותשכח