Advertisement

די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג מאי 04, 2014 11:46 am

איך ווייס נישט אויב עס קומט דא הונדערט פראצענט אריין, אבער איך האב געהערט פון א יוד וואס האט געקענט אן עלטערע יוד וואס ווען ער פלעגט דאווענען פאר'ן עמוד און פלעגט אויספירן די ווערטער 'וכן שני כתובים המכחישים זה את זה...' פלעגט ער זיך בייגן רעכטס און לינקס און דערנאך אויף פארנט. (אזוי ווי מאנכע פירן זיך ביי 'וקרא זה אל זה ואמר'. אגב, האט דאס יא א מקור, צו האט דאס די זעלבע טעם פון שני כתובים?)

Advertisement

זונטאג מאי 04, 2014 11:49 am

שמחת עולם האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב עס קומט דא הונדערט פראצענט אריין, אבער איך האב געהערט פון א יוד וואס האט געקענט אן עלטערע יוד וואס ווען ער פלעגט דאווענען פאר'ן עמוד און פלעגט אויספירן די ווערטער 'וכן שני כתובים המכחישים זה את זה...' פלעגט ער זיך בייגן רעכטס און לינקס און דערנאך אויף פארנט. (אזוי ווי מאנכע פירן זיך ביי 'וקרא זה אל זה ואמר'. אגב, האט דאס יא א מקור, צו האט דאס די זעלבע טעם פון שני כתובים?)

און אז מ'רעדט שוין דערמאנט עס מיר פון מיין ראש ישיבה אין לצעירים (רש"ז שליט"א) וואס פלעגט זיך אראפזעצן ביי אשרי יושבי ביי מנחה (געזאגט קרבנות שטייענדיג, זיך אראפגעזעצט ביי אשרי, און זיך צוריק אויפגעשטעלט בעפאר קדיש).

זונטאג מאי 04, 2014 12:57 pm

געהערט א מידל עידזש בעה"ב זאגן הויעך ביים ברעטל פסוק בפסוק "קול ה' חוצץ להבות אש"

זונטאג מאי 04, 2014 1:25 pm

ביז עטליכי יאהר צוריק נישט געכאפט אז ביים פון ועל כן נקוה, זאגט מען ככתוב ״בתורתיך״ ה׳ ימלוך לעולם ועד, נישט ככתוב ״בתורתו״ ווי מ׳זאגט ביים סוף פונעם ערשטען שטיקל.

נאך פון די סחורה, לעצסטענס באמערקט אז ביי ברכי נפשי ״ואל מענתם ירבצון״ קומט די נון מיט א חולם נישט מיט א קמץ.

נעווער טו לעיט.

זונטאג מאי 04, 2014 1:26 pm

וויפיהל יאר האבעך געזאגט א-ל מסתתר בשפריד חביון...

איך האב א חברותא - א ת"ח וואס האט שוין אור-אייניקלעך - וואס זאגט אלץ רעב שלאקיש (ריש לקיש).

זונטאג מאי 04, 2014 1:28 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:וויפיהל יאר האבעך געזאגט א-ל מסתתר בשפריד חביון...

איך האב א חברותא - א ת"ח וואס האט שוין אור-אייניקלעך - וואס זאגט אלץ רעב שלאקיש (ריש לקיש).

און אויך רבנים (רבנן).

זונטאג מאי 04, 2014 1:29 pm

אויך יארען לאנג געזאגט וימלט מַשחיתותם אנשטאט מִשחיתותם.

זונטאג מאי 04, 2014 1:30 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:איך האב א חברותא - א ת"ח וואס האט שוין אור-אייניקלעך - וואס זאגט אלץ רעב שלאקיש (ריש לקיש).

כמעט אלע מיינע מלמדים פלעגן אזוי זאגן.

קען זיין ס'האט א שייכות מיט "יעקב-יענקב" וכדומה.

זונטאג מאי 04, 2014 1:40 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:איך האב א חברותא - א ת"ח וואס האט שוין אור-אייניקלעך - וואס זאגט אלץ רעב שלאקיש (ריש לקיש).

כמעט אלע מיינע מלמדים פלעגן אזוי זאגן.

קען זיין ס'האט א שייכות מיט "יעקב-יענקב" וכדומה.

כ'מיין אז דאס איז מער שבשתא כיון דעל על.

זונטאג מאי 04, 2014 1:47 pm

מכף כל הערצים מיט א סגול אונטער די ה נישט א קמץ

זונטאג מאי 04, 2014 1:51 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:לעצסטענס באמערקט אז ביי ברכי נפשי ״ואל מענתם ירבצון״ קומט די נון מיט א חולם נישט מיט א קמץ.

פרישע נייעס….

זונטאג מאי 04, 2014 1:53 pm

ברוך....שבראנו לכבודו מיט א שוא אונטער די ב נישט א קמץ
הנה אנכי שלח...את אלי-ה נישט אלי-הו

זונטאג מאי 04, 2014 1:55 pm

אין שה"ש, מגדלות מרחקים אנשטאט מרקחים

זונטאג מאי 04, 2014 1:56 pm

די וועלט זינגט "ונהפוך" מיט א חולם הונטערן (העכערן?) נ', בשעת אין מגילה שטייט א פת"ח.

זונטאג מאי 04, 2014 1:59 pm

די וועלט זאגט ברוך שפטרני קמץ פ שוא ט, שטייט שוא פ קמץ ט.

זונטאג מאי 04, 2014 2:02 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:איך האב א חברותא - א ת"ח וואס האט שוין אור-אייניקלעך - וואס זאגט אלץ רעב שלאקיש (ריש לקיש).

כמעט אלע מיינע מלמדים פלעגן אזוי זאגן.

קען זיין ס'האט א שייכות מיט "יעקב-יענקב" וכדומה.

כ'מיין אז דאס איז מער שבשתא כיון דעל על.

אן עי"ן ע"פ דקדוק, קומט צו זאגן מיט א נו"ן, נאר די נו"ן קומט ווי אן אראבישע חי"ת האלב פארשלינגען, און ביי יעקב אנדערש ווי ביי רוב זאכן, איז עס משום איזה סבה געבליבן שטארק ביי אונז.

זונטאג מאי 04, 2014 2:09 pm

יראת השם אלמדכם, דארף מען זאגן "אֲלַמֶּדְכֶם", איך פלעג זאגן אֲלַמְדְכֶם. לשון עבר אנשטאט הוה.

זונטאג מאי 04, 2014 2:10 pm

לכאורה האט געשריבן:לעצטנס האט איינער געשריבן אויף די אימעיל גרופע אז ער האט געדארפט זוכן א באקוועמע און אויסגעהאלטענע וועג צו מעלדן פאר זיין שווער תיכף נאך זיין חתונה אז ביי הבדלה לאזט ער אויס דעם ה' ביי "כי עזי וזמרת י-ה ה' ויהי לי לישועה".

טעות נעמט זיך, ווייל אין "אז ישיר" שטייט עס אן דעם שם.

זונטאג מאי 04, 2014 2:14 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:
עקבי הצאן האט געשריבן:לעצסטענס באמערקט אז ביי ברכי נפשי ״ואל מענתם ירבצון״ קומט די נון מיט א חולם נישט מיט א קמץ.

פרישע נייעס….

זונטאג מאי 04, 2014 2:21 pm

ביים בענטשן זאגט מען יראו את ה' קדושים כי אין מחסור ליראיו, אסאך זאגן ארויס דעם י', יְראיו, למעשה דארף מען נישט דרוקן דעם י', ס'קומט אן א שואָ, א איד האט מיר עס לעצטנס מעורר געווען.

זונטאג מאי 04, 2014 2:30 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:ביים בענטשן זאגט מען יראו את ה' קדושים כי אין מחסור ליראיו, אסאך זאגן ארויס דעם י', יְראיו, למעשה דארף מען נישט דרוקן דעם י', ס'קומט אן א שואָ, א איד האט מיר עס לעצטנס מעורר געווען.

דו מיינסט אוודאי "קדושיו", כ'פארשטיי ס'נאר א טייפא אדער א ספעלטשעקער, אבער ס'איז גוט אכטונג צו געבן דערויף אין אזא אשכול.

זונטאג מאי 04, 2014 3:03 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:

;l;p-
און וויאזוי זאגט יראו?

זונטאג מאי 04, 2014 3:25 pm

העי, נקמה. אבער דו האסט מיך געפאקט! כ'ווייס נישט, כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט דערפון בעפאר. מ'עמיר מוזן פרעגן שמעלקיש.

ס'אבער דא נאך א טעות דארט, די יו"ד פון יראו, שטייט מיט א שוא, נישט מיט א חירוק ווי אסאך זאגן.
;l;p-

זונטאג מאי 04, 2014 3:30 pm

סיניש קיין טעות, דאס איז געווען די שאלה… שוא יוד, און … ר, מלאפום א'.

זונטאג מאי 04, 2014 3:32 pm

איך האב געהאט ממש די זעלבע טעות ווי עירמאנטער ביז כמעט א יאר צוריק. יאפ! איך פלעג אויך זאגן 'למען' אנשטאט 'למדע', (עס איז מיר אפילו אליינס איינגעפאלן די פשט אין די ווערטער...). מאך נאר זיכער אז דו ענדיגסט צו 'ומדובקים ביראתיך' נישט 'ומודבקים ביראתך'. אויך מיינס א טעות אינעם זעלבן שטיקל.
שרייב א תגובה

Advertisement