אידישע ווארט פון טאג

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פרעזידענט
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 1:05 pm

אויפן נייעם טיעפ פון מיכאל שניצלער טרעק 4 2:10 זינגט ער די שבת ליכט פלאנצן אין "צאנקן" מה זאת "צאנקן"?
לעצט פאראכטן דורך פרעזידענט אום מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 2:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
יעדער מענטש דארף זיין פרעזידענט אויף זיך אליין

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 1:58 pm

צאנקן מיינט ווענט די ליכט ברענען אויס מאכט אזאנא שטילע גערודער (בדרך כלל ביי אויל ליכט - אסאך מאל אינמיטן ברענען אויך)

דוגמא: ביים הייליגן רבי'ן ר' מענדעלע מרימינוב שבת ביים טיש האט געהערש אזא שטילקייט אז מהאט געקענט הערן ווי די ליכט "צאנקן".
לעצט פאראכטן דורך אלף בית אום מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 2:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
פרעזידענט
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 2:07 pm

יישר כח
יעדער מענטש דארף זיין פרעזידענט אויף זיך אליין

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דינסטאג אוקטובער 13, 2009 2:56 pm

אין צייטשריפט עטליכע וואכן צוריק האט דער שרייבער געשריבן:
נייגעריג, מיינט "געריג" נאך נייעס.
הונגעריג מיינט "געריג נאך "הון" (עוף).

לדעתי האט ער זייער געגרייזט כבוד מר. צייטשריפט.

הונגעריג איז מלשון הונגער. (הונגערדיג מסתם).
און נייגעריג איז מלשון נייגער. (אינטערעס).

הונגעריג קען נישט טייטשן "האן" געריג, ווייל אויף ענגליש זאגט מען אויך "האנגרי".

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24320
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 13, 2009 4:02 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:אין צייטשריפט עטליכע וואכן צוריק האט דער שרייבער געשריבן:
נייגעריג, מיינט "געריג" נאך נייעס.
הונגעריג מיינט "געריג נאך "הון" (עוף).

לדעתי האט ער זייער געגרייזט כבוד מר. צייטשריפט.

הונגעריג איז מלשון הונגער. (הונגערדיג מסתם).
און נייגעריג איז מלשון נייגער. (אינטערעס).

הונגעריג קען נישט טייטשן "האן" געריג, ווייל אויף ענגליש זאגט מען אויך "האנגרי".


נאטרוליסט,
מיר האבן
דא באהאנדלט זיין חידוש בשעתו, עיי"ש.

דער פאני מענטש
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm
לאקאציע: אין משוגעים הויז

תגובהדורך דער פאני מענטש » מאנטאג יולי 25, 2016 1:42 pm

יידישיסט האט געשריבן:
מילער שרייבט:
מיר האבן צוויי נייע שרשים;

דעמ=פאלק
פעד=קינד
יעצט דעמאגראפיע - מיינט אויף גריכיש די פארשרייבונג פונעם פאלק (דעמאס - פאלק, ווי דערמאנט), וואס דאס מיינט די פארשונג פון דעם סאציאלן מצב פונעם פאלק. "איאטער" - מיינט אויף גריכיש "א דאקטער", דערפאר "פעדיאטאר" (אדער פעדיאטריקער/פעדיאטרישאן, נייגונגען לויט פארשידענע שפראכן) - מיינט א קינדער-דאקטער. פסיכיאטאר - א גייסט-דאקטער (פסיכע - "גייסט" [נפש] אויף גריכיש).י


פאלגענד ציטיר איך א מימרא פוון גוגל טרענסלעט, קען איינער מסביר זיין וואס די ווערטער מיינען?
Deep Demographic change that took place in New York in the last decades of the 19th century changed the face of various community institutions.
טיף דעמאָגראַפיק טוישן אַז גענומען אָרט אין ניו יארק אין די לעצטע דעקאַדעס פון די 19 יאָרהונדערט געביטן דעם פּנים פון פאַרשידן קהל אינסטיטוציעס.
-c:o
עס איז דא שיטות אז והיית משוגע איז א מצוה

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

גיי ''צונעם'' און רעד ''צונעם''

תגובהדורך גין-גאלד » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 2:08 pm

טוה מיר ביטע א טובה, גיי צונעם, רעד צונעם, זאגעם אז איך האב דיר געשיקט צונעם, און פרעג אים וואס איז פשט פון די ווארט ''צונעם''?

פון וועלכע צוויי ווערטער איז דאס א צוזאמשטעל?, מילא די ווארט 'זאגעם' באשטייט פון 'זאג אים'. ובכן 'טראג אים', וכו'.
אבער וואס איז דאס 'צונעם', צו [נ?] אים, וואס איז די נו''ן?
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10286
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:47 pm

די זעלבע נו"ן פון "האסט א 'נ'בירה"
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

תגובהדורך גין-גאלד » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 6:38 pm

לכאורה האט געשריבן:די זעלבע נו"ן פון "האסט א 'נ'בירה"

האסט א נבירה האט גראדע א פארשטענדליכע הסבר. ווייל וויבאלד די ווארט 'עבירה' הייבט זיך אן מיט די אות 'ע',
שרייבט מען עס אזוי: 'אן' עבירה, מיט א ענדע נו''ן.
דעריבער איז געווארן דערפון: א ן'בירה.
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24320
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 8:17 pm

ביינעם, צונעם, בענעזאם, מעמיר, געגאנען, פראנויס, ביינונז, איזעי, וכו'

דאס זענען אלעס אויסשפראכן פון די אמאליגע פארצייטישע אידן, פאר ווער עס האט געהאט די עלטערע מלמדים אדער זיידעס, ווייסט פון די אלע ווערטער

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:13 pm

"דראפשאכטלען"

קרעדיט: מיללער

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 2:47 pm

גין-גאלד האט געשריבן:טוה מיר ביטע א טובה, גיי צונעם, רעד צונעם, זאגעם אז איך האב דיר געשיקט צונעם, און פרעג אים וואס איז פשט פון די ווארט ''צונעם''?

פון וועלכע צוויי ווערטער איז דאס א צוזאמשטעל?, מילא די ווארט 'זאגעם' באשטייט פון 'זאג אים'. ובכן 'טראג אים', וכו'.
אבער וואס איז דאס 'צונעם', צו [נ?] אים, וואס איז די נו''ן?

כאסנעם אהין געגעהן.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט