אידישע ווארט פון טאג

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

אידישע ווארט פון טאג

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 10:57 am

אין דעם אשכול וועל איך אי"ה יעדן טאג אריינלייגן איין אידישע ווארט און איר באדייט. כ'וועל פרובירן צו נעמען טיילווייז-אומבאקאנטע ווערטער, און עפ"י רוב וועל איך נעמען דעם באדייט פונעם ווערטער-בוך, הגם אמאל קען אריינפאלן מיין אייגענע מיינונג, אויף וואס יעדער איז בארעכטיגט מחולק צו זיין.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 10:59 am

ב' שופטים תשס"ח

דעמאגאג - א מענטש וואס מיט ווערטער דרייט ער איבער דעם מיינונג פונעם פאלק. ער רייצט אויף די געמיטער פון די צוהערער צו טון א געוויסע שריט אדער אננעמען א געוויסע מיינונג.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 11:09 am

איך פארשטיי נישט. אפשר קענסטו געבן א ענגלישע ווארט צו בעסער פארשטיין די טייטש פון די ווארט?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 11:12 am

demagogue
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
סלונימער
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 30, 2008 9:07 pm
לאקאציע: עיה"ק

תגובהדורך סלונימער » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 11:58 am

סע איז א לאטינישע ווארט,ניין?

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 3:10 pm

מאשקע האט געשריבן:ב' שופטים תשס"ח

דעמאגאג - א מענטש וואס מיט ווערטער דרייט ער איבער דעם מיינונג פונעם פאלק. ער רייצט אויף די געמיטער פון די צוהערער צו טון א געוויסע שריט אדער אננעמען א געוויסע מיינונג.


למשל על שארפטאן.

זייער א גוטע אשכול, מיר האפן צו נעמען אן אקטיווע באטייליגונג דערינען.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 3:35 pm

הרב סלונימער, ס'איז פון די ווערטער וואס זענען אריינגעגאנגען אינעם אידישן שפראך און ווערן אויסגערעכנט דורך הארקאווי אלס אידיש, אבער כ'וועל טאקע פרובירן צו ברענגען עכט-אידישע ווערטער.

יאנאש, האסט עס גוט געכאפט. פון אים און זיינ'ס גלייכן רעדן מיר.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 11:31 am

ג' שופטים תשס"ח

זאַפאַס - אן אוצר, א סטארעדזש, א מאגאזין. א פלאץ וואו פראדוקטן ווערן געהאלטן.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 3:00 pm

שׁפאַס - א ווערטעל, חוזק מאכען, ליצנות. ער האט געטריבען 'שפאס' פון יענעמם.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 11:06 pm

יאנאש האט געשריבן:
"למשל על שארפטאן"


און וואס איז מיט אבאמא? דאכט זיך אויך נישט קיין קליינער דעמאגאג.

סלונימער האט געשריבן:
סע איז א לאטינישע ווארט,ניין?


דאס איז נישט לאטייניש נאר גריכיש. עס איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי ווערטער: "דעמאס - דאס הייסט "פאלק" (אזוי-ווי מיר געפונען ביי דעמאקראטיע וואס דאס הייסט פאלקס-געוועלטיגונג, אין קאנטראסט צו אויטאקראטיע וואס הייסט זעלבסט-געוועלטיגונג ווען דער מלך זעלבסט געוועלטיגט). און אגאגוס - הייסט "פירן". אין אנדערע ווערטער: "פירן דאס פאלק (ביי די נאז)".
דעמאגאגיע איז א סיסטעם וואס איז אין קאנטראסט צו לאגיק (אדער פונקטליכער: אויסגעליידיגט פון לאגיק), ווייל בעת דער לאגיקער באנוצט זיך מיט טענות עפ"י לאגיק כדי צו איבערצוצייגן דעם צוהערער צו זיינע ווערטער באנוצט זיך דער דעמאגאג מיט דראמאטישע און פאנטאסטישע אויסדרוקן כדי צוצוציען דעם צוהערער פסיכאלאגיש (ממש דאס וואס אבאמא טוט, און דער מעקיין קאמפיין מוטשעט זיך איבערצו-ווייזן דאס פאלק ווי אבאמא פאמפעט נאר לופט: ער וועט ברענגען די שטערן פון הימל, די וואלקן פון אויבן, בקיצור ס'וועט זיין לעכטיג. נו, וואס דארף מען מער?)
לעצט פאראכטן דורך יידישיסט אום מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 11:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 11:31 pm

און וואס באדייט פעדאגאג?

