שטום שפראך....

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג ינואר 25, 2011 7:55 pm

מיללער האט געשריבן:שוין געווען דא אזא אשכול, ווער עס וויל קען עס אויפזוכען

שטום שפראך....
ועמך כולם צדיקים

יארצייטן
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 06, 2010 6:04 pm

תגובהדורך יארצייטן » דינסטאג ינואר 25, 2011 11:05 pm

אינעם חודש'ליכן אויסגאבע "מעלות" איז עטליכע יאר צוריק געוועהן א ריזן ארטיקל וועגן שטום לשון, וואס בלויז "מיר" כלל ישרא' זענען בארייכערט דערמיט.

דרך אגב; אז מען רעדט פון שפראכן, דערציילט די וועלט אויף א בלינדן וואס מען האט דערלאנגט א מצה אין האנט אריין, טאפנדיג דערויף, רופט ער זיך אן; ווער האט דאס אזוי אנגעסקריבלט דעם שטיק הארט פאפיר.....(זיך באציענדיג צו זיין "ברעיל לשון")

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג ינואר 25, 2011 11:16 pm

צוזאמגעקלעבט

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11805
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג ינואר 25, 2011 11:27 pm

גאנץ אינטערעסאנט וויאזוי אזא געקלעבאכטס גייט צו. קודם האט קרעמער אריין געלייגט א 'ץ' אין דעם אשכול (אפשר אויך א חלק פון שטום לשון) כדי צו האבן די אשכול אויבן. דערנאך איז ער געגאנגען און פארמעקט יענע אשכול אבער נישט פאר ער האט עס געקאפיט ביי זוך. אויב ביסטו אין יענע אשכול איז ארויף געקומען אז 'די אשכול געפינט זיך נישט'. נאכן ענדיגן פעיסטן אהער האט ער פארראכטן זיין תגובה.
יא קרעמער שטומט?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג ינואר 25, 2011 11:33 pm

געלעגער האט געשריבן:גאנץ אינטערעסאנט וויאזוי אזא געקלעבאכטס גייט צו. קודם האט קרעמער אריין געלייגט א 'ץ' אין דעם אשכול (אפשר אויך א חלק פון שטום לשון) כדי צו האבן די אשכול אויבן. דערנאך איז ער געגאנגען און פארמעקט יענע אשכול אבער נישט פאר ער האט עס געקאפיט ביי זוך. אויב ביסטו אין יענע אשכול איז ארויף געקומען אז 'די אשכול געפינט זיך נישט'. נאכן ענדיגן פעיסטן אהער האט ער פארראכטן זיין תגובה.
יא קרעמער שטומט?

די אנהייב און סוף איז אמת אבער די מיטעלסטע חלק נישט

איך ברענג ארויף דעם אנדערן אשכול פון אפגרונט, דאן דרוק איך דעם ספעציעלן קנעפל וואס שטעלט צוזאם ביידע אשכולות (מעגליך אז ווילאנג איז בין עוסק אין דעם, געפונט זיך נישט דער פארום פארן פובליקום), און דערנאך פארריכט מען דעם תגובה

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11805
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג ינואר 25, 2011 11:54 pm

נישט די גאנצע פארום נאר די ספעציפישע אשכול

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מוצ"ש ינואר 29, 2011 8:49 pm

אין איינע פון די אויסגאבעס פון די "צייטשריפט" איז געווען א לענגערע ארטיקל פון די שטום שפראך און וויאזוי מיר אידן קאמיוניקירן מיט די הענט. עס איז געווען באגלייט מיט בילדער.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג ינואר 08, 2018 1:39 pm

.
צוגעלייגטע
download.png
download.png (6.56 KiB) געזעהן 813 מאל
download.jpeg
download.jpeg (8.25 KiB) געזעהן 813 מאל
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2316
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג ינואר 09, 2018 12:08 pm

ישר כח קראמפלי
פארן ארוף ברענגען דעם אשכול
אינטרעסאנט פארוואס ער איז דא אין שפראך אין גראמאטיק

פון יעצט
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

תגובהדורך פון יעצט » מיטוואך ינואר 17, 2018 11:48 pm

זיס האט געשריבן:אצינד וויל איך גרינדן אן אשכול איבער שטום לשון.

עס איז פאראן צווישן מענטשן אומצאליגע סימנים מיטן גוף, וואס איז אנגענומען קודש קדשים אז דאס מיינט די אדער די אפטייטש. לאמיר נעמען לדוגמא "א שאקל מיטן קאפ אויף אראפ" - דאס מיינט "יא"; "א שאקל מיטן קאפ זייטיגוועגס" - מיינט ניין. אזוי איז דא פארשידענע הענט און קאפ אויסדרוקן, טייל וואס מאכן אז מען וואונדערט זיך, טייל ווייזן שמחה און אזוי ווייטער.

אין דעם גייט שוין אויך אריין פארשידענע אויסדרוקן וואס מען קען אנרופן ניי. למשל דעם אגודל פינגער אויף ארויף מיינט אז דו ביזט פעסט! - א מאך מיט די האנט מיינט "עה, דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט".

די אלע זאכן קוקט אויס אויבן אויף נאטורליך, וויבאלד מיר זענען שוין צוגעוואוינט דערצו. אבער מיט א ניכטערן בליק לאמיר פארשטיין: ווער האט דאס מחליט געווען? - ווער האט מחליט געווען אז ווען מען מאכט א קל-וחומר דרייט מען מיטן שבכל הלילות פינגער? - אפשר דארף מען קלאפן מיטן קליינעם פינגער אויף די גמרא? - ווער האט מחליט געווען פונקט די סימנים אויף די זאכן?

לאמיר גיין אביסל טיפער: עס וועט אייך אפשר אויסקוקן מאדנע, אבער לאמיר אריינקלערן: ווער האט מחליט געווען אז דער וועג פון שאילת שלום איז דורך געבן די האנט? - אמת, עס איז שוין איינגעפירט טויזנטע יאר, אבער ווער האט דאס ענטפינדן? - קומט עס שוין פון אדם הראשון? ווער האט מחליט געווען? - די זעלבע קושיא האב איך אויף אלע קאנטאקטן מיט די הענט און פיס וואס מענטשן מאכן.

אצינד גרינד איך אן אשכול דורכצוטון דער סוגיא פון שטום לשון, פון וואו קומט עס און ווער האט ענטפינדן די טערמינען.

אין יאפאן ארבייט די יא און ניין שאקל פונקט פארקערט (אזוי האב איך געליינט יארן צוריק, פון א איד וואס איז דארט געווען ביי די מלחמה)


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט