Advertisement

די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג ינואר 19, 2009 2:40 am

און נאָך אַן אַנדער װאָרט (און אַ מאָדנע װאָרט אױך צו גלײַך) איז קישקע. ס'איז אַװדאי אַ מין עסנװאַרג אָבער עס מײנט אױכעט די זאַך װאָס פֿײַער לעשער נוצן צו טראַנספּאָרטירן װאַסער בעת אַ שׂרפֿה.
אױף ענגליש:hose.

Advertisement

מאנטאג ינואר 19, 2009 9:47 am

יישר-כח ר' יאנקל.
דאס ווארט "קאמין" איז א גריכיש ווארט, פון דעם שטאמט "קוימען" אויף יידיש. דאס ווארט ווערט צוגעברענגט אין עטליכע מקורות אין חז"ל, זעה אין ספר הערוך ערך קמין וואס ברענגט דאס פון א ירושלמי און פון א מדרש רבה. דערנאך אין ערך קמיניא טייטשט דער בעל המוסף "פי' בל' יוני ורומי ארובת האש וכבשן". דאס הייסט אז עס קען הייסן סיי דער קוימען ווי דער רויך גייט אויס און סיי א פלאץ ווי צו הייצן, דען די צוויי גייען דאך אינאיינעם. דאס ווארט ווערט אויך געברענגט אין תוספתא אויף מקואות - זעה דארט אין ר"ש פרק ו' משנה י' וואס טייטשט דאס צוערשט אלס א ברודער צום ווארט "קומקמין" (א טשייניג), און אין דער הוספה מכת"י (וואס געפינט זיך אין ספעציעל איבערגעדרוקטע "משניות הר"ש") טייטשט דאס דער ר"ש אלס א "מקום שעושין האש להחם חמין", און ער ברענגט דעם מקור פונעם ווארט "ובלשון יון קורין לבית המוקד שהיורה שם שמחמין בה חמין "קמין".

אויף דייטש ווערט דאס ווירקליך באנוצט טאקע אלס א קוימען אליין אויך, וואס מען קען דערפאר נוצן דאס גריכישע ווארט "קאמין" אבער עס איז אויך פארהאן דערויף א גערמאניש ווארט "Schornstein". אויף ענגליש שטאמט פון "קאמין" דאס ווארט chimney - ענליך צו קוימען אויף יידיש. און אויף יידיש אליין האט מען אוועקגעשטעלט דאס ווארט "קאמין" דווקא פאר פייער-הייצונג בעת וואס קוימען קומט באצייכנען "אן ארובה".
לעצט פאראכטן דורך יידישיסט אום מאנטאג ינואר 19, 2009 10:10 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג ינואר 19, 2009 9:59 am

yankl36 האט געשריבן:און נאָך אַן אַנדער װאָרט (און אַ מאָדנע װאָרט אױך צו גלײַך) איז קישקע. ס'איז אַװדאי אַ מין עסנװאַרג אָבער עס מײנט אױכעט די זאַך װאָס פֿײַער לעשער נוצן צו טראַנספּאָרטירן װאַסער בעת אַ שׂרפֿה.
אױף ענגליש:hose.



דאס שטאמט געוויס פון דעם וואס ווען דער שלויך ווערט צאמגעלייגט זעהט דאס אויס ווי דער 'קושקע' Intestin פון די געדערים.

מאנטאג ינואר 19, 2009 10:19 am

הער מיללער א שיינער געדאנק!
עס לאזט זיך אבער אויך קלערן פונקט פארקערט, אז דאס וואס א קישקע האט זוכה געווען צו דעם אזוי-צוגעפאסטן נאמען איז לכבוד דעם וואס עס איז א לאנגער רער וואס ציט זיך אין דעם קערפער.

מאנטאג ינואר 19, 2009 10:22 am

גוט, ייידישיסט!

אזוי צו אזוי, דער מכוון איז אייניג, א 'קושקע' איז א לאנגע געדרייעטע 'שלויך' (pipe, hose) אדער אין די געדערים אדער אויפן פייער-טראק.

מאנטאג ינואר 19, 2009 12:09 pm

יישר כח ר' יאנקל36, זייט אונז אויך ווייטער מהנה מיט פרישע ווערטער, וואס דערויף וועט יידישיסט קומען ברענגן מקורות פון חז"ל, און א שמועס וועט ענטשטיין פון וואס מיר אלע וועלן אין א דופטיגע הנאה פארגיין.

מאנטאג ינואר 19, 2009 8:42 pm

הייבער. עס איז געשטעלט בעיקר צו איבערגיסן פון א פאס אדער פעסל, אריין צו א באטל אדער גלעזעל, און כדי עס זאל נישט אוועק רינען פון די טייערע געטראנק ניצט מען די משפך אלץ פארמיטלער צויישן די צוויי עפענונגען.

אויף לשון קודש הייסט עס א 'משפך',

מאנטאג ינואר 19, 2009 8:46 pm

ר' פישל! אינטערעסאנט.

ביי מיינע עלטערן ווערט אט די כלי גערופען "טראכטער".
איך האב קיינמאל געהערט דעם נאמען "הייבער".

מיטוואך ינואר 21, 2009 4:01 pm

נאָך אַ פּאָר אַנדערע אינטערעסאַנטע װערטער:

טראָטואַר: די פּלאַץ בײ דער זײט פון אַ גאַס אָדער װעג װאו מ'קענען גײן צו פוס. אױף ענגליש און חסידיש אידיש אין ניו יאָרק הײסט דאָס אַ "סײדװאַלק".Sidewalk.

ראָג: דער פּונקט װאו צװײ טראָטואַרן זענען צעגובונדן. אױף ענגליש הײסט דאָס אַ "קאָרנער"corner, ראָג איז רײן פּאָליש אָבער ס'איז דאָס װאָרט װאָס אידן האָבן גענוצטן אין אײראָפּע פאַר דער חורבן אײראָפּע.

קראַנקן-שװעסטער: אַ פרױ (אָדער הײנט צו טאָג קען זײן אַ מאַן) װאָס העלפט די דאָקטױרים אין די שפּיטעלער. אױף ענגליש הײסט דאָס אַ "נױרסע"nurse.

לוזשע אָדער קאַלוזשע: אַ קלײן אײנזאַלמלונג פון װאַסער אין אַ װעג אָדער דרך פון בלאָטע װאָס קומט נאָך אַ רעגן. אױף ענגליש puddle.

מיטוואך ינואר 21, 2009 5:08 pm

פישעלע,
'הייבער' פלעגט מען ביי אונז רופען אזא פלאכע לעפל מיט וואס מען 'הייבט' אונטער א כרעמזעל אדער 'ראנטאטאש' איבערצודרייען אין טאפ ביים פרעגלען, איך מיין אז עס צו נוצן אויף א 'טראכטער' איז א טעות.

יאנקל,
טראטואר און קראנקן-שוועסטער ווערט נאך היינט גענוצט אין חסידיש-אידישע ליטעראטור.

ראג, האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט.

קאלוזשע אויף א וואסער-פאדל האב איך נאכנישט געזעהן, אבער איך האב שוין געזעהן נוצן דאס ווארט אויך איינעם וואס איז געטראפן געווארן אין א 'קאלוזשע בלוט'.

מיטוואך ינואר 21, 2009 5:45 pm

װאָס מײנט מען מיט "קאַלוזשע בלוט". צי איז דאָס װי "קאַלט בלוטיקט" אױף ענגליש.

מיטוואך ינואר 21, 2009 5:47 pm

yankl36 האט געשריבן:װאָס מײנט מען מיט "קאַלוזשע בלוט". צי איז דאָס װי "קאַלט בלוטיקט" אױף ענגליש.


ניין, דאס איז דער זעלבער 'קאלוזשע' וואס איר האט ערווענט, עס באדייט אין א 'PUDDLE פון בלוט'.

מיטוואך ינואר 21, 2009 7:08 pm

טראטואר איז א ווארט וואס ווערט באנוצט אויף אסאך שפראכן, מעגליך אז אלע נעמען דאס פון פראנצעזיש. איך גלייב אז דער מקור איז פון לאטייניש. דאך קלער איך אז דאס "טרעטן" אויף דייטש איז פארבונדן צו דעם (אויף א טראטואר טרעט מען), זיי האבן גאנץ זיכער איין מקור.

מיט דעם ווארט "הייבער" שטים איך צו צו מיללער אז דאס מיינט נאר אן אינסטראמענט וואס הייבט אויף זאכן. אן איבערגיסער (משפך) רופט מען "א שפאכטל" אדער ווי מיללער און אינטעליגענט זאגן "א טראכטער".

מיטוואך ינואר 21, 2009 8:04 pm

מעגליך אז טראטואר זאל שטאמען פון איסטרטיא? די אפשטאם ווארט פונעם היינטיגן סטריט?

מיטוואך ינואר 21, 2009 9:00 pm

יא מעגליך אז ס'האט צוטון.
סטריט שטאמט זיכער פון איסטרטיא וואס איז א גריכיש ווארט.

מיטוואך ינואר 21, 2009 9:46 pm

מיללער און יידישיסט; אויב איז עס א טעות, איז מיין טעות געקומען פון דא,
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... ic#p188875
און יעצט לשטתכם וואס איז פשט פון דער סענטענס?.

מיטוואך ינואר 21, 2009 9:53 pm

ר' פישל
איך זעה אז דו אליין שרייבסט דארט "הרבה קולמוסין נשתברו על זה". ד"ה עס ליגט דערין סודות, דארף עס נאך שטימען?
נאר באמת, קען עס מיינען, ווי איינער זאגט: אה, ס'איז שוין דא משקה, קען מען זיך נעמען קאכן עסן. [אין דעם פאל: האסט א גוטן מעיד, דאן נעם דעם הייבער, (און אלע קאך-צוגעהערן) און שטעל צו א געקעכטס.

מיטוואך ינואר 21, 2009 10:01 pm

מעיד איז א פליסיגע געטראנק, יין של דבש, און עס איז נישט קיין געקעכטס, מען טרונקט עס.

מיטוואך ינואר 21, 2009 10:11 pm

און אויב מען וועט זאגן אז עס מיינט א שפאכטל וועט עס יא שטימען?

מיטוואך ינואר 21, 2009 10:15 pm

פישל גוטביין האט געשריבן:מעיד איז א פליסיגע געטראנק, יין של דבש, און עס איז נישט קיין געקעכטס, מען טרונקט עס.

איך האב דען פראבירט צו מאכן פון מעיד א געקעכטס? איך האב געזאגט, אזוי ווי מ'זאל ווען זאגן: אז מ'האט שוין טרונקען, קען מען זיך שוין נעמען צום עסן. ודו"ק.
מוזט נישט אננעמען דעם פשט. איך באצווינג נישט....

מיטוואך ינואר 21, 2009 11:02 pm

יידישיסט האט געשריבן:און אויב מען וועט זאגן אז עס מיינט א שפאכטל וועט עס יא שטימען?


יא, ווייל מעיד האט מען געווענדליך געהאלטן אין א פאס\פעסל, און סערווירט האט מען עס אין א באטל אדער גלעזל, און כדי נישט צו פארלירן קיין איין טראפ פון די משקה האט מען גענוצט דעם משפך וואס זאל פארמיטלן.

דאנערשטאג ינואר 22, 2009 4:01 pm

נעכטן האָב איך געלײענט גאָר אַן אינטערעסאַנטע אַרטיקל אױף אידיש אין דעם אידישן פאָרװערטס װעגן טײכן, אָזערעס און אײנגאָסן (בוכטעס) און זײער סביבה-מצב אין שײכות מיט די אָפּפאַלן װאָס קומט אַרױס פון די פאַבריקן װאָס געפינט זיך לעבן די קערפּערס פון װאַסער און די געזעצן װאָס האָבן צו טאָן מיט דעם אין די פאַראײניקטע שטאַטן.

פון דעם האָב איך געלערנט די דאָזיקע װערטער
זױערשטאָף =oxygen

פאַרפּעסטיק/פאַראומרײניקט =pollution


אײנגאָס /בוכטע = bay

סביבה =enviroment

נאָך אַן אַנדער װאָרט װאָס איך האָב נעכטן געלערנט פון אַן אַלטן ענציקלאָפּעדיע װאָס איז אַרױסגעגעבן דורך אַ בעת-יעקב שולע אין פאַר דער מלחמה-דיקער פּױלן איז טכױר װאָס איז אַן אַנדער װאָרט פאַר "שטינק חיה" אָדער אױף ענגליש "סקונק (skunk)

דאנערשטאג ינואר 22, 2009 4:05 pm

די ווארט איז "טחור", עס ווערט דערמאנט אין שמואל א', ו', ד' [טחרי].

דאנערשטאג ינואר 22, 2009 4:07 pm

יאנקל,
סביבה- איז לשון-הקודש/עברית, אויף אידיש האב איך שוין געזעהן נאצען דעם טערמין 'ענווייראמענט' און ווי איך זעה איז טאקע נישט פארהאן קיין ריין-אידישע ווארט דערויף.

מאנטאג ינואר 26, 2009 9:20 am

צווישן די אידישע לידער פון "יוסעלע רוזנבלאט", איז זיך מיר אונטער-געקומען א פאר אומ-פארשטענדליכע אידישע ווערטער. ואלו הן:

1) און אויך דער ים, וועט זיך איינהאלטן קוים, און שאקלען מיט די "בעטלאך".

2)כאטש וואס מען גראבט, מיט דעם "רידעלע".
שרייב א תגובה

Advertisement