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 11:34 pm

פעדא הייסט א קינד (אזוי-ווי א פעדיאטריק - איינער וואס באהאנדלט קינדער). יעצט: פעדא-אגאגוס = קינדער-פירער. אין אנדערע ווערטער - א מחנך.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 11:36 pm

יישר כח.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 11:56 pm

יישר כח יידישיסט פאר די הערליכע הסברים. כ'בין געוואויר געווארן נייע זאכן היינט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24131
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2008 10:10 am

יא מיר האבן צוויי נייע שרשים;

דעמ=פאלק
פעד=קינד

אוועטאר
נעגל וואסער
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 9:50 am

תגובהדורך נעגל וואסער » דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2008 12:18 pm

דוכט זיך פאראנויע קען נוצן א הסבר
Az m'leigt zich vi a Yid, Shteit men ohf vi a Yid

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2008 1:31 pm

פאראנאיע איז די אידישע ווארט פאר paranoia (דאכט זיך אז ס'איז נישטא קיין אנדערע אידישע ווארט דערפאר), און דער באדייט דערפון איז: א מחלה וואס א מענטש האט, וואס מאכט אים טראכטן אז יעדער מיינט זיין שלעכטס, ער טראסט קיינעם נישט, ער גלייבט קיינעם נישט, ער האלט אז יעדער באשולדיגט אים אין אלע פראבלעמען, און יעדער האט זיך געשטעלט פאר א ציל בלויז אים אונטערצוברענגען.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
נעגל וואסער
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 9:50 am

תגובהדורך נעגל וואסער » דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2008 1:36 pm

גוט, גוט. שכח
Az m'leigt zich vi a Yid, Shteit men ohf vi a Yid

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2008 4:09 pm

מילער שרייבט:
מיר האבן צוויי נייע שרשים;

דעמ=פאלק
פעד=קינד


רוב פון די ווערטער וואס שטאמען פון לאטייניש אדער גריכיש זענען צוזאמגעשטעלט פון צוויי אזעלכע שטיקלעך. מען דארף זיך באקענען מיט די הויפטן פון זיי און דאן הייבט אלעס אן צו פארן געשמירט:
צום-ביישפיל איז פאראן דער ענד-טייל פון אגאגוס (וואס שליסט איין די אויבנדערמאנטע ווערטער און נאך), פארהאן דער ענד-טייל גראפיע - וואס מיינט אויף גריכיש "שרייבן". און אזוי איז פאראן דער ערשט-טייל "געא-" וואס מיינט אויף גריכיש ערד, און פון דעם קען מען יעצט שאפן "געאגראפיע" - וואס דאס הייסט פאשרייבן דעם אויסשטעלונג פון דער ערד (א מאפע-פארצייכנונג, אדער דאס אופן פון לעבן, פונעם לאנד וכדו'). יעצט דעמאגראפיע - מיינט אויף גריכיש די פארשרייבונג פונעם פאלק (דעמאס - פאלק, ווי דערמאנט), וואס דאס מיינט די פארשונג פון דעם סאציאלן מצב פונעם פאלק. "איאטער" - מיינט אויף גריכיש "א דאקטער", דערפאר "פעדיאטאר" (אדער פעדיאטריקער/פעדיאטרישאן, נייגונגען לויט פארשידענע שפראכן) - מיינט א קינדער-דאקטער. פסיכיאטאר - א גייסט-דאקטער (פסיכע - "גייסט" [נפש] אויף גריכיש).

יעצט צו פאראנויע:
דער ערשט-טייל "פארא" - הייסט אויף גריכיש "נעבן", און "נאוס" הייסט "שכל". צוזאמען הייסט דאס "נעבן דעם שכל", אין אנדערע ווערטער: "TOUCHED". איינער וואס עס לויפט אים נאך פאלשע איינרעדענישן איבער דעם אז מרודפ'ט אים, אדער מען וויל אים שלעכטס טון וכדו'.
לעצט פאראכטן דורך יידישיסט אום דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2008 4:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פאפיגיי
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך פאפיגיי » דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2008 4:10 pm

פעדאגאג ווערט שוין דערמאנט דאכט זיך אנהויב מדרש רבה, בראשית.
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2008 4:20 pm

ריכטיג הרב פאפיגיי! פיל גריכישע און לאטיינישע ווערטער ווערן דערמאנט אין די מדרשים: ארכיטעקט (ארכיטקטוס אין מדרש), אנדארטע (אנדרטא אין מדרש), פענטאגאן (אויף א פינפ-עקיגען בנין) און נאך פיל אזעלכע ווערטער.
אפילו "סטריט" (גאס) ווערט דערמאנט אין דער גמרא (אין פ' אלו מציאות) "איסרטיא ופלטיא" זעה אין די מגיהים אז מ'דארף גורס זיין סטרטא - STRATE אזוי-ווי עס ווערט ארויסגעזאגט "גאס" אויף פלעמיש. ענליך צו דעם אויף דייטש איז שטראססע. און אזוי נאך אין פיל שפראכן.
אויך דאס ווארט "קונטרס" איז באמת א לאטיינישער וואס שטאמט פון דעם ווארט "קאמענטאר" (פארצייכנונג - COMENTAY), און דאס ווארט איז געשריבן געווארן אין מדרש קומנטריסין (אויף א העפט וואס מ'פארצייכנט זאכן), און צוביסלעך איז דער מ"ם ארויסגעפאלן (אזוי-ווי עס שטייט אסאך מאל "אמבטיא" און צומאל "אבטי". ביי א סאך גריכישע און לאטיינישע ווערטער איז ארויסגעפאלן דער מ"ם). אין ספר הערוך וועט איר טרעפן הונדערטער ווערטער וואס ווערן נאך גענוצט אין אונזער שפראך, וואס ווערן דערמאנט ביי חז"ל.

ווייזט אויס אז חז"ל האבן נישט געזעהן פאר א צורך צו "מאדערניזירן" און אויסטרעפן נייע ווערטער פאר לה"ק, עס האט זיי נישט געשטערט צו נוצן דאס ווארט אריגינעל אויף דער גואישער שפראך אויב עס האט זיך פארלאנגט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2008 7:12 pm

יידישיסט, דו ביזט אונז אן אוצר! אפשר בין איך דיך מכבד מיט'ן טעגליכן ווארט?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2008 7:47 pm

פאפיגיי

דער לשון המדרש אומן פדגוג. עס איז אין ערשטן שטיקל מדרש רבה אנהייב בראשית.

אין פרשת נח שטייט אזוי:
(3) מדרש רבה בראשית פרשה לא פסקה ז
הנני משחיתם את הארץ ר' הונא ורבי ירמיה בשם רב כהנא בר מלכיה אפילו ג' טפחים שהמחרישה שולטת בארץ נימוחו משל לבן מלכים שהיה לו *פדגוג* כל זמן שהיה סורח היה *פדגוג* שלו

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2008 11:09 pm

יישר כח הרב מאשקע פאר'ן קאמפלימענט.

אגב, וויל איך צולייגן אינטערעסאנט וועגן נאך א ווארט וואס געפינט זיך אין מדרש (שמות רבה פ' פסל לך) "ארכיאטריס" וואס די מפרשים זענען מסביר' בל' יוני ראש הרופאים. ווי געזאגט איז "אטריס" א דאקטער, און "ארכי" מיינט דער הויפט. (אזוי ווי ארכי-בישאף, ארכיטעקט - דער הויפט בוימייסטער, ארכי-טעראריסט :cry: וכדו').

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 3:30 pm

פנטגון שטייט אויך אין גמרא.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